בלאט 1 פון 3
רוח החיים קור ארט - נייער פארק און קרית יואל
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:10 pm
דורך משה יענקל
די חול המועד האט זיך בעז"ה געעפענט נעבן קרית יואל א נייער הערליכער פארק מיטען נאמען "רוח החיים קור ארט".
עס געפינט זיך הארט נעבען קרית יואל, אויף לארקין דרייוו, די אריינגאנג איז אביסעל נאך די אריינגאנג צו די ויואל משה חדר,
עס געהערט צו די ווילעדזש, און עס איז אויפגעבויט מיטען ציל, אז עס זאל זיין אפגעזונדערט פון די גויאישע גאס נאר פאר די קרית יואל'ער איינוואוינער,
מיט די גרעסטע מאס אפגעהינטענקייט ברוחניות, ולעומת זה איז עס צוגעשטעלעט אויף די בעסטען אויפען בגשמיות,
יעצט די חול המועד האט זיך געעפענט די ערשטע פאזע פונעם פארק, "די שפילצייג פארק" וואס דאס נעמט אריין:
א פארק פאר גרויסע אינגלעך
ווי אויך א פארק ווי די טאטעס זאלען קענען מיטנעמען די קלענערע אינגלעך
א פארק פאר גרויסע מיידלעך
ווי אויך א פארק ווי מאמעס זאלען קענען מיטנעמען די קלענערע מיידלעך
די פיר פארקס זענען אפגעטיילט מיט צוימען
די פארק איז הערליך אויסגעשטאטעט מיט די שענסטע אין די בעסטע שפילערייען, פאר אלע יאהרגאנגען ביז די בר מצוה עידזש, דהיינו פון א סענד באקס פאר די קליינע קינדער, ביז א גרויסע ליידיגע שטח אויסגעפלאסטערט מיט ראבער צו קענען ארום לויפען,
עס איז אויסגעשטאטעט מיט סעקיוריטי קאמערעס אין עס האט ביים אריינגאנג א פאבליק סעיפטי שומר וואס געט אכט עס זאלן נישט אריינקומען קיין פרעמדע עלעמענטען,
נאך א מעלה אז עס איז נישט ממש וואקינג דיסטענס, אזוי אז קינדער קענען נישט קומען אן א אויפזיכט, אבער לעומת זה איז דא די טראנספארטאציע פונעם ווילעדזש די מיני באס וואס סטאפט ביים פארק,
די פארק האט זיך ביזדערווייל נאר געעפענט אויף חול המועד, וויבאלד מען ברויך נאך מאכען די לענדסקעיפינג, וואס דאס קען מען נישט מאכען און די ווינטער חדשים,
די פלענער אויף ווייטער,
הארט נעבן די פארק געפינט זיך א לעיק, וואס מען פלאנט דאס צו פילטערן, און אינסטאלירען א שיינעם ברייטען וואלק וועי ארום די גאנצע לעיק אז מען זאל קענען זיך גיין אויסליפטערען און שפאצירען ארום די לעיק,
ווי אויך איז געפלאנט צו דעזיגנידען א פלאץ מיט טישלעך מען זאל קענען לערנען אויף די פרישע ליפט,
ווי אויך איז געפלאנט צו אויפבויען קליינע געשעפטען דארט אויפען פלאץ צו קענען כאפען א טרינק אדער צובייסען וכדומה,
ווי אויך איז געפלאנט אויף צו בויען א געזינט אפטיילונג מיט שווים באסיינען און אן עקסערסייז סענטער,
ווי אויך זומער חדרים, וואס דאס איז לכאורה אז אויב א קעמפ וועט קומען זיך אויסליפטערען אונעם פארק זאל מען קענען לערנען דארט.
דאס איז בקיצור די פלענער פאר הגהות אדער בילדער אדרבה זייט מוסף
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:16 pm
דורך פריילאך
עס וואלט בעסער געווען ווען דאס איז א פריוואטע אינטערנעמונג. וויאזוי מעג לעגאל די ווילעדזש מאכן די אלע באצומינגען?
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:17 pm
דורך לכתחילה אריבער
געהערט אז כדי מען זאל עס קענען ניצען לויט אידישע פארשריפטן, האט מען עס אליינס פינאנציערט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:21 pm
דורך האלץ האקער
פריילאך האט געשריבן:עס וואלט בעסער געווען ווען דאס איז א פריוואטע אינטערנעמונג. וויאזוי מעג לעגאל די ווילעדזש מאכן די אלע באצומינגען?
לכאורה איז עס אזוי און דעס איז נאך אלטץ פון די זאכן וואס סאיז נישט געמאכט דא אויסצולופטערן וד"ל
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:41 pm
דורך שמעלקא טויב
לכתחילה אריבער האט געשריבן:געהערט אז כדי מען זאל עס קענען ניצען לויט אידישע פארשריפטן, האט מען עס אליינס פינאנציערט.
אזוי האב איך געהערט.
די ווילעדזש איינוואוינער מעגן לכאורה פארלאנגן אז זיי ווילן עס אזוי האבן. אין אמעריקא צווינגט מען קיינעם נישט זיך צו פירן שלא בצניעות, ס'איז נישט קיין מלכות של שמד!
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:42 pm
דורך משה יענקל
שמעלקא טויב האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:געהערט אז כדי מען זאל עס קענען ניצען לויט אידישע פארשריפטן, האט מען עס אליינס פינאנציערט.
אזוי האב איך געהערט.
די ווילעדזש איינוואוינער מעגן לכאורה פארלאנגן אז זיי ווילן עס אזוי האבן. אין אמעריקא צווינגט מען קיינעם נישט זיך צו פירן שלא בצניעות, ס'איז נישט קיין מלכות של שמד!
און מאנרא פארק קענען נישט אריין גיין נאר די וואס וואוינען אינטערן טאון אויף מאנרא איז דא קען מען טוהן די זעלבע זאך
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:51 pm
דורך צייטליך
דאס בילד האב איך געכאפט דעם פארגאנגענעם ערב שבת חוה"מ.
די שילד ביים אריינגאנג צום פארק מעלדט אז די "רוח החיים" פארק איז געבויעט און געצאלט געווארן בלויז דורך די איינוואוינער פון קרית יואל אן די הילף פון פעדעראלע געלטער און דעריבער קענען דא פאברענגען בלויז קרית יואל'ער איינוואוינער און עס פארלאנגט זיך פרוף פון אייער אדרעעס ווען מ'קומט שפילן דא. אלע אנדערע געסט ווערן פארבעטן צו פארלאזן דעם פארק און אויב נישט קענען זיי ווערן באשטראפט לויט ווי די געזעץ פארלאנגט. דערביי ווערט אויסגערעכנט א ליסטע מיט 5 אנדערע פארק'ס פאר די איינווואינער פון ארענדזש קאונטי, מאנראו און וואדבערי ווי זיי קענען גיין שפילן און פאברענגען.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:52 pm
דורך מאנ-יימער
דעם פארגאנגענעם חוה"מ
בילדער קרעדיט: אייוועלט גוגל גרופע
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 4:01 pm
דורך נאטרוליסט
עס קוקט אויס אימפרעסיוו אבער איך קלער אז עס איז טו מאטש.
פון די בילדער וואס מ'זעט קוקן די ריידס אויס מער פאר ערוואקסענע ווי פאר קליינע קינדער. עס איז פשוט שרעקענד צו קוקן די מאנסטער ריידס, איך ציטער צי קען זיך נישט א קינד שעדיגן אויף די שפילצייגן.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 4:13 pm
דורך הבדלה וויין
משה יענקל
איך האב הנאה צי זען אז די מאכסט די איינציגסטע חסרון פון די פארק - אז עס איז ווייט - גאר פאר א שטארקע מעלה.
געווען אין די פארק חול המועד מיט די קינדער און ווי עס קוקט אויס וועט מען גיין די נעקסטע מאל צי די פארק חול המועד סוכות, משא"כ ווען איך פלעג וואוינען אין ווילי נישט מער געדאכט, זענען מיינע קינדער געווען טעגליך אין פארק מיט'ן ווייב און מיט מיר יעדע וואך שבת.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 4:14 pm
דורך משה יענקל
נאטרוליסט האט געשריבן:עס קוקט אויס אימפרעסיוו אבער איך קלער אז עס איז טו מאטש.
פון די בילדער וואס מ'זעט קוקן די ריידס אויס מער פאר ערוואקסענע ווי פאר קליינע קינדער. עס איז פשוט שרעקענד צו קוקן די מאנסטער ריידס, איך ציטער צי קען זיך נישט א קינד שעדיגן אויף די שפילצייגן.
נא פאר דעים איז דאך דא עקסטערע פארקס פאר קלענערע קינדער
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 4:16 pm
דורך משה יענקל
הבדלה וויין האט געשריבן:משה יענקל
איך האב הנאה צי זען אז די מאכסט די איינציגסטע חסרון פון די פארק - אז עס איז ווייט - גאר פאר א שטארקע מעלה.
געווען אין די פארק חול המועד מיט די קינדער און ווי עס קוקט אויס וועט מען גיין די נעקסטע מאל צי די פארק חול המועד סוכות, משא"כ ווען איך פלעג וואוינען אין ווילי נישט מער געדאכט, זענען מיינע קינדער געווען טעגליך אין פארק מיט'ן ווייב און מיט מיר יעדע וואך שבת.
צוויי סיבות פארוואס די מציאות קען זיין אנדערש
די ווייב וועט זיין אויסגעמיטשעט און כאפען די מיני-באס מיט די קינדערלעך זיך גיין אויסליפטערען
צווייטענס: אויב עס וועט זיין א סוקסעס וועלן די קינדער אזוי פארפירען אז זיי ווילען גיין............
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 4:21 pm
דורך הבדלה וויין
איך קען מיין ווייב און IT WONT WORK,
אין ווילי איז עס געווען ממש א גאס פון מיין הויז משא"כ דא, ווי אויך קען מען דאך דא שיקן קינדער שפילן סתם אויפ'ן גאס
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 4:32 pm
דורך farshlufen
וואס איז דארט פארהאן וואס ס'איז נישט פארהאן ביינונז אין בעק-יארד?
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 4:37 pm
דורך משה יענקל
הבדלה וויין האט געשריבן:איך קען מיין ווייב און IT WONT WORK,
אין ווילי איז עס געווען ממש א גאס פון מיין הויז משא"כ דא, ווי אויך קען מען דאך דא שיקן קינדער שפילן סתם אויפ'ן גאס
דעמאלס ביזטו טאקע א רחמנות ווייל די קינדער וועלן שטיין אויף דיין קאפ
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 4:40 pm
דורך קארן
צייטליך האט געשריבן:דאס בילד האב איך געכאפט דעם פארגאנגענעם ערב שבת חוה"מ.
די שילד ביים אריינגאנג צום פארק מעלדט אז די "רוח החיים" פארק איז געבויעט און געצאלט געווארן בלויז דורך די איינוואוינער פון קרית יואל אן די הילף פון פעדעראלע געלטער און דעריבער קענען דא פאברענגען בלויז קרית יואל'ער איינוואוינער און עס פארלאנגט זיך פרוף פון אייער אדרעעס ווען מ'קומט שפילן דא. אלע אנדערע געסט ווערן פארבעטן צו פארלאזן דעם פארק און אויב נישט קענען זיי ווערן באשטראפט לויט ווי די געזעץ פארלאנגט. דערביי ווערט אויסגערעכנט א ליסטע מיט 5 אנדערע פארק'ס פאר די איינווואינער פון ארענדזש קאונטי, מאנראו און וואדבערי ווי זיי קענען גיין שפילן און פאברענגען.
הייסט עס אז אן איינוואווינער פון די סיטי וואס וועט פארוויילן די קומענדיגע זומער און קרית יואל וועט נישט האבן קיין דריסת הרגל דארט?
אדער וועט ער מוזן שיקן זיינע קינדער מיט א קרוב,שכן, וואס וואוינט יא א גאנץ יאר און קרית יואל?
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 4:43 pm
דורך פליגל
הבדלה; אין ווילי ביסטו געווען לאקי (מיט א קמ"ץ) אז "די פארק" איז געווען איין בלאק אוועק, משא"כ אין קרית יואל האסטו גראז און ביימער ווייניגער ווי א בלאק אוועק פון דיין הויז.
צייטי; דיין סמארט קאר איז נישט גוט געפארקט באלד באקומסטו א טיקעט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 4:50 pm
דורך צייטליך
קארן האט געשריבן:צייטליך האט געשריבן:דאס בילד האב איך געכאפט דעם פארגאנגענעם ערב שבת חוה"מ.
די שילד ביים אריינגאנג צום פארק מעלדט אז די "רוח החיים" פארק איז געבויעט און געצאלט געווארן בלויז דורך די איינוואוינער פון קרית יואל אן די הילף פון פעדעראלע געלטער און דעריבער קענען דא פאברענגען בלויז קרית יואל'ער איינוואוינער און עס פארלאנגט זיך פרוף פון אייער אדרעעס ווען מ'קומט שפילן דא. אלע אנדערע געסט ווערן פארבעטן צו פארלאזן דעם פארק און אויב נישט קענען זיי ווערן באשטראפט לויט ווי די געזעץ פארלאנגט. דערביי ווערט אויסגערעכנט א ליסטע מיט 5 אנדערע פארק'ס פאר די איינווואינער פון ארענדזש קאונטי, מאנראו און וואדבערי ווי זיי קענען גיין שפילן און פאברענגען.
הייסט עס אז אן איינוואווינער פון די סיטי וואס וועט פארוויילן די קומענדיגע זומער און קרית יואל וועט נישט האבן קיין דריסת הרגל דארט?
אדער וועט ער מוזן שיקן זיינע קינדער מיט א קרוב,שכן, וואס וואוינט יא א גאנץ יאר און קרית יואל?
פארשטיי אליינס אז דאס נאר געמאכט צוריקצוהאלטן פרעמדע עלעמענטן פון דארט. ווען איך פלעג גיין אלץ בחור שפילן באול אין סמיט-קלאוו פארק האב איך אויך נישט געדארפט ווייזן קיין איי-די, אבער ווען די גיום האבן געוואלט איבערנעמען די פארק און שפילן זייער געים האט מען מיך ארויסגעווארפן פון דארט וויבאלד איך בין נישט קיין איינוויאנער פון מאנראו טאון. און די זעלבע האב איך געהאט אין די וואדבערי פארק (כ'געדענק נישט די נאמען, ס'איז אראפציר פון אחדות קאנטרי)
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 4:55 pm
דורך פער בריסטאו
קארן האט געשריבן:צייטליך האט געשריבן:דאס בילד האב איך געכאפט דעם פארגאנגענעם ערב שבת חוה"מ.
די שילד ביים אריינגאנג צום פארק מעלדט אז די "רוח החיים" פארק איז געבויעט און געצאלט געווארן בלויז דורך די איינוואוינער פון קרית יואל אן די הילף פון פעדעראלע געלטער און דעריבער קענען דא פאברענגען בלויז קרית יואל'ער איינוואוינער און עס פארלאנגט זיך פרוף פון אייער אדרעעס ווען מ'קומט שפילן דא. אלע אנדערע געסט ווערן פארבעטן צו פארלאזן דעם פארק און אויב נישט קענען זיי ווערן באשטראפט לויט ווי די געזעץ פארלאנגט. דערביי ווערט אויסגערעכנט א ליסטע מיט 5 אנדערע פארק'ס פאר די איינווואינער פון ארענדזש קאונטי, מאנראו און וואדבערי ווי זיי קענען גיין שפילן און פאברענגען.
