וויכטיגע וואלן אין מאנסי - ראקלענד קאונטי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 11:45 am

איך פארשטיי נישט די גוי דארף מיך נישט פארשטיין אז איך צאל טעקס וויל איך נישט מען זאל פאטשקענען געלט אבער אבער איך דארף פארשטיין די גוי
די האסט א הוה אמינא אז טאמער מען קען טרעפען גוים וואס וועלען טוהון די שמיציגע ארבעט וואלט מען נישט גענומען גוים?

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 11:57 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:חברה,
א גרויסע שאד אז דעיוויד פריעד, א פיינער מענטש מיט א ווארעם הארץ האט נישט געווינען.
ס'קומט שווערע צייטן פאר ראקלענד, ולה' הישועה!


אינטערסאנט, ביי די פריימעריס צווישען אילן שאנבערעגר און דעוויד פריעד איז מען געווען מיט די זעלבע ברען אז אילן מוז געווינען אז נישט וועט זיין א חורבן אין ראקלענד קאנטי, יעצט איז שוין דעוויד פריעד גאר גוטער מענטש,

א"כ מה הועילו חכמים, פארוואס האט מען איבערגעדרייט די שטאט ביי די פריימעריס? אפשר ווען מען פארפירט ווען נישט דעמלאטס וואלטען מער מענטשן געגאנגען וואטען יעצט? אדער אפשר און אונזער טומלען ביי די פריימעריס וואלט ווען דעוויד פריעד געהאט א גרינגערע פעלד ביי די אלגעמיינע וואלען נאך וואס ער האט נישט געהאט אזא שוועכרע פריימערי?

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5308
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 12:04 pm

מחותן לעבן,
אני הקטן וואוין נישט אין מאנסי, כ'האב נישט קאמפיינט, כ'קען נאר דעיוויד פריעד, כ'האב שוין אמאל געדארפט רעדן מיט אים איבער א ענין, א וואוילער פיינער מענטש.
שאנבערגער איז נאר א וועטראן פאליטיקאנט, ער וואלט זיכער געהאט מער שאנסן קעגן עד דעי, ער איז רעספעקטירט, פריעד איז נאך אינג און האט נישט קיין מוראדיגע זאכן אויף זיין קאנטע.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 12:08 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:שאנבערגער איז נאר א וועטראן פאליטיקאנט, ער וואלט זיכער געהאט מער שאנסן קעגן עד דעי, ער איז רעספעקטירט, פריעד איז נאך אינג און האט נישט קיין מוראדיגע זאכן אויף זיין קאנטע.


ער וואלט זיכער נישט געהאט מער טשאנסן קעגן עד דעי. והא ראיה ער האט שוין פארלוירען זיין פארמעסט נאך אין די פריימעריס, ודו"ק. [עיין ערך ריק פערי מיט ראמני}

חיימאוויטש
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

תגובהדורך חיימאוויטש » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 12:34 pm

מחותן האט געשריבן:
אינטערסאנט, ביי די פריימעריס צווישען אילן שאנבערעגר און דעוויד פריעד איז מען געווען מיט די זעלבע ברען אז אילן מוז געווינען אז נישט וועט זיין א חורבן אין ראקלענד קאנטי, יעצט איז שוין דעוויד פריעד גאר גוטער מענטש,


זיין מוחל, מחותן טייערע, קוקט איבער די צעטליך פון די קאמפיין ביי שאנבערגער וואס די קהילות האבן ארויסגעלייגט, און זאגט מיר וואס די נוסח איז געווען.

