וויכטיגע וואלן אין מאנסי - ראקלענד קאונטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

חיימאוויטש
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

תגובהדורך חיימאוויטש » מיטוואך נובעמבער 06, 2013 3:31 pm

מחותן האט געשריבן:אזוי צו אזוי וועט מען זיך נעמען חנפנ'ן, און איינמאל ער האט שוין געווינען וועט ער שוין נאכלאזען פון זיין שארפקייט, און מען וועט זיך טרעפן ערעגץ אינמיטען און זיך אדורוך קימען ווייל עס איז זייער שווער צו רעגירען מיט א פארביסענע אגענדע, ער גייט זיך נישט זיכען טעגליך קיין נייע טראבעל, ער וועט מיזען נאכלאזען און מען וועט זיך דורוך קימען.


יעדער האפט אזוי, אבער דערווייל איז ער זייער בייסיג, ס'כאפט א פחד, א ריכטיגער רשע פון די אמאליגע ביכער.

כ'האב פונקט נעכטן געהערט פון א גוי וואס קען אים פונדערנאנט אז דער איז בטבע א שלעכטע מענטש, דאס איז געווען זיין גאנצע אג'ענדע יעצט, און דערפאר קוקט מען ארויף צום הימל און מ'האפט אז ער זאל חס וחלילה נישט מצליח זיין מיט זיינע פלענער.

אוועטאר
sukoss
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2013 6:23 pm

תגובהדורך sukoss » מיטוואך נובעמבער 06, 2013 3:31 pm

הלוואי איר זאלט זיין גערעכט אז מיט חנפנן וועט מען זיך דורכקומען
ווייל אפילו פאר די וואלן האבן די עסקנים שוין געטרייט צו איהם איינלאדענען און אנדערע סארט חנופה, און ער האט גארנישט געוואלט עקסעפטן.
לגבי רעגירן מיט פארביסנקייט ער האט געטוהן אסאך נאנסענס ווען ער איז געווען לעגיסלאטור און אלס געווען די איפכא מסתברא

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך נובעמבער 06, 2013 5:56 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
alte zida האט געשריבן:די עסקנים בעטן נאכאמאל דעם ציבור, מען מוז האבן ״יעדן״ איינציגסטן שטימע, דער צד שכנגד ברענגט ארויס מאסן מענטשען ווי קיינמאל בעפאר און היסטארי פון ראקלענד, ביטע גייט ארויס שטימען פאר עס איז צו שפעט!

האט איר יעצט במחילת כבודכם געהארגעט די זאך. אפי' עס איז אמת.

אוי ווי אמת דאס איז געווען!

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2013 11:39 am

שאינו יודע האט געשריבן:איינער קען די מעשה מיט די פאסטוך וואס האט געשריגן א וואלף

יא, איך קען די מעשה.

געווען אמאל א פאסטוך וואס זיין גורל איז אויסגעפאלן צו פאשען שאף אין א געגנט ווי עס האבן זיך געדרייט וועלף וועלכע האבן געוואלט פארציקן די שעפעלעך.
יעדע שטיק צייט ווען די וועלף האבן זיך צוזאמגענומען צו פארציקן די שאף, האט דער געטרייער פאסטוך גענומען אזא פייפערל און געמאכט הויכע קולות אז די מענטשן פון שטאט זענען זיך צוזאמען געלאפן און פארטריבן די וועלף, וועלכע זענען נישט אזוי שנעל צוריקגעקומען.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5308
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2013 11:46 am

חברה,
ס'איז נישט קיין ווערטל, ווען יעדער וואלט געהאט דעם שכל וואלט מען געלאפן צו די בודקע'ס אפגעבן די שטימען!
א גרויסע שאד אז דעיוויד פריעד, א פיינער מענטש מיט א ווארעם הארץ האט נישט געווינען.
ס'קומט שווערע צייטן פאר ראקלענד, ולה' הישועה!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2013 12:00 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:http://www.electday.com/2013/06/20/ed-day-rockland-economic-plan/quote="יהושע"]
קנאפער ידען האט געשריבן:
יהושע האט געשריבן:וואס איז אזוי שלעכט מיט עידעי? כ׳קען מיר נישט אויס, וואס איז דעוויד בעסער?

דעוויד פריעד האט אייביג געארבעט האנט ביי האנט מיטן היימישער ציבור
פאר מער פרטים איבער עד דעי'ס פלענער איז די בעסטע צו ליינען וואס ער שרייבט אליין אויף זיין זייטל
http://www.electday.com/

קענסט מיר לינקען צו זיינע רשעות׳דיגע ווערטער, כ׳ברויך עס שיקן פאר איינעם...

זוכסט א ספעציפישע זאך וואס ער האט געזאגט?
דא האסטו זיין צען פונקטן פלאן פארן עתיד פון ראקלענד
http://www.electday.com/2013/06/20/ed-d ... omic-plan/[/quote]

דאס איז אסאך ערגער

http://www.electday.com/2013/10/08/pres ... velopment/
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2013 5:03 pm

אונטעראקטיווער מאפע פון די וואלן אין ראקלענד קאונטי.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2013 9:33 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:חברה,
ס'איז נישט קיין ווערטל, ווען יעדער וואלט געהאט דעם שכל וואלט מען געלאפן צו די בודקע'ס אפגעבן די שטימען!
א גרויסע שאד אז דעיוויד פריעד, א פיינער מענטש מיט א ווארעם הארץ האט נישט געווינען.
ס'קומט שווערע צייטן פאר ראקלענד, ולה' הישועה!

כ'האב שוין נעכטען געפרעגט. אויב וואלט יעדער שטום בארעטיגטער געגאנגען שטימען, וואלט מען געקענט טוישען דער אויסגאנג? ווייס איינער די נומערען?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2013 9:43 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:חברה,
ס'איז נישט קיין ווערטל, ווען יעדער וואלט געהאט דעם שכל וואלט מען געלאפן צו די בודקע'ס אפגעבן די שטימען!
א גרויסע שאד אז דעיוויד פריעד, א פיינער מענטש מיט א ווארעם הארץ האט נישט געווינען.
ס'קומט שווערע צייטן פאר ראקלענד, ולה' הישועה!

כ'האב שוין נעכטען געפרעגט. אויב וואלט יעדער שטום בארעטיגטער געגאנגען שטימען, וואלט מען געקענט טוישען דער אויסגאנג? ווייס איינער די נומערען?

לכאורה נישט, ווייל ווי די עסקנים זאגן איז געווען גאר גאר א שטארקע טערנאוט, און מ'זעט אז אין די טאון וואלן זענען מיר ארויס מיט א גרויסע אויבערהאנט על אף וואס די קעגנער זענען אויכעט היבש שטארק ארויסגעקומען.
נאר פשוט דער קאונטי איז זייער גרויס, און האט נישט אסאך אידן אחוץ אין רעמעפאו.
און אזוי ליידער האט דער שונא באקומען די שליטה :cry:
אבער איך עגרי נישט מיט דעם אז מ'דארףף שלום מאכן מיט די מצב, ווייל ס'איז ס"ה נאר 4 אלפים א חילוק, און אויב דער שגץ גייט גארנישט אויפטון ממשות'דיג פארן קאונטי אחוץ פייניגן אידן, גייט ער ארויספליען פון דארט ביי די קומענדיגע וואלן אי"ה.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

חיימאוויטש
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

תגובהדורך חיימאוויטש » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 12:30 am

גוט געזאגט, קנאפער ידען.

ס'גייט נאך מער: קען טאקע זיין אז ער איז א אויסטערלישער רשע און ער זוכט נישט די אידישע שטומען בכלל, למעשה אבער יעדע אנדערע נארמאלע גוי האט געזען דא וואספארא מעכטיגע כוח די היימישע אידישע גאס האט, ווי מ'זעט קלאר אז סט. לורענס האט באקוועם געוואונען העכער זיין קעגנער, נאר ווייל די אידן גייען אין פייער פאר אים. און דאס רעדט גאר אסאך פאר די פאליטישע באאמטע.

עד דעי וועט בעז"ה נישט קענען אויספירן זיינע פלענער, אנדערע וועלן ציטערן מיטצוארבייטן מיט אים, און יעדע וועט ווייטער זוכן צו לעקן די אידן, ווייל מ'האט געזען אז די אידן פאררעטן קיינעם נישט.

ס'איז אויך דא וואס טענה'ן אז עד דעי אליין ווייסט דאך אז די רעדל קען זיך געבן א דריי און ער גייט נאך דארפן צוקומען צו די אידן, און ער וועט נישט אויספירן וואס ער האט צוגעזאגט, איך בין אבער נישט אזא מלמד זכות אויף א רשע בפרהסיא, לויט וואס איך האב אויף אים געהערט איז ער אומשטאנד צו רודפ'ן אידן, פשוט מיט א שנאה כבושה ווי די אמאליגע אירופע'ישע גויים. אבער לאמיר האפן אז זיי וועלן זיין גערעכט.

מיר פארגעסן נישט אז 'אנת הוא דשליט על מלכיא'. זיי קענען נישט טון וואס זיין ווילן.

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 8:33 am

געהערט פון איינער פון די עסקנים/פאלאטישאנס וואס האט זיך געטראפן מיט אים נאך די וואלן, ער זאגט אז דער מענטש איז בטבע א הארטער (שלעכטער) פארשוין, ער קען ניטאמאל געהעריג שמייכלען אפילו ווען סע פעהלט זיך אויס אלס פאליטיק אויס...

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4667
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 9:18 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:חברה,
ס'איז נישט קיין ווערטל, ווען יעדער וואלט געהאט דעם שכל וואלט מען געלאפן צו די בודקע'ס אפגעבן די שטימען!
א גרויסע שאד אז דעיוויד פריעד, א פיינער מענטש מיט א ווארעם הארץ האט נישט געווינען.
ס'קומט שווערע צייטן פאר ראקלענד, ולה' הישועה!

כ'האב שוין נעכטען געפרעגט. אויב וואלט יעדער שטום בארעטיגטער געגאנגען שטימען, וואלט מען געקענט טוישען דער אויסגאנג? ווייס איינער די נומערען?

לכאורה נישט, ווייל ווי די עסקנים זאגן איז געווען גאר גאר א שטארקע טערנאוט, און מ'זעט אז אין די טאון וואלן זענען מיר ארויס מיט א גרויסע אויבערהאנט על אף וואס די קעגנער זענען אויכעט היבש שטארק ארויסגעקומען.
נאר פשוט דער קאונטי איז זייער גרויס, און האט נישט אסאך אידן אחוץ אין רעמעפאו.
און אזוי ליידער האט דער שונא באקומען די שליטה :cry:
אבער איך עגרי נישט מיט דעם אז מ'דארףף שלום מאכן מיט די מצב, ווייל ס'איז ס"ה נאר 4 אלפים א חילוק, און אויב דער שגץ גייט גארנישט אויפטון ממשות'דיג פארן קאונטי אחוץ פייניגן אידן, גייט ער ארויספליען פון דארט ביי די קומענדיגע וואלן אי"ה.


דא קען מען נאכאמאל אריינגיין אין די אויבערשטע שמועס, עס ווענט זיך וויפיל די אידן גייען אויפרעגן די גוים, אבער זאג נישט אויס פאר קיינעם, ששששששש
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 9:24 am

זאג נישט: שא שא! קום ארויס און לאז הערן דיין מיינונג!

די אידן גייען אי"ה אויפרעגן די גוים די מאקסימום! ווייל איעדע איד וואס האט ווי צו וואוינען רעגט זיי אויף, איעדע אינגעל וואס לערנט תורה אין א חדר/ישיבה רעגט זיי אויף, און יעדע נייע ביהמ"ד וואס עפענט זיך רעגט זיי אויף!
....ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4667
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 9:27 am

הצלחה מרובה מיט דעם מהלך, קוקט אויס אז דו האסט נאך נישט געכאפט דעם מעסעדזש
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 9:30 am

עס איז דא צוויי רבנים אין מאנסי וואס האלטען ווי דיך אבער די אינטערעסאנטע זאך איז אז ביידע צאלען נישט קיין פראפערטי טעקס אויך נישט בעקיפין