הייסט עס אז אן איינוואווינער פון די סיטי וואס וועט פארוויילן די קומענדיגע זומער און קרית יואל וועט נישט האבן קיין דריסת הרגל דארט?
אדער וועט ער מוזן שיקן זיינע קינדער מיט א קרוב,שכן, וואס וואוינט יא א גאנץ יאר און קרית יואל?
ניין לכאורה נישט, זיי מיזן אזוי שרייבן ווייל אויב זיי וועלען נישט אזוי שרייבן וועלען זיי האבן צי טון מיט אויבער חכמים איבערן יאר וואס וועלען אראפ דרייען דעם קאפ אין אפזיצן דארט וואס די ווילעדזש האט נישט קיין חשק צי דעם,
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 4:57 pm
דורך שמעלקא טויב
farshlufen האט געשריבן:וואס איז דארט פארהאן וואס ס'איז נישט פארהאן ביינונז אין בעק-יארד?
פלאץ!
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 5:02 pm
דורך שוועמל
געפעלשטע בילד.
איך זע אינגלעך מיט מיידלעך אויסגעמישט אין זעלבן שפיל-געיט רחמנא ניצלן.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 03, 2013 5:06 pm
דורך פער בריסטאו
שוועמל האט געשריבן:געפעלשטע בילד.
איך זע אינגלעך מיט מיידלעך אויסגעמישט אין זעלבן שפיל-געיט רחמנא ניצלן.
מאכסט זיך אז עס קען אריין פאלען א מיידיל צווישען די יונגלעך, אבער איך גלייב אז נישט עמפטליך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 1:07 pm
דורך Silent
געשמועסט מיט ר' גדלי' סעגעדין חול המועד, בין הדברים האט ער געזאגט אז מ'וועט
נישט ארויסשיקן נישט-אידישע פון די פארק, און אלע סיינס איז געמאכט אויף אידיש כדי נישט צוצוען פרעמדע, און די אינגעל/מיידל טאוולען זאלן נישט מאכן פראבלעמען,
פריילאך האט געשריבן:עס וואלט בעסער געווען ווען דאס איז א פריוואטע אינטערנעמונג. וויאזוי מעג לעגאל די ווילעדזש מאכן די אלע באצומינגען?
קיינער אינפארסירט עס נישט, בס"ה האט די פארק צוויי קאלערס
נאטרוליסט האט געשריבן:עס קוקט אויס אימפרעסיוו אבער איך קלער אז עס איז טו מאטש.
לויט ווי ס'הייסט יעצט וועט נאך צוקומען עטליכע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 1:39 pm
דורך היפאקריט
שמעלקא טויב האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:געהערט אז כדי מען זאל עס קענען ניצען לויט אידישע פארשריפטן, האט מען עס אליינס פינאנציערט.
אזוי האב איך געהערט.
doesn't make any sense, even if they finance it on their own it's still taxpayers money. (unless it's privately financed and owned) and some rules they can't make even if it's privately owned
די ווילעדזש איינוואוינער מעגן לכאורה פארלאנגן אז זיי ווילן עס אזוי האבן. אין אמעריקא צווינגט מען קיינעם נישט זיך צו פירן שלא בצניעות, ס'איז נישט קיין מלכות של שמד!
"לכאורה"? na... probably not the case
"אין אמעריקא צווינגט מען קיינעם נישט זיך צו פירן שלא בצניעות"
"could be true, but this doesn't mean a village can force all rules of "tznius
there might be other ways to be protected under the law, and it's not "oleh al hadaas" that they didn't get/take gov funding if they were able to get
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:05 pm
דורך שמעלקא טויב
די ווילעדזש קען זאגן אז נאר זייערע איינוואוינער זאלן מעגן אריינגיין, אקוראט ווי די לעצטע יארן אין מאנראו פארק!