"עי טיים סיום הש"ס" - גאנץ ש"ס אונטער איין דאך במשך אפאר שעה

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ראשית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 11:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשית »

סארי אבער מאלן וואסער איז נאר ווען מ'רעד מיט די מויל דא מאלט מען קנעפלעך :grin:
בשביל התורה שנקרא ראשית, בשביל ישראל שנקרא ראשית
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

באמת וואלט איך געדארפט אפשרייבן א לענגערע באריכט פון דעם אומביישרייבליכן טאג וואס מיר האבן זוכה געווען מיטצולעבן אין א משך פון פערצן שעה. עס איז געווען א טאג וואס איז שווער אראפצולייגן אז איינער וואס איז נישט דארט געווען זאל פארשטיין די הרגשים פון די משתתפים, איך וואלט ענדערש געראטן ווער עס דארף א פערזענליכע באריכט זאל כאפן א שמועס מיט סיי וועלכע פון די איבער פיר הונדערט לומדי הש"ס וואס האבן געהאט א חלק אין דעם הערליכן היסטארישן געשעעניש און הערן ערשט האנטיג אלע דעטאלן. איך האף אז עס זאל זיך מאכן די קומענדיגע פאר טאג אביסל צייט אויף אראפצולייגן די בלויזע כראנאלאגישע דעטאלן און באריכטן. ביזדערווייל גיב איך איבער די מייק פאר די בערך א מנין אייוועלט שרייבער וואס האבן זיך באטייליגט דארט זאלן אראפלייגן זייערע געפילן איבער דעם טאג.
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

קרעפטיג האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:די אגענדע פון געוויסע ניקס: מאלן וואסער

ס'איז א געהעריגע דיסקאשען, ביטע צייג אן ווי מ'מאלט וואסער דא.


וואסי די פראבלעם, שנאפס רעדט פון זיין פערזענליכע אגענדע.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

שמחת, אפשר קענסטו דא איבערגעבן אין קורצן וואס איז געווען די פראגראם ביים סיום? וואס איז פארגעגאנגען דארט? ווער האט גערעדט? געזינגען? יישר כח.
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

שמחת החיים האט געשריבן:באמת וואלט איך געדארפט אפשרייבן א לענגערע באריכט פון דעם אומביישרייבליכן טאג וואס מיר האבן זוכה געווען מיטצולעבן אין א משך פון פערצן שעה.
[..]
ביזדערווייל גיב איך איבער די מייק פאר די בערך א מנין אייוועלט שרייבער וואס האבן זיך באטייליגט דארט זאלן אראפלייגן זייערע געפילן איבער דעם טאג.

בילדער האט איר? זייט מזכה ביטע
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

מ'קען דא איבערזעהן כמעט די גאנצע אפגעכאפטע חלק וואס מ'האט נעכטן געזעהן לייוו.

דאס לערנען:
http://new.livestream.com/accounts/2125 ... s/42549881

די טאנצן נאך די סעודה אינעם ביהמ"ד זאל:
http://new.livestream.com/accounts/2125 ... s/42616731
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

מצב כללי האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:די אגענדע פון געוויסע ניקס: מאלן וואסער

ס'איז א געהעריגע דיסקאשען, ביטע צייג אן ווי מ'מאלט וואסער דא.


וואסי די פראבלעם, שנאפס רעדט פון זיין פערזענליכע אגענדע.


וואס איז מיין פערזענליכע אגענדע?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

שנאפס האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:די אגענדע פון געוויסע ניקס: מאלן וואסער

ס'איז א געהעריגע דיסקאשען, ביטע צייג אן ווי מ'מאלט וואסער דא.


וואסי די פראבלעם, שנאפס רעדט פון זיין פערזענליכע אגענדע.


וואס איז מיין פערזענליכע אגענדע?

גוטע קשיא, כ'האב מיך די זעלבע זאך געוואונדערט.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

שנאפס האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:די אגענדע פון געוויסע ניקס: מאלן וואסער

ס'איז א געהעריגע דיסקאשען, ביטע צייג אן ווי מ'מאלט וואסער דא.


וואסי די פראבלעם, שנאפס רעדט פון זיין פערזענליכע אגענדע.


וואס איז מיין פערזענליכע אגענדע?