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4667
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 9:35 am

למעשה זע איך אז זיי זענען גערעכט געווען, ווייזט אויס אז די פראפערטי טעקס איז משחד
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 9:40 am

שאינו יודע האט געשריבן:הצלחה מרובה מיט דעם מהלך, קוקט אויס אז דו האסט נאך נישט געכאפט דעם מעסעדזש

וועמענס מעסעדזש? פון עד דעי?
זיין מעסעדזש האב איך שוין איינמאל געכאפט! און וועגן דעם האב איך געשריבן אז חנפ'ענען גייט נישט צו שטארק ארבעטן און מ'דארף האפן אז מ'וועט אים מצליח זיין ארויסצורוקן קומענדיגע מאל.
און פון וועלכע מהלך רעדסטו? דו האסט א צווייטע 'מהלך' [אחוץ זיך פאקן פעק, וואס איז אויכעט נישט קיין מהלך אחוץ אויב טרעפסטו א קאונטי וואו עס איז נישט דא קיין גוים, ווייל אין אנדערע פלעצער גייט זיין די זעלבע, עי' ערך בלומענבורג]?
משנה מקום האט געשריבן:עס איז דא צוויי רבנים אין מאנסי וואס האלטען ווי דיך אבער די אינטערעסאנטע זאך איז אז ביידע צאלען נישט קיין פראפערטי טעקס אויך נישט בעקיפין

מיט וואס האלטן די רבנים ווי מיך? איך האלט נישט אז נישט צאלן פראפעטי טעקס איז אויסגעהאלטן [עס איז דאך גניבה פון אידן אויכעט], איך האלט נישט אז בויען הייזער אומלעגאל איז ריכטיג! איך רעד פון אונזערע רעכטן צו מאכן מוסדות'ער בתי מדרשים און הייזער ווי דער ערלויבט [און אינקלודעט אין דעם איז אז דער סופערווייזער וואס אונז האבן אריינגעוועלט -ווייל מיר זענען רוב - זאל טוישן די זאונוג וכדו'.
-------------------
שאינו יודע האקט.
אה, תרגום רעדט צו דיר? זאג איך גארנישט.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5308
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 9:51 am

קומענדיגע וואך וועט איר אלעס לערנען אין חו"ר, נישט אומזיסט האט דער רבי אזוי געבעטן מ'זאל לערנען חו"ר, יעקב אבינו האט אונז געלערנט מ'דארף גיין לדורן, לתפלה ולמלחמה.

למלחמה האבן מיר שוין געטוען, מיר זענען ארויס אין די מאסן, לתפלה האף איך אז יעדער האט אויך געטוען, בלייבט נאר איבער יעצט לדורן, נישט שיקן מתנות, אבער פורבירן אז דער גוי אין ראקלענד זאל הנאה האבן אז אידן וואוינען דארט.

כ'על עס מסביר זיין אויפ'ן שפיץ ממש

קיינער מיינט נישט אז מ'דארף אנהייבן געבן מתנות פאר די שכנים, נאר וואזשע דען, זיי פלאצן פאר קנאה ווי אידן לעבן זיך א שיין לעבן; זיי פלאצן אוועק ווען עפעס פאסירט און טויזענטער אידן ווערן אנגעווארעמט בגוף ובממון; זיי טראגן דאס נישט אדורך. דארפ'ן מיר זיי אויך ווארפן א ביינדל. די פאראייניגטע אידישע כח אין ראקלענד קאונטי זאל האבן א עסן טראק, meals on wheals, טיילן עסן וכו', אזאליכע סארט זאכן וואס וועט מאכן דעם גוי טראכטן: איין מינוט, אויב איך ווארף אוועק דעם איד פארליר "איך", דאס קען לדעתי עטוואס העלפן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17681
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 10:06 am

שמעלקא, זאגסט א בחינה פון מפרנסין עניי עכו"ם עם עניי ישראל מפני דרכי שלום.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4667
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 10:15 am

ידען, נישט גערעכט, עס איז דא א מהלך פון אפקויפן די גויים, עי' ערך לאפעז-נידערמאן ועוד הרבה.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 10:20 am

שאינו יודע האט געשריבן:ידען, נישט גערעכט, עס איז דא א מהלך פון אפקויפן די גויים, עי' ערך לאפעז-נידערמאן ועוד הרבה.

