"עי טיים סיום הש"ס" - גאנץ ש"ס אונטער איין דאך במשך אפאר שעה

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

"עי טיים סיום הש"ס" - גאנץ ש"ס אונטער איין דאך במשך אפאר שעה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

ב"ה

איך גלייב אז רוב עולם דא האט עס שוין באגעגנט אדער עכ"פ געהערט דערפון, אבער פאר די וואס ווייסן נאכנישט פון וואס איך רעד און ווי אויך לתועלת הלומדים וויל איך דא אין קורצן אראפלייגן דאס ענין.

Shas.jpg
Shas.jpg (6.66 KiB) געזען 7533 מאל
מה זאת?...

די פשוטע פאקטן ומציאות הענין – דעם קומענדיגן זונטאג פרשת ויקהל ט"ז אדר א' תשע"ד לפ"ק (ולמספרםFeb. 16, 2014 ) וועלן זיך צונויפזאמלען תחת קורת גג אחד 274 אידן וואס צווישן זיי אלע איז צוטיילט געווארן גאנץ ש"ס וואס באשטייט פון 2711 בלאט, צעהן בלאט פער לומד. במשך די לעצטע פאר וואכן און חדשים האבן זיי גוט דורכגעלערנט די צען בלאט גמרא וואס זיי האבן אויסגעוועלט כדי עס זאל זיין כמונח בקופסא אז מען זאל דאס קענען גרינג אדורכלערנען אין איין טאג כזקן ורגיל אין א אפשניט פון אפאר שעה. אין דעם אויבנדערמאנטן טאג גייט פארקומען א "יום הש"ס" ווי ס'גייען זיך צוזאמקומען די אלע וואס האבן איינטייל גענומען אינעם לימוד הש"ס, און עס גייט ווערן אפגעראכטן א פולן פראגראם מן הבוקר עד הערב ווי מ'גייט אדורך לערנען יעדער איינער זיין סלאט וואס באשטייט פון צען בלאט גמרא, און אזוי ארום אינאיינעם מסיים זיין גאנץ ש"ס. די יום הש"ס גייט פארקומען אינעם פראכטפולען אוישען פלעיס האטעל אין לאנג ברענטש ניו דזשערזי.


די תכלית דערפון – עס איז איבריג ארויסצוברענגן וואס די מוסד "דורות מבורכים – עי טיים" איז, א מוסד וואס באשטייט פון ארויסהעלפן אחב"י המצפים לישועה בזש"ק. "עי טיים" טוט אהערשטעלן פארשידענע סערוויסעס אויף ארויסצוהעלפן, פארגרינגערן און בעז"ה פארשנעלערן די לעכצנדע ישועה אויף וואס די אלע פארפעלקער קוקן ארויס בכליון עינים. ווער ס'פארמאגט נאנטע משפחה און ידידים וואס האבן זיך געמוטשעט מיט דעם ענין דארפן נישט קיין לאנגע הסברים וואס "עי טיים" האט געמיינט פאר זיי. מ'קען צוגיין צו סיי וועלכע אינגערמאן וואס האט נהנה געווען פון זיי בעבר ובהוה און הערן ערשטהאנטיג ווי אזוי די מוסד "עי טיים" האט זיי ליכטיג געמאכט און ארויסגעהאלפן בכמה אופנים דורכצושטיפן די שנות הנסיון אויף די גרינגסטע וועג וואס איז עכ"פ שייך.

הזמן יכלו והם לא יכלו אדורכצוגיין בפרטיות יעדע סערוויס וואס זיי שטעלן צו, (וואס געוויסע דערפון איז ניטאמאל שייך צו שרייבן דא ברבים) אבער בקוצר אמרים ובראשי פרקים איז דאס מער ווייניגער יעדע סארט סערוויס וואס מ'ברויך האבן דורכצושטיפן דעם שווערן דורכגאנג. בהלכה, בהשקפה, בחיזוק הנפש, בחיזוק ממון, בהדרכה פרטית, בהדרכה כללית, בידיעה, וכו'. אין קורצן גערעדט, "א לעבנסוויכטיגע מוסד" וואס דינט ווי עלטערן פאר די פארפעלקער המצפים לישועה.

