בלאט 103 פון 108

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 8:49 pm
דורך הלשון
ווי א ווילד קינד, האט מען איהם געלאזט עטליכע שעה שטיין אין די קארנער

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 8:51 pm
דורך הלשון
מ'שטייט און מוואונדערט זיך, אנה נכנס כל הפשתן הזה

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 9:26 pm
דורך א גוטע ניק
וואס איז געשעהן פארן דרייווער

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 10:15 pm
דורך nmi
@הלשון האט גענומען די פעדער אין האנט און סא'מחיה

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 11:04 pm
דורך מים שלנו
ווי אזוי מאכט מען אזאנס? שומי שמים

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 11:54 pm
דורך שפיגליצקי
הלשון, איך בין אן לשון!

געשריבן: דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:08 am
דורך shimon7323
הלשון. יויש האסטו מיך געמאכט לאכן.

איך הער שוין אגאנצען טאג פון דער מעשה, אבער אזוי אראפלייגן איז עפעס אויסטערליש ַ

געשריבן: דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:11 am
דורך טשאדעלע באדעלע
יאפ. מיר געדענקען נאך ווען הלשון פלעגט דאס טאן מער אפט.

הלשון, דאס איז א פליק! א ריזיגער ישר כח, בלייב אבער דא.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 04, 2019 9:15 am
דורך קאטשקע
א גוטע ניק האט געשריבן:וואס איז געשעהן פארן דרייווער

געשריבן: דאנארשטאג יולי 04, 2019 9:43 am
דורך ר' יום טוב
אין א גאר זעלטענע געשעעניש האט די פארלירער אין די קווינס דיסטריקט אטוירני וואלן באקומען א אויבערהאנט נאכן אפציילן אלע עבסענטי שטימען.

אין די פריימערי וואלן וועלכע האבן געצויגן נאציאנאלע אינטערעסע, האט מעלינדא קאטץ, די קווינס בארא פרעזידענט וועלכע איז געלאפן אלס די אפיציעלע פארטיי געשטיצטע קאנדידאט אין די נאכט פון די וואלן געהאלטן מיט 1100 שטימען אדער 1.3 פראצענט הונטערשטעליג פון די 31 יעריגע גראדואירטע פאבליק-פארטיידיגער טיפעני קאבאן, גענוג באקוועם פאר די ליבעראלע נאציאנאלע קארטעז מאוומענט צו פייערן פריצייטיג זיג.

אבער אצינד שטעלט זיך ארויס נאכן אפציילן די אריבער 6000 עבסענטי אז מען וועט פילייכט גיין צו א ריקאנט אויף די ארום 78,000 אפגעגעבענע שטימען, און אויפן מאמענט איז קאטץ פאראויס מיט 20 שטימען.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 04, 2019 10:52 am
דורך בערל קראקאווער
מיסט טרעגער פייערן יולי 4 איבערן לאנד!

היינט צופרי האט א גרויסער און לאנגער מיסט טרעגער עובר געווען אויפן לאו פון לא תחמוד און פרובירט אוועק צו נעמען די אטענשען פון דער נעכטיגער מתחיל במצוה, און געכאפט א דרימל זיך אויסציענדיג דאס קעפל אויף איין זייט, און איר גרויסן גוף אויף די צווייטע זייט אויסגיסענדיג א ריזן מאסע פון בארייכערטע אינהאלט אויפן 80 שאסיי, נישט ווייט פונעם נעכטיגן מקום החילול בעפאר דעם לינקלען טונעל.
די דרימל האט גורם געווען צו פארשליסן עטליכע לעינס, א אנוועזנהייט פון א סטאדע שלעפער טרעקלעך, און א טרעקטער צו מאכן א ליקוט פון דעם אויסגעגאסענעם אינהאלט.

ווארט מיר הלשון זאל איבערנעמען דאס ווארט.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 04, 2019 11:01 am
דורך פאראינטערסירט
ר' יום טוב האט געשריבן:אין א גאר זעלטענע געשעעניש האט די פארלירער אין די קווינס דיסטריקט אטוירני וואלן באקומען א אויבערהאנט נאכן אפציילן אלע עבסענטי שטימען.

אין די פריימערי וואלן וועלכע האבן געצויגן נאציאנאלע אינטערעסע, האט מעלינדא קאטץ, די קווינס בארא פרעזידענט וועלכע איז געלאפן אלס די אפיציעלע פארטיי געשטיצטע קאנדידאט אין די נאכט פון די וואלן געהאלטן מיט 1100 שטימען אדער 1.3 פראצענט הונטערשטעליג פון די 31 יעריגע גראדואירטע פאבליק-פארטיידיגער טיפעני קאבאן, גענוג באקוועם פאר די ליבעראלע נאציאנאלע קארטעז מאוומענט צו פייערן פריצייטיג זיג.

אבער אצינד שטעלט זיך ארויס נאכן אפציילן די אריבער 6000 עבסענטי אז מען וועט פילייכט גיין צו א ריקאנט אויף די ארום 78,000 אפגעגעבענע שטימען, און אויפן מאמענט איז קאטץ פאראויס מיט 20 שטימען.

וואוו!

ס'איז דא ארום 2 אהאלב טויזנט געפסל'טע שטימען, ד.מ. מ'גייט טשעלענדזשן כמעט יעדע פון יענע וואוטס.

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 12:43 pm
דורך Gevald Geshrigen
רבותי עס קומט פאן......

גאווערנאר קאומא האט נאר וואס אונטערגעשריבן א געזעץ וואס אויטאריזירט דאס ארויסגעבן פריוויליגירטע און פריוואטע אינפארמאציע פון ניו יארקער סיטיזענס וואס סטעיט עידזשענסיס האלטן אין זייער באזיץ וואס אנטבאלגט צו מענטשן וואס באזיצן אן ערוועלטער פעדעראלער אמט אויב קאנגרעס קאמיטעען בעטן די דאזיגע אינפארמאציע פון די סטעיט.

טוויטס, קאורט קעיסעס, סטעיס, אפיעלס, עקזעקוטיווע פריוויליגיעס דערקלערט דורך די אפעקטירטע פארשוינען וועלן נאכפאלגן

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 2:46 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
אבי גערעדט. מארגן קומט א געזעץ אז מ׳קען פאראויס גיין מיט מעשים תעתועים אפילו די געריכט לייגט ארויף א סטעי..

טעקניקלי קען מען אין די סטעיט לעגעסלעטור פעסן א געזעץ אז מ׳מעג הרגענען מענטשן, דער גאווענער סיינט עס אינטער אוו ס׳איז א געזעץ!

זאל זיך א ריכטער ברעכן קאפ.

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 2:48 pm
דורך פליגל
גוטער זאך, כ'וויל שוין לאנג וויסן וואס ליגט באהאלטן אונטער שומער'ס מאדראץ.

טענקס מיסטער גאווענער, פאן מאאר יעירס.

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 9:50 am
דורך איצל פיצל
דאס געזעץ איז נאר פאר קאנגרעס, און נישט פארן סענאט? די סענאט איז דאך ריפאבליקן זיי קענען נישט אנהייבן בעטן רעקארדס פון אלע דעמאקראטישע פאלאטישנס אינקלודינג דער גאווערנאר הימסעלף?
בכלל זיי האבן רוח הקודש וואס וועט זיין אפאר יאר ארום? איך גלייב אז דער קאומא חלום'ט אויך פון לויפן פאר פרעזידענט. וויאזוי גיט ער איבער דעם שליסל צו זיין קופה של שרצים צו פרעמדע מענטשן אין די הענט? נאכדערצו ווען ער ווייסט דאך אפילו נישט ווער זיי זענען?

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 9:55 am
דורך יישר כח
אלעס איז ווערט אבי צו אפצוטיהן דעם טראמפ

געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2019 11:45 am
דורך שפיגליצקי
זיי ווייסן אויך אז פארקערט וועט קיינמאל נישט געשעהן, די רעפאבס זענען אזעלכע שוואכלינגען און נישט צוזאם גענומען.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 5:55 pm
דורך וואוילע שעפעלע
נע, ס'סך פשוט'ער, ניו יארק מוז עס נישט ארויס געבן, זיי 'מעגן' נאר.. פארשטיט זיך אז ביי א דעמאקראטישן פרעזידענט דעבלאזיא [עה, קיינמאל!] וועט די פארלאנג פון א רעפאבליקאנער קאנגרעס אפגעשאצט ווערן דורכן ניו יארקער רעגירונג אלס נישט גענוג וויכטיג ארויס צו געבן די אינפארמאציע

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:17 am
דורך פליגל
או יש לומר אז די חברה זענען פון די קלאס וואס טראכטן נישט ווייטער פון זייערע נאז לעכער.

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 4:29 pm
דורך אהער און אהין
דער אפסטעיט שטעטל ניובורג, טרויערט נאכן באליבטן פאליציי הינטל וואס איז נעדר געווארן, פארגאנגענעם זונטאג.

דער שטעטל טרויערט נאכן באליבטן הינטל, און דער רעקארד צייטונג האט וואס צו שרייבן, אויפן מעין העדליינס, אויף זייער וועבזייטל.

איז דא נאך איינער וואס לאכט פון די קאמישע סצענע: א הינטל שטארבט, און ס'די הויפט געשיכטע אין דעם צייטונג?

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 5:00 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
אהער און אהין האט געשריבן:דער אפסטעיט שטעטל ניובורג, טרויערט נאכן באליבטן פאליציי הינטל וואס איז נעדר געווארן, פארגאנגענעם זונטאג.

דער שטעטל טרויערט נאכן באליבטן הינטל, און דער רעקארד צייטונג האט וואס צו שרייבן, אויפן מעין העדליינס, אויף זייער וועבזייטל.

איז דא נאך איינער וואס לאכט פון די קאמישע סצענע: א הינטל שטארבט, און ס'די הויפט געשיכטע אין דעם צייטונג?

זעהט אויס איר ווייסט נישט אז א פאליציי הינטל איז (פאר זיי) נישט סתם א הינטל, סיז א געהעריגע אפיציר מיט א בעדזש, ווען א פיר פיסיגע אפיציר ריטייערט מאכט מען אויך א טראסק פונקט ווי ווען א צוויי פיסיגע אפיציר ריטייערט, סאו סיז נישט אזוי פאני די באריכט

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 5:15 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
שעדיגן א פאליציי אפעציר איז אזוי ווי מ׳זאל שעדיגן זייער׳ס א הינט. (פארקערט?)

די זעלבע איז מיט די סאנעטאציע און פייער דעפארטמענט איינגעשטעלטע.

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 5:19 pm
דורך אחת ואחת
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
די זעלבע איז מיט די סאנעטאציע און פייער דעפארטמענט איינגעשטעלטע.


און אזוי יעדע גוי

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 8:27 pm
דורך שאינו יודע
פליגל האט געשריבן:או יש לומר אז די חברה זענען פון די קלאס וואס טראכטן נישט ווייטער פון זייערע נאז לעכער.



די חברה האבן גראדע 90% פון די חברה מיט די יווווודזש נאז לעכער. סאו עס איז גאנץ א גרויסע שיעור