ס'איז אויסדיקליך געווען די נוסח אז מיר מוזן אריינוועלן עלען שאנבערגער ווייל ער איז גאר א נאנטער פריינד וואס האט זיך אויסגעשטרעקט פאר די אידישע געמיינדע אין יעדע צייט, און אזא איינער וועט פיל קענען טון פאר אידן אויפן קאונטי עקזעקעטיוו אמט. [כ'ווייס אז ס'איז אויך געווען עטליכע אומאפהענגיקע נייעס רודערערס וואס האבן מתוך חסרון ידיעה באשמוצט פריעד אויך, אבער נישט קיין איין עמטליכער עסקן, ווייל יעדער האט געקענט דעוויד פריעד, ער האט נישט געהאט קיין שום רעקארד פון עפעס קעגן די אידן] מען האט אבער געוואלט פאר יעדן פרייז אריינוועלן שאנבערגער - און מיט רעכט.

מחותן האט געשריבן:
א"כ מה הועילו חכמים, פארוואס האט מען איבערגעדרייט די שטאט ביי די פריימעריס? אפשר ווען מען פארפירט ווען נישט דעמלאטס וואלטען מער מענטשן געגאנגען וואטען יעצט? אדער אפשר און אונזער טומלען ביי די פריימעריס וואלט ווען דעוויד פריעד געהאט א גרינגערע פעלד ביי די אלגעמיינע וואלען נאך וואס ער האט נישט געהאט אזא שוועכרע פריימערי?


דאס איז שוין סתם נישט גערעדט לויט די פאקטן.

יהדות מאנסי האט יעצט ארויסגעברעגנט א רעקארד צאל שטימען וואס זיי האבן נאך קיינמאל נישט ארויסגעברענגט טראץ וואס מען האט ביי די פריימערי פארפירט פאר דעוויד פרידס קעגנער! און טראץ אונזער גרויסע טומלען ביי די פריימערי איז יעדער ארויס פאר אים.

און אויב האסטו געמיינט צו שרייבן אז ער האט פארלוירן ביי די גויים צוליב אונזער טומעלעניש פאר עלען שאנבערגער ביי די פריימערי, דאן טראכט איבער וואס איר האט געזאגט צו שטימט בכלל

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 12:49 pm

חיימאוויטש האט געשריבן:כ'ווייס אז ס'איז אויך געווען עטליכע אומאפהענגיקע נייעס רודערערס וואס האבן מתוך חסרון ידיעה באשמוצט פריעד אויך, אבער נישט קיין איין עמטליכער עסקן, ווייל יעדער האט געקענט דעוויד פריעד, ער האט נישט געהאט קיין שום רעקארד פון עפעס קעגן די אידן]


איך וואוין נישט אין מאנסי, און איך ווייס נישט ווער עס גייט אריין אין די קאטעגאריע פון "עמטליכער עסקן" און ווער עס גייט אריין און די קאטעגריע פון "עטליכע אומאפהענגיקע נייעס רודערערס" און איך בין זיכער אז אסאך מאנסי יודען ווייסען עס אויך נישט. אבער אויף אזויפיל ביסטע אויך מודה מען האט אים דעמלאטס באשמיצט, די זאגסט נאר אז עס אז געווען אן די הסבכמה פון א "עמטליכער עסקן".

אויב אזוי איז יעצט די צייט צי מאכען א בדק הבית און אראפשטעלן יסודות ווי אזוי זיך אומצוגיין ביי קאמפיינס, און אז עס זאל זיין א ארגענאזציע וואס איז אחראי דערויף.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום מוצ"ש נובעמבער 09, 2013 9:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג נובעמבער 08, 2013 1:22 pm

"מחותן": דו האסט נישט געליינט ווייטער אים חיימאוויטש'ס ווערטער?
לאמיר זאגן אז מ'האט אים מחמת איזה סיבה יא באשמוצט, וואס האט עס געשאדט?
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » זונטאג נובעמבער 10, 2013 12:39 pm

מחותן האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:שאנבערגער איז נאר א וועטראן פאליטיקאנט, ער וואלט זיכער געהאט מער שאנסן קעגן עד דעי, ער איז רעספעקטירט, פריעד איז נאך אינג און האט נישט קיין מוראדיגע זאכן אויף זיין קאנטע.


