בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 10:24 pm
דורך יונהלע
רבותי !! העלפט ארויס!! א וויכטיגע הכנסת כלה צוועק!!!
א חשובע מחותן דרייעט זיך אום פארלוירען וועגן ער מאנגלט אין געלט... לויט ווי עס קוקט אויס האט ער נאכנישט קיין דירה פאר חתן כלה...
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2014 11:13 pm
דורך הורוויץ
לדעתי הקלושה איז א גרויס אחריות צו שרייבן אזוי ווי ידידינו מחותן אפילו פאר א זשאוק, חכמים הזהרו בדבריכם!
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2014 11:58 am
דורך נשמה
AHA האט געשריבן:מחותן, לו יהא סיז אלס אמת וואס איר זאגט, וואלט נאכאלס געוועהן ראטזאם אז איר זאלט נידערן די וואליום פונעם מייק אביסעל.
איר האט היינט צאמגעשריגען אין צופיעל אשכולות וועגן געלט זאכען,בארואיגט אייך עס וועט נאך קימען גיטע צייטען האט נישט קיין הארץ וויי.
חחח
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2014 2:32 pm
דורך יונהלע
הורוויץ האט געשריבן:לדעתי הקלושה איז א גרויס אחריות צו שרייבן אזוי ווי ידידינו מחותן אפילו פאר א זשאוק, חכמים הזהרו בדבריכם!
מחותן טייערע ביטע עס נישט נעמען פרזענליך, אין ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן עס קען גאר זיין מיר וועלן זיך נאך אמאל משדך זיין אין אינז וועלן ווערן מחותנים... אבער וועסט דארפן טוישן דיין ניק צו
מחותן מצד החתן ווייל אז נישט וועט מען נישט וויסן פון וועלעכע מחותן מ'רעדט...
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2014 2:56 pm
דורך קרעפטיג
AHA האט געשריבן:מחותן, לו יהא סיז אלס אמת וואס איר זאגט, וואלט נאכאלס געוועהן ראטזאם אז איר זאלט נידערן די וואליום פונעם מייק אביסעל.
איר האט היינט צאמגעשריגען אין צופיעל אשכולות וועגן געלט זאכען,בארואיגט אייך עס וועט נאך קימען גיטע צייטען האט נישט קיין הארץ וויי.
יעדער קען שרייבן לויט זיין סטייל איז אויב ס'איז אויסגעהאלטן לויט די תקנות.
איינער איז מער שארף, א צווייטער איז מער רואיגער, איינער ברויזט ביי דעם אישו און דיך רעגט מער אויף א צווייטע אישו.
איך זע נישט דאס רעכט יענעם צו באפאלען ווייל די דירות אישו האט אים באנומען.
אויב אים בארירט געלט זאכן מעג ער לאזן הערן זיין מיינונג אין יעדן אשכול ווי ס'ווערט דיסקאסט.
דירה געלט קרענקט אים שרייט ער.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2014 3:15 pm
דורך AHA
ער מיז לגמרי נישט אנעמען מיין עדווייז.
זייער חשוב אז דו נעמסט דיר אן פאר אנדערע.
ממנו ילמדו וכן יעשו, הצלחה רבה!
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2014 3:25 pm
דורך מחותן
AHA איך נעם עס נישט פערזענליך, ניטאמטל ברענג איך ארויף דיין גרעגטע אלטע זיידע ניק...
---
יעדער פארשטייט אז איך האב עס נאר געשריבען בדרך משל ארויסצוברענגן א נקודה.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2014 3:30 pm
דורך AHA
לאמיר שנעל גיין קיקען וויאזוי אלטע זיידע פלעגט שרייבען.
כ'האף עס איז נישט קיין אינסאלט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2014 3:41 pm
דורך Gevald Geshrigen
פרייזןן אין וויללי עיר האקאודעש גייען נישט ווערן ביליגער און גייען ארויפגיין היבש לויט די יעצטיגע טרענדס. נעם דאס אריין אין קעפעלע. עס איז באקאנט אז אמאל איז א רבי׳ש אייניקל געגאנגען קיין חב״ד און דער טאטע זיינער האט עס נישט געשמעקט האט דער פאטער געשריבן א בריוו צום ליובאוויטשער רבי׳ן דערוועגן אז ביי זיי איז נישט חב״ד געווען זייער מהלך החסידות וכדומה ובתוך הדברים אז עס אפעקטירט אים די געזונדהייט ונוגע ללבו האט אים די ליובאוויטשער רבי געענטפערט אז חב״ד איז די ריכטיגע דרך וכו׳ והשנית אז עס איז נוגע ללבו אזכירנו על הציון . לענינינו איז אזוי אדער וואוין נישט ביי די שוויגער און פאר אפילו צו קענטאקי אדער בלייב דא און זיי מתפלל ביים ציון
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 11, 2014 6:28 am
דורך מאנ-יימער
די פרייזן אין ווילי האט זיך אבנארמאל דראסטיש געהעכערט, און דא רעדט מען נישט פון ערגעץ אויף דיקאלב נאך בראדוועי נאר אין סאמען הארץ פון ווילי, נישט נארמאל.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 11, 2014 7:43 am
דורך farshlufen
ביידע צוזאמען קריגט א דיסקאונט?
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 11, 2014 11:21 am
דורך פליגל
farshlufen האט געשריבן:ביידע צוזאמען קריגט א דיסקאונט?
ביידע ציזאמען איז געווען גראדע א גאנגבארע ארטיקל אין די אפט. הייזער, אבער אז דו רעכנסט ציזאם ווערט פון די דיינונג רום אויך א בעדרום (סליעפס רום בלש"ה) האסטו היצט 6 בעדרוםס אנדערש ווי ביז היצט ווען ס'געווען נאר 5 ווען ס'יז ווען עקסטער, און דער קאך ווערט פארוואנדעלט אין א וואש רום, רעכן אריין 2 ביה"כ (א לוקסוס יענע צייט אין וומ"ס).
ברויכסט נאך א דיסקאונט?