יעצט צום ענין, אלס א מוסד וואס זארגט זיך פאר זייערע מעמבערס בכל אופן שיהי', זענען זיי אויפגעקומען מיט דעם אויבנדערמאנטע געדאנק אז טאקע דעם זעלטענעם געוואלדיגן געשעעניש פון מסיים זיין גאנץ ש"ס אויף אזא פארנעם דורך א אחדות'דיגן צוזאמשטעל פון אלע סארט לומדי תורה (צווישן זיי רבנים, דיינים, חסידים, ליטאים, פון אלע קרייזן און פון אלע עקן..) מיט איין ציל, זאל זיין לזכות גדול פאר די אלע פארפעלקער לישועה שלימה בקרוב ממש.


די ציל דערפון – אזא געוואלדיגן געשעעניש פארשטייט יעדער איינער איז למעשה היפש לימיטעד נאר פאר די צאל לומדים וואס איז שייך איינטייל צו נעמען בפועל דערינען (יעצט בעת'ן שרייבן די שורות אין נאך דא געבליבן בלויזע דריי סלאטס עוועלעבל). איז דאך אבער דא נאך א געוואלד אידן וואס ווילן אויך האבן א שטארקן חלק אין אזא זעלטענעם ערשיינונג, ע"כ דאס צו ערמעגליכן איז די סיום הש"ס אויסגעארבעט געווארן אויף א וועג פון ספאנסערשיפס. יעדע לומד געבט די מעגליכקייט פאר זיינע ידידים וחברים צו באקומען א אייניגע שותפות אין דעם סיום הש"ס דורך ספאנסערן א בלאט מיטן סכום פון 180$, עס איז אויך דא די מעגליכקייט צוגעבן א קלענערן סכום פון 18$ אין העכער, אדער גאר סאך מער צו ספאנסערן א גאנצע סדר אדער מסכתא אין ש"ס. והמוסיף מוסיפין לו. אזוי ארום ווערט די סיום הש"ס געפראוועט אויף א שטערקערן פארנעם ממש "בשם כל ישראל" טייל מיטן חלק ה'יששכר' דורכן לערנען בפועל, און א גרעסערן טייל דורכן חלק ה'זבולין' מיטן ספאנסערן צו ערמעגליכן אזא גרויסן געשעעניש. אבער אלע אינאיינעם מיט א פאראייניגטן ציל ארויסצוהעלפן די אייגענע ידידים, משפחה און גוטע פריינט וואס וועלן בעז"ה געניסן פון דעם זכות גדול, און פארשטייט זיך אז דאס וועט דאך אויך געבן די פינאנציעלע מעגליכקייט פאר "עי טיים" למעשה אנצוגיין מיט זייער ביז יעצטיגע פעולות, ובנוסף נאך צולייגן וואס ס'פעלט זיך אויס ביתר שאת ועוז.

דא איז די וועבזייטל ווי מ'קען מיטהאלטן די גאנצע מעשה לעבעדיג http://www.shasathon.org/

היות עס געפונען זיך צווישן די לומדים כמה וכמה אייוועלט חברים אשר ע"כ ווען מ'זעהט צווישן די נעמען א געוויסע נאמען פון א חבר ביטע אריינווארפן אפאר דאלאר מיט א שטיקל קאממענט ולכל היותר א ספאנסערשיפ להצלחה ולזכות וכדו', די לומד האט א שטארקע טובת הנאה דערפון ווייל דאס שטיפט אים פאראויס צו זיין אונטערגענומענע גאעל וואס ס'פעלט זיך אים אויס אלס לומד. וכמובן האנדלט מען זיך איין דערמיט די גרויסע חלק און זכות ווי פריער ארויסגעברענגט.

חשובע לומדים אייוועלט חברים וואס ווילן מ'זאל וויסן אז זיי געפונען זיך צווישן די לומדים זאלן ביטע מגיב זיין צו לאזן וויסן פאר ווער עס קען זיי מען זאל זיי ספאנסערן.

יישר כח למפרע און תזכו למצוות!
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

יא, שוין געהערט דערפון, ס'איז גאר א געוואלדיגע זאך דאס.

כ'האב גראדע אינזין געהאט שוין א שטיק צייט צוריק זיך משתתף צו זיין דורך מיינס א משפחה מיטגליד וואס ציילט זיך אויך צווישן די לומדים נאר ס'איז מיר ארויס פון קאפ, יישר כח פארן דערמאנען.

זאל דער זכות ביישטיין פאר די אלע וואס זענען עוסק צוזאם שטעלן אזא געוואלדיגע פראיעקט, און אוודאי זאלן די אלע אידן - פאר וועמענס זכות מען מאכט דאס - געהאלפן ווערן בקרוב.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

זיך שוין משתתף געווען ביי א חבר מיינס וואס האט גענומען צען בלאט.

יישר כח פאר די שיינע באריכט, אזא טאג דארף צו זיין גאר אינטערסאנט מיטצוהאלטן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

איינער האט די עד וואס עס איז געווען אין בלאט פארגאנגענע וואך?
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

דא איז מיין נתינה (ביזדערווייל די לעצטע אויפן בלאט)

http://www.shasathon.org/avrumshiawachsman
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

מאנ-יימער האט געשריבן:דא איז מיין נתינה (ביזדערווייל די לעצטע אויפן בלאט)

http://www.shasathon.org/avrumshiawachsman

ווערי-נייס-אוו-יו יימר'ל פארן צוענדיגן זיין גאעל.. תזכו למצוות
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

איך האב עס נישט געענדיגט, איינס נאך מיר האט עס פארענדיגט.

אינטערסאנט מיטצוהאלטן ווי די נומערן רוקן זיך ארויף יעדן טאג, שוין אויפגעטריבן באלד דריי הונדערט טויזענט דאלאר.

shas.JPG
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

דאס איז נאך קנאפע דרייסיג פראצענט פון זייער גאול. איך גלייב אז יעצט נאכן ענדיגן מיט די בלעטער ליציטאציע וועלן זיי זיך נעמען פלייסיג ארבעטן אז יעדער זאל ערפילן זיין אינטערנעמונג.
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

מאנ-יימער האט געשריבן:אינטערסאנט מיטצוהאלטן ווי די נומערן רוקן זיך ארויף יעדן טאג, שוין אויפגעטריבן באלד דריי הונדערט טויזענט דאלאר.

יעדע פאר מינוט..
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

שכח מאנעלע פאר דיין אכצענער תזכו למצוות
אטעטשמענטס
77.jpg
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
pianist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:07 pm
לאקאציע: ביים פיאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pianist »

איך האב ב״ה אויך די זכי׳ צו זיין צווישן די לומדים אין אזא גיוואלדיגע פראיעקט, אויב איינער זעהט מיין נאמען דארט, ווארף אריין עפעס.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

פשיהא א געוואלדיגער פראיעקט!

מיר ווארטן צו זען ביז דעס גייט ווערן א אינטערנעשאנעל סגולה אין די סעריע פון כולל'ס, דאס מאל א "ש"ס כולל"

מיר וועלן ענדיגן פאר אייך דרייסיג טעג גאנץ ש"ס פאר די ביליגע סכום פון 2500 דאלער.
ווערט א מעמבער היינט!

ווער וויל דען נישט ענדיגן 30 מאל ש"ס פאר 2500 דאלר...?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
pianist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:07 pm
לאקאציע: ביים פיאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pianist »

ר׳ שוועמל, די ציל דא איז נישט אזוי ווייט פאר די סגולה חלק ווי די מאכן געלט חלק.

עי טיים איז נישטא אנציטראגן סגילות פאר קיינעם, פארדעם איז דא גענוג און נאך פיינע אידן מיט אידענעס, אנטשטאט צו פארן מיט בייקס גייט מען לערנען, און ס׳איז זיכער א זכות פאר די פאר פעלקער
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

pianist האט געשריבן:איך האב ב״ה אויך די זכי׳ צו זיין צווישן די לומדים אין אזא גיוואלדיגע פראיעקט, אויב איינער זעהט מיין נאמען דארט, ווארף אריין עפעס.

גם אני בתוכם, איך בין אויך פון די גרויסע לומדים. ווער עס האט די פריווילידזש מיך צו קענען זאל ביטע אויב מעגליך צולייגן א פלייצע און ספאנסערן. אז מ'קען נישט נעמען א בלאט זאל מען כאטש נעמען צוויי בלאט... אדער לכה"פ ח"י דאללאר. יעדע דאללאר איז עפפרישיעטעד...
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

שמחת החיים האט געשריבן:
pianist האט געשריבן:איך האב ב״ה אויך די זכי׳ צו זיין צווישן די לומדים אין אזא גיוואלדיגע פראיעקט, אויב איינער זעהט מיין נאמען דארט, ווארף אריין עפעס.

גם אני בתוכם, איך בין אויך פון די גרויסע לומדים. ווער עס האט די פריווילידזש מיך צו קענען זאל ביטע אויב מעגליך צולייגן א פלייצע און ספאנסערן. אז מ'קען נישט נעמען א בלאט זאל מען כאטש נעמען צוויי בלאט... אדער לכה"פ ח"י דאללאר. יעדע דאללאר איז עפפרישיעטעד...


סעים היער...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

WOW יעדער לערענט חוץ איך..
פארוואס האב איך נישט געוויסט פון די גאנצע זאך ביז היצט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

שוועמל האט געשריבן:WOW יעדער לערענט חוץ איך..
פארוואס האב איך נישט געוויסט פון די גאנצע זאך ביז היצט?

ס'נאך געבליבן אפאר געציילטע בלעטער כאפ שנעל
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וואס הייסט געבליבן, ער שרייבט דאך אויבן 10 בלאט פער לומד?
עניוועי פון וואו כאפט מען?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

פון די וועבער זייטל אינעם ערשטן תגובה
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

פרישע אנשיקעניש....
יוזען דעם ש"ס פאר א מאני מעקינג ביזנעס....

אנגהויבן מיט תהלים,
יעצט מיט ש"ס
נעקסט מיט סידור....
וואס נאך..
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

יהיה כן האט געשריבן:פרישע אנשיקעניש....
יוזען דעם ש"ס פאר א מאני מעקינג ביזנעס....

אנגהויבן מיט תהלים,
יעצט מיט ש"ס
נעקסט מיט סידור....
וואס נאך..


איך האב געוויסט אז מאנכע וועלן האבן טענות אויף דעם נאבעלן פראיעקט, איך האב נאר נישט געקענט טראכטן וואס די טענות ווועלן זיין...
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

יהיה כן האט רעכט.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
pianist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:07 pm
לאקאציע: ביים פיאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pianist »

יהיה כן האט געשריבן:פרישע אנשיקעניש....
יוזען דעם ש"ס פאר א מאני מעקינג ביזנעס....

אנגהויבן מיט תהלים,
יעצט מיט ש"ס
נעקסט מיט סידור....
וואס נאך..


די חלוק פון די פראיעקט מיט תהילים/חצות וכדו׳ כולל איז, די אלע מאכן געלט אויף מענטשען׳ס צרות, און דא פראבירט מען ס״ה אויפצוטרייבן געלט פאר א ארג. וואס ווער ס׳איז נאר אמאהל צוגעקומען צו זייער הילף פארשטייט די וויכטיגקייט דערפון.
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

פיאניסט האט רעכט..

ואגב איז דאס טאקע אויך איינע פון די חורבנות פון די גרויסארטיגע תהלים כולל, אז יעדע ארגאניזאציע/מוסד וואס וועט פון היינט און ווייטער אויפקומען מיט א דיפפרענט מהלך אין פאנדרעיזינג אנדערש ווי דזשאסט א טיפיקעל דיננער וכדומה וועט מען שרייען תהלים כולל...
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מי חכם האט געשריבן:יהיה כן האט רעכט.

האט דער פראיעקט אן המלצה פון גדולי הדור? איך קען באשטיין אז דער מוסד זאל מצליח זיין און אז אידן זאלן מסיים זיין ש"ס, פון מיין קוק ווינקל שמעקט דאס פון ואל תעשם קורדום לחפור בה.


א "שאסעטאן" קומט פון א; מאראטאן, בייקרעטאן און טעלעטאן. לימוד התורה איז א סגולה בכח עצמאותה אן די אלע שם לוי'ס



דאס איז מיין נער'ישע מיינונג
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”