ער וואלט זיכער נישט געהאט מער טשאנסן קעגן עד דעי. והא ראיה ער האט שוין פארלוירען זיין פארמעסט נאך אין די פריימעריס, ודו"ק. [עיין ערך ריק פערי מיט ראמני}


פון פארלירן ביי די פריימעריס ביי די דעמאקראטן איז ניקס קיין ראי', ווייל ביי די פריימערי האט מען געוואלט פריעד ווייל ער איז א אינגער ענערגישער מענטש, משא"כ שאהנבערגער. אבער ביי די וואלן וואלט געווען שאהנבערגער / דעי, אולי וואלטן אסאך גויים געוואט פאר שאנבערגער, זייענדיג אן אלטער באקאנטער פיגור אינעם פאליטישען וועלט, און איז א צוגעלאזענער מענטש, אנטקעגן עד דעי וועלכער איז א הארטער פארשוין בטבעו, וועלכער קען שווערליך א שמייכל טאהן, און ביי אזא שמאלע פארמעסט פון עטליכע טויזנט שטימען, קען זיין דאס וואלט געטוישט די בילד.

======
חיימאוויטש האט גוט ארויס די פיקטשער!

כ'האב אויך גערעדט מיט א שטארקע עסקן, וועלכער האט זיך געטראפן מיט דעי שוין נאך די וואלן, און ער האט זיך אפילו גע'פיקטשער'ט מיט אים, ער זאגט אויך אז ער איז בטבע פון א הארטנעקיגער טייג געקנעטן, און מען קען שווער איינקלאפן מיט אים.

די גוטע נייעס וואס איך הער איז, אז פאטאקי (אונזער אלטער פאטאקי) איז גוט מיט אים, אולי וועט דאס זיין א טיר אריין...

חיימאוויטש
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

תגובהדורך חיימאוויטש » זונטאג נובעמבער 10, 2013 1:41 pm

מחותן האט געשריבן:
איך וואוין נישט אין מאנסי, און איך ווייס נישט ווער עס גייט אריין אין די קאטעגאריע פון "עמטליכער עסקן" און ווער עס גייט אריין און די קאטעגריע פון "עטליכע אומאפהענגיקע נייעס רודערערס" און איך בין זיכער אז אסאך מאנסי יודען ווייסען עס אויך נישט. אבער אויף אזויפיל ביסטע אויך מודה מען האט אים דעמלאטס באשמיצט, די זאגסט נאר אז עס אז געווען אן די הסבכמה פון א "עמטליכער עסקן".

אויב אזוי איז יעצט די צייט צי מאכען א בדק הבית און אראפשטעלן יסודות ווי אזוי זיך אומצוגיין ביי קאמפיינס, און אז עס זאל זיין א ארגענאזציע וואס איז אחראי דערויף.


זעט אויס אז טראץ וואס וואוינסט נישט דא און דו ווייסט נישט ווער האט געזאגט וואס, קענסט נישט די פאקטן בכלל, מיט דעם אלע האסטו געפילט באקוועם זיך אנצורופן און מסביר זיין וואס די עסקנים האבן נישט ריכטיג געטון!

זייער שיין.

איבער אייער המצאה צו מאכן בדק הבית, איז כדי איר זאלט וויסן אז דאס איז נישט קיין מאנסיע פראבלעם, וואו מ'דרייט זיך נאר איז אלץ דא זעלבסט-געקרוינטע עסקנים וואס קענען צומאל טון אומפאראנטווארטליכע שריט, כ'ווייס נישט וואו איר וואוינט, אבער לכאורה דארף דארט אויך זיין דעם דאגה.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג נובעמבער 10, 2013 2:21 pm

לאמיר אויסקלארען די מייק בעפאר די גייסט ווייטער.

איך האב געשריבען:
מחותן האט געשריבן:אינטערסאנט, ביי די פריימעריס צווישען אילן שאנבערעגר און דעוויד פריעד איז מען געווען מיט די זעלבע ברען אז אילן מוז געווינען אז נישט וועט זיין א חורבן אין ראקלענד קאנטי, יעצט איז שוין דעוויד פריעד גאר גוטער מענטש,

א"כ מה הועילו חכמים, פארוואס האט מען איבערגעדרייט די שטאט ביי די פריימעריס? אפשר ווען מען פארפירט ווען נישט דעמלאטס וואלטען מער מענטשן געגאנגען וואטען יעצט? אדער אפשר אן אונזער טומלען ביי די פריימעריס וואלט ווען דעוויד פריעד געהאט א גרינגערע פעלד ביי די אלגעמיינע וואלען נאך וואס ער וואלט נישט געהאט אזא שווערע פריימערי?


האסט געענפערט:
חיימאוויטש האט געשריבן:ס'איז אויסדיקליך געווען די נוסח אז מיר מוזן אריינוועלן עלען שאנבערגער ווייל ער איז גאר א נאנטער פריינד וואס האט זיך אויסגעשטרעקט פאר די אידישע געמיינדע אין יעדע צייט, און אזא איינער וועט פיל קענען טון פאר אידן אויפן קאונטי עקזעקעטיוו אמט. [כ'ווייס אז ס'איז אויך געווען עטליכע אומאפהענגיקע נייעס רודערערס וואס האבן מתוך חסרון ידיעה באשמוצט פריעד אויך, אבער נישט קיין איין עמטליכער עסקן, ווייל יעדער האט געקענט דעוויד פריעד, ער האט נישט געהאט קיין שום רעקארד פון עפעס קעגן די אידן] מען האט אבער געוואלט פאר יעדן פרייז אריינוועלן שאנבערגער - און מיט רעכט.


איך האב צירוק געענפערט:
מחותן האט געשריבן:איך וואוין נישט אין מאנסי, און איך ווייס נישט ווער עס גייט אריין אין די קאטעגאריע פון "עמטליכער עסקן" און ווער עס גייט אריין און די קאטעגריע פון "עטליכע אומאפהענגיקע נייעס רודערערס" און איך בין זיכער אז אסאך מאנסי יודען ווייסען עס אויך נישט. אבער אויף אזויפיל ביסטע אויך מודה מען האט אים דעמלאטס באשמיצט, די זאגסט נאר אז עס אז געווען אן די הסכמה פון א "עמטליכער עסקן".

אויב אזוי איז יעצט די צייט צי מאכען א בדק הבית און אראפשטעלן יסודות ווי אזוי זיך אומצוגיין ביי קאמפיינס, און אז עס זאל זיין א ארגענאזציע וואס איז אחראי דערויף.


האסטע געענפערט:
חיימאוויטש האט געשריבן:זעט אויס אז טראץ וואס וואוינסט נישט דא און דו ווייסט נישט ווער האט געזאגט וואס, קענסט נישט די פאקטן בכלל, מיט דעם אלע האסטו געפילט באקוועם זיך אנצורופן און מסביר זיין וואס די עסקנים האבן נישט ריכטיג געטון! זייער שיין.



___

חיימאוויטיש, די "מאנסי עסקנים" זענען כסדר אויף "קול מבשר" רענדענדיג צו אלע יודען נישט נאר צי די יודען וואס וואוינען אין מאנסי, זיי שרייבען דא אויף צו אלע יודען און נישט נאר צו די יודען וואס וואוינען אין מאנסי, און ווען מען טוט זאכען וואס עס מאכט שאדען דעמלאטס שאדט עס פאר יעדעם איינעם און נישט נאר די וואס וואוינען אין מאנסי.

איך בין אלל די וועי פאר עסקנים, איך האב נאר געשריבען א קליינע הערה'לע אז פאר א דרויסענדיגען זעט עס אויס אז די היץ ביי די פריימעריס איז געווען איבערגעטריבען,
און לדעתי איז מען ביי די אנדערע פלעצער ווי עס וואוינען א גרויסע קיבוץ אחב"י יא בעסער ארגענאזירט און עס גייט מיט א בעסערע סיסטעם, כאשט אז עס איז דא צוויי מיינוגען כמעט איבעראל.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג נובעמבער 10, 2013 2:25 pm

פון יוסי געשטעטנער:
Gestetner: Ed day's mandate lead rockland county:
Turnout in this week’s Rockland County elections were at record levels. Republicans, Democrats, Preserve Ramapo-types; Liberal and Ultra Orthodox Jews went to the polls in high numbers. In this turnout, Republican County Executive Candidate Ed Day defeated his Democratic opponent David Fried by a clear margin.

This in one sentence means Mr. Day has a mandate to lead. The question remains how he will lead it.

Between the Democratic, Independence and Working Family lines, Mr. Fried pulled in 32,000 votes while Mr. Day won less than 29,000 votes on the GOP line. What pushed him over the top were the 8,000-plus votes delivered to him by the Ramapo-based Preserve Rockland Bloc, and herein is the challenge for the County Executive-elect: Balancing between the concerns of the Preserve Rockland Bloc and the needs of the Hasidic Bloc despite the fact that they are at the opposite ends on many key issues.

One route Mr. Day may choose is to fall fully in line with his election partners, the Ramapo-based Preserve Rockland Bloc. This would antagonize the situation; it would lead to lawsuits; it would bring the Department of Justice to breath down on his office; it will cause gridlock with the County Legislature; it will repel State-level leaders from trying to help this County; it will destroy Mr. Day’s legacy and it will seriously threaten his chance of winning re-election, because make no mistake: The Hasidic Bloc in four years from now will have thousands of more voters to their disposal. It will be easy for them to surpass their 2013 record turnout of 11,500 votes all while it will be very tough for the Preserve Rockland Bloc, who consists of mostly disgruntled Ramapo Democrats, to repeat Tuesday’s turnout.

The second and more likely path for Mr. Day to take would be to demand that everyone tone it down and come together with solutions. The Orthodox Jewish Community is 15% of the County and the Hasidic wing within Orthodox Jewry is on pace to double the next 12 years in Rockland. These Communities have serious growth needs that will be accommodated one way or another. Opening up commercial space for Yeshivas and expediting the planning and building process would be a great way to consolidate growth differences and would remove any excuse to operate an establishment without proper code and zone compliance. Bringing together public and private school parents to lobby Albany for help in East Ramapo would be another great achievement.

Mr. Day, who won due to the Ramapo-based Preserve Rockland Bloc, is in a unique position to speak equally to both sides and move this County forward. The Orthodox Jewish Community is looking forward to a great start and I am confident that we are on the cusp of a united Rockland. The ball is in Mr. Day’s court, or as former NY State Assemblyman Ryan Karben put it: It’s a new “Day” in Rockland and we hope the weather will be nice too.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג נובעמבער 10, 2013 2:58 pm

אויף קאלמע איז דא א אינטערוויו מיט ר' בנציון ווידער, וואס זאגט אז די נייער פריץ האט א רוב אין די לעגיסראטור קעגען זיינע אנטשואונגען, און פונקט ווי די פרעזידענט קען אן קאנגרעס נישט טאן גארנישט, דארף דער יעניגער אנקומען צו די לעגיסלאטור.

#זאל דער אויבערשטער האלטן די רעכטע האנט
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

חיימאוויטש
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

תגובהדורך חיימאוויטש » זונטאג נובעמבער 10, 2013 3:00 pm

מחותן האט געשריבן:חיימאוויטיש, די "מאנסי עסקנים" זענען כסדר אויף "קול מבשר" רענדענדיג צו אלע יודען נישט נאר צי די יודען וואס וואוינען אין מאנסי, זיי שרייבען דא אויף צו אלע יודען און נישט נאר צו די יודען וואס וואוינען אין מאנסי, און ווען מען טוט זאכען וואס עס מאכט שאדען דעמלאטס שאדט עס פאר יעדעם איינעם און נישט נאר די וואס וואוינען אין מאנסי.



לויט וויפיל איך געדענק האט מען אויף קול מבשר נישט גערעדט קעגן דעוויד פריעד, מ'האט שטארק פארפירט אז מ'מוז אריינברענגען שאנבערגער פאר אזא וויכטיגע פאזיציע, און מ'האט שוין דעמאלס בעיקר גערעדט קעגן עד דעי.

צו די זאך
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

תגובהדורך צו די זאך » זונטאג נובעמבער 10, 2013 3:05 pm

משנה מקום האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די גוי דארף מיך נישט פארשטיין אז איך צאל טעקס וויל איך נישט מען זאל פאטשקענען געלט אבער אבער איך דארף פארשטיין די גוי
?


ייא יא ממש אקוראט אזוי ווי די זאגסט....
האסט אפשר פארגעסן אז אינץ זענען אין גלות???

זיי מעגן טוהן וואס זיי ווילן
אבער אינץ נישט....

פארוואס???
ווייל אזוי האט די רבש''ע געוואלט.....
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג נובעמבער 10, 2013 3:05 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אויף קאלמע איז דא א אינטערוויו מיט ר' בנציון ווידער, וואס זאגט אז די נייער פריץ האט א רוב אין די לעגיסראטור קעגען זיינע אנטשואונגען, און פונקט ווי די פרעזידענט קען אן קאנגרעס נישט טאן גארנישט, דארף דער יעניגער אנקומען צו די לעגיסלאטור.

#זאל דער אויבערשטער האלטן די רעכטע האנט


יוסי געשטענער שרייבט כמעט די זעלבע נקודה, לאמיר האפן אז עס זאל ארבייטען.

חיימאוויטש
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

תגובהדורך חיימאוויטש » זונטאג נובעמבער 10, 2013 3:13 pm

ווי אויך איז אריינגעקומען פאזיטיווע נייעס אז 'עד דעי' האט שוין צוריקגערופן עטליכע עסקנים וואס האבן פראבירט אים צו גרייכן די לעצטע פאר טעג זינט זיין געווינס - צו קאנגערטאלירן פאר זיין געווינס, און ער האט זיי איבערגעגעבן זיין גרייטקייט צו זיצן אינאיינעם און זען וויאזוי מ'קען ארבייטן צוזאמען.

דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג נובעמבער 10, 2013 3:27 pm

צו די זאך האט געשריבן:
משנה מקום האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די גוי דארף מיך נישט פארשטיין אז איך צאל טעקס וויל איך נישט מען זאל פאטשקענען געלט אבער אבער איך דארף פארשטיין די גוי
?


ייא יא ממש אקוראט אזוי ווי די זאגסט....
האסט אפשר פארגעסן אז אינץ זענען אין גלות???

זיי מעגן טוהן וואס זיי ווילן
אבער אינץ נישט....

פארוואס???
ווייל אזוי האט די רבש''ע געוואלט.....

נישט דא קיין שום איסור צי טרייען צי מאכען אז די גוי זאל נישט פאטשקענען אונזער געלט

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11652
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג נובעמבער 10, 2013 4:33 pm

חיימאוויטש האט געשריבן:ווי אויך איז אריינגעקומען פאזיטיווע נייעס אז 'עד דעי' האט שוין צוריקגערופן עטליכע עסקנים וואס האבן פראבירט אים צו גרייכן די לעצטע פאר טעג זינט זיין געווינס - צו קאנגערטאלירן פאר זיין געווינס, און ער האט זיי איבערגעגעבן זיין גרייטקייט צו זיצן אינאיינעם און זען וויאזוי מ'קען ארבייטן צוזאמען.

דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.