מאלן וואסער... (נעם עס נישט ערענסט, פאר מער קוק אויף מיין אוועטער)
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

(ע"פ בקשת כמה חברים לייג איך ארויף א שטיקל באריכט פונעם פארגאנגענעם זונטאג)

נאך וואכן און חדשים פון הכנות צום גרויסן היסטארישן געשעעניש פונעם סיום הש"ס וואס מ'האט זיך געגרייט דורכצולערנען און מסיים זיין גאנץ ש"ס אין איין טאג תחת קורת גג אחד לזכות אחב"י המצפים לישועה בזש"ק, איז ענדליך אנגעקומען דעם גרויסן טאג. דאס עקסטאז בעפאר און די הרגשים בשעת מעשה זענען געווען העכער אלע ערווארטונגען. צו באשרייבן אזא גרויסן און היסטארישן געשעעניש איז כמעט אוממעגליך ארויסצוברענגען עלי גליון מיט איר אמת'ן פולן הרגש וואס מיר האבן מיטגעלעבט אין די שעות ע"ג שעות פון תורה און שמחה. אבער כדי צו פאראייביגן דעם גרויסן טאג און מיטצוטיילן עטוואס מיט דע וואס האבן נישט געהאט די געלעגנהייט עס מיטצוהאלטן וועל איך דא נאר אביסל איבערגיין דעם גרויסן טאג אויף א כראנאלאגישן סדר.

אנגעהויבן האט זיך עס באמת שוין פון דעם פארגאנגענעם שבת בעפאר דעם יום הש"ס, ווי אימער מ'האט זיך אנגעטראפן מיט לומדים האט מען געזעהן ווי מ'כאפט נאך אריין צוצוענדיגן דעם חלק הש"ס וואס מ'האט זיך אונטערגענומען צו לערנען, צו איז דאס געווען פרייטאג צונאכטס נאך די סעודה, שבת צופרי פון אפאר שעה פארן דאווענען אדער גאר ביי שלש סעודות האב מען צוגעזעהן ווי די לומדים זענען צוגעבינדען צו די גמרות און כאפן אריין צוצוענדיגן און נאכאמאל איבערחזר'ן די בלעטער, אזוי אז עס זאל זיין כמונח בקופסא גרייט עס צו קענען גרינג איבערלערנען במשך אפאר שעה אינעם זונטאג'דיגן היסטארישן טאג. מוצ"ש איז מען זיך געגאנגען לייגן פריה שלאפן מען זאל האבן די כח מיטצוהאלטן דעם מארגענדיגן פולן טאג, נישט אז מ'האט געקענט שלאפן, די עקסטאז איז געווען גרויס, אבער א דרימל דא און דארט האט מען אריינגעריקט (געהערט פון כמה לומדים).

זונטאג צופרי – יום א' לסדר ויקהל משה את כל עדת וגו', די גרויסע טאג איז אנגעקומען, מען איז אויפגעשטאנען בהשכמה ווען די גאנצע שטאט איז נאך געווען איינגעהילט אינעם זונטאג'דיגן שלאף, זיך געשטעלט דאווענען, און זיך תיכף ארויסגעלאזט אויפן וועג זיכער צו מאכן מען זאל אנקומען בעצייטענס נישט צו פארפאסן קיין איין מינוט פון דעם גרויסן טאג. איך בין ארויסגעפארן מיט א חבר, אויפ'ן וועג האט געהערשט א אויפגעהייטערטע שטימונג מיט שפאנונג צו די איבערלעבעניש וואס מיר גייען אט אט מיטלעבן, אום 9:30 האבן מיר שוין געזעהן פונדערווייטענס דעם הערליכן "אוישען פלעיס" האטעל און ביים אריינגאנג צום פארקינג לאט זיך באגעגנט מיטן גרויסן ברוכים הבאים טאוועל באגריסנדיג די פילע לומדים וואס האבן זיך אריינגעשלענגעלט אינעם שוין אנגעפילטן פארקינג לאט. נאך אפאר מינוט האבן מיר ענדליך געטראפן א ליידיגע ספאט צווישן די הונדערטע פרי אנקומענדע קארס פון די לומדים. ארויסקומענדיג פונעם קאר האבן מיר זיך באגריסט מיט פולע אידן וואס זענען געקומען צו פארן פון אלע עקן, און פון אלע שיכטן און קרייזן. אריינקומענדיג אינעם האטעל זענען מיר באגריסט געווארן דורך די חשובע עי-טיים סטעף צוווייזענדיג אין וועלכע ריכטונג צו גיין, מיר האבן זיך אראפגעשלענגעלט די לאנגע קארידארן פונעם האטעל עס האט זיך דערמאנט פון די ישיבה יארן, גייענדיג זייט ביי זייט מיט אלע סארט אידן מיט גמרות און ספרים אונטערן ארעם. אנקומענדיג אינעם הערליכן קארידאר צווישן די גרויסע זאלן האט אונז אפגעווארט א לוקסעריעזע קבלת פנים, די ווענט זענען געווען באצירט מיט טאוולען לכבוד די זעקס חשובע גרעסערע ספאנסארס פון די זעקס סדרים אין ש"ס. אין די זייט איז געווען אראפגעשטעלט א הארפ שפילער וואס האט אריינגעברענגט א געשמאקע אטמאספער אין די לופט מיט איינגענעמע קלאסישע געזאנגען. ביים טיר זענען מיר אפגעווארט געווארן דורך הר"ר שאול ראזען שליט"א די מייסד עי-טיים וואס האט אונז אלע העפליך און ווארעם באגריסט.

