בלאט 5 פון 5
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 16, 2013 4:28 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
שנאפס האט געשריבן:איר לינקט צו דעם אשכול
ווייל דא איז די אנדערע פלאץ ווי טשעיס איז אין די נייעס.
--
היטל האקט
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 16, 2013 11:25 pm
דורך לכתחילה אריבער
עפעס ערענסט קאכט זיך ביי טשעיס.
דא האט איר א העדליין, וואס דראדזש באטראכט ווי א "שאק".
Chase Bank Limits Cash Withdrawals, Bans International Wire Transfers
אנהייב די ארטיקעל שטייט אזוי:
Chase Bank has moved to limit cash withdrawals while banning business customers from sending international wire transfers from November 17 onwards, prompting speculation that the bank is preparing for a looming financial crisis in the United States by imposing capital controls.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 16, 2013 11:33 pm
דורך זאל ער קומען
יאפ איך האב היינט באקומען א בריוו פון טשעס אז מהיום והלאה קען איך מער נישט מאכן קיין אינטערנעשנאל טראנספערס.
און אויך קען איך נישט דורך דרייען מער ווי פיפציג אלפים א חודש.
זיי שרייבן אויך אז לויט ווי זיי זעען מיין היסטארי וועט עס נישט אפעקטן מיינע דעלי אקטיוועטיעס.
דאס הייסט אז נישט מיין היסטארי איז מיין פראבלעם. נאר עפעס אנדערש קאכט זיך. וועל מיר מוזן זיכן ערגעץ אנדערש.
די שאלה איז נאר דא אין ווילי ווער הייסט קליין און איז גוט, אנדערש ווי גיין צו עפעל גיי איך שוין אין גמ"ח.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 17, 2013 8:14 am
דורך שאינו יודע
BOA
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 17, 2013 12:09 pm
דורך מחותן
זאל ער קומען האט געשריבן:יאפ איך האב היינט באקומען א בריוו פון טשעס אז מהיום והלאה קען איך מער נישט מאכן קיין אינטערנעשנאל טראנספערס. און אויך קען איך נישט דורך דרייען מער ווי פיפציג אלפים א חודש. זיי שרייבן אויך אז לויט ווי זיי זעען מיין היסטארי וועט עס נישט אפעקטן מיינע דעלי אקטיוועטיעס. דאס הייסט אז נישט מיין היסטארי איז מיין פראבלעם. נאר עפעס אנדערש קאכט זיך. וועל מיר מוזן זיכן ערגעץ אנדערש.
די שאלה איז נאר דא אין ווילי ווער הייסט קליין און איז גוט, אנדערש ווי גיין צו עפעל גיי איך שוין אין גמ"ח.
איך האב אויך באקימען די צעטיל, און עס האט מיר זייער געקרענקט, {איך האב שוין געטראכט אז אפשר זאל ארויספרינטען מייינע תגובות דא פינעם אשכול און זיי עס ווייזען אז איך בין א לויעל קאסטומער, אפשר אזוי וועלן זיי מיר נאכגעבן..

}
למעשה בין נעכטען אריין אריין געגאנגען און באנק דערמיט, און דער ביזנעס באנק קאנסאלוטעט האט מיר מסביר געווען די מעלה דערפון, און אז איך גיי מיר שפארען געלט דערויף.
ער זאגט אזוי: נישט מער ווי 20% פון זייערע קאסטומערס דארפן צוקימען צי אינטערנאצינאלע ווייערס אדער טראנזעקשענס העכער 50K, און די סארט אקאונט'ס האט מער רוגעלאציעס און עס פארלאנגט מער איבערזיכט פון די טשעיס, און די לעצטע פאר יאר איז די גאווערמענט זייער שטרענג דערוועגן, אבער ווי באלד די 20% איז געווען צושפרייט צווישען די איבריגע 80% אקאונט'ס איז אויסגעקימען אז יעדער האט געליטען דערפון, זיי האבן געמיזט גייט מיט אלע אקאונט'ס שטרענגער און די איבערזיכט האט געקאסט זייער אסאך געלט וויבאלד עס איז האט געמיזט זיין צושפרייט איבער אלע אקאונט'ס.
דערפאר האבן זיי געשיקט די בריוון צו די אלע אקאונט'ס, די אלע דארפן טוישען צו א נייע סארט אקאונט און מען בלייבט מיט די אלטע אקאונט אינפערמעשן נאר די נאמען פינעם אקאונט טוישט זיך, מען קען ווייטער מאכען ווייער'ס און די 50K לימיט גייט אראפ, די אקאונט גייט אויסקימען בילגער ווי בעפאר ווי באלד עס גייט מער נישט קאסטען די אלע זייטיגע קאסטען ווען מען גייט העכער די לימיט נאר מען צאלט א פלעט פי פון $25 פער אקאונט און מען האט ביז 400 טראנזעקשענס, מיט די אלטע אקאנטס פלעגט מען צאלען די הויזען ביים איבערגיין די לימיט, און גלייכצייטיג גייען זיי קענענן עטוואס גרינגער מאכען געוויסע רולס אויף די קלענערע אקאונט'ס ווי באלד עס גייט מער נישט זיין אויסגעשטעלט צו די שווערע גאווערמענט רוגעלאציעס.
איך האב אים גראדע געפרעגט פארוואס זיי קימען נישט ארויס מיט א סטעטמעינט דערוועגן, וויבאלד דראדש האט עס שוין אגאנצן טאג אויפן העדליין, ער האט נישט געוויסט צי ענטפערן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 17, 2013 12:46 pm
דורך פאטאקי08
א שטורעם אין א גלעזל וואסער
סך הכל האבן זיי צוטיילט גרעסערע ביזנעס אקאונטס מיט קלענערע
די גרעסערע קענען שיקן קיין אויסלאנד אווי ביז היינט און קענען טוהן מער סערוויסעס בחנם ווי ביז היינט נאר זיי האבן צוגעלייגט א 20 דאללער מאנאטליכן פי (וואס איז דערווייל געדיסקאונטעט פאר די ערשטע 6 חדשים)
און די איבעריגע וואס ניצן עס סייווי נישט וועלן בלייבן אלץ די קלענערע ביזנעס אקאונטס אן א פי
---
מחותן האקט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 17, 2013 1:01 pm
דורך מחותן
זעצענדיג מיט יענעם האב איך געשמיסט על דה ודה איבער טשעיס און איבער די נייעס ארום זיי, איך האב אים נישט געוואלט דירעקט פרעגן איבער די טומעל פון אפשפארען אקאונט'ס איך האב נאר גערעדט ארום און ארום, ער גיט מיר א זאג - און מעגליך ער איז נישט גערעכט און זאגט ליגענט - "א טייל מענטשן וועם מיר שיקען אוועק פון דא דארפן זיין העפי אז מיר האבן זיי אוועק געשיקט און נישט אז מיר האלטען זיי און זיי זאלען זיין אויסגעשטעלט צי אונזערע שטרענגע רוגעלאציעס און ריפארטיניג." מעגליך אז דאס איז א טאלקיניג פוינט פון טשעיס אפציענטפערן נעגאטיווע באריכטען ארום זיי, אבער ער טענה'ט אז זיי האבן געוואלדיגע פרעשור פון די גאווערמענט, זיי מיזען זיך צושטעלן און אלע קאסטומערס צאלען א פרייז אויב זיי זענענן נישט שטרענט מיט רוגעלאציעס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 17, 2013 1:02 pm
דורך האלץ האקער
די מעשה איז זיי האבן ארום געשיקט די בריוון אפי' פאר די אקאנטס וואס זיי האבן שוין פארמאכט פאריאר א שאד פאר די געלט זאלן זיי מיר עס געבן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 17, 2013 1:55 pm
דורך מידער
דאנק אייך מחותן פארן אויפקלערונג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 17, 2013 2:18 pm
דורך שמויגער
מחותן האט געשריבן:זעצענדיג מיט יענעם האב איך געשמיסט על דה ודה איבער טשעיס און איבער די נייעס ארום זיי, איך האב אים נישט געוואלט דירעקט פרעגן איבער די טומעל פון אפשפארען אקאונט'ס איך האב נאר גערעדט ארום און ארום, ער גיט מיר א זאג - און מעגליך ער איז נישט גערעכט און זאגט ליגענט - "א טייל מענטשן וועם מיר שיקען אוועק פון דא דארפן זיין העפי אז מיר האבן זיי אוועק געשיקט און נישט אז מיר האלטען זיי און זיי זאלען זיין אויסגעשטעלט צי אונזערע שטרענגע רוגעלאציעס און ריפארטיניג." מעגליך אז דאס איז א טאלקיניג פוינט פון טשעיס אפציענטפערן נעגאטיווע באריכטען ארום זיי, אבער ער טענה'ט אז זיי האבן געוואלדיגע פרעשור פון די גאווערמענט, זיי מיזען זיך צושטעלן און אלע קאסטומערס צאלען א פרייז אויב זיי זענענן נישט שטרענט מיט רוגעלאציעס.
מיט רוב אקאונט'ס וואס זיי האבן אפגעשפארט איז ער גערעכט!!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 17, 2013 6:43 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד,
דאס האב איך געשריבן אפאר טעג צוריק. די "פעדס" זענען מיט א שרעקליכע מייקראסקאופ אויף טשעיס, דער עולם האט נישט קיין השגה.
זייער דזשעימי דיימאן איז געווען דער ליבלינג פון וואל סטריט, און זעהט אויס וואשינגטאן האט באשלאסן מען דארף אים ווארפן אין דער אדמה. די לעצטע האלבע יאר, בערך, קומט יעדן טאג ארויס פרישע באשולדיגונגען פון די פעדס קעגן טשעיס, מיט נאך הונדערטער מיליאנען אדער גאר ביליאנען וואס זיי וועלן דארפן צאלן קנס.
היינט אליינס איז געווען די נייעס פון א 120 מיליאן סעטלמענט וועגן די "לאנדאן וועיל" טרעידינג וואס האט זיי געקאסט א שאדן פון 5 ביליאן דאלאר. און דאס איז נישט גענוג, האסט געהאט שאדן פינעף ביליאן, יעצט צאל קנס פאר'ן אריינפאלן אין אזא פלאפ...
בקיצור, יעדע פעדעראלע אגענטור וואס האט א שייכות מיט באנק און פינאנץ, האט זיך ארויפגעזעצט אויף די קעפ פון טשעיס אן רחמנות כלשהו, און די באנק ציטערט אין די הויזן.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 18, 2013 2:07 pm
דורך מחותן
פאטאקי08 האט געשריבן:א שטורעם אין א גלעזל וואסער סך הכל האבן זיי צוטיילט גרעסערע ביזנעס אקאונטס מיט קלענערע
די גרעסערע קענען שיקן קיין אויסלאנד אווי ביז היינט און קענען טוהן מער סערוויסעס בחנם ווי ביז היינט נאר זיי האבן צוגעלייגט א 20 דאללער מאנאטליכן פי (וואס איז דערווייל געדיסקאונטעט פאר די ערשטע 6 חדשים)
און די איבעריגע וואס ניצן עס סייווי נישט וועלן בלייבן אלץ די קלענערע ביזנעס אקאונטס אן א פי
---
מחותן האקט
די בלאט איז געפאלן א קרבן צו די פאלשע קאנספירענסי נייעס, אראפ ברענגדיג פינעם יענעם וועבסייט דריי קאפיס פון צעטליך כאילו עפעס ליגט דערין.
עס איז נאר אינטערסאנט אז דע בלאט שרייבט בתוך הדברים אז מענטשן זענענן געשטאנען מאנטאג ווען עס געווען חאגע מיטען בלאט אין די הענט אריינבליקענדיג נערוועזערהייט אין די טשעיס ברענטש זיך, מיט מורא אז זיי זענענן נעקסט,
די באנק איז געווען אפן מאנטאג, מען קען אריינגיין פרעגן, און דער בלאט האט געזאלט נעמען איינע פון די קאפיס און אריינשיקען עמציען דערמיט און פרעגן הסבר.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 18, 2013 2:20 pm
דורך לכתחילה אריבער
מחותן האט געשריבן:די בלאט איז געפאלן א קרבן צו די פאלשע קאנספירענסי נייעס, אראפ ברענגדיג פינעם יענעם וועבסייט דריי קאפיס פון צעטליך כאילו עפעס ליגט דערין.
עס איז נאר אינטערסאנט אז דע בלאט שרייבט בתוך הדברים אז מענטשן זענענן געשטאנען מאנטאג ווען עס געווען חאגע מיטען בלאט אין די הענט אריינבליקענדיג נערוועזערהייט אין די טשעיס ברענטש זיך, מיט מורא אז זיי זענענן נעקסט,
די באנק איז געווען אפן מאנטאג, מען קען אריינגיין פרעגן, און דער בלאט האט געזאלט נעמען איינע פון די קאפיס און אריינשיקען עמציען דערמיט און פרעגן הסבר.
#אינסטענט נייעס עפאכע
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 18, 2013 2:34 pm
דורך מחותן
לכתחילה אריבער האט געשריבן:#אינסטענט נייעס עפאכע
נישט גערעכט, ווייל אינסטענט נייעס עפאכע איז גילטיג נאר פאר די נייעס וואס איז הייס אין די פאר שעה וואס האט פארסירט, ווען א מידיא אוטלעט לויפט מיט א נייעס צי זיין די ערשטע און שפעטער שטעלט זיך ארויס אז עס איז פאלטש, דא אבער איז שוין די קאנספירעסי געווען איבער 24 שעה אלט, די בלאט האט שוין געהאט די וועלטס צייט צי מברר זיין צי עס איז אמת אדער נישט, זיי האבן נישט געזאלט עס דריקען אן דעם וואס עס זאל האבן א נערמאלען מקור, און אן דעים וואס זיי זאלן אליינס פראבירען עס מברר צי זיין.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 18, 2013 2:46 pm
דורך לכתחילה אריבער
מחותן האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:#אינסטענט נייעס עפאכע

אינסטענט נייעס האט אויך אפעקטירט ווי אזוי מען "באהאנדעלט" א נייעס. מען האט שוין נישט "מורא" צו לויפן מיט האלבע שטותים, ווייל עס איז א נארמאלע זאך אז מען פארציילט שטותים - אין א פאל ווען עס איז ריכטיג אינסטענט-. אויך די אינטערנעט האט עס געברענגט בכלל, ווייל יעדער קען שרייבען וואס ער וויל, און "רוף מיך צו דין תורה".
דאס האט אפעקטירט אז אפי' נארמאלע נייעס קוועלער, וואטשען נישט אזוי שטארק וואס מען פארציילט.
פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 19, 2013 7:45 pm
דורך געלעגער
יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד,
דאס האב איך געשריבן אפאר טעג צוריק. די "פעדס" זענען מיט א שרעקליכע מייקראסקאופ אויף טשעיס, דער עולם האט נישט קיין השגה.
זייער דזשעימי דיימאן איז געווען דער ליבלינג פון וואל סטריט, און זעהט אויס וואשינגטאן האט באשלאסן מען דארף אים ווארפן אין דער אדמה. די לעצטע האלבע יאר, בערך, קומט יעדן טאג ארויס פרישע באשולדיגונגען פון די פעדס קעגן טשעיס, מיט נאך הונדערטער מיליאנען אדער גאר ביליאנען וואס זיי וועלן דארפן צאלן קנס.
היינט אליינס איז געווען די נייעס פון א 120 מיליאן סעטלמענט וועגן די "לאנדאן וועיל" טרעידינג וואס האט זיי געקאסט א שאדן פון 5 ביליאן דאלאר. און דאס איז נישט גענוג, האסט געהאט שאדן פינעף ביליאן, יעצט צאל קנס פאר'ן אריינפאלן אין אזא פלאפ...
בקיצור, יעדע פעדעראלע אגענטור וואס האט א שייכות מיט באנק און פינאנץ, האט זיך ארויפגעזעצט אויף די קעפ פון טשעיס אן רחמנות כלשהו, און די באנק ציטערט אין די הויזן.
יאפ, יעצט לייט מען די נייעס אז טשעיס האט א דיעל מיט די דעפארטמענט אף דזשאסטיס און זיי גייען באצאלן דרייצן ביליאן דאלער און א סעטעלמענט..
גוט פארגעזאגט יוםטי
פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 19, 2013 7:48 pm
דורך געלעגער
מחותן האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:#אינסטענט נייעס עפאכע
נישט גערעכט, ווייל אינסטענט נייעס עפאכע איז גילטיג נאר פאר די נייעס וואס איז הייס אין די פאר שעה וואס האט פארסירט, ווען א מידיא אוטלעט לויפט מיט א נייעס צי זיין די ערשטע און שפעטער שטעלט זיך ארויס אז עס איז פאלטש, דא אבער איז שוין די קאנספירעסי געווען איבער 24 שעה אלט, די בלאט האט שוין געהאט די וועלטס צייט צי מברר זיין צי עס איז אמת אדער נישט, זיי האבן נישט געזאלט עס דריקען אן דעם וואס עס זאל האבן א נערמאלען מקור, און אן דעים וואס זיי זאלן אליינס פראבירען עס מברר צי זיין.
אויב האט דראדזש געקענט האבן די נייעס נישט ריכטיג דאן פארוואס טאר די בלאט נישט?
דאס אז זיי האבן געמאכט א טשולענט פון די נייעסער דאס איז א טיפיקעל בלאט מעשה. אבער מיט די נייעס זענען זיי סך הכל מיסאינפארמירט אווי דראדזש
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 2:15 pm
דורך לכתחילה אריבער
אויף קולמע איז ד אא פרישע אינטערווי. אין די איינצוג - כ'האב נישט אויסגעהערט די אינטערווויו - זאגן זיי אז ווער עס האט זיך געעקשנט און נישט אויפגעגעבן האט צוריק באקומען די מייל.
(פון דעם רעדט די אשכול אויך, יא?)