שוין... גאט ברוך הוא פארלאזט אונז נישט

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג נובעמבער 10, 2013 5:37 pm

שנאפס האט געשריבן:שאינו האט דא אנפאנג געזאגט א שטארקע פוינט

אנשטאט אריינוועלן הרב ווידער און אנדערע היימישע אויפן סקול באורד, קען מען אריינוועלן גוים וואס זענען גוט מיט אונז, און זיי לאזן טוהן די שמוציגע ארבעט

בנוסף איז דא די הלכה בידוע, ממילא ווערט עס א ערנסטע פלאנטער

אריינוואטען ר' בנציון ווידער איז איין זאך און איבערנעמען די סקול באורד על כרעו וקירבו איז א צווייטע זאך.

שמעתי פון א מקורב ביי ר' חיים לייביש אז דער רבי האט זיך ממש געבעטען ביי די עסקנים מען זאל נישט גיין אויף דעם מהלך, ולא שמעו לו ויצא מה שיצא.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג נובעמבער 10, 2013 5:40 pm

שאינו יודע; אין דעם אשכול איז דיין ניק שטארק צוגעפאסט.

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4667
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג נובעמבער 11, 2013 10:03 am

איך ווייס נישט, איך זע נאר די פאקטן, און יעצט הער איך אז ר' חיים לייבוש האלט אויך אזוי.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג נובעמבער 11, 2013 10:11 am

שאינו יודע האט געשריבן:איך ווייס נישט, איך זע נאר די פאקטן, און יעצט הער איך אז ר' חיים לייבוש האלט אויך אזוי.

וועכע פאקטן זעסטו?
דיינע הכנעה סטעיטמענטס זענען אויכעט געבויעט אויף פאקטן? אויב יא וועלכע?
ר' חיים לייבוש איז א יחיד אנקעגן צענדליגער רבנים וואס קריגן זיך מיט אים.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4667
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג נובעמבער 11, 2013 10:20 am

1) קאלאמבוס האט אנדעקט אמעריקא
2) אמעריקא איז געווארן זעלסשטענדיג
3) נאכ'ן קריג האבן אידן זיך ארויסגעצויגן קיין אמעריקא
4) אידן האבן זיך באזעצט אין מאנסי
5) מען האט געצאלט אסאך פראפערטי טעקס
6) מען האט אריינגעלייגט אידן אין די סקול באורד
7) פרעזערוו רעמעפא נעמט זיך צוזאם
8) זיי געווינען די וואלן.

איך זע די לעצטע דריי נומערן פאר איין לאנגע המשך
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג נובעמבער 11, 2013 10:32 am

מיטן צאמשטעלן די דריי לעצטע פונקטן ווייזטו אז דו ווייסט נישט די אל"ף בי"ת פונעם מציאות! יא עס איז אמת אז אונז האמיר אריינגעלייגט אונזערע מענטשן אינעם סקול בארד, און עס איז אויכעט אמת אז עס האט זייער שטארק געבאדערט פארן 'מינארעטעט' פון איסט רעמעפאו'ער איינוואוינער וואס שיקן זייערע קינדער אין פאבליק סקול, און אפשר האט דאס אפילו געגעבן א שאנס פאר פרעזערוו צו קאמפיינען קעגן אונז פאר זייער סופערווייזער קאנדידאט . אבער זעסט דאך אז דאס האט נישט אויסגעמאכט! ווייל אין רעמעפאו זענען אונז געוואנען מיט א גרויסע נאמבער, און די עיקר כח וואס האט אריינגעברענגט פרעזערוו - און זייער קאנדידאט עד דעי - איז געווען פון אינדרויסן פון רעמעפאו, וואס יענע מענטשן האבן קיינמאל קיין שייכות מיט אונזער סקול-בארד פרשה געהאט!
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4667
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג נובעמבער 11, 2013 10:37 am

עס האט זיי געגעבן די וואפן אין די האנט.


אגב, עס איז א פארגענוגן צו פירן א דעבאטע מיט דיר, לאפוקי פון אנדערע וואס קענען נישט הערן קיין צווייטע מיינונג, ווערן גערעגט און הייבן אן מיט אטאקעס (קצת דוגמא לעיל בדף זה)
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט