בלאט 3 פון 12

געשריבן: מאנטאג פאברואר 10, 2014 5:47 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
פעפערקארן האט געשריבן:סוספענדעד מארגען דינסטאג

פערדן

געשריבן: מאנטאג פאברואר 10, 2014 5:49 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
דערווייל איז ASP געווען אין קראפט דעם פעברואר בלויז איין טאג (פעברואר 1).

געשריבן: מאנטאג פאברואר 10, 2014 9:31 pm
דורך מאנ-יימער
צוליב וועלכע סיבה איז עס מארגן סוספענדעד? ווייל נעכטן האט געשנייט?
נישט אז ס'שטערט מיר, פארקערט איך האב הנאה דערפון נאר ביי בלומבערג וואלט דאס קיינמאל נישט פאסירט.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 10, 2014 10:16 pm
דורך פליגל
גראדע דאס איז שיריים פוןן בלומבערג, נאכדעם וואס ער האציך אמאל גע'עקשנ'ט ביי אן אייז שטורעם נישט צי סוספענדירן און ווען די מידע האט אנגהויבן שטורמען אויף די חוצפה האט'ר אויפגעגיבן אינמיטן טאג אוןן דיסמיסט אלע טיקעטס ווואס מ'האט שוין געגיבן, זינט דאן פלעגט ביי יעדע קליינע שניי שוין ווערן סוספענדעד.

גראדע האלט'ך איז דאס אביסל א טיפשות ווייל ביי די טיים ס'ווערט צוריק אין אפפעקט איז שוין די שניי אינגאנצן אייז און כמעט אוממעגליך עס צי שארן, בלייב מיר איבער מיט חמרים חמרים אייז.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 11, 2014 3:54 am
דורך ק.נ.א. וועטער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:עמעצער האט א חשבון וויפיל טעג אונטער דיבלאזיא איז Alternate Side Parking געווען סוספענדירט?

יאנואר 1 סוספענדירט = חאגא
יאנואר 2 סוספענדירט = שניי
יאנואר 3 סוספענדירט = שניי
יאנואר 4 סוספענדירט = שניי
יאנואר 5 סוספענדירט = וויקענד
יאנואר 6 סוספענדירט = שניי
יאנואר 7 סוספענדירט = שניי
* יאנואר 8 אין עפעקט *
* יאנואר 9 אין עפעקט *
* יאנואר 10 אין עפעקט *
* יאנואר 11 אין עפעקט *
יאנואר 12 סוספענדירט = וויקענד
* יאנואר 13 אין עפעקט *
* יאנואר 14 אין עפעקט *
* יאנואר 15 אין עפעקט *
* יאנואר 16 אין עפעקט *
* יאנואר 17 אין עפעקט *
* יאנואר 18 אין עפעקט *
יאנואר 19 סוספענדירט = וויקענד
יאנואר 20 סוספענדירט = חאגא
יאנואר21 סוספענדירט = שניי
יאנואר 22 סוספענדירט = שניי
יאנואר 23 סוספענדירט = שניי
יאנואר 24 סוספענדירט = שניי
יאנואר 25 סוספענדירט = שניי
יאנואר 26 סוספענדירט = וויקענד
יאנואר 27 סוספענדירט = שניי
* יאנואר 28 אין עפעקט *
יאנואר 29 סוספענדירט = שניי
* יאנואר 30 אין עפעקט *
יאנואר 31 סוספענדירט = חאגא

פון די 31 טעג פון יאנואר איז בלויז 12 טעג געווען Alternate Side Parking אין עפעקט


* פעברואר 1 אין עפעקט *
פעברואר 2 סוספענדירט = וויקענד
פעברואר 3 סוספענדירט = שניי
פעברואר 4 סוספענדירט = שניי
פעברואר 5 סוספענדירט = שניי
פעברואר 6 סוספענדירט = שניי
פעברואר 7 סוספענדירט = שניי
פעברואר 8 סוספענדירט = שניי
פעברואר 9 סוספענדירט = וויקענד
פעברואר 10 סוספענדירט = שניי
פעברואר 11 סוספענדירט = שניי


פון די 42 טעג וואס דיבלאזיא איז אין אמט איז בלויז 13 טעג געווען Alternate Side Parking אין עפעקט

געשריבן: דינסטאג פאברואר 11, 2014 7:20 am
דורך ק.נ.א. וועטער
אויך מארגן מיטוואך וועט עס זיין סוספענדירט נישט נאר צוליב די אנגעלייגטע שניי און אייז נאר אויך צוליב עפעס א חאגא (Lincoln’s Birthday).

דאנערשטאג קומט א פרישע שניי אלזא מ'קען ערווארטן אז ס'וועט בלייבן סוספענדירט פאר עטליסט ביז אינמיטן די קומענדיגע וואך.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 11, 2014 7:25 am
דורך מאנ-יימער
יישר כח קנא פאר די פונקטליכע ליסטע.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 11, 2014 10:57 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
קוקט אויס ווי נעקסטע וואך גייט מען דארפן פארקן אויף איבער א פיס הויך אייז אדער לאזן די קאר געפארקט אינמיטן די גאס

געשריבן: מיטוואך פאברואר 12, 2014 6:19 pm
דורך היפאקריט
suspended tomorrow

געשריבן: מיטוואך פאברואר 12, 2014 6:47 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
היפאקריט האט געשריבן:suspended tomorrow

די מעלדונג לויטעט אז ס'איז סוספענדעד אויך פאר פרייטאג און שבת, און זונטאג איז עס עניוועי סוספענדעד, און מאנטאג איז א חאגא.

דאס מיינט אז ס'איז סוספענדעד ביז עטליסט קומענדיגן דינסטאג.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 12, 2014 6:49 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
Alternate Side Parking suspended thru Sat 2/15 for snow removal. No ASP on Sunday. Suspended 2/17 for Pres. Day. Meters in effect

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 12:33 pm
דורך געלעגער
האב איך געמיינט אז די שטאט דערלייגט געלט מיטן סוספענדירן. א נעכטיגן טאג. די טיקעט אמאונטס זענען גאר ארויף אין צושטעל צו פאריאר אזא צייט.
ימח שמם

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 12:58 pm
דורך מאנ-יימער
וויפיל טעג איז פארקינג געווען סוספענדעד פאריאר אין יאנואר און פאבואר?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 12:59 pm
דורך געלעגער
כ'ווייס נישט. אבער פערצענטואל איז עס העכער

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 1:03 pm
דורך מאנ-יימער
פראצענטואל קען עס זיין העגער, אבער אין פשוטע נומערן איז נישט מעגליך עס זאל זיין העכער ווען ס'איז געווען קוים איינצעלע טעג וואס מ'האט געקענט טיילן טיקעטס.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 7:17 pm
דורך יוסף שרייבער
חכם איינער דאס יאר איז אבער א איבעריאר.

געשריבן: פרייטאג פאברואר 14, 2014 1:40 pm
דורך Gevald Geshrigen
קומענדיגע מאנטאג איז סאמטינג דעי און איז לכאורה סוספענדירט. אפשר קען מען קרעדיטן פונעם שניי אויף דינסטאג בבחינת תשלומין

געשריבן: זונטאג פאברואר 16, 2014 5:53 pm
דורך שנאפס
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:קוקט אויס ווי נעקסטע וואך גייט מען דארפן פארקן אויף איבער א פיס הויך אייז אדער לאזן די קאר געפארקט אינמיטן די גאס


את אשר יגורנו בא

מען גליטשט אריין און ארויס אויף צוויי פוס אייז, און די גאז סטאנציעס מיט די רעדער קאמפאניס מאכן געלט

געשריבן: זונטאג פאברואר 16, 2014 5:54 pm
דורך והנה און נון
און אויטא דילער'ס פארלירן געלט. אזוי איז געווען א באריכט

געשריבן: זונטאג פאברואר 16, 2014 5:55 pm
דורך שנאפס
אוואדע, מען פארלירט דעם אפעטיט צו האבן א אייגענע קאר...

געשריבן: זונטאג פאברואר 16, 2014 5:58 pm
דורך Copy Paste
אודאי פארלירט מען די אפעטיט! נאכן שטיין אין די פארסטיגע קעלט א האלבע שעה אפצופיצן די קאר פארט מען ארויס שטייט דארט א אינגערמאן אנגעפעלצט און נעמט א היטש אן אריינלייגן די הענט אין קאלט וואסער (שניי..) און איז ביהמ"ד ביז 5 מינוט, ווארעם און אויסגערוהט... און פאר א נויט בעט ער נאך מען זאל ארויפציען די סטים ווייל סאיז אים קאלט...

געשריבן: מאנטאג פאברואר 17, 2014 6:09 pm
דורך יוראפ
!NYC suspended alternate street parking through Saturday

געשריבן: מאנטאג פאברואר 17, 2014 6:23 pm
דורך מאנ-יימער
יוראפ האט געשריבן:!NYC suspended alternate street parking through Saturday

דאס איז פון פאריגע וואך.

---
מארגן איז אויך סוספענדעד.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 17, 2014 7:29 pm
דורך Gevald Geshrigen
דאס האב איך באקומען אין אישי פון איינעם מיטן נאמען ביל די בלאזיא.

Alternate Side Parking regulations are suspended through Saturday, February 22, 2014. Meters and all other parking regulations remain in effect.

Alternate Side Parking regulations are suspended on Wednesday, March 5, 2014, in observance of Ash Wednesday. Meters and all other parking regulations remain in effect.

מען דארף שוין אפדעיטן פון Meters אויף אן אנדער ווארט ספעציעל וואס באלד וועט מען דרוקן די רעסיטס אוף גראבע שטיקער קארדבאורד כפי הוראת הייקינד

געשריבן: מאנטאג פאברואר 17, 2014 8:19 pm
דורך private
האט ער דאך יא שכל דער די בלאזיא. וויזוי זאגט זעמל ״איינמאל פאר אלעמאל״.