Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג פבואר 16, 2015 12:27 pm

דא אויבן איז דא א דאקעמענוט וואס @ פארשלאפן האט אראפגעברענגט, דארט זעט אויס אז די סיטי וואסער איז טייערער..
(כאטש אז עס איז פארשטענדליך אז מען מעסט נישט איינס קעגען צווייטען, און די פרייזען פון איינעם ווייזט נישט וואס די פרייז דאר ףצי זיין)

Advertisement

מאנטאג פבואר 16, 2015 12:29 pm

מ'מעג צאלן דער דיפרענס פון מעות מעשר?
(ס'גייט דאך מסתם פארן רבי'ן אדער פארן מוסד ס'געלט, ניין?)

מאנטאג פבואר 16, 2015 12:41 pm

בס"ד

עס פאסט נישט פאר אייך אזעלכעס... איך קויף סיטי פראפאגאנדע? עס איז פשוט א פאקט פון די טעיסט-באדס אויף די צינג. גראדע, די טשייניק אין סיטי האט אויך אפפאל פון די וואסער, פונקט ווי אין אפסטעיט, אבער אפשר נישט אזוי שטארק.

ר' ווישוואש, ערד און שטיינער נוצט מען צו פילטערן ווען עס פעלט אויס. די סיטי וואסער איז גענוג ריין אן קיין פילטערס.

פארשלאפן: "ר' יום טוב, נעמט אין אכט אז דאס איז נאר אויב איר גלויבט די סיטי פראפאגאנדע."
ווישוואש האט געשריבן:ר' יו"ט נעמט אויך אין אכט אז ערד און שטיינער נוצט מען צו פילטערן וואסער, געווענליך קוואל וואסער איז ריינער און געזונטער

מאנטאג פבואר 16, 2015 12:55 pm

קען זיין, אבער זאגן אז די אפסטעיט קוואל וואסער איז אומריין ווייל ס'פארט דורך ערד און שטיינער איז אביסל שווער צו פארשטיין

מאנטאג פבואר 16, 2015 1:01 pm

יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד

עס פאסט נישט פאר אייך אזעלכעס... איך קויף סיטי פראפאגאנדע? עס איז פשוט א פאקט פון די טעיסט-באדס אויף די צינג. גראדע, די טשייניק אין סיטי האט אויך אפפאל פון די וואסער, פונקט ווי אין אפסטעיט, אבער אפשר נישט אזוי שטארק.

ר' ווישוואש, ערד און שטיינער נוצט מען צו פילטערן ווען עס פעלט אויס. די סיטי וואסער איז גענוג ריין אן קיין פילטערס.

פארשלאפן: "ר' יום טוב, נעמט אין אכט אז דאס איז נאר אויב איר גלויבט די סיטי פראפאגאנדע."
ווישוואש האט געשריבן:ר' יו"ט נעמט אויך אין אכט אז ערד און שטיינער נוצט מען צו פילטערן וואסער, געווענליך קוואל וואסער איז ריינער און געזונטער

די וואסער אין ניו יארק איז וועלט בארימט פאר איר ריינקייט - רעלעטיוו - און גוטער טעם.

א קוואל מוז בכלל נישט זיין ריין. קודם קען עס האבן אלע ערליי באקטעריע ווי איינער וואס איז אמאל פארמישט אין א קעמפ אפסטעיט וועט קענען מעיד זיין, און עס קען זיין "שמוציג", "זאלציג" וכו'. א "קוואל" מיינט נישט אטאמאטיש "די בעסטע".

מאנטאג פבואר 16, 2015 2:18 pm

מיין פעטער האט א קוואל אין ק"י די וואסער איז שרעקליך שמוציג & ברוין די טוילעטס ווערן ברוין פון די וואסער
מ'מוז האבן א גאנצע סיסטעם מיט זאלץ וכו' עס צו רייניגן
לעצט פאראכטן דורך געב_מיר_כח אום דינסטאג פבואר 17, 2015 4:09 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג פבואר 16, 2015 2:49 pm

מחותן האט געשריבן:איז געווען א מעלדונג אין די לאקאלע פאפירען אז עס קימט א העכערנוג?

עקבי הצאן האט געשריבן:ניין

ענדע צדיק! האט געשריבן: דאס האט מיר גראדע געבאדערט, נישט די די קליינע העכערונג.
עס איז אמאל געווען מער אפנקייט צווישן די ווילידזש און די איינוואוינער, זינט די קריטיק האט זיך געהעכערט איבער די דירות איז די שטילשווייגעניש אויך געוואקסן.

עס איז יא געווען א מעלדונג דערוועגן, ווען מען האט "באשטימט" דעם העכערונג פאריאר (איך געדענק נישט פונקטליך וועלכע חודש) איז דאס געווען באריכטעט אין הקרי' וואו זיי האבן געשריבן פארוואס זיי זענען געצווינגען צו העכערן, און אז די העכערונג גייט אריין אין אפעקט דעם קומענדיגן אנהייב יאר למספרם. און דאס איז טאקע יעצט אריין אין אפעקט אויפ'ן נייעם ביל פון די למספרם יאר.

דיסקלעימער: איך ארבעט נישט פאר'ן ווילידזש, און איך פארטרעט נישט זייערע מיינונגען. איך האב פשוט קלארגעשטעלט די פאקטן נאך דעם שמועס וואס איך האב נעכטן געהאט אין [חצר פון] ביהמ"ד מיט ר' יענקל גליק ב"ר עזריאל ז"ל, וועלכער דינט אלס וואסער דיפארטמענט דירעקטאר פונעם ווילידזש. פאר אלע אנדערע איינגעלעגנהייטן קען מען זיך מעלדן דירעקט צום ווילידזש אפיס.

מאנטאג פבואר 16, 2015 2:59 pm

signout האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:
די לעצטע מאל וואס מ'האט געהעכערט דעם וואסער ביל איז געווען מער פון 20 יאר צוריק אין יארע 1994 למספ', און יעצט נאכ'ן העכערן איז עס נאך אלס די ביליגסטע רעיט פון אלע ארומיגע געגנטער.



גאנצע צוואנציג יאר אן א העכערונג?

ביינונז אין די סיטי קאסט היינט וואסער באלד פיר מאל אזויפיל ווי אין 94, קרעדיט מייק בלומבערג [טיטלען געהיטן אין רעדאקציע]
וואס איז פשט אז די חברה פין די סיטי פארפירן גארנישט בשעת זייערע וואסער בילל גרייכן באלד די רענט פרייזן אין קרית יואל אין בשעת די זעלטענע קרית יואל גאנצע 40 פראצענט העכערונג איז נישט מער ווי א דאללער פראבירן עטליכע צו מאכען א קאשע,


דו פארשטייסט טאקע נישט אז מ'האט נישט ליב ווען פרייזן גייען ארויף? דו צאלסט דיין O&R ביל מיט א שמייכל אויפן פנים? דו טאנצט אויפן וועג צום פאסט קעסטל מיט א גארטל אנגעטוהן?

דינסטאג פבואר 17, 2015 11:59 am

שכונת קארלסבורג ריקט זיך פאראויס
עטעטשמענטס
IMG_8332.JPG

דינסטאג פבואר 17, 2015 12:01 pm

kyshtiper האט געשריבן:שכונת קארלסבורג ריקט זיך פאראויס

פרייז-ווייז, רעכט?

דינסטאג פבואר 17, 2015 12:36 pm

farshlufen האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:שכונת קארלסבורג ריקט זיך פאראויס

פרייז-ווייז, רעכט?

;l;p-

דינסטאג פבואר 17, 2015 12:49 pm

ווען גייט עס זיין פארטיג?

דינסטאג פבואר 17, 2015 1:34 pm

שנאפס האט געשריבן:
signout האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:
די לעצטע מאל וואס מ'האט געהעכערט דעם וואסער ביל איז געווען מער פון 20 יאר צוריק אין יארע 1994 למספ', און יעצט נאכ'ן העכערן איז עס נאך אלס די ביליגסטע רעיט פון אלע ארומיגע געגנטער.



גאנצע צוואנציג יאר אן א העכערונג?

ביינונז אין די סיטי קאסט היינט וואסער באלד פיר מאל אזויפיל ווי אין 94, קרעדיט מייק בלומבערג [טיטלען געהיטן אין רעדאקציע]
וואס איז פשט אז די חברה פין די סיטי פארפירן גארנישט בשעת זייערע וואסער בילל גרייכן באלד די רענט פרייזן אין קרית יואל אין בשעת די זעלטענע קרית יואל גאנצע 40 פראצענט העכערונג איז נישט מער ווי א דאללער פראבירן עטליכע צו מאכען א קאשע,


דו פארשטייסט טאקע נישט אז מ'האט נישט ליב ווען פרייזן גייען ארויף? דו צאלסט דיין O&R ביל מיט א שמייכל אויפן פנים? דו טאנצט אויפן וועג צום פאסט קעסטל מיט א גארטל אנגעטוהן?

ניין אבער איך פארפיר נישט כאילו איינער פילט זיך אן די טאשען

דינסטאג פבואר 17, 2015 1:36 pm

מחותן האט געשריבן:ווען גייט עס זיין פארטיג?

איך האב געזעהן אז זיי האבן זיך גענומען בויען אויף אפאר הייזער אויפאיינמאל
לעצט פאראכטן דורך געב_מיר_כח אום דינסטאג פבואר 17, 2015 4:08 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג פבואר 17, 2015 1:37 pm

געב_מיר_כח האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:ווען גייט עס זיין פארטיג?

איך ווייס נישט, אבער איך האב געזעהן אז זיי האבן זיך גענומען בויען אויף אפאר הייזער אויפאיינמאל
מעגליך זיי האבען מורא פין די ענעקסעישאן וואס ריקט זיך ב''ה

דינסטאג פבואר 17, 2015 3:20 pm

עקסידענט היינט אויפן טראוועי לעבן קרית יואל
עטעטשמענטס
IMG_8335.JPG

דאנערשטאג פבואר 19, 2015 9:11 am

היינט אין קרית יואל!
עטעטשמענטס
AtsqZnBMcEXBWTlSK_WJNqqRXA17m_jEXLY7kFHOcGja.jpg

דאנערשטאג פבואר 19, 2015 9:14 am

קאל שנעל אריין קאלמי

דאנערשטאג פבואר 19, 2015 9:18 am

פאסירט אין מיין געגנט ענדליך צו דעם, און מיר האמיר אפיר גענומן די מעכטיגע קינדער פון בלאק.

פרעג דיין שכנ'ס אינגל צו ער האט זיך היינט אויסגעלערנט וואס האקן קרייץ באדייט.

דאנערשטאג פבואר 19, 2015 9:18 am

עס איז א פארקערטע

דאנערשטאג פבואר 19, 2015 9:21 am

א גוטע עצה ס'זאל געשעהן נאכאמאהל איז אראפ צו רופן די מידיא און מאכן א טראסק דערפון.

דאנערשטאג פבואר 19, 2015 9:25 am

נע, זעמיר אויך געוועזן קינדער וכנ"ל.

דאנערשטאג פבואר 19, 2015 11:22 am

די בילד איז אין קרית יואל אבער ס'מיינט נישט אז דאס האט פאסירט אין קרית יואל. די שאלה איז פון וואנעט דער קאר איז יעצט געקומען צו פארן.

דאנערשטאג פבואר 19, 2015 11:31 am

צייטליך האט געשריבן:די בילד איז אין קרית יואל אבער ס'מיינט נישט אז דאס האט פאסירט אין קרית יואל. די שאלה איז פון וואנעט דער קאר איז יעצט געקומען צו פארן.

K&j auto

דאנערשטאג פבואר 19, 2015 11:38 am

צייטליך, קום נישט דא פארדרייען מעשות, מ'לעבט היינט אין א אפענע וועלט.
שרייב א תגובה

Advertisement