באריכטן און אנאליזן
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 9:01 am
איך האב נישט באמערקט אז מזאל שוין רעדן דערפון דא עפען איך אויף דעם אשכול אויסצושמיסען די נושא וואס Chase האט לעצטענס זיך צופירט די הענד מיטן פארמאכן אקאנטס מיט קארטלעך פון איין מינוט אויף דער אנדערן קוידם האב איך געמיינט אז סאיז נאר פון טשארעטי אקאנטס אבער לויט ווי איך הער יעצט איז עס א אנשיקענישט פאר יעדעם .
לעצט פאראכטן דורך
האלץ האקער אום מאנטאג אוקטובר 14, 2013 11:05 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
Advertisement
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 9:07 am
אין די חרידישע צייטונג 'דער בלאט' פון די וואך האבן זיי א באריכט איבער אן עקסלוסיוו אויספארשונג וואס גייט אן אין די איצטיגע טעג דורך זייער רעדאקציע איבער לעצטיגע קאראפציע פון גרויסע בענק אנטקעגן ארגאנזאציעס און ביזנעסער.
אין זייער באשילדוגונג ברענגען זיי ארויס אז לעצטענס האבן בענק (בעיקר טשעיס מאנהעטאן באנק, אבער אנדערע בענק ווי עיטש עס בי סי און נאך האבן שוין אויך אנגעהויבן) זיך גענומען פארמאכן פארשידענע אקאונטס אנע שום ווארענונג פון פריער.
קודם האבן זיי אנגעהויבן פארמאכן אקאונטס פון מוסלמענע ארגאנאזאציעס מיטן תירוץ אז זיי ווילן נישט שטיצן די טעראריסטישע ארגאנאזאציעס וואס דאס איז נאך געווען גאנץ פארשטענדליך, אבער די לעצטע פאר וואכן האבן זיי זיך גענומען פארשפארן צענדליגע אקאונטס פון גמח׳ן און מוסדות התורה און אויך פון סתם ביזנעסער.
די חוצפה פון פארשפארן די אקאונטס אן קיין שום פריערדיגע ווארענונג איז גענוג גרויס פאר זיך, ווייל איעדער פארשטייט וואספארא קאפ-וויי דאס איז ווען מען איז שוין מסודר אין א באנק זיך צו גיי נעמען און אנהייבן אלעס פון פריש. זיי זענען אבער נישט צופרידן מיט דעם נאר די גאנצע קרעדיט וואס א ביזנעס האט זיך שוין אויפגעבויעט ווערט פארשוואונדן און מען דארף נאכאמאל אנהייבן צו בויען א קרעדיט.
אזוי אויך האקן זיי אפ דיין קרעדיט קארטל, און מיט דעם ווערט אוועקגענומען אלע דיינע פוינטס, און מען דארף נישט מסביר זיין ווי שווער דאס איז פאר א מענטש צו פארלירן אלע זיינע אנגעזאמעלטע פוינטס במשך די אלע יארן.
דא אין
דעם אשכול האט שוועמל באריכטעט אז HSBC שפארט אפ זיין אקאונט, אויבן אויף קוקט עס אויס ווי א פשוט׳ע נייעס׳ל, אבער נאך דעם באריכט אין דער בלאט זעהט אז שוועמל איז לכאורה נאך א קרבן פון דעם אנגייענדע קאראפציע.
ווי דער בלאט שרייבט איז די אויספארשונג נאך אינמיטן און ווער עס האט מער אינפארמאציע איבער דעם זאל זיך מעלדן צו זייער רעדאקציע, ממילא בעטן מיר אלע חבירים דא אז ווער עס ווייסט מער זאל מיטטיילן פאר אונז, אפשר וועט א צוזאמענארבעט פון איי-וועלט און דער בלאט ברענגען שנעלערע און בעסערע רוזאלטאטן.
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 9:07 am
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 9:09 am
יעצט זעה איך אז עס איז שוין דא אן אשכול דערויף, מנהלים ביטע צוזאמשטעלן.
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 9:09 am
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 9:22 am
באמת גייט עס שוין אן ביי טשעיס א שיינע שטיק צייט אויב געדענק איך גיט האבן זיי פאר UTA אין ק"י שוין פארשפארט פאריאר די אקאנט'ס וואס דאס האט אנגעמאכט א מעכטיגע פארדרייעניש ווייל זיי האבן דעמאלטץ געהאט אסאך פעיראל העד דעיט'אעד טשעקס אויף די גאס.
אבער זיי שפילן נישט קיין פאליטיק זיי האבן שוין פארמאכט אויך פאר בני יואל און פאר ויואל משה אויך, בקיצור זיי טיען וואס זיי ווילן און קענסט רעדען צי די וואנט.
לעצט פאראכטן דורך
האלץ האקער אום מאנטאג אוקטובר 14, 2013 9:23 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 9:22 am
מיר איז א חידוש וואס זיי וועקן זיך יעצט אויף, די זאך גייט שוין אן פאר גאנץ א לאנגע צייט זעט דא
viewtopic.php?f=25&t=16571 און מאכט א גוגל סערטש ס'איז דא צענדליגע וואס האבן דאס מיטגעמאכט.
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 9:26 am
לעצטענס האבן זיי זיך שטארק צופירט די הענט און נישט נאר טשעיס באנק
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 9:35 am
איך פארשטיי נישט, איך עטליכע קרעדיט קארד'ס ביי טשעיס פלאס א מארגעטש, און יעדע חודש באקום אים פריש עטליכע בקשות איך זאל עפענען מיין באנק אקאונט ביי זיי ובשכר זאת געבן זיי מיר 150 דאלער, אויב זוכן זיי צו פארמאכן מעיקרא מאי קסבר? און אפשר איז דער ציל נאר ארגענזעישאנ'ס?
קודם לויף איך יעצט רידימען מיינע שווערע אנגעהארעוועטע פוינטס
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 9:37 am
מי יודע האט געשריבן:קודם לויף איך יעצט רידימען מיינע שווערע אנגעהארעוועטע פוינטס
דעס איז די וויכטיגסטע זאך פאר יעדעם וואס ליינט דא איך ווייס פון מענטשן מיינע חבירים וואס האבן גערלייגט זייער אסאך פוינטס ווארטס נישט קיין מינוט נעמט ארויס לאזט דאס נישט פאר זיי
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 9:38 am
אויף קול מבשר 114 האט ער א שמועס מיט א מיילידזש סוחר. ער זאגט אז זיי פארמאכן אלע אלע קארטלעך, אין ווער ס'האט נאך דארט פוינטס זאך עס אימידיעטלי טרענספערן. אין נישט זיין א צועק לשעבר,
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 9:39 am
אז מ'רעדט שוין פון פוינטס, וויל איך וויסן צו אזא איינער ווי איך וואס פארמאגט בלויז א דעביט קארד באקומט מען אויך פוינטס פארדעם? און אויב יא ווי קען איך טשעקן ווי מיינע פוינטס האלטן?
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 9:48 am
רוב דעביט קארטלעך באקומען נישט קיין פוינטס, אויסער ביי געוויסע ריטעיל סטארס. חוץ בענק אף אמעריקע, אז מען מיטשעט זיי קענען זיי צומאל געבן.
אויב די באקומסט פוינטס זעט מען עס אויף די סטעיטמענט
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 9:50 am
ייש"כ.
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 10:02 am
זיי האבן מיר אויך אנגעמאכט קאפ וויי פאריגע וואך אבער ב"ה איך בין אפגעקומען מיט שרעק.
איך האב דיפאזיט אפאר טירד פארטי טשעקס אין מיין פערסאנעל אקאונט האבן זיי ריסטריקטעד אלע מיינע אקאונטס און ס'האט זיך גענומען קראכן טשעקס רעכטס און לינקס האב איך זיי גערופן האבן זיי מיך געמאכט אראפגיין צו מיין לאקאל ברענטש מיט די טירד פארטי'ס מיט איידי און וויבאלד ס'איז געווען מיין ווייב און מיין ארבעטער און די טשעקס זענען געווען פון מיין קארפערעשין און איך האב זיי מסביר געווען אז איך קעש ארויס מיין ארבעטערס טשעק האבן זיי מיר צוריק געפענט אבער געווארנט נישט צו טוען נאכאמאל!
לכאורה טוען זיי עס זיך צו פראטעקטן פאר די FDIC אבער זיי גייען אביסל צו ווייט!!
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 10:04 am
פלעכטער האט געשריבן:אויף קול מבשר 114 האט ער א שמועס מיט א מיילידזש סוחר. ער זאגט אז זיי פארמאכן אלע אלע קארטלעך, אין ווער ס'האט נאך דארט פוינטס זאך עס אימידיעטלי טרענספערן. אין נישט זיין א צועק לשעבר,
אלע קארטלעך וואס ער קען ווייל יענע אלע מענטשן האבן ארומגעדרייט מיט זייערע אקאונטס און פוינטס, איינער וואס פירט זיין אקאונט ווי א נארמאלער מענטש, עפענט נישט קיין צענדליכער אקאונטס נאר צו מאכן פוינטס, דרייט נישט מיט די פוינטס אד"ג אזעלכע אקאונטס באדערן זיי נישט.
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 10:07 am
מאנ-יימער האט געשריבן:פלעכטער האט געשריבן:אויף קול מבשר 114 האט ער א שמועס מיט א מיילידזש סוחר. ער זאגט אז זיי פארמאכן אלע אלע קארטלעך, אין ווער ס'האט נאך דארט פוינטס זאך עס אימידיעטלי טרענספערן. אין נישט זיין א צועק לשעבר,
אלע קארטלעך וואס ער קען ווייל יענע אלע מענטשן האבן ארומגעדרייט מיט זייערע אקאונטס און פוינטס, איינער וואס פירט זיין אקאונט ווי א נארמאלער מענטש, עפענט נישט קיין צענדליכער אקאונטס נאר צו מאכן פוינטס, דרייט נישט מיט די פוינטס אד"ג אזעלכע אקאונטס באדערן זיי נישט.
כ'מיין איר האט א טעות.
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 10:09 am
צווישען אינז גערעדט, א גרויסע פראצענט אידישע קארטלעך איז פון וואס ער רעדט...
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 10:15 am
זיי האבן צוגעשפארט אלע גרויסע אקאונט'ס, גמ''ח'ן און מוסדות אין קרית יואל, רוב דערפון פאריאר שוין, אויבן אויף איז רוב געווען די סיבה וועגן טערטפארטי טשעק'ס. עס איז נישט געווען קיין חילוק וויפיל געלט עס איז געווען אין אקאונט.
געוויסע אקאונט'ס האבן זיי אפילו צוגעמאכט די בעה''ב אקאונט, קרעדיט אקונט, קרעדיט לימיט, אפילו אין זייער אקאונט האבן זיי גארנישט געטוהן עפעס פארדעכטיגט, נאר וויבאלד אויף זייער נאמען איז געווען א גרויסע אקאונט.
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 10:15 am
למעלה משבעים האט געשריבן:מאנ-יימער האט געשריבן:פלעכטער האט געשריבן:אויף קול מבשר 114 האט ער א שמועס מיט א מיילידזש סוחר. ער זאגט אז זיי פארמאכן אלע אלע קארטלעך, אין ווער ס'האט נאך דארט פוינטס זאך עס אימידיעטלי טרענספערן. אין נישט זיין א צועק לשעבר,
אלע קארטלעך וואס ער קען ווייל יענע אלע מענטשן האבן ארומגעדרייט מיט זייערע אקאונטס און פוינטס, איינער וואס פירט זיין אקאונט ווי א נארמאלער מענטש, עפענט נישט קיין צענדליכער אקאונטס נאר צו מאכן פוינטס, דרייט נישט מיט די פוינטס אד"ג אזעלכע אקאונטס באדערן זיי נישט.
כ'מיין איר האט א טעות.
וואס מאכט אייך אזוי מיינען?
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 10:20 am
סאיז געווען 2 נייע אשכולות וועגן די טשעיס קארטלעך, סאיז געווארן צאמגעשמאלצן, אבער די קעפל האט מען געלאזט פון דער בלאט. גראדע מיין איך אז די ערשאע קעפל איז א בעסערע.
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 10:28 am
בעל דמיון האט געשריבן:זיי האבן מיר אויך אנגעמאכט קאפ וויי פאריגע וואך אבער ב"ה איך בין אפגעקומען מיט שרעק.
איך האב דיפאזיט אפאר טירד פארטי טשעקס אין מיין פערסאנעל אקאונט האבן זיי ריסטריקטעד אלע מיינע אקאונטס און ס'האט זיך גענומען קראכן טשעקס רעכטס און לינקס האב איך זיי גערופן האבן זיי מיך געמאכט אראפגיין צו מיין לאקאל ברענטש מיט די טירד פארטי'ס מיט איידי און וויבאלד ס'איז געווען מיין ווייב און מיין ארבעטער און די טשעקס זענען געווען פון מיין קארפערעשין און איך האב זיי מסביר געווען אז איך קעש ארויס מיין ארבעטערס טשעק האבן זיי מיר צוריק געפענט אבער געווארנט נישט צו טוען נאכאמאל!
לכאורה טוען זיי עס זיך צו פראטעקטן פאר די FDIC אבער זיי גייען אביסל צו ווייט!!
וואס האט דאס מיט די עף.די.איי.סי?
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 10:35 am
מאנ-יימער האט געשריבן:אלע קארטלעך וואס ער קען ווייל יענע אלע מענטשן האבן ארומגעדרייט מיט זייערע אקאונטס און פוינטס, איינער וואס פירט זיין אקאונט ווי א נארמאלער מענטש, עפענט נישט קיין צענדליכער אקאונטס נאר צו מאכן פוינטס, דרייט נישט מיט די פוינטס אד"ג אזעלכע אקאונטס באדערן זיי נישט.
איך פארשטיי אויך אזוי, ווי פארשטענדליך זענען דא מענטשען וואס לעבן פון דרייען מיט די פוינטס, מילא וויל טשעיס מאכן א סוף דערצו, אבער די ביסל פוינטס וואס איך באקום אויף מיין טשעיס פרידאם קארד, גלייב איך נישט איז זייער פראבלעם.
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 10:41 am
שנאפס האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:מאנ-יימער האט געשריבן:פלעכטער האט געשריבן:אויף קול מבשר 114 האט ער א שמועס מיט א מיילידזש סוחר. ער זאגט אז זיי פארמאכן אלע אלע קארטלעך, אין ווער ס'האט נאך דארט פוינטס זאך עס אימידיעטלי טרענספערן. אין נישט זיין א צועק לשעבר,
אלע קארטלעך וואס ער קען ווייל יענע אלע מענטשן האבן ארומגעדרייט מיט זייערע אקאונטס און פוינטס, איינער וואס פירט זיין אקאונט ווי א נארמאלער מענטש, עפענט נישט קיין צענדליכער אקאונטס נאר צו מאכן פוינטס, דרייט נישט מיט די פוינטס אד"ג אזעלכע אקאונטס באדערן זיי נישט.
כ'מיין איר האט א טעות.
וואס מאכט אייך אזוי מיינען?
ווייל עס איז דא געליטענע וואס האבן דאס נישט געטון.
מאנטאג אוקטובר 14, 2013 10:44 am
איז מעגליך אז זיי האבן געהאט קרעדיט מער ווי זייער אינקאם? האבן זיי שוין אמאל געהאט א שלעכטן קרעדיט און עס גע"פיקסט"?