באריכטן און אנאליזן
פרייטאג ינואר 03, 2014 3:20 pm
עס ווערט נאך געברענגט פין אים
Advertisement
פרייטאג ינואר 03, 2014 3:25 pm
סדאכטציך דיר. מונקאטשער רב אין דברי תורה ברענגט דאס פון רבי'ן ר' בער.
דער זכות פון אלע צדיקים זאלן מגין זיין אויף מנחם משולם בן שאניא עטיה זאל געראטעוועט ווערן פון אלעס שלעכטס. און ס'זאל זיין א פרייליכע שבת!
פרייטאג ינואר 03, 2014 3:26 pm
ווייסט איינער אויב עס איז דא א קאמענד צענטער ?
איך וויל זייער שטארק ארויסהעלפן, לדעתי איז עס פיקוח נפש ממש, מען טאר נישט פארשפילן קיין צייט
פרייטאג ינואר 03, 2014 3:28 pm
ריף שומרים
פרייטאג ינואר 03, 2014 3:32 pm
עס דאכט זיך מיך נישט. עס ווערט נאך געברענגט פון אסאך צדיקים. אויך פון צאנזע רב. אקעי צוריק צום נושא
פרייטאג ינואר 03, 2014 3:44 pm
להגדיל שמו האט געשריבן:איך וויל וויסען וויפיל מאל איך וועל דארפען מאכען ריפרעש אויף מיין בראזער צי זען די גיטע נייעס אז מען האט אים געטראפען.
ריפרעשן דעם בראזער וועט אים זיכער נישט טרעפן. און עס איז אויך נישט קיין מיטלייד פאר אים צו ריפרעשן דעם בראזער. די איינציגסטער נייעס וואס מיר קענען זיכער מאכן איז צו בעטן רחמים דער וואס האט דאס געטון, לאמיר ״בעטן״ דעם רבוש״ע שיצליהו מאפילה לאורה געזינטערהייט. לאמיר נישט זיין פארנומען מיטן גוי, און מיט די קעמרעס, לאמיר אריינגיין אינעם שבת מיטן תהלימ׳ל צו בעטן דעם כל יכול וואס אלעס געשעט דורך אים. אז ער זאל באפרייען דעם אינגערמאן.
פרייטאג ינואר 03, 2014 4:23 pm
רבונו של עולם!!! אפשר דאך???!!!
גוט שבת
פרייטאג ינואר 03, 2014 4:29 pm
א פרייליכען שבת
בשורות טובות
שבת ינואר 04, 2014 4:52 pm
ברוך דיין האמת
נורא נוראות, א פחד א שרעק, ה"י ויאמר לצרותינו די
שבת ינואר 04, 2014 6:15 pm
מען ווייסט שוין עפעס פרטים פארוואס דאס האט פאסירט, און וואס ליגט אונטער די שרעקליכע מעשה?
שבת ינואר 04, 2014 6:21 pm
ס'איז נאך נישט די צייט דן זיין אין דעם!
דאס בלוט איז נאך געגאסן ה"י!
לעצט פאראכטן דורך
א פעלץ אום שבת ינואר 04, 2014 6:30 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
שבת ינואר 04, 2014 6:26 pm
שאקינג: ברוך דיין האמת
שבת ינואר 04, 2014 6:34 pm
ברוך דיין האמת
שבת ינואר 04, 2014 6:35 pm
אויטש!!! בד"ה
שבת ינואר 04, 2014 6:37 pm
שרעקליך, בד״ה
שבת ינואר 04, 2014 6:39 pm
שרעקליך, ה' ישמרנו
שבת ינואר 04, 2014 6:40 pm
די לוי וועט פארקומען אכט דרייסיג ביי ביהמ"ד לאדאני אויף מארסי אין עלף אזייגער ביים בית החים אין ק"י
שבת ינואר 04, 2014 6:41 pm
אוי וויי ברוך דיין האמת.
ס'קוקט אויס ווי א פאנטאזירטע מעשה פון אב זקן.
מי שאמר לעולמי די, יאמר לצרותינו די.
בשורות טובות. און א גוטע וואך.
שבת ינואר 04, 2014 6:42 pm
בד׳ה גייט מען אמאל כאפן די מערדערס רוצחים? איך וויל זיי זעהן הענגען און central park
שבת ינואר 04, 2014 6:45 pm
וויי איז אינז
- עטעטשמענטס
-

שבת ינואר 04, 2014 6:48 pm
פרוכט בוים האט געשריבן: שרעקליך, ה' ישמרנו בד׳ה
גייט מען אמאל כאפן די מערדערס רוצחים? איך וויל זיי זעהן הענגען און central park
שבת ינואר 04, 2014 6:49 pm
באשעפער. וואס דו טוסט איז גוט בלי שום ספק. אבער ווען מען זעט נישט דיינע חסדים איז די צער שרעקליך. באשעפער הראינו ה' חסדך, ווייז דיינע חסדים אפענערהייט, אן קיין צער פאר קיין שום איד. באשעפער איינציגער דיין פאלק קוקט ארויס אויף משיח מיט פארטרערטע אויגן.
שבת ינואר 04, 2014 6:52 pm
אויטש!!!
ס'קאלט אלע ביינער, ס'ציטערט מיר די גלידער, ווי קען דער טעלעפאון פארנעמען דעם קאלטן מעסדעדזש אז מ'האט געטראפן א טאטע פון אכט קינדער רח"ל נישט בין החיים אויף אזא אופן, אוי טאטע זיסער, וויפיל איז דער שיעור?????????????????????????????????????
גיוואלד, טאטע העלף טאטע העלף, עפעס אנדערש קענען מיר גארנישט זאגן!!!
טרייסט די אלמנה, כ'ווייס נישט וויאזוי פארדעם בעט איך פון דיר טאטע!
טרייסט די פאמיליע, כ'ווייס נישט וויאזוי אבער דאס איז דאך ווידער דו טאטע!
טרייסט גאנץ כלל ישראל, ברענג אונז שוין משיח, דאס קען אויך נאר דו טאטע, אבער שוין שוין שוין!
שבת ינואר 04, 2014 6:53 pm
Copy from other site.
אוי איך האב נישט קיין ווערטער. אינאיינעם מיט כלל ישראל בין איך צושאסן און פארווייטאגט, עס גלייבט זיך מיר נישט, עס קריכט מיר נישט אין קאפ אריין.
איך בין צושוידערט, צושיטערט, אך, אזא מיתה משונה, ווער וועט טרייסטן די צובראכענע אלמנה וועלכע האט פלוצלינג באקומען אזא טויש אין לעבן, ווער וועט מחזק זיין די צעבראכענע יתומים פון זייער טראומא, איז דען בכלל פאראן די ווערטער דערפאר?
נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה אל השם.
אוי כי רחק ממנו מנח"ם משיב נפש.
כיון ששב"ת וי אבדה נפש.
והשי"ת יגדור פרצות ישראל.
ובלע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים, ובא לציון גואל, בב"א
שבת ינואר 04, 2014 6:54 pm
די שווערסטע פון אלעם איז נישט צו פארגעסן אז דער גרויסער בורא טוט אלעס נאר צום גוט'ן, פונעם גוטן טאטע גייט נישט ארויס קיין שלעכטץ ח"ו, דאס איז יעצט אונזער נסיון, מיר קענען דאך נישט זעהן בשו"א אין דעם קיין ברעקיל גוטץ, טאטע עפען אונז די אויגן, ברענג שוין תחיית המתים, אלע קשיות וועלן פארענטפערט ווערן, אבער שוין, מיר קענען נישט ווארטן, מיר האלטן עס נישט אויס!
טאטע!!!