נייעס מיט א ניכטע_רן בליק...‎

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך ינואר 01, 2014 8:03 am

שמאטע:
א פרישע שטורעם האלט זיך אינמיטען קאכען, נאכדעם וואס דער נייער ערוויילטער מעיאר פון ניו יארק סיטי האט היינט אין א דרשה זיך אויסגעדריקט זייער מיאוס אויף די אפריקאנע אמעריקאנע!

דער מעיאר האט ערקלערט אז ער גייט ברענגען א ענדע צי די "פערדען" וואס דרייווען אונזער טראנספארטאציע!

די שווארצע באפעלקערונג זיד... (זיי ווייזען נישט וואס ס'מיינט ווייל זיי הערען נישט קאלמע וואסער, אבער מיר ווייסען דאך יא... ס'איז א פלאץ אין זיד אמעריקע...)

די אמעריקאנע סיוויל רייט יוניען האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז זי פארשט נאך דעם אינצידענט, זיי האבן נאך א חשד אז ס'איז נאר א ראסיזעם געים...

@FoxNews: NYC Mayor-elect announces plan to scrap city's horse-drawn carriages http://t.co/QJFuByBFhS
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

בת ק' כבת 20‎

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג ינואר 16, 2014 2:59 pm

שמאטע:
א פרייליכע געשעניש האט זיך אפגעשפילט אין פלארידע... יא יא, די סטעיט וואו די אלטע גייען זיך אויסזשוכענען פון זייער אלטקייט...

געווען איז עס די פארגאנגענע שבת קודש, ווען צוויי אלטע האבן זיך אנגעשטויסען איינער אינעם צווייטען אין א וואל מארט סטאר אין פלארידע.

דער 65 יעריגען איז זיך געמיטלעך געזיצען אין זיין "וואל-מארט עלעקטעריק שאפינג קאר" און געווארט ביי די 'עקספרעס טשעק-אוט' און (לכאורה) געמיטלעך פאנטאזירט ווי ער דרייוועד א 'עכטע' קאר... (וויי וויי... די אלטע...) ער האט אין זיין זיסטען חלום נישט געשפינט וואס ס'וועט זיך דא אויסקאכען...

הינטער אים אז געקומען צוגיין דער 77 יעריגער 'וויליאם גאלע-טאג' און ער איז ממש אויפגעשוידערט געווארען פון וואס ער האט ציגעזען... דער 77 יעריגער האט הפנים אפגעציילט אז דער 65 יעריגער האט געהאט אין זיין וואגאן מער ווי די ערלויבטע "20 אייטעמס אר לעסס"! שומיי שמייס'עם!

א געפעך האט אויסגעבראכען צווישען די אלטע... דער 77 יעריגער האט פארלאנגט פונעם 65 יעריגען זיך אפציטראגען פון די עקספרעס קאונטער, אבער דער 65 יעריגער האט ווי עס שיינט נישט געהאלטן דערביי...

חחח... דער 77 יעריגער 'גאלע-טאג' האט באשלאסען אז ער וועט עס נישט פארשווייגען! אזא חוצפה פון די דעמאלטס'דיגע יונגווארג... ער וועט אים לערנען בלק!

ער האט זיך געגעבען א דריי אויס צי זיין אייזענעם וועגעלע, און מיט א אימפעט וואס פאסט פאר א גערעגטען 77 יעריגען פלארידא איינוואוינער האט ער געגבען אז שטיפ דעם וואגען אין ריכטונג פונעם 65 יעריגען וואס איז זיך געזיצען אינעם גרויסע-קינדערישע גאלף קאר, דערביי שאפענדיג וואונדען אויפן יענעמס ארעם.

אבער, לויט ווי עי.בי.סי.7 גיט איבער, האט זיך עס געלוינט, ווייל די פאליציי האט אים ארויס גע'עסקארט' פונעם געשעפט.. סוי כבוד מלכים האטער כאטש געהאט...

הה"ד בת ק' כבת "כ"....


Golladay was escorted from the store and arrested some time later, the report said.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

סושי ליבהאבער, בארואיגט אייך!! פאקס נאז...‎

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג פאברואר 16, 2014 7:09 pm

שמאטע:
פאקס נאז האט אין א ווידיאו געמאלדן אז זייערע קעספערטען זענען אויפגעקומען אויף א געוואלדיגע אויפקום (א וואס?!) און זיי זענען אויסען ארויסציגעבען זייער געפינס פארן פובליק אן קיין מניעות!

