מאלעזיען עירליין פליגער פעלט - ברוכווארג שטיק אפגעפונען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אין וועלט אריין
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 12, 2013 10:11 am

תגובהדורך אין וועלט אריין » פרייטאג מארטש 28, 2014 9:42 am

אויב דארטן גייען זיי עס טרעפען קען פעסטע רבי עפענען זיין חסידיש עירליין

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » פרייטאג מארטש 28, 2014 10:21 am

זיי האבן געריקט דעם זוך ארט מיט 680 מייל צפון צו, נאכדעם וואס באואינג עקספערטן האט איבערגעמאכט די ווייטקייט וואס די פליגער האט געזאלט קראכן, נאכן באקומען פרישע ראדאר אינפארמאציע אז פלייט 370 איז געפארן אויף אן שנעלערן ספיד, וואס האט געפירט דערצו אז דער פליגער זאל פריער אויסלויפן פון גאזעלין וואס די פארשנעלערטע מאטארן האבן שנעלער אויסגעטרונקען.

וויבאלד די זוך ארט איז געווארן געצילט אהין, האט א ניו זילאנד מיליטערישע פליגער גלייך ביים אנקומען אהין געמאלדן אז זיי האבן געפונען א טוץ פון מעגליכע באשטאנדטיילן פונעם געקראכטן פליגער, א כינע מיליטערישע שיף האט באקומען די אויפגאבע דאס ארויסצושלעפן מארגן שב"ק, דריי וואכן נאכן נעלם ווערן פונעם רעדאר.

דער פריעדיגער זוך ארט 1,500 מייל מעריב-דרום אוסטראליע איז געווען גאר שווער צו זוכן צוליב די דארטיגע שלעכטע וועטערס און מסוכן'דיגע ווארסערן, דאקעגן די יעצטיגע זוך ארט מעריב אוסטראליע זענען די וועטערס מער געאייגנט פאר א זוך אקציע מיט היבש בעסערע ווערטערס אין יענע געגענט.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » פרייטאג מארטש 28, 2014 10:51 am

מיר קוקט עס אויס ווי מען גייט יעדע פאר טאג טוישן מיינונג ווי צו זוכן..
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3022
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » פרייטאג מארטש 28, 2014 12:00 pm

פארוואס נישט ? חזקי׳ האט געזען דעם פליגער בבירור סיי אין פאקיסטאן סיי אין אוזבעקיסטאן און דאס איז נאך גאנצערהייט אן א קראך וכו' כל שכן וכל שכן ...........

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » פרייטאג מארטש 28, 2014 1:17 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:פארוואס נישט ? חזקי׳ האט געזען דעם פליגער בבירור סיי אין פאקיסטאן סיי אין אוזבעקיסטאן און דאס איז נאך גאנצערהייט אן א קראך וכו' כל שכן וכל שכן ...........


מאך נישט חוזק ס'קען נאך זיין מ'וועט עס טרעפן

אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

תגובהדורך בנחיים_שמואלסאן » פרייטאג מארטש 28, 2014 1:19 pm

העי העי, סקען דאך אויך זיין אז נישט

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » פרייטאג מארטש 28, 2014 1:22 pm

מידער האט געשריבן:דער פריעדיגער זוך ארט 1,500 מייל מעריב-דרום אוסטראליע איז געווען גאר שווער צו זוכן צוליב די דארטיגע שלעכטע וועטערס און מסוכן'דיגע ווארסערן, דאקעגן די יעצטיגע זוך ארט מעריב אוסטראליע זענען די וועטערס מער געאייגנט פאר א זוך אקציע מיט היבש בעסערע ווערטערס אין יענע געגענט.

אלץ א ווערטל דערמאנט דאס פון דעם יעניגן וואס האט פארלוירן די שליסלעך אויף איין גאס, אבער זוכט דאס אין די אנדערע גאס ווייל גארט איז לעכטיג. :smile:
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 10:31 am

תגובהדורך חזקיהו המלך » פרייטאג מארטש 28, 2014 2:59 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:פארוואס נישט ? חזקי׳ האט געזען דעם פליגער בבירור סיי אין פאקיסטאן סיי אין אוזבעקיסטאן און דאס איז נאך גאנצערהייט אן א קראך וכו' כל שכן וכל שכן ...........



איך האב נאר נאכגעברענגט לינקס, פארדריי נישט מיינע ווערטער,
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')


אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

תגובהדורך בנחיים_שמואלסאן » מוצ"ש מארטש 29, 2014 9:05 pm

דיינע ווערטער זענען אזוי פארדרייט, נישט שייך זיי מער צו פארדרייען

אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 10:31 am

תגובהדורך חזקיהו המלך » מוצ"ש מארטש 29, 2014 9:15 pm

בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:דיינע ווערטער זענען אזוי פארדרייט, נישט שייך זיי מער צו פארדרייען


נו, אקעי סאו שרייב נישט ווערטער וואס איך האב נישט געשריבען אין מיין נאמען, יעצט בעסטע ציפרידען.....
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')


אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

תגובהדורך בנחיים_שמואלסאן » מוצ"ש מארטש 29, 2014 9:30 pm

איך בין געוועהן צופרידן פריער אויך, #דשאסט_סעיאינג

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מארטש 30, 2014 1:20 am

מען האט געטראפען נאך גרוכווארג, און עס איז מעגליך די זעלבע קאלירן ווי די פליגער. מען האט שוין אויך אויפגעפיקט געוויסע שטיקלעך (כ'ווייס נישט צו דאס זענען די מיט די קאלירן אדער אנדערע.)

עכ"פ זיי זענען שוין גענוג באקוועם אז זיי ווייסען שוין די פלאץ בערך, אז זיי האבן שוין אריןן געברענגט שיפן מיט די מעגליכקייט אויפצוכאפן די "שווארצע באקס".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » זונטאג מארטש 30, 2014 2:56 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:מען האט געטראפען נאך גרוכווארג, און עס איז מעגליך די זעלבע קאלירן ווי די פליגער. מען האט שוין אויך אויפגעפיקט געוויסע שטיקלעך (כ'ווייס נישט צו דאס זענען די מיט די קאלירן אדער אנדערע.)

עכ"פ זיי זענען שוין גענוג באקוועם אז זיי ווייסען שוין די פלאץ בערך, אז זיי האבן שוין אריןן געברענגט שיפן מיט די מעגליכקייט אויפצוכאפן די "שווארצע באקס".

וועלעכע געגענט איז דאס אלעס?

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3022
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג מארטש 30, 2014 12:56 pm

סאררי חזקי איך בעט דיך איבער אויב די האסט עס אגענומען פערסאנעללי הגם מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול.
דיינע מאמרים ולינקס דערמאנען מיר זייער אסאך פון דעם שרייבער/לויער זשאן לופטאס און אויך דעבקע.קאם וואס א יעדע זאך איז געבינדען מיט עט ליעסט נאך פופציג חשבונות און קאנספיראציעס.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מארטש 30, 2014 1:38 pm

מכטי1 האט געשריבן:וועלעכע געגענט איז דאס אלעס?

ראדני קארנער הופער
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מארטש 30, 2014 2:25 pm

שוועמל האט געשריבן:
מכטי1 האט געשריבן:וועלעכע געגענט איז דאס אלעס?

ראדני קארנער הופער

וואסידאס שוועמי טייערער? ער פרעגט דאך א נארמאלע פראגע?

אין זעלבען וואסער, אביסל א אנדער געגענט, מער ארויף\צפון, און מער צו לינקס\מעריב. בל"נ באלד וועלעך לייגען א מאפע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג מארטש 30, 2014 6:03 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:מען האט געטראפען נאך גרוכווארג, און עס איז מעגליך די זעלבע קאלירן ווי די פליגער. מען האט שוין אויך אויפגעפיקט געוויסע שטיקלעך (כ'ווייס נישט צו דאס זענען די מיט די קאלירן אדער אנדערע.)
עכ"פ זיי זענען שוין גענוג באקוועם אז זיי ווייסען שוין די פלאץ בערך, אז זיי האבן שוין אריןן געברענגט שיפן מיט די מעגליכקייט אויפצוכאפן די "שווארצע באקס".


דערווייל האט מען נאך נישט געטראפן קיין איין שטיקעל ברוכווארג פינעם פליגער.. גערעכט?

מעגליך מען האלט נאך ביי אלף און מען ווייסט ניאטאמאל ווי די פליגער האט געקראכט?!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מארטש 30, 2014 6:12 pm

מחותן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:מען האט געטראפען נאך גרוכווארג, און עס איז מעגליך די זעלבע קאלירן ווי די פליגער. מען האט שוין אויך אויפגעפיקט געוויסע שטיקלעך (כ'ווייס נישט צו דאס זענען די מיט די קאלירן אדער אנדערע.)
עכ"פ זיי זענען שוין גענוג באקוועם אז זיי ווייסען שוין די פלאץ בערך, אז זיי האבן שוין אריןן געברענגט שיפן מיט די מעגליכקייט אויפצוכאפן די "שווארצע באקס".


דערווייל האט מען נאך נישט געטראפן קיין איין שטיקעל ברוכווארג פינעם פליגער.. גערעכט?

מעגליך מען האלט נאך ביי אלף און מען ווייסט ניאטאמאל ווי די פליגער האט געקראכט?!

Nען האט שוין אפגעפיקט סחורה, און עס איז למעשה נישט פון די פליגער. אויך איז דא שטיקלעך מיט די קאליר פון די פליגער בערך 6 פיס גרויס, 4 שטיק. וואס דאס האט מען נאכנישט אויפגעפיקט. מען האט עס געזעהן פון א עראפלאן. מען ווארפט אריין אזא "GPS" שווימען דארט אויפן פלאץ, און מען שיקט אהין א שיף עס אויפיקען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » זונטאג מארטש 30, 2014 6:21 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:מען האט געטראפען נאך גרוכווארג, און עס איז מעגליך די זעלבע קאלירן ווי די פליגער. מען האט שוין אויך אויפגעפיקט געוויסע שטיקלעך (כ'ווייס נישט צו דאס זענען די מיט די קאלירן אדער אנדערע.)
עכ"פ זיי זענען שוין גענוג באקוועם אז זיי ווייסען שוין די פלאץ בערך, אז זיי האבן שוין אריןן געברענגט שיפן מיט די מעגליכקייט אויפצוכאפן די "שווארצע באקס".


דערווייל האט מען נאך נישט געטראפן קיין איין שטיקעל ברוכווארג פינעם פליגער.. גערעכט?

מעגליך מען האלט נאך ביי אלף און מען ווייסט ניאטאמאל ווי די פליגער האט געקראכט?!

Nען האט שוין אפגעפיקט סחורה, און עס איז למעשה נישט פון די פליגער. אויך איז דא שטיקלעך מיט די קאליר פון די פליגער בערך 6 פיס גרויס, 4 שטיק. וואס דאס האט מען נאכנישט אויפגעפיקט. מען האט עס געזעהן פון א עראפלאן. מען ווארפט אריין אזא "GPS" שווימען דארט אויפן פלאץ, און מען שיקט אהין א שיף עס אויפיקען.


אין די זעלבע צייט פארפירן די פאמיליע מיטגלידער פון די פאסאזשירן פאר קלארע און אמתע אינפארמאציע, זיי טענה'ן אז מ'באהאלט דעם אמת

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11437
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג מארטש 30, 2014 7:12 pm

גזירה על המת שישתכח מן הלב

אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 10:31 am

תגובהדורך חזקיהו המלך » זונטאג מארטש 30, 2014 8:25 pm

מחותן האט געשריבן:
מעגליך מען האלט נאך ביי אלף און מען ווייסט ניאטאמאל ווי די פליגער האט געקראכט?!


אין צי ס'האט בכלל געקראכט ......
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')


אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

טעכנעלאיגע אדער ליפטעלאגיע?

תגובהדורך קעניגזאן » זונטאג מארטש 30, 2014 10:54 pm

צום וויפילטן מאל שטעלט זיך ארויס אז די גאנצע אזוי גערופענע טעכנעלאגיע, איז ווערד א נזיד עדשים ווען מען דארף עס האבן. יעדן טאג שפראצן ארויס פרישע זאכן ווי שוואמען נאך א רעגן, העכסט פראפשענעל טרעקינג דעווייסעס, פארגעשריטענע סעטעלייטס באשמירן די וועלטליכע בייאגראפיע, סענסערס, מאנעטערס, וכלים מכלים שונים, אזש עס קען זיך דוכטן אז מיר זענען אין דור הפלגה.. און אלעס איז גוט אזוי לאנג ווי מען דארף עס נישט, די רגע עס ברענט, עס איז קריטיש וויכטיג, זענען זיי ווערט א זעץ אין די ציין... אויגן פון איבער די גאנצע וועלט זענען אין די טעג געוואנדן קיין מאליזיע, ווי א ריזן דזשעט, א מאסיווער באיאינג מיט קרוב צו 300 נפשות זענען בייזוויליג אדער פעלערהאפטיג - געוואנדן לויט די טעאריעס - אוועק געוואשן געווארן במצולות הים, אין די שרעקעדיגע אינדיאנע אקעאן.

אזא מאסיווער וויזל טיער ווי דעם באיאינג קאסט דאך אפ הונדערטער מיליאנען דאלער. איין קליין פליגל פון דעם פליגער קאסט שווערער מיליאנען. איך בין נישט אויסן דא צו געבן עצות פאר די באיאינג פירמע, אבער די מיליאן דאלער קשיא פרעגט יעדער איינער, טא וויאזוי איז אין אזא מאדערנע עפאכע נישט מעגליך צו פארזיכערן אז אזא ריזן פייגל זאל פארדינען א ריכטיגן טרעקינג טשיפ? וואס קיין שום זאך זאל דאס נישט קענען דערשטיקן, פונקט ווי דער שווארצער קעסטל. וויאזוי מעג זיך אזא ביליאן דאלערדיגע מאשין אויפהייבן מיט הונדערטער נפשות און איז אויסגעשטעלט צו ווערן נעלם אין בליץ סקונדען? מיט אלע סיגנאלן און ראדארס קען זיך אלעס אויסלעשן אזוי ווי עס איז געשען אין אונזער פאל, און אן איבערלאזן די מינדערסטע שפיר. וואס טוט זיך מיט א דזשי פי עס וואס ארבעט offline? איך גלייב נישט אז איך האב אנדעקט דא די מיסטיריעזע אינזעל, אבער די פראגע איז בוער עד לב השמים.

(געברענגט פון א.מ.ג. ווי א ליינער האט מיר געבעטן עס דא צו ווידער פאסטן)
לעצט פאראכטן דורך קעניגזאן אום זונטאג מארטש 30, 2014 11:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » זונטאג מארטש 30, 2014 10:59 pm

דער ענטפער איז לכאורה אז דער 777 פליגער איז שוין געבויעט געווארן 25 יאר צוריק נאך פאר די לעטעסט טעכנאלאגיע האט עקזיסטירט

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג מארטש 30, 2014 11:22 pm

די ענטפער איז אז gps כאפט נישט פון צוויי מייל אינטער וואסער.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג מארטש 30, 2014 11:25 pm

והנה און נון האט געשריבן:דער ענטפער איז לכאורה אז דער 777 פליגער איז שוין געבויעט געווארן 25 יאר צוריק נאך פאר די לעטעסט טעכנאלאגיע האט עקזיסטירט

די פליגער איז געבויעט געווארן אפריל '02 למספרם. (שוין נאך סעפטעמבר 11)
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אלי' מקוה יוד, גליקליכע ברודער, רינדעכיג און 70 געסט