טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך יולי 29, 2020 9:05 pm

אפגעריסענער דיבלאזיא. איך שעם זיך צו זאגן מיין מיינונג אז די פאליציי האט נישט ריכטיג געהאנדלט ווייל דער שוטה האט שוין אזוי געזאגט
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך עכט היימיש » פרייטאג יולי 31, 2020 10:56 am

שמעון ראלינצקי אויף קול מבשר ביי זיין א 'טראפ טיפער' טענה'ט אינאיינעם מיט פינחס גלויבער אז דער שרעק איבער דער יעצטיגער פארברעכן און מארד אויפשטייג אין די סיטי איז גאר איבערגעטריבן, און דאס צוגלעכענען די יעצטיגע צייט צו די צייטן בעפאר דזשוליאני, איז נאריש.

לויט זיי איז טראץ די אויפשטייג נאך אלץ גאר נידריג די צאל שיסערייען, און עס איז יעצט אויף דער מינוט דא ווייניגער ווי האלב מארדן, ווי די עוורידזש וויפיל עס איז געווען אינטער "דזשוליאני". און דאס זעלבע איז אלע סארט פארברעכן יעצט אסאך נידריגער ווי אין דזשוליאני און בלומבערג'ס צייטן.

לויט זיי איז די דיפאנדן ממש א ליצנות, ווייל טראץ דער שניט פון א ביליאן דאלער באקומט יעצט די פאליציי אין איר בודזשעט עטליכע ביליאנען מער וויפיל זיי האבן באקומען אינטער בלומבערג.

אויב עס איז אמת וואס זיי זאגן. קען מען זיין עטוואס ראויג. די פארברעכן ראטע אין די סיטי איז יעצט ווייניגער ווי האלב ווי אינטער דזשוליאני, סיי מארד'ן, און סיי אלע אנדערע.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7348
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג יולי 31, 2020 11:06 am

ס׳קען זיין ער האט א וואליד פוינט פאר איין סיבה, און דאס איז צוליב די היינטיגע סאושעל מידיע און אנדערע קאמיוניקאציע געצייג, וואס מאכט אז ״יעדער״ זאל זיין אינפארמירט אויף ״יעדע״ פארברעכן. אין אנדערע ווערטער, די היינטיגע פארברעכן ענווייראמענט 20 יאר צוריק וואלט נישט צוגעשטעלט אזא פינסטערע בילד.

ער איז אבער ראנג ווייל א שטארקע פארברעכן ראטע איז נישט אויב איז עס גלייך צו די צייטן פון דינקינס. אויב האט זיך דער פארברעכן ראטע געטאפעלט אזוי דראסטיש, ובפרט שיסערייען וואס געשטיגן מיט באלד 200%, איבערצייגט עס די שלעכטע ארבעט פונעם מעיאר. קום מיר נישט זאגן אז זאכן זענען אינארדענונג, ווייל ס׳איז נאכנישט קיין פארגלייך צו דינקינס.
הכו"ח טשאדל הלוי באדעלע.
צוקומפטיגער ראה"ק דקהלתינו הק'.

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך עכט היימיש » פרייטאג יולי 31, 2020 11:08 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳קען זיין ער האט א וואליד פוינט פאר איין סיבה, און דאס איז צוליב די היינטיגע סאושעל מידיע און אנדערע קאמיוניקאציע געצייג, וואס מאכט אז ״יעדער״ זאל זיין אינפארמירט אויף ״יעדע״ פארברעכן. אין אנדערע ווערטער, די היינטיגע פארברעכן ענווייראמענט 20 יאר צוריק וואלט נישט צוגעשטעלט אזא פינסטערע בילד.