צי די פרייד פון צענדליגע פאראכטער פון די מאכל הנקרא סושי (מיילעך, איך מעג האלטן אנדערש! דארפסט מיך נאכנישט פיינט האבן!!) און זייער כסדר'דיגע באוועגונג אנטקעגען די מאכל איז די פאקס נאז אנדעקונג די מערסט געווינטשענע זאך וואס זייי האבן נאר אמאל געקענט חלומ'ן!

עכ"פ (וואס איז נאר די פינקטליכע דעפענישן?), די פאקס נאז פארשער זענען דערגאנגען אז די גאנצע "סושי מאוומענט" איז אבי א אויפגעבלאזענע זאך! און ס'איז בכלל נישט דא עפעס א ערענסטע אודיענס דערפאר!! חחח סושי גלייכער... איר קענט קראכן!!

זיי האבן ראיות ברורות! און זיי זענען גרייט אריין צי גיין בעובי הקורה, און זיי צייגען אויף קלאר און דייטלעך אז ס'איז בכלל נישט דא אזא דימענד פאר סושי... יא יא! גלייבטס מיר נישט (איר האט גוטע סיבות...) און איבערצייגט אייך אליינס!

נ.ב. א ישר כח פארן געוועזענע פרעזידענט'ס ברידער פאר די אנדעקונג, די זכות פון ראטעווען יודן פון די סושי קולט זאל אים ביישטיין!
@foxnewsvideo: Why so little interest in Sochi? http://t.co/BRwaajaenk
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

דער אמת ארום דער מאלעיזיען פליגער וואס איז פארלוירן געווארן.

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג מארטש 10, 2014 8:56 pm

איינמאל פאר אלעמאל וועט מען שטעלן חזקי' המיילעך בפני כל עם ועדה! און אויפווייזען די שקר וואס ליגט אין די נייע וועלטס ארדענונג!

ארדענונג זאל זיין!

צי ווייסט איר אז א פליגער פון די מאליזיע לופט לינע פעלט?
צי ווייסט איר אז די רעגירונג 'זאגט' (גיי גלייב זיי) אז זיי זוכן דעם פליגער?

צי ווילט איר וויסען וואס דא גייט באמת פאר?

קודם דארפט איר אינטערשרייבען אז איר גייט נישט אויסזאגען פאר קיינעם וואס מיר גייען אייך אקארשט דערציילען! איר זאגט צי?.... יא?.... איר וועט נישט אויסזאגען פאר "קיייייייינעם" ?....

איז אזוי, "פינקטליך וואס" דא גייט פאר ווייסן מיר נאכנישט, אבער דאס איז זיכער (געפראוועד ביי די עף.עי.עי.) אז די רעדע איז פון א גרעסערע קאנספיראציע!

איר גלייבט אונז נישט?! אט זעהט די מעסעדש וואס פוקס'ס נאז האט היינט ארויסגעשיקט,

"Malaysian officials on plane disappearance: "We don't know exactly what happened to the aircraft." http://t.co/UIKpcYpIUR"

ס'איז קלאר ווי די זון אז זיי זאגען דעס פאר א "ספעציעלע" סיבה, ווייל סתם צי זאגן אז זיי ווייסען נישט, דארפן זיי נישט זאגן אין א ספעציעלע קעבעל פון מאליזיע ביז די פאקס הויפט-קווארטין! כ'מיין, נאכאלעם איז עס דאך א זאך וואס יעדער ווייסט (אז זיי ווייסן נישט), אלא מאי, פון דעם אז זיי שיקן אזא פשוט'ע מעסעדש, איז קלאר אז זיי האבן געוואלט מאכן א קאווער אפ, אבער למעשה האט זיך עס ארויסגעשטעלט אלס די גרעסטע טעות אין זייער אקציע מיט די פליגער!

כה לחי מטורפים!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג מארטש 25, 2014 8:50 am

[שמאטע ליידיגט אויס זיינע דרעפטס....]
כ'מאך פייסעכיג... סארי

----

רחוב וויינשטאק - בראזיל.
די טרעזשורי דעפארטמענט האט - אויפן פארלאנג פון קאנגרעס - אפגעהאלטן געהיימע מיטינגען במשך די לעצטע חודש צוויי, וואו ס'האבן זיך באטייליגט א ענגע צאל אגענטורען, אריינגערעכענט די סעקרעטערי אויף די "פוד-סטעמס" אפיס, די פארזיצער אויף די "טראנספארטאציע דעפארטמענט", די סעניטעשאן דעפארטמענט", און די פארזיצער פון די "פעדראל רעזערוו".

די ציל פון די מיטונגען איז געווען אויפציקומען מיט מיטלען וויאזוי צי הייבען די אקאנעמי אויף א אופן וואס זאל בענעפיטען סיי די אמעריקאנע איינוואוינער, און אויך אראפנעמען א לאסט פון די רעגירונגס קאסע.

ביי די מיטינג איז אויפגעברענגט געווארן פארשידענע פארשלאגען, אבער רוב רובם זענען אפגעווארפן געווארן צוליב וואס זיי האבן נישט פאראויסגעוויזען קיין טויש אין "ביידע" חלקים פונעם פראבלעם, נעמליך ס'זאל בענעפיטען סיי די ציווילע בירגער, און אויך שפארן געלט פון די רעגירונגס קאסע.

נאך טעג פון פארהאנדלען האבן זיך די פארזיצער פאראייניגט אויפן פלאן וואס איז אויפגעברענגט געווארן דורכ'ן פארזיצער פון די "טראנספארטאציע דעפארטמענט", דר. וואן טשון קען.

די פלאן לויטעט, אז די רעגירונג זאל ארויסגעבען א "אויפקלערונגס בריוו" ווי זיי זאלן ארויסברענגען דארט די שעדליכקייט פון גיין מיט געלעכערטע זאקן. די עיקר דגוש זאל געלייגט ווערען אויף די שעדליכקייט פארן מענטש אליין, וואס אויב די לעכעל איז צי קליין קען עס חלילה דערשטיקען די פינגער פון די פוס, און ס'קען אפשטעלען די בלוט צירקאלאציע. און הן די גרויסע שעדליכקייט וואס דאס ברענגט פאר די ענווייראמענט.

אזוי אויך זאל די רעגירונג פארשלאגען א "ביל" אין קעפיטאל היל, ווי מ'וועט ארויפלייגען א פעדעראלע קנס אויף די וואס האבן לעכער גרעסער ווי די ערלויבטע מאס! (די מאס וועט גערעכנט ווערען לויט די געהאלט, און קאפצאל פער משפחה - די חלק איז נאך אין די פלאנירונגס פאזע).

אזוי ארום - טענה'ט דר. וואן טשון קען - וועט מען עקאמפלישען ביידע חלקים פונעם פלאן, הן דאס אז די מאסן וועלען בענעפיטירען דערפון, ווארום זיי וועלען זיך שפירען פריש, פרישע זאקן יעדע פאר טעג. און סיי די עקאנעמי וועט זיך הייבען "הימל הויעך" ווייל מ'וועט דארפן קויפען פרישע פאר.

ועל כולם - און דאס איז דאך די עיקר - אז די רעגירונג וועט קענען טיילען קנסות רעכטס און לינקס, און שארען גאלד!

די באטייליגטע האבן זיך אויפגעשטעלט און מיט עקסטאז אפלאדירט דעם מייסטער פלאן! און אלס רעזולטאט באלוינט 'דר. וואן טשון קען' מיט א פרישע שיפמענט פון זאקן, געניג אויף צי קאלעקטען א יאר צייט (ביז די אמענדמענט גייט - האפענטליך - אריין אין קראפט...)

די יודישע וועלט קוקט זיך צי מיט שפאנונג און אנגסט.
תורא תורא חגרי sock!

נ.ב. דאס מאל האבן מיר נאכנישט קיין דעקונג פאר די נייעס, היות ס'איז נאך אינטער שלאס און ריגעל... אבער מיר פראמעסען! אז איינמאל מיר האבן די שורש פון די נייעס, וועלען מיר עס אייך טייקעף איבערגעבען!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג מארטש 25, 2014 8:51 am

"מינט דעפארטמענט פארזיכערט די אמעריקאנע באנקנאטן פון מעקסיקאנע פעלטשערס"

כפר חבד, בלומינבורג - אין א פריוו אפצישטעלען די ריזיגע קוואנטומס פון געפעלטשטע געלטער וואס קומט לעצטענס אריין אין די 'פאראייניגטע שטאטען' דורך די 'מעקסיקאנע' גרענעץ, האט די מינט דעפארטמענט אינטערגענימען א רייע פרישע באווארענינגען וויאזוי ס'זאל זיין שווערע צי פעלטשען די באנקנאטען.

איינע פון די פארמערטע זיכערהייט געדאנקען איז דאס ארויפשרייבען אויף די דאלארען די ווערטער "לוי יצחק בן שרה סאשע".

ווי א ווארטזאגער פון די מינט דעפארטמענט גיט איבער זענען זיי אויפגעקומען מיט די געדאנק וויבאלד ס'האט די אות וא"ו דערין (לוי), וואס לויט ווי סייענטיסטען זאגן, זענען זיי געקומען צי די אנערקענונג - נאך יארן פארשען - אז די מעקסיקאנע קענען נישט ארויסזאגען א וא"ו נאר זיי זאגן עס אנשטאט מיט א דאבעלי"א Wא"ו.

דעריבער גלייבן די סייענטיסטען אז די מעקסיקאנער ווען זיי וועלען ווילען שרייבען אויף זייערע באנקנאטען "לוי יצחק בן שרה סאשע" וועלען זיי פארשטייט זיך לייגען "לייWי יצחק... " און אזוי ארום וועט מען זיי גראד קענען כאפן מיט ס'פאלטשע באנקנאטען.

אויף דערווייל פלאנט די רעגירונג עס צי לייגען קודם נאר אויף די צוואנציגער'ס, און זיי פלאנען במשך די קימענדיגע צוויי יאר צי זעהן די רעזולטאטען. און באשליסען צי מ'זאל עס ארויפשטעלען אויף די אנדערע וואלוטעס.

כולל שומרי החומות האט אין א טעלאפאנישע אינטעוויא איבערגעגעבן אז זיי ארבייטען אויך איבערמידלעך אויף א נייע פארזיכערונגס מעטאד, אין זיי האפן בקרוב צי מעלדען די פרטים. (דערווייל זאגן זיי נישט וואס זייערע פלענער זענען).

פון תהילים כולל קומט א אישי אז זיי שטייען דערווייל אוועק פונעם פארמעסט, און זיי ווילען זעהן וועלכע זייט ס'וועט האבן די מערסטע שאנסען, און דאן וועלען זיי אנטראגען פאר יענע זייט א קאנטראקט ווי זיי וועלען מתפלל זיין פאר יענע צד צי געווינען דעם פארמעסט.

שטייטס געטונט, ס'קומט גוטע צייטען!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג אפריל 01, 2014 10:29 pm

שמאטע:
שטוינענד ביז גאר!

אין רוסלאנד האט די רעגירונג אנגעהויבען איינצוימען די באניץ פון "אומוויכטיגע סאשעל מעסעדשינג"!

די רעגירונג איז ארויס בכרב ובכניס אנטקעגען די וואס ניצען אויס די נעטווארקס פאר לופט, און זיי דשעמען די סיגנעלס פאר נאו גוד ריזען!

די רעגירונג זאגט אז זיי גייען נעמען זייער שטרענג די וואס שיקען פלעין "רט" (אדער בלשונם "כארטי"...)!

די חברה געבן איבער, אז אויב האט איר נישט וואס צוצילייגען צום שמועס זאלט איר בלייבען שטיל! שרייבטס נישט קיין כאר-טי אין די וועלטאריין!

די עסקנים בעטען אז מ'זאל עס נישט נעמען פאר לייכט, ווייל די רעגירונג איז אויסען דאס אינטערציברענגען ביי האק אור ביי קראק! - און זיי האבן גענוג דערפון! און אזוי אויך קען זיך עס ענדיגען מיט א ארעסט!

א אצערעס מחאה איז געפלאנט פארציקומען, אבער וועט אפגערופען ווערען דורך די אויסערען מיניסטער פון מאליזיע צוליב דריק פון די עטנישע גרופעס ארויסציגעבען א פולע באריכט איבער די געפלאנטע טעראר אטאקע אין קרימיע פארגאנגענע וואך מאנטאג!

הקוני למא-רחל!

@FoxNews: President of Russian news channel RT facing prison for tax fraud http://t.co/itMALwETyy
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט