בלאט 1 פון 2

מעמד יובל הארבעים להתייסדות מבצר הכוללים קרית יואל

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 2:00 pm
דורך green sunday
פארגאגענע וואך מאנטיג ר"ח ניסן אויפדערנאכט האבן תושבי קרית יואל זיך באטייליגט ביים היסטאריש'ן מעמד "יובל ארבעים" ווי עס איז אפגעצייכענט געווארן פערציג יאהר צו די התייסדות פון די בארימטע מבצר הכוללים אין קרית יואל.

דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן אינאיינעם מיט א רייכער סעודת ראש חודש אין שפיץ פון כ"ק מרן רבינו מהר"א שליט"א אין "פיער 9" זאל נאהנט צו קרית יואל, א ספר יובל הארבעים איז ארויסגעקימען לרגל השמחה פאר אלע תומכים וואס האבן זיך אונגעשלאסן אין די נייע פראקלאמירטע "קרן הכוללים" פין 500 דאללער אין העכער, ווי די עסקנים געבן איבער איז עס געווען א געוואלדיגע סוקסעס מיט די באטיילנג פין אריבער 1000 תומכים.

דארט ביי דעם מעמד האט מען אויסגעטיילט דעם ספר, דעס ספר קען מען בייקימען אין אפיס פינעם כולל 845-783-9060 מיט די השתתפות פין 500 דאללער אין העכער פאר'ן קרן הכוללים

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 2:05 pm
דורך green sunday
.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 2:06 pm
דורך green sunday
.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 2:07 pm
דורך green sunday
.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 2:09 pm
דורך green sunday
.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 2:10 pm
דורך green sunday
.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 2:12 pm
דורך green sunday
,

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 2:16 pm
דורך green sunday
,

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 2:17 pm
דורך green sunday
,

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 2:19 pm
דורך green sunday
'

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 2:20 pm
דורך green sunday
'

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 2:21 pm
דורך green sunday
'

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 2:24 pm
דורך green sunday
'

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 2:27 pm
דורך green sunday
'

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 2:28 pm
דורך green sunday
'

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 2:29 pm
דורך וואס
זייער אינטערעסאנט.
גרין, קענט איר ביטע שרייבן וואס דער ציל איז געווען מיט דעם יובל.
א פאנדרעזינג ? וויפיל האט מען געדארפט צאלן ארייצוגיין אא"וו.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 2:34 pm
דורך green sunday
זייער פשוט "געלט", נאר יעצט האט מען געגרינדעד א קרן וואס מען וועט אינוועסטירן דאס געלט בעזרת השי"ת אין פארזיכערטע פלעצער אז עס זאל זיין א לאנג טערמינערדיגע הכנסה פארן כולל, מינימום קרן איז 500דאלער, נאר נדבנים פארן קרן אין גרויסע תומכים פין א גאנץ יאר זענען געווען געלאדענט,

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 3:06 pm
דורך פאטאקי08
וואס האט געשריבן:א פאנדרעזינג ? וויפיל האט מען געדארפט צאלן ארייצוגיין אא"וו.

5000 מיט א אינישל דעפאזיט פון 500

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 3:10 pm
דורך שמעלקא טויב
פאטאקי08 האט געשריבן:
וואס האט געשריבן:א פאנדרעזינג ? וויפיל האט מען געדארפט צאלן ארייצוגיין אא"וו.

5000 מיט א אינישל דעפאזיט פון 500


כמעט יעדער מאנ"ש (מהר"א) אויב נישט יעדער האט באקומען א קארטל אריינצוגיין, די כניסה קארט'ל איז לכאו' געווען אז בחורים אדער אנדערע זאלן נישט אנקומען. מ'האט גארנישט געבעטן פארן אריינגיין!

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 3:17 pm
דורך גאלדגרוב
וואו קען מען זען די היסטארישע בילדער פון קרית יואל אמאל וואס מ'האט דארט געןוויזן?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 4:27 pm
דורך שוועמל
וואס מיינט 'מבצר הכוללים'?
דער בנין פון ר' יהושע ווייס ע"ה האט מען געבויט פאר 20 יאר בערך.
איז דאס אווי כולל אברכים תורה ויראה צי ס'האט נאך קלענערע כוללים אונטער זיך?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 5:32 pm
דורך שמעלקא טויב
שוועמל האט געשריבן:וואס מיינט 'מבצר הכוללים'?
דער בנין פון ר' יהושע ווייס ע"ה האט מען געבויט פאר 20 יאר בערך.
איז דאס אווי כולל אברכים תורה ויראה צי ס'האט נאך קלענערע כוללים אונטער זיך?


איר האט שוין אמאל געפרעגט וואס ס'מיינט "מרכז הכוללים" דשיכון סקווירא?...

ס'איז מער ווייניגער די זעלבע! איין כולל וואס האט אין זיך אסאך אפטיילונגן, איינס הייסט כולל מרדכי יעקב און איינס כולל גרונם זרח, פארשטייסט?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 5:45 pm
דורך Iphone
#advertorial

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 5:49 pm
דורך לכתחילה אריבער
איך האב גארנישט קעגן דעם אשכול, פארקערט עס איז א כבוד אז מיר קענען האבן אזא אשכול און עס איז במנוחה.

אבער כ'האב א שטיקל דריקעניש און כ'מוז עס אויסגעבן. (עס איז מן הסתם בעסער אז מען זאל נישט מאכען דערפון א גאנצע שמועס, אויב יא אין א עקסטערע אשכול) דא נישט לאנג האט א נייער שרייבער געפענט א אשכול לכבוד א גרויסארטיגע דינער פאר א געוויסע מוסד. און עס האט מיך פונקט ווי אנדערע נערווירט. מען האט יענעם אראפגעריסן - קען זיין איך אליין אויך - און נאך ביז היינט כמעט אלס ווען יענער שרייבט עפעס, וועט איינער אריין ווארפן עפעס וועגן יענע מוסד.

איז עס נישט א שטיקל דאבל סטענדערט? כ'פארשטיי די גרויסע חילוק, פון דאס ביז יענץ, אבער דאך. נישט אז דאס זאל נישט זיין, פארקערט, ווי געשריבן כ'האב הנאה אז עס איז דא, אבער אפשר וואלט געווען כדאי אז מען זאל יענץ אויך האבן אויפנימען מיט עטוואס מער כבוד.

נאכאמאל אויב איינער וויל ענטפערן, לכאורה בעסער ער זאל צוטירן און לייגן אין א צווייטע אשכול. און נישט עס נעמען כאילו עס האט מיט איינע פון די שרייבער אין די אשכול, באמת דענק איך נישט ווער עס האט אלס געשריבן דארט - און ווי געזאגט כ'מיין איך אליין האב אויך געשריבן - כ'בין דירעקט נישט געגאנגען נאכזיכען יענץ, נאר כ'שרייב עס דא משום די ענדליכקייטן, כאטש וואס - ווי געשריבן - כ'פארשטיי אויך די חילוק.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 6:22 pm
דורך מי חכם
עפעס איז געווען א צעטל פון קהל (מהר"א) אין קרית יואל, א מחאה קעגן דעם מעמד, עפעס וועגן ווידעא וואס איז דארט געווען. נישט זיכער צי עס איז געווען א פאשקעוויל צי א לעגיטימע זאך.