אביסל ארויפציר זענען מיר ארויף די טרעפ אנצוקומען צו די לוקסעריעזע זאלן ווי עס איז געווען צוגערישט א רייכע פרישטיג כיד המלך. שוין וויסנדיג בעפאר אז די אלע עסן במשך'ן טאג זענען געספאנסערט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם יודא באנדא הי"ו פון פאמאגרעניט, וואס איז אויך גראדע דארט געווען אלס איינע פון די חשובע לומדים, האבן מיר שוין געוויסט אז מיר וועלן הונגעריג נישט בלייבן, און מיר זענען טאקע נישט אויסגעשפילט געווארן. פארנט פונעם זאל איז געווען צוגעשטעלט א ריזיגן אויסוואל פון אלע ערליי משקאות און מילכיגע מאכלים, אריינקומענדיג אין זאל איז געווען צוגערישט א רייכע אויסוואל פון אלע ערליי פרישטאגס וואס מען האט שוין אמאל באגעגנט. ארומדרייענדיג אינעם זאל האט געהערשט א געשמאקע ערנסקייט זעענדיג די פולע ציבור וואס איז אויפגעשטאנען פריה און אנגעקומען גרייט צו אזא גרויסן טאג. איך האב זיך אנגעטראפן מיט פילע חברים און באקאנטע, צווישן זיי באקאנטע פון אויסלאנד וואס האבן אויך זיך גענומען די מיה ארויסצוקומען מיטצוהאלטן דעם גרויסן טאג – די יום שכולו תורה. ווי פאסיג איז געווען צו עסן דעם פת שחרית אין די שיינע זאלן וואס זענען הערליך אויסגעשטעלט מיט'ן פנים צום גרויסן ענדלאזן ים הגדול, ווען מיר דערכאפן זיך דאס הארץ צו האבן כח אריינצושווימען אינעם ענדלאזן ים של תורה פאר די קומענדיגע פאר שעה ברציפות. טראץ דעם נארהאפטיגן ברייטן פרישטאג האט זיך נישט ערלויבט צו פארברענגען צו לאנג דארט וויסענדיג אז מ'דארף זיך צואיילן ווייל אט אט הייבט זיך אן דעם סדר הלימוד.

נאך א קורצע הכנה האב איך געריכטעט מיינע טריט צום גרויסן זאל וואס איז פארוואנדעלט געווארן אין א ריזיגן בית המדרש. ביים אריינגאנג צום ביהמ"ד זאל איז מען צוגעגאנגען מיט די איינטריט קארטלעך זיך איינצושרייבן אז מען איז דא כדי צו לאזן וויסן אז די בלעטער וואס מ'האט אויסגעוועלט וועט בעז"ה ווערן פארענדיגט. מען האט צוגעטיילט פאר יעדן לומד א הערליך ספעציעל געדריקטע גמרא אויף די אייגענע צען בלאט. געדריקט געווארן דורך די מוציאים לאור פון ש"ס "עוז והדר – מתיבתא". אינעם ערשטן בלאט איז געווען אריינגעלייגט אפאר צעטלעך, א ליסטע פון נעמען וואס האבן זיך מזכיר געווען מען זאל זיי אינזין האבן לזכות ביים לערנען, א פערזעליכע הזכרה ליסטע פון די חברים וואס האבן זיך מזכיר געווען ביים געבן געלט צו ספאנסערן דעם לימוד היום, און א ספעציעל תפלה צוגעפאסט צו דעם מעמד בלימוד כל הש"ס לזכות המצפים לישועה.

אריינשפרייזענדיג אין דעם גרויסן ביהמ"ד זאל מיט די גמרא אין די האנט האב איך באגעגנט א מחזה הוד וואס איז שווער אראפצולייגן, א פיל געפאקטע ביהמ"ד מיט הונדערטער לומדים שאקלען זיך אריין אין די גמרות און לערנען מיט א געשמאק. עס האט זיך שוין שווער געטראפן א ליידיג פלאץ מען האט געהאלטן אין איין צוברענגען בענקלעך פאר די פילע אנקומענדע לומדים. איך האב זיך אראפגעזעצט אויף מיין פלאץ צווישן מיינע חשובע שכינים א געמיש פון אלע סארט אידן מימין ומשמאל, עס האט זיך געהערט אין די לופט א קול תורה מיט אלע הברה'ס, ליטאים און חסידים, ספרדים און אשכנזים, איך בין אויטאמאטיש געווארן אריינגעשלעפט אינעם ים של תורה אנהייבנדיג מיטן ספעציעלע תפלה פארן לערנען און תיכף זיך גענומען צו מיינע בלעטער גמרא. זיך אומקוקענדיג ממזרח וממערב, מצפון ומים, איז געווען א געשמאק צוצוזעהן ווי מ'טרעפט זיך אין א ישיבה'דיגע אטמאספער, די קול תורה איז בוקע רקיעים, א געמישטע ישיבה מיט א צוזאמשטעל פון סאטמאר, לעיקוואד, און פאנאוויטש באנאזאם. בני תורה, רבנים ודיינים, ארבעטס לייט און בעלי בתים, אבות ובנים, אלע פארזינקען אין א קאך אין ברען מיט א געשמאק פון לימוד התורה. די עולם איז געזיצן אריינגעטוהן אין תורה און אויסגעטוהן פון אלע הבלי עולם הזה. עס איז נישט געווען אזא זאך מען זאל זיצן און שמועסן אדער פארברענגען, עס האט זיך נישט געגליסט צו בטל'ן אפילו איין מינוט פון אזא אויר של תורה. אידן זענען געווען אריינגעטוהן אין קאמפלעצירטע סוגיות של אביי ורבא ביז געשמאקע אגדתא סוגיות, מען האט זיך געמאטערט אין שווערע קדשים מקצועות אין ש"ס, מיט א געשמאק פון לימוד התורה ביגיעה ובשמחה.

אום איינס אזייגער האט זיך אויפגעשטעלט הר"ר נפתלי אלימלך ווייס שליט"א און האט שווערליך געקענט שטיל מאכן דעם שטורעמישן קול תורה. ער האט מיט קורצע ווערטער באגריסט דעם ציבור מיט א ברוכים הבאים, און ארויסגעברענגט דעם ציל פונעם טאג וואס מען זאל נישט פארגעסן און האלטן פאר די אויגן, וואס דאס איז אז דאס לערנען זאל זיין לזכות אחב"י המצפים לישועה בזש"ק, נאכפאלגענדיג מיט א קורצע דרשה דורכן מייסד ומנהל המוסד הר"ר שאול ראזען שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט זיינע הרגשים צום מעמד און פארציילט אביסל בפרטיות די פעולות המוסד. דערנאך איז מען געגאנגען זיך אפרוען מיט א שטיקל הפסקה פון א מיטאג מאלצייט, וואס כמעשהו בראשונה האט די פירמע "פאמאגרעניט" ווייטער צוגעשטעלט א רייכע אויסוואל פון מאכלים צו געבן כח אויפן קומענדיגן סדר.

צוויי אזייגער האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה אינעם ביהמ"ד, נאכן דאווענען איז אויפגערופן געווארן דורכן מנהל המוסד א חשובע אינגערמאן וואס האט אביסל אנגעווארעמט דעם ציבור אראפלייגנדיג זיין שווערן השתלשלות החיים, ער האט פארציילט באריכות ווי ער האט זוכה געווען נאך יארן ווארטן געהאלפן צו ווערן מיט א בן זכר, וואס האט ארויסגעברענגט אן עקטאז און שמחה ביים ציבור וואס האט צוגעהערט זיין ישועה, אבער האט זיך תיכף אריבערגעטוישט צו א שווער געפיל הערנדיג דעם שווערן ענדע ווי ער האט אראפגעלייגט אז ער האט זוכה געווען צו האלזן זיין "יודא'לע" נישט מער ווי דריי מאל, איידער ער האט אים צוריקגעגעבן צום אדון הנשמות לישיבה של מעלה. זיך אומקוקענדיג צווישן ציבור האט זיך אנגעזעהן ווי די עולם איז איבערגענומען געווארן דערפון זיך ווישנדיג די טרערן.. "אז איר האט זוכה געווען צו קינדער, דאן גייטס אהיים און הייבט זיי אויף און האלזט זיי ארום מיט א ליבשאפט ווייל איך האב דאס זוכה געווען צו טאהן נישט מער ווי דריי מאל!..." האט ער אויסגעשריגן מיט טרערן אין די אויגן צו די פארזאמעלטע. דאס התרגשות אין ביהמ"ד האט מען געקענט טאפען אין די לופט. ער האט צוגעענדיגט מיט די הילף וואס ער האט באקומען פון עי טיים במשך די גאנצע צייט פון זיין איבערלעבעניש, און צוגעענדיגט אז ער האפט און בעהט השי"ת ווייטער אויף זיין ענדגילטיגע ישועה. אונטער דעם ווארימען רושם האט זיך די עולם צוגעזעצט צום צווייטן סדר הלימוד אינזין האבנדיג דעם ציל פונעם טאג אז די לימוד כל הש"ס זאל זיין לזכות המצפים לישועה. יעצט בעת שרייבנדיג די שורות האט מיר די חשובע מנהל המוסד פארציילט אז ער האט נארוואס באקומען א טעלעפאון רוף פון א חשובע בן תורה, אז ער האט זיך אונטערגענומען מסיים צו זיין גאנץ ש"ס במשך דעם קומענדיגן יאר לזכות דעם אויבנדערמאנטע אינגערמאן ער זאל שוין זוכה זיין אויפגעראכטן צו ווערן.