נישט יעדע גוי קען מען קויפן, עי' ערך אתר עלעקטדעי.קאם.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4667
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 10:36 am

ווער האט פראבירט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

חיימאוויטש
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

תגובהדורך חיימאוויטש » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 10:46 am

שאינו יודע האט געשריבן:ווער האט פראבירט


הרב שאינו, מ'האט שוין איינמאל פראבירט!

שוין א לאנגע צייט וואס עטליכע אומאפהענגיקע עסקנים פראבירן צו טרעפן א לייזונג צו דעם אנגעצויגנקייט, זיי האבן שוין עטליכע מאל זיך געוואלט טרעפן מיט די פרעזערוו רעמפאו קאנדידאטן צו זען וואס איז מעגליך צו פארגלייכן, און דערווייל האבן זיי אלעס אפגעווארפן.

לעצטענס, ביי עד דעי'ס קאמפיין זענען אויך געווען עטליכע אידן מתוך מחננו וואס האבן אנגעטראגן גרייטקייט פאר עד דעי ארויסצוהעלפן זיין קאמפיין - זיי האבן גראדע געמיינט גוטס ואמכ"ל, און וואס איז געווען זיין אנטווארט? "איך וויל גארנישט ארויסנעמען פון ענקער קאמיונטי!".

דאס צייגט אויף פיל מער ווי 'אויפברויז אז אין ראמאפא האט די סקול דיסטריקט מער אידן ווי גויים'..., קאם אן. דאס איז א שנאה כבושה און א עקל וואס די חברה האבן פון די ווארט איד, פון אונזער גאנצע לעבנס-שטייגער, און זיי זענען אויסן דאס ענג צו מאכן.

כ'זאג נישט אז יעדעס ווארט וואס די עסקנים זאגן אייביג איז הייליג גערעכט, דאס מאל איז די מצב אבער ליידער זייער ביטער, און זיי האבן גארנישט איבערגעטריבן.

דער רבוש"ע זאל האלטן די רעכטע האנט אז זיי זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף קיין שום איד.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 11:09 am

שאינו יודע האט געשריבן:למעשה זע איך אז זיי זענען גערעכט געווען, ווייזט אויס אז די פראפערטי טעקס איז משחד

אדער קען מען זאגען פארקערט אז אויף די בעסטע פאל גייט זיי נישט אן די מצב הפרנסה פין אידען און אז אידען מוטשען זיך צי באצאלען די טעקס ווייל זיי האבען געלט
און אויף די ערגסטע פאל קענען זיי באשטיין אז די טעקס איז הויך ווייל אזוי מוזען מענטשען בעטען הויך רענט דאס מיינט אוטאמאטיש אז זיי קענען אויך בעטען מער און זיי צאלען דאך נישט קיין טעקס בלייבען זיי מיט אסאך מער געלט אין פאקעט

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 11:41 am

שאינו האט דא אנפאנג געזאגט א שטארקע פוינט

אנשטאט אריינוועלן הרב ווידער און אנדערע היימישע אויפן סקול באורד, קען מען אריינוועלן גוים וואס זענען גוט מיט אונז, און זיי לאזן טוהן די שמוציגע ארבעט

ווען א גוי זעט א איד שניידן די בודזשעט ווען ער שיקט נישט קיין קינדער דארט ווערט ער זייער גערעגט, איך ווייס אז אידן צאלן סקול טעקס פונקט ווי אנדערע, אבער מען קען פארשטיין פארוואס א גוי זאל זיין גערעגט, ער האלט אז דו פארשטייסט אים נישט ווייל דו שיקסט נישט די קינדער דארט, און דאס האט שוין גארנישט מיט אנטיסעמיטיזם, ער האלט אז דו ווילסט אים איינצוימען

בנוסף איז דא די הלכה בידוע, ממילא ווערט עס א ערנסטע פלאנטער
kraitchmah עט גימעיל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט