Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:10 pm

הבדלה וויין האט געשריבן:משה יענקל
איך האב הנאה צי זען אז די מאכסט די איינציגסטע חסרון פון די פארק - אז עס איז ווייט - גאר פאר א שטארקע מעלה.
געווען אין די פארק חול המועד מיט די קינדער און ווי עס קוקט אויס וועט מען גיין די נעקסטע מאל צי די פארק חול המועד סוכות, משא"כ ווען איך פלעג וואוינען אין ווילי נישט מער געדאכט, זענען מיינע קינדער געווען טעגליך אין פארק מיט'ן ווייב און מיט מיר יעדע וואך שבת.

די מציאות איז אז צענדליגער פארפעלקער פארן מיט קארס ביינאכט צי קענען כאפן א שפאציר ביים טאון לעיק, אין צענדליגער מאמעס מיט קינדער פלעגן איינעמען יעדע זינטאג אלע פארקס בשכונת קרית יואל ביז מהאט זיי פארטריבן פין דארט.

סא..אשרי לך אז דיר איז גוט די פארק לעבן דיין הויז, מיט שווארצע פעווינג... און צילאזטע ערלים...אבער פאר די ק"י תושבים איז דאס א שטארקע דערגרייכונג

Advertisement

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:40 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:די ווילעדזש קען זאגן אז נאר זייערע איינוואוינער זאלן מעגן אריינגיין, אקוראט ווי די לעצטע יארן אין מאנראו פארק!

דעיס קען זיין, אויף דעים איך האב ניש געקאמענט. (not sure how monroe park works but this could make sense)

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:57 pm

היפאקריט האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:די ווילעדזש קען זאגן אז נאר זייערע איינוואוינער זאלן מעגן אריינגיין, אקוראט ווי די לעצטע יארן אין מאנראו פארק!

דעיס קען זיין, אויף דעים איך האב ניש געקאמענט. (not sure how monroe park works but this could make sense)

מאנרא פארק בעיט א פאס
פראוו אז מען וועט אין זייער שטחים
די אידען וואס וואוינען אויף סעווען ספרינגס קענען אויך אריינגייו

פרייטאג אפריל 05, 2013 10:44 am

פון אימעיל גרופ:
עטעטשמענטס
רוח החיים.jpg
רוח החיים.jpg (26.37 KiB) געזעהן געווארן 1068 מאל

פרייטאג אפריל 05, 2013 10:48 am

מ'מעג שוין מאכן א פארק פאר די עלטערע.

איר מיינט אז ס'איז נארמאל אז מיר זיצן מיט די פיס ארויף אין אפיס, מ'רירט זיך קוים איבערן טאג און ס'וואקסט דער בייכל ביז מ'בינדט אים ארום מיט'ן אינערליכן גארטל.

רבותי, מ'דארף אנהייבן פארפירן ביז מ'וועט האבן א אייגענע פארק פאר "טאטעס"!!!

פרייטאג אפריל 05, 2013 10:57 am

http://www.bhol.co.il/forums//topic.asp ... rum_id=771

פרייטאג אפריל 05, 2013 11:16 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:מ'מעג שוין מאכן א פארק פאר די עלטערע.

איר מיינט אז ס'איז נארמאל אז מיר זיצן מיט די פיס ארויף אין אפיס, מ'רירט זיך קוים איבערן טאג און ס'וואקסט דער בייכל ביז מ'בינדט אים ארום מיט'ן אינערליכן גארטל.

רבותי, מ'דארף אנהייבן פארפירן ביז מ'וועט האבן א אייגענע פארק פאר "טאטעס"!!!

דאס איז דאך אויך אריינגערעכענט אונעם רוח החיים צוקניפטיגע פלענער
נאר אויף א "מעטשאר" מדריגה
א צום געזינט אפטיילונג JIM בלע"ז

פרייטאג אפריל 05, 2013 11:17 am

משה יענקל האט געשריבן:

הלואי אזאנס אין וויליאמסבורג

פרייטאג אפריל 05, 2013 12:22 pm

זוכסט טאקע א פארק צו מאכן עקסערסייז? די פארק ביי די סאטמערע תלמוד תורה אויף טרופ עוו. האט גאנץ אפאר
עקסערסייז זאכן,קענסט אהין גיין.

פרייטאג אפריל 12, 2013 9:41 am

הערליכע בילדער פונעם פארק קרעדיט דרך ארץ אויף אימעיל גרופ

זונטאג אפריל 14, 2013 9:10 pm

איך וויל מיך עפענטליך באדאנקען פאר די וואס האבן דאס ציגעשטעלט
איך האב מיך געשפארט א שיינע פאר דאללער דעם חול המועד
פלאס זענען די קינדער געווען איבערגליקלעך ב"ה (א זאך וואס געשעהט קיינמאל אפילו נאכן ספענדן אסאך געלט...)

מאנטאג אפריל 15, 2013 9:35 am

פאטאקי08 האט געשריבן:איך וויל מיך עפענטליך באדאנקען פאר די וואס האבן דאס ציגעשטעלט
איך האב מיך געשפארט א שיינע פאר דאללער דעם חול המועד
פלאס זענען די קינדער געווען איבערגליקלעך ב"ה (א זאך וואס געשעהט קיינמאל אפילו נאכן ספענדן אסאך געלט...)

דאס זענען די אלע ק"י טעקס צאלער'ס צןזאמען מיט די בהערדע וואס טיען זייער פליכט מיט אזא געטריישאפט צוצשטעלן וואס מיר דארפן
לעצט פאראכטן דורך האלץ האקער אום מאנטאג אפריל 15, 2013 2:57 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג אפריל 15, 2013 9:45 am

זעהט אויס פיינע נייעס

מאנטאג אפריל 15, 2013 10:31 am

האלץ האקער האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:איך וויל מיך עפענטליך באדאנקען פאר די וואס האבן דאס ציגעשטעלט
איך האב מיך געשפארט א שיינע פאר דאללער דעם חול המועד
פלאס זענען די קינדער געווען איבערגליקלעך ב"ה (א זאך וואס געשעהט קיינמאל אפילו נאכן ספענדן אסאך געלט...)

דאס זענען די אלע ק"י טעקס צאלער'ס

חוץ די טעקס צאלערס, אוודאי די וואס האבן געשתלד'ט און געטוען למעשה. (די וומסב"ג'ע טעקס צאלערס האבן דאס נאכנישט.)

מאנטאג אפריל 15, 2013 10:55 am

האלצער; דו זאגסט יישר כח אין שטוב פאר די נאכטמאל? אמער, דו האסט דאך עס באצאלט?!

מאנטאג אפריל 15, 2013 10:56 am

משה יענקל האט געשריבן:יעצט די חול המועד האט זיך געעפענט די ערשטע פאזע פונעם פארק, "די שפילצייג פארק" וואס דאס נעמט אריין:
א פארק פאר גרויסע אינגלעך
ווי אויך א פארק ווי די טאטעס זאלען קענען מיטנעמען די קלענערע אינגלעך
א פארק פאר גרויסע מיידלעך
ווי אויך א פארק ווי מאמעס זאלען קענען מיטנעמען די קלענערע מיידלעך

וואו דארפן גיין די טאטעס וואס קומען מיט קלענערע מיידלעך, און מאמעס וואס קומען מיט קלענערע אינגלעך?

מאנטאג אפריל 15, 2013 10:57 am

אויב זיי וואוינען אין קרית יואל, זאלן זיי גיין אין די נייע פארק, ז'וועלן זיכער הנאה האבן בס"ד.

מאנטאג אפריל 15, 2013 12:09 pm

האלץ האקער האט געשריבן:דאס זענען די אלע ק"י טעקס צאלער'ס

ב"ה מיין טעקס דאלארעס גייט נישט קיין אפגאניסטאן אדער פאר די שחורים אין בראנקס, עס גייט פאר אונזערע היימישע ליכטיגע קינדערלעך.
עס קומט פאר די באהערדע א עקסטערן דאנק פארן נעמען אונזערע טעקס דאלארס, און אונז עס צוריק געבן אין פארעם פון א הערליכע פארק.

מאנטאג אפריל 15, 2013 2:12 pm

ווינקל האט געשריבן:האלצער; דו זאגסט יישר כח אין שטוב פאר די נאכטמאל? אמער, דו האסט דאך עס באצאלט?!

ווער זאגט עס איז טאקע אויסגעהאלטן?...

זונטאג יוני 09, 2013 9:20 pm

שוין מער ווייניגער פארענדיגט די לענדסקעיפינג

בילד

זונטאג יוני 09, 2013 9:21 pm

בילד

זונטאג יוני 09, 2013 10:29 pm

תכלית הידיעה האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:יעצט די חול המועד האט זיך געעפענט די ערשטע פאזע פונעם פארק, "די שפילצייג פארק" וואס דאס נעמט אריין:
א פארק פאר גרויסע אינגלעך
ווי אויך א פארק ווי די טאטעס זאלען קענען מיטנעמען די קלענערע אינגלעך
א פארק פאר גרויסע מיידלעך
ווי אויך א פארק ווי מאמעס זאלען קענען מיטנעמען די קלענערע מיידלעך

וואו דארפן גיין די טאטעס וואס קומען מיט קלענערע מיידלעך, און מאמעס וואס קומען מיט קלענערע אינגלעך?

הגה! די פארק איז איינגעטיילט ווי פאלגענד:
קינדער מיט טאטעס (אינגעלעך אין מיידלעך) [וועלכע איז אויסגעשטאט מיט אלע סארט שפילצייג פאר קלענערע קינדער, און איז נישט אינטערסאנט פאר גרויסע, והבן]
יונגלעך [וועלכע איז אויסגעשטאט מיט גרעסערע סארט שפילצייג, און איך וואלט דאס אנגערופן אינגעלישע טוי'ס]
קינדער מיט מאמעס (אינגלעך און מיידלעך כנ"ל) [ראה לעיל]
מיידלעך מיט שפילצייג פאר גרעסערע מיידלעך...
ע"כ הגה

איך בין געווען דארט דעם פארגאנגענעם חוה"מ און איך האב גענומען מיינע קינדערלעך ביי די קינדער מיט טאטעס אפטיילונג (ביז דערווייל האב איך מער פון דעם או לו מי ש.....)

מאנטאג יוני 10, 2013 7:07 am

דאס איז שיין

מאנטאג יוני 10, 2013 11:13 am

נעכטן איז ארומגעגאנגען א רעקארדינג אין קרית יואל פון די ווילידזש באאמטע, אז היינט 12:00 עפענט זיך צוריק אויף די פארק (אויב דענק איך גוט), און גלייכצייטיג איז געקומען א אנטשולדיגונג אז די בית הכסא'ס איז נאכנישט גרייט.

מאנטאג יוני 10, 2013 11:17 am

משה יענקל האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:מ'מעג שוין מאכן א פארק פאר די עלטערע.

איר מיינט אז ס'איז נארמאל אז מיר זיצן מיט די פיס ארויף אין אפיס, מ'רירט זיך קוים איבערן טאג און ס'וואקסט דער בייכל ביז מ'בינדט אים ארום מיט'ן אינערליכן גארטל.

רבותי, מ'דארף אנהייבן פארפירן ביז מ'וועט האבן א אייגענע פארק פאר "טאטעס"!!!

דאס איז דאך אויך אריינגערעכענט אונעם רוח החיים צוקניפטיגע פלענער
נאר אויף א "מעטשאר" מדריגה
א צום געזינט אפטיילונג JIM בלע"ז

לענ"ד ברויך מען נישט קיין GYM
אז מען שפילט קעטש - CATCH
אדער באהאלטן צו סיי וואס איז עס פונקט אזא גוטע עקסערסייז
שרייב א תגובה

Advertisement