ער איז אבער ראנג ווייל א שטארקע פארברעכן ראטע איז נישט אויב איז עס גלייך צו די צייטן פון דינקינס. אויב האט זיך דער פארברעכן ראטע געטאפעלט אזוי דראסטיש, ובפרט שיסערייען וואס געשטיגן מיט באלד 200%, איבערצייגט עס די שלעכטע ארבעט פונעם מעיאר. קום מיר נישט זאגן אז זאכן זענען אינארדענונג, ווייל ס׳איז נאכנישט קיין פארגלייך צו דינקינס.

ער טענה'ט אז עס איז נישט קיין פארגלייך צו דזשוליאני...
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך אחד הרבנים » פרייטאג יולי 31, 2020 12:12 pm

עכט היימיש האט געשריבן:שמעון ראלינצקי אויף קול מבשר ביי זיין א 'טראפ טיפער' טענה'ט אינאיינעם מיט פינחס גלויבער אז דער שרעק איבער דער יעצטיגער פארברעכן און מארד אויפשטייג אין די סיטי איז גאר איבערגעטריבן, און דאס צוגלעכענען די יעצטיגע צייט צו די צייטן בעפאר דזשוליאני, איז נאריש.

לויט זיי איז טראץ די אויפשטייג נאך אלץ גאר נידריג די צאל שיסערייען, און עס איז יעצט אויף דער מינוט דא ווייניגער ווי האלב מארדן, ווי די עוורידזש וויפיל עס איז געווען אינטער "דזשוליאני". און דאס זעלבע איז אלע סארט פארברעכן יעצט אסאך נידריגער ווי אין דזשוליאני און בלומבערג'ס צייטן.

לויט זיי איז די דיפאנדן ממש א ליצנות, ווייל טראץ דער שניט פון א ביליאן דאלער באקומט יעצט די פאליציי אין איר בודזשעט עטליכע ביליאנען מער וויפיל זיי האבן באקומען אינטער בלומבערג.

אויב עס איז אמת וואס זיי זאגן. קען מען זיין עטוואס ראויג. די פארברעכן ראטע אין די סיטי איז יעצט ווייניגער ווי האלב ווי אינטער דזשוליאני, סיי מארד'ן, און סיי אלע אנדערע.

ווער ס׳געדענקט יענע צייטן, זשוליאני האט געהאט א מהלך אז מען זאל אויף יעדען נערישן פארברעך מאכן פאליס ריפארטס און אזוי אויך ארעסטירן אפילו פאר גראפיטי. דער רעיון איז געווען, אז מען לויפט נאך קליינע פארברעכן קומען נישט פאר קיין גרעסערע פארברעכנס.
בלומבערג אין זיין צייט האט געטוישט די פאליסי צו פונקט פארקערט, אז מען זאל ווי ווייניגער זאכן ריפארטן ווייל אזוי וועלן די ריפארטס ווייזן אז פארברעכן איז נידריג. ווער עס געדענקט, איז דעמאלטס געווען נאך אסאך שווערער ווי היינט צו מאכן א פאליס ריפארט. ווי למשל, אז די ביסט אנגעקומען צופרי צו דיין קאר און געזעהן אז די פענסטער איז אויסגעשאסן האסטו דיך געדארפט איינבעטן מיט רחמנות ביים אפיסער ער זאל דיר וועלן מאכן א פאליס ריפארט.
צוליב דעם ווייזן די ריפארטס אז אין זשוליאניס צייטן איז געווען פארברעכנס הויעך

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך פרוביר אויך » פרייטאג יולי 31, 2020 12:22 pm

איך גלייב אז שיסערייען ווערען ריפארטעט
אז יענער קען קענסטו אויך

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך אחד הרבנים » פרייטאג יולי 31, 2020 12:27 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:איך גלייב אז שיסערייען ווערען ריפארטעט

לכאורה האסטו צו א שטארקע אמונה.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7348
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג יולי 31, 2020 12:33 pm

רוב שיסערייען ווערן טאקע יא ריפארטעט, אנדערש ווי פילע קלענערע פארברעכן (לאו דוקא מינדערוויכטיגע) וואס גייען קיינמאל אריין אינעם סיסטעם.

און טאקע דערפאר שטומט נישט דער טרענד. מ׳זעהט אסאך א גרעסערע אויפשטייג אין שיסערייען ווי אין אנדערע פארברעכן. ס׳איז א מציאות. הגם דער אויפשטייג איז באמת אין אלע פארברעכערישע פליגלען.

אזוי אויך איז פארהאן נאך פאקטארן, ווי למשל זאכן ווי דאס, וואס צווינגט צו האלטן דעם רעקארד נידריג.. ס׳איז אבער א בעלאוני ווי פארשטענדליך פאר מענטשן מיט שכל אין קאפ.
הכו"ח טשאדל הלוי באדעלע.
צוקומפטיגער ראה"ק דקהלתינו הק'.

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3022
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג יולי 31, 2020 1:03 pm

ווען מען פארגלייכט צו דשוליאני קומט בכלל נישט צו פארגלייכן די צאל קריים'ס, נאר די טרענד, אין דשוליאני יארן איז די טרענד געווען אראפ, און יעצט איז די טרענד ארויף.

אימפיטש דיבלאזיא
person-man-woman-camera-tv = genius

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5539
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך eller » פרייטאג יולי 31, 2020 1:27 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:שמעון ראלינצקי אויף קול מבשר ביי זיין א 'טראפ טיפער' טענה'ט אינאיינעם מיט פינחס גלויבער אז דער שרעק איבער דער יעצטיגער פארברעכן און מארד אויפשטייג אין די סיטי איז גאר איבערגעטריבן, און דאס צוגלעכענען די יעצטיגע צייט צו די צייטן בעפאר דזשוליאני, איז נאריש.

לויט זיי איז טראץ די אויפשטייג נאך אלץ גאר נידריג די צאל שיסערייען, און עס איז יעצט אויף דער מינוט דא ווייניגער ווי האלב מארדן, ווי די עוורידזש וויפיל עס איז געווען אינטער "דזשוליאני". און דאס זעלבע איז אלע סארט פארברעכן יעצט אסאך נידריגער ווי אין דזשוליאני און בלומבערג'ס צייטן.

לויט זיי איז די דיפאנדן ממש א ליצנות, ווייל טראץ דער שניט פון א ביליאן דאלער באקומט יעצט די פאליציי אין איר בודזשעט עטליכע ביליאנען מער וויפיל זיי האבן באקומען אינטער בלומבערג.

אויב עס איז אמת וואס זיי זאגן. קען מען זיין עטוואס ראויג. די פארברעכן ראטע אין די סיטי איז יעצט ווייניגער ווי האלב ווי אינטער דזשוליאני, סיי מארד'ן, און סיי אלע אנדערע.

ווער ס׳געדענקט יענע צייטן, זשוליאני האט געהאט א מהלך אז מען זאל אויף יעדען נערישן פארברעך מאכן פאליס ריפארטס און אזוי אויך ארעסטירן אפילו פאר גראפיטי. דער רעיון איז געווען, אז מען לויפט נאך קליינע פארברעכן קומען נישט פאר קיין גרעסערע פארברעכנס.
בלומבערג אין זיין צייט האט געטוישט די פאליסי צו פונקט פארקערט, אז מען זאל ווי ווייניגער זאכן ריפארטן ווייל אזוי וועלן די ריפארטס ווייזן אז פארברעכן איז נידריג. ווער עס געדענקט, איז דעמאלטס געווען נאך אסאך שווערער ווי היינט צו מאכן א פאליס ריפארט. ווי למשל, אז די ביסט אנגעקומען צופרי צו דיין קאר און געזעהן אז די פענסטער איז אויסגעשאסן האסטו דיך געדארפט איינבעטן מיט רחמנות ביים אפיסער ער זאל דיר וועלן מאכן א פאליס ריפארט.
צוליב דעם ווייזן די ריפארטס אז אין זשוליאניס צייטן איז געווען פארברעכנס הויעך

אווי איז די לייק באטטען ?
וויאזוי האט די בלא זירא געזאגט לעצטע וואך נאכן באפרייען אסאך שעדליכע ארעסטאנטען פון רייקערס אז יעצט איז די סיטי די פארזיכערסטע ווי קיינמאל בעפאר והיא ריאה קוק ווי ווייניג ארעסטאנעטן זענען אין תפיסה..
איינער האט אביסל עקסטער שכל צו בארגן פאר דעם שוטה מכל אדם ??? !
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג יולי 31, 2020 3:37 pm

ס'הייסט אזוי. ס'זאל מיך נישט באדערן אז קריים גייט ארויף. אמער, ביי דזשוליאני איז געווען העכער

אן אריינגיין אין די פאקטן איז דאס אליינס שוין שטאקעדיגע טיפשות. מ'נעמט עפעס וואס איז גוט און מ'צוברעכט אבער דאס זאל מיך נישט באדערן ווייל ס'איז שוין אמאל געווען ערגער

כ'האב עכט געמיינט אז שמעון איז קלוגער
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך אחד הרבנים » זונטאג אוגוסט 02, 2020 2:14 pm

די צאל שיסערייען דעם יאר אין ניו יארק סיטי איז שוין אריבער די צאל שיסערייען פאר די גאנצע פארלאפענע יאר למס' : א 24 יעריגער-מאן וועלכע איז געשאסן געווארן דעם נאכט אין די בראנקס האט ארויף געברענגט די סך הכל שיסערייען דעם יאר צו 777, מער ווי די 776 פאר די גאנצע פארלאפענע יאר. א גרויס טייל פון די באטראפענע זענען מיטגלידער פון פארברעכן באנדעס, אבער אויך אומשולדיגע מענטשען ווערן באטראפן פון די כוואליע שיסערייען וואס פלאגט די סיטי. :
https://www.yiddish24.com/news/57/23314

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך אחד הרבנים » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 12:50 pm

אין אנדערע נייעס:
Abc7ny רופט אן דאס אז די BLM אויפשריפטן אין נ.י.ס. זענען 6 מאל געווארן וואדאלעזירט אלס Heartbreaking!

דער הויכגעשעצטער שוטה ארוך פון נ.י.ס. ווערט אראפגעריסן אלס שוואכלינג דורך די מידיע פארן נישט אויפרוימען די וואנדאליזם אויף די BLM אויפשריפטן.

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 1:11 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:אין אנדערע נייעס:
Abc7ny רופט אן דאס אז די BLM אויפשריפטן אין נ.י.ס. זענען 6 מאל געווארן וואדאלעזירט אלס Heartbreaking!

און ווערט געזאגט מיטן הארצרייסענדן טרויעריגן טאן פון א מערדערישע טראגעדיע באריכט....

Kollel
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך Kollel » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 12:46 am

.
צוגעלייגטע
134375.jpeg
134375.jpeg (57.58 KiB) געזעהן 327 מאל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3022
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 4:25 am

NYC העלט קאמישענער די מכשפה אקסיריס בארבאט האט רעזיגנירט פון איר פאזיציע, און טוט באשולדיגן מעיאר דיבלאזיא אין נישט גיט באהאנדלן די קאראנע וויירוס

https://www.foxnews.com/politics/nyc-he ... mic-report

די זעלבע איז געקומען אינטער קריטיק נאכן זיך מיאוס אויסדרוקן ביים אפזאגן צוצושטעלן מאסקעס פאר די פאליציי.


דיבלאזיא האט געשטעלט Dr. Dave A. Chokshi אויף די פאזיציע

https://www1.nyc.gov/office-of-the-mayo ... health-and
person-man-woman-camera-tv = genius


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, גיזוגט, יקר מציאות, יש ברירה, נאך פונדערהיים, נודניק, פארפלאנטערט, שופר און 37 געסט