אזוי איז ווייטער אנגעגאנגען דעם צווייטן סדר היום ביתר שאת ועוז. במשך דעם לערנען זענען ארומגעגאנגען די עסקנים פונעם טאג און אדורכגעגאנגען יעדן לומד זיכער צומאכן אז מ'וועט אנקומען צוצוענדיגן די צעהן בלאט, צו וואס עס איז אנגעגרייט געווארן אלטערנעט לומדים וואס איז באשטאנען פון חשובע תלמידי חכמים, (הר"ר שלום קעסלער שליט"א פון באבוב, הר"ר שבתי קעסטענבוים פון תורתך שעשועי, הר"ר שרגא גאנדל פון ק"י און נאך פילע) אידן וואס האבן שוין מסיים געווען ש"ס, וואס זאלן נעמען די איבריגע בלעטער צוצוענדיגן די אלע אומפארענדיגטע בלעטער. אזוי ארום צו ערמעגליכן דעם ציל פון טאג צו ענדיגן כל הש"ס כולו תחת קורת גג אחד אין איין טאג. אינמיטן דעם נאכמיטאג סדר איז ערשינען אין ביהמ"ד א חשובע גאסט הגאון רבי ירוחם אלשין שליט"א מראשי ישיבת ביהמ"ד גבוה לעיקוואד און האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי ברכה, ארויסברענגענדיג די הרגשים צו אזא גרויסן טאג, און צוגעלייגט אז ער האלט אז עס איז זיכער א היסטארישע זאך וואס האט נאך לכאורה עד היום נישט פאסירט. און אנגעוואונטשן די חשובע לומדים מיט דברי ברכה. זעקס אזייגער איז פארענדיגט געווארן דעם סדר הלימוד פונעם טאג, עס איז צוגעשטעלט געווארן לייכטע איבערבייס אינדרויסן פון ביהמ"ד, אינעווייניג אין ביהמ"ד האבן נאך געוויסע לומדים צוגעענדיגט מיט א פלייס די בלעטער, און אום 6:15 האט נאכגעפאלגט א קנאקעדיגן מעריב וואס האט פארענדיגט דעם ערשטן תורה'דיגן סדר פונעם טאג.

תיכף דערנאך איז די עולם איינגעליידענט געווארן צום גרויסן מעמד הסיום וואס איז אהערגעשטעלט געווארן אינעם קעגנאיבערדיגן עלעגאנטן זאל. צום מעמד הסיום זענען אויך געליידענט געווארן די חשובע פרויען פון די לומדים צו געבן די מעגליכקייט פאר זיי אויך מיטצוהאלטן פונדערנאנט דעם גרויסן היסטארישן טאג אין וואס זיי האבן אויך א חלק. די זאל איז געווען אהערגעשטעלט אויף א עלעגאנטע און רייכע פארנעם ווי עס פאסט פאר אזא גרויסן מעמד. די זאל איז בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן מיט די איבער "פיר הונדערט לומדים" און מען האט געדארפט צולייגן נאך פילע זיץ פלעצער. עס איז סערווירט געווארן א גאר רייכע סעודה כיד המלך לכבודה של תורה. במשך דעם אווענט האבן מהנה געווען מיט רייכע נגינה חשובע בעלי מנגנים, רובם אליינס פון די לומדים, די שירה קאור אנגעפירט דורך ר' שרגא פייוול גאלד הי"ו, ר' שלמה טויסיג הי"ו און ר' ישראל וויליגער הי"ו, באגלייט מיט די רייכע "פריילעך ארקעסטרע" וואס האט מהנה געווען מיט פאסיגע נגינה צוגעפאסט צו דעם טאג.

די מעמד האט געעפנט הר"ר יחיאל אייזנשטאדט הי"ו פון די באורד מעמבערס פון עי-טיים, ער האט אנגעפירט מיטן סדר המעמד און האט צווישן אנדערע אויפגערופן די חשובע בעלי דרשנים, הרב רבי דוד אוזרי שליט"א פון די ספרדישע רבנים, און שפעטער נאך רעדנער ווי די פרעזידענט פונעם מוסד הר"ר משה אהרן פישער הי"ו פארוועם עס איז צוגעטיילט געווארן א מתנה, א עלעגאנטע קערה צום יום טוב פסח הבעל"ט ארויסצוברענגן דעם "וכאן הבן שואל" וואס די סדר ברענגט ארויס און וואס הר"ר משה אהרן הי"ו טוט ערמעגליכן מיט זיינע פעולות חובקות זרועות עולם לטובת די פארפעלקער המצפים לישועה אין די ראמען פון זיין שטיין בראש פון אלע סערוויסעס אהערגעשטעלט דורך עי-טיים. ער האט זיך אויך באדאנקט פאר די אלע ספאנסארס און חברי המוסד. דערנאך איז געהערט געווארן די צענטראלע דרשה דורכן מנהל המוסד הר"ר שאול שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט זיינע הרגשים צום גרויסן מעמד וואס מיר האבן נארוואס מיטגעלעבט, און אויסגעשמועסט די פילע סערוויסעס וואס עי-טיים שטעלט צו פאר די חשובע פארפעלקער המצפים לישועה. ער האט ארויסגעברענגט די צובראכענקייט און די שווערע מצבים וואס די פארפעלקער גייען אדורך, און ווי מ'וועט בעז"ה דורך די געלט וואס מ'האט אויפגעטריבן פון דעם טאג, קענען ווייטער ממשיך זיין ביתר שאת מיט די אלע לעבנסוויכטיגע סערוויסעס צו פארגרינגערן די מצב און בעז"ה צואיילן זייער ישועה. דערנאך האט נאכגעפאלגט א קורצע אבער אינהאלטספולע דרשה דורך א חשובע אינגערמאן וואס האט אראפגעלייגט זיין הכרת הטוב פאר עי-טיים וואס האט אים געהאלפן במשך די יארן וואס ער האט זיך געמוטשעט מיט דעם נסיון און צוגאב צו די ביטערע מחלה, און זיין ענדגילטיגע ישועה ווען ער איז לעצטענס אויפגעראכטן געווארן מיט א בן זכר.

אינמיטן איז די מעמד באשיינט געווארן מיט די ערשיינונג פונעם חשובען לעיקוואדער משגיח הגאון רבי מתתי' סאלאמאן שליט"א וואס האט זיך בטירחא דגופא מטריח געווען צו באשיינען דעם מעמד און אויסדריקן זיינע הרגשים און דברי ברכה, וואס אין פאקט איז די חשובע משגיח שליט"א טאקע געווען די מתחיל במצוה מיטן שרייבן די המלצה בריוו לטובת דעם גרויסן מעמד. דערנאך איז מען צוגעטרעטן צום הויעכפונקט פונעם טאג, דעם עצם סיום הש"ס, וואס איז געמאכט געווארן דורך איינע פון די באורד מעמבערס הר"ר אברהם אויש הי"ו פון די עסקנים און חברי הנהלה אין מאנסי, וואס צוליב זיין פאטערס יארצייט איז ער נתכבד געווארן מיטן מאכן דעם סיום. איידערן סיום איז געזאגט געווארן א תפלה ברוב עם צוגעפאסט צום סיום הש"ס, נאכן סיום האט זיך דער עולם ספאנטאן ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ, בריקודין של שמחה דאנקענדיג השי"ת אז מען האט זוכה געווען מיטצוהאלטן אזא גרויסן טאג. עס איז ווידער געווען א מחזה הוד צוצוקוקען ווי עס טאנצען אזויפיל אידן באהבה אחוה ורעות, אלע סארט אידן פון אלע שיכטן און קרייזן מכל פינות האנט ביי האנט בהתלהבות און מיט א אמת'ע תורה'דיגע שמחה, בבחינת "שמחת תורה" במלא מובן המלה.

דערנאך האט נאכגעפאלגט דאס בענטשן וואס איז בעפאר ליצוטירט געווארן, און געקויפט געווארן דורך א חשובע לומד פאר זיין פאטער. די וויין איז געווען מברכת הג"ר חיים קניעווסקי שליט"א וואס האט אויך געשיקט מברכותיו אינעם המלצה בריוו צו דעם גרויסן מעמד. נאכן בענטשן האט מען זיך פריש פארזאמעלט באותו מקום ווי עס איז פארגעקומען דעם עצם הלימוד און ממשיך געווען מיט די ריקודין של מצוה ושמחה אינעם ביהמ"ד זאל. די חשובע לומדים האבן זיך געפרייט און געטאנצן בשמחת התורה מיט אן עקסטאז וואס לאזט זיך נישט באשרייבן, זקנים ונערים, בעלי בתים ואברכים, בני תורה און רבנים מיט אן התלהבות של שמחה והודי' אז מען האט זוכה געווען צו האבן א חלק און מיטלעבן אזא גרויסן היסטארישן געשעעניש.

עס איז שוין געווען קרוב לחצות הלילה ווען די מוזיק האט זיך אפגעשטילט און די עולם איז זיך צוגאנגען מיט א פרייליך געפיל, מען האט זיך אפגעזעגנט פון די חברים אין דעם היינטיגן ישיבה מיט וועם מען האט געלערנט באנאזאם, און שפעט אין די נאכט זענען מיר אנגעקומען אהיים צוריק אין שטאט ווען עס האט זיך געשפירט ווי מען וואלט נישט דא געווען פאר אפאר טאג, זייענדיג אינגאנצען אפגעריסן פון דעם טאג טעגליכן סדר היום און אריינגעווארפן אינעם ים של תורה, אזוי האט זיך צוגעעענדיגט דעם טאג מיט א תפלה אויף והערב נא ה' אלקינו את דברי תורתך וכו', און א הארציגע תפלה פאר די פארפעלקער המצפים לישועה זיי זאלן זוכה זיין צו זייער לעבנס וואונטש פון ונהי' אנחנו וצאצאינו וכו'.
לעצט פארראכטן דורך שמחת החיים אום דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 1:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

יישר כח פאר די הערליכע באשרייבונג!
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

verveist האט געשריבן:יישר כח פאר די הערליכע באשרייבונג!
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

ישר כוח.
זייער שיין אראפ געלייגט, עס האט זיך געפילט ווי אין זאל.

וואס הייסט אז מען האט ציגעפאסט א ספעציעלע תפלה?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

יישר כח שמחת החיים פאר די הערליך שיינע דעטאלירטע באריכט!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אויסנאם גוט געשריבן.
זייער לעבעדיג אראפגעלייגט. עס גליסט זיך צו האבן דארט געווען
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

להגדיל שמו האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:איך האב געלערנט 10 בלאט נעכטן נאר נישט אין א האטל נאר אין ביהמ"ד זיך גרייטטנדיג צום 3טע יסודי התורה פארהער אן קיין לייוו קעמרעס
די פאמפע דערפין ווערט געמאכט דורך קהל
די לומדים פין ביידע פלעצער לערנען לשם לערנען, און די מארגים פאמפען ביידע, יעדער מיט זייער אגענדע.
די אגענדע ווען קהל פאמפט איז צי בויען די פארטיי.


איז מעגליך נאר פאר מינוט אביסל ארויסצוקיקען פון אייער מצוצום'דיגען שמאלען פארטיישען בליק??

עס שטייען צענדליגער יונגעלייט אויפן פראנט טאג און נאכט ווי סאלדאטען און מיט מסירת נפש ברענגן זיי אריין תורה און די ארבייטס יונגעלייט, זיי שטעלן אהער שיעורם און חברותות און מאכען א ווינט אז עס זאל אינטערסאנט און אז אנדערע זאלן זיך וועלן אנשליסען אינען שיעור, זיי האבן געמאכט א רעוועלאוציע אינעם עולם התורה והחסידות, הינדערטער יונגעלייט זענענן אויפגעראכטען געווארען מיט א נייע שיעור און א נייע סיפוק החיים, נגידים לאזען זיך צאלען טויזענטער'ס צו באצאלן פאר די וואס פארהערן זיך,

זע אז די זאכען האבן גארנישט מיט א פארטיי, עס זענענן אידן וואס ווילען בויען תורה לשם תורה.
לעצט פארראכטן דורך מחותן אום דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 9:28 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

געלעגער האט געשריבן:אויסנאם גוט געשריבן.
זייער לעבעדיג אראפגעלייגט. עס גליסט זיך צו האבן דארט געווען


ג"א מצטרף שטארק הנאה געהאט, און חרטה פאר זיך נישט מיטאכאפען איך האב געהאט א חבר וואס האט מיר געשלעפט צו גיין אבער איך האב עס נישט אויסגעניצט, חבל.
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

מחותן האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:איך האב געלערנט 10 בלאט נעכטן נאר נישט אין א האטל נאר אין ביהמ"ד זיך גרייטטנדיג צום 3טע יסודי התורה פארהער אן קיין לייוו קעמרעס
די פאמפע דערפין ווערט געמאכט דורך קהל
די לומדים פין ביידע פלעצער לערנען לשם לערנען, און די מארגים פאמפען ביידע, יעדער מיט זייער אגענדע.
די אגענדע ווען קהל פאמפט איז צי בויען די פארטיי.


איז מעגליך נאר פאר מינוט אביסל ארויסצוקיקען פון אייער מצוצום'דיגען שמאלען פארטיישען בליק??

עס שטייען צענדליגער יונגעלייט אויפן פראנט טאג און נאכט ווי סאלדאטען און מיט מסירת נפש ברענגן זיי אריין תורה און די ארבייטס יונגעלייט, זיי שטעלן אהער שיעורם און חברותות און מאכען א ווינט אז עס זאל אינטערסאנט און אז אנדערע זאלן זיך וועלן אנשליסען אינען שיעור, זיי האבן געמאכט א רעוועלאוציע אינעם עולם התורה והחסידות, הינדערטער יונגעלייט זענענן אויפגעראכטען געווארען מיט א נייע שיעור און א נייע סיפוק החיים, נגידים לאזען זיך צאלען טויזענטער'ס צו באצאלן פאר די וואס פארהערן זיך,

זע אז די זאכען האבן גארנישט מיט א פארטיי, עס זענענן אידן וואס ווילען בויען תורה לשם תורה.

קודם וועגען מיין צומצום. איך בין א שטארקע חסיד פין די זעלבע רבי וואס די ביסט, איך טי נישט קיין שום זאך אין מיין לעבען פארן עס אויסשמיסען מיט אים.
און אזוי ווי איך האב אויבען געשריבען(איך ווייס נישט פארוואס די האסט עס אויסגעשניטען) לערן איך יסודי התורה יעדען טאג.
נאר אז מען נעמט אן ארגענעזאציע און מען רייסט זיי אראפ ווייל זיי ניצען ר"ל די תורה צי פאנדרעזן געלט, וויל איך פשוט אפענען דיין פארשלאפענע אויגען אז קהל טוט די זעלבע זאך. און איך זעי נישט אז דאס זאל זיין ראנג.
טייערע מחותן, איטס טיים זיך אויצוטיען די שווארצע גלעזער, נישט יעדער וואס האלט אנדריש ווי דיר איז א....
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

זייער שיין באשריבן שמחת החיים.
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

הערליך שיין און לעבעדיג אראפגעשריבן!
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

להגדיל, איך כאפ נישט וואס איר זאגט, און פון וועלכע רבי איר זענט א חסיד, און זיכער איז עס נישט די זעלבע רבי פון מיר, ווייל מיר זענענן בכלל נישט פון די כת החסידים, מיר זענענן דורי דורות ממשיכי דרך הגר"א.

איך האב אייך פלעין געוואלט מעורר זיין נאכדעים וואס איר האט געשריבען 4 מאל אז יסודי התורה איז מיט א ציל להגדיל הפארטיי, וויל איך אייך זאגען אז איר האט א טעות און ווי עס זעט אויס יעצט איינמאל האט די תורה קאמפיין גארנישט מיט די פארטיי, עס איז א ריין תורה קאמפיין לשם תורה, און עס איז א אינסאלט פאר די גענרעלער וואס פירען עס און א אינסאלט פאר די לומדים צו זאגען אז עס איז א פארטיי זאך, בתקווה להבנה.
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

2-3 פאונטס פארגעסן צו שרייבן.

1. די ספרדישע רב הרב אוזרי שליט"א ביי זיין דרשה האט גערעדט עפעס אויסנאם גוט און פאוערפול, צום סוף האט ער זיך צוקאכט און אנגערופן אז ער שפירט ווי ער וויל זינגען לכבוד די מאורע אבער היות ער קען נישט זינגען בעט ער די זינגערס זאלן ארויפקומען, האט אים איינער געזאגט אז די באקאנטע זינגער יעקב שוועקי איז איינע פון די לומדים, האט ער אים ארויפגעשלעפט און ער האט דעליווערט אפאר קנאקעדיגע שטיקלעך, אנגעהויבן מיט וזכינו לגדל פון ברוך לעווין און שפעטער זיין והערב נא און נאך. בכלל האבן די חברה - פרייליך, שירה, שוועקי און די אנדערע דעליווערט א קנאק פון א דזשאב. פרייליך האט געהאט א עדישאן פון א שיינע סטרינג בעיס פון 3-4 פידלעך. זיי האבן דעליווערט די עידית שבעידית וואס זיי קענען. (עס איז דא אפאר קליפס דערפון אויף מה-נשמע).

2. אינמיטן טאנצען האט מען אויסגערופען אז א נדבן האט זיך אונטערגענומען צוצוענדיגן די גאעל ביז א מילליאן דאללער!.. וואס לעת עתה האלט עס ביי קנאפע 950 אלפים, דאס מיינט נאך פופציג.

3. קדם וויינערי, איינע פון די גרויסע ספאנסארס האבן אויסגעטיילט א מתנה פאר אלע לומדים, א באטל וויין לכבוד חודש אדר.

איך לייג דא צו אפאר בילדער וואס איך האב.

מתנה פון קדם
מתנה פון קדם
photo 1.JPG (23.78 KiB) געזען 2069 מאל

ר' שאול ראזען ביי די אריינגאנג צום ביהמ"ד
ר' שאול ראזען ביי די אריינגאנג צום ביהמ"ד

די גמרא אריינגעקריצט די נאמען און מסכתא אויף א פלעיט אויפן דעקל.
די גמרא אריינגעקריצט די נאמען און מסכתא אויף א פלעיט אויפן דעקל.
photo 3.JPG (42.52 KiB) געזען 2069 מאל
לעצט פארראכטן דורך שמחת החיים אום דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 1:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

נאך בילדער...

די גמרא
די גמרא
photo 5.JPG (32.65 KiB) געזען 2916 מאל


די הארפ שפילער ביי די ארבעט אין די האלוועי ביים אנקומען
די הארפ שפילער ביי די ארבעט אין די האלוועי ביים אנקומען
photo 6.JPG (31.06 KiB) געזען 2916 מאל


די הארפ שפילער ביי די ארבעט אין די האלוועי ביים אנקומען
די הארפ שפילער ביי די ארבעט אין די האלוועי ביים אנקומען
photo 7.JPG (33.19 KiB) געזען 2916 מאל
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

נאך איינס...

די עם הדומה.. ביים צושטעלן די גרויסארטיגע סושי ביי לאנטש...
די עם הדומה.. ביים צושטעלן די גרויסארטיגע סושי ביי לאנטש...
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

די חברה זענענן גוט.
וועם ניצען זיי פאר PR? און ווער איז געווען דער מוח אינטער די גאנצע עיווענט??
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”