טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דאנארשטאג יוני 06, 2019 9:39 am

54E17019-05CF-45FD-83E3-D1D598DC44B1.jpeg
54E17019-05CF-45FD-83E3-D1D598DC44B1.jpeg (664.55 KiB) געזעהן 3101 מאל

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » דאנארשטאג יוני 06, 2019 9:40 am

אפדעיט:

די עקסידענט האט פאסירט אין Highland Mills, NY לעבן וועסט פוינט'ס Camp Natural Bridge מיליטערישע טרעינינג אפטיילונג
וואס זיי נוצן אין די זוממער טעג פאר טרעינירונגען, ווען א מיליטערישע וויהיקעל האט זיך איבערגעדרייט.
איינלאדענונג: יולי דעם פערטן, א מעכטיגע פארדע צו צייגן די שטארקייט פון מיין מלוכה, וואשינגטאן עיר הבירה, רעזעווירט דעם דאטום!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21356
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 06, 2019 9:54 am

דאס איז נעבן די 293, מיר נוצן דעם וועג אמאל אלץ אן ארוכה וקצרה.

ס'איז נארמאל דארט צו באגעגענען אפענע טראקס אויפן ראוד אנגעפאקט מיט מיליטערלייט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג יוני 06, 2019 11:44 am

פרעזידענט האט געשריבן:אפדעיט:

די עקסידענט האט פאסירט אין Highland Mills, NY לעבן וועסט פוינט'ס Camp Natural Bridge מיליטערישע טרעינינג אפטיילונג
וואס זיי נוצן אין די זוממער טעג פאר טרעינירונגען, ווען א מיליטערישע וויהיקעל האט זיך איבערגעדרייט.

די מיינסט מנהסתם Highland falls
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » דאנארשטאג יוני 06, 2019 5:06 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
פיצי קעפעלע האט געשריבן:די אלטע TWA טערמינעל אין JFK עירפארט האט זיך היינט צוריק געעפענט נאך 18 יאהר אלס אן האטעל.

אויך איז דארט דא עטליכע רעסטאראנטען, בארס און א שווים באסיין אויפען דאך.

אן אינטערעסאנטער זאך איז אן אלטער TWA פליגער וואס מען האט געמאכט פאר א באר.

איך האף צו קענען נעמען בילדער אין די נעקסטע פאר וואכען


כאב ערגעץ געזען שטיין אז עס האט א כשר'ע קאך ,אפשר גאר דא אויפן וועלטעל , זענען היימישע אידן פארמישט דערין אדער אינוועסטערס?

Yes, they have a Kosher Kitchen, i don't know why

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג יוני 07, 2019 7:07 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די ביז יעצטיגע געזעצט האט אויך צוגעטיילט א וואך וויקאציע פאר יעדן ארבעטער. בנוסף צו די 4 floating טעג שר״י.

די יעצטיגע געזעץ איז 15 ״פריווייטע טעג״... דאס איז טייטש אזוי. ווען דער ארבעטער׳ס קאזין שטארבט, מעג ער פעלן פיר וואכן ווייל ער איז דאך צושוידערט, און דער בעה״ב מיז אים באצאלן ווי טאטעלע. נאכדעם באקומט ער א וואך וויקאציע, 4 פלאודינג טעג, און יעצט נאך 15 קלאצן טעג. אה, כ׳האב שיעור פארגעסן פון ״סיק דעיס״ הידוע..

עניוועי, מיין אדרעס איז שוין אין ניו דזשערסי פאר א סיבה.


אז דו רעדסט פונ'ם גוי מילא. אבער איך וועל דיר געבן א דוגמא פון אן ארבעטס יאר וואס איז שטארק גאנגבאר ביי היימישע בעה"ב: יעדן טאג דארף מען אריינקומען צו די ארבעט. ערב שבת און ערב יו"ט ביז 12-1 (ווענצעך ווינטער צו זומער), אריינגערעכנט ערב פסח און ערב יו"כ. תשעה באב דארף מען אריינקומען למחצה לשליש ולרביע (ער'ט געטראפן א דיין וואס מתיר פאר די ריכטיגע פרייז און/אבער מיט די ריכטיגע קנייטשן אין די מעשה). חול המועד גיבט ער אףף. גוי'אישע חגאות דארף מען ארבעטן געהעריג - ער גיבט דאך חוה"מ אףף!

יעצט פרעג איך דיר; איז א היימישער יונגערמאן אדער ווייבל נישט בארעכטיגט צו אפאר טעג וואקאציע זיך אויסצוטשוכען?!

בנוגע דיין אדרעס טשעינדזש, קומינישי.


חשוב לדעת אז עס איז דא גאר א שטארקע מאנגעל אין קוואלעטי היימישע ארבייטער, איך רעדט פון אפיס ארבייט אד"ג,
די סבה דערצו איז ווייל פאר אפיס ארבעט האלטן נישט בעלי בתים צו באצאלן שיין פאר יונגעלייט משא"כ פיזיקעל ארבעט אדער קאנסטראקשין באצאלט מען שענער
די אינגעלייט וואס זענענן סטאק מיט אזא בעה"ב ווי דו שרייבסט זענענן מער ווי מכובד צו גיין זוכען א צווייטע פלאטץ ווי צו ארבייטען - אויב זיי האבן גוטע ארבייט קוואלאפיקאציעס,


ניין, די סיבה איז פשוט ווייל עס מאנגעלט היימישע אינגעלייט מיט גוטע - העכער די מינומים - קוואלעפיקאציעס,

אמת פאר היימישע ארבייטער מיט די מינומים אפיס קוואלעפיקאציעס צאלט מען נישט קיין סאך, ויש לדון וואס עס קומט זיי.


אז מען צאלט נישט מאנגלט. עס איז דא אסאך. און זיי זענען סאאאאאך בעסער ווי קאלעדזש גראדואירטע.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג יוני 07, 2019 7:20 pm

נעכטן האט ספרינט נישט געארבעט געהעריג
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5488
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג יוני 07, 2019 7:20 pm

איך האב אסאך צאיבערצוגעבן און אויסשמועסן איבער דעם ענין פון אידישע ארבעטער ביי אידישע בעה״ב. ס׳באלאנגט אבער נישט דא.

די שמועס איז דא, דעבלאזיאו׳ס געזעץ[ן] צו ס׳איז גוט אדער שלעכט פארן לאקאלע עקאנאמיע, אויף וואס די תירוץ איז קלאר אז ס׳איז שלעכט.

אפילו רעלאטיוו צום איד ווענד זיך עס אויך צווישן א בעה״ב און זיין ארבעטער, ווי געזאגט אבער באלאנגט אזא שמועס נישטא.

——

נישט פארגעסן צוגרייטן א יקנה״ז פארן ערשטע נאכט יו״ט, אזוי אויך אנצינדן א 3 טאגיגער ליכט צו האבן פייער צום ליכט צינדן די מיטעלע נעכט.
א גוט שבת א גוט יו״ט.
.The door is in my view

.Once again. my door is in my view

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » פרייטאג יוני 07, 2019 7:31 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איך האב אסאך צאיבערצוגעבן און אויסשמועסן איבער דעם ענין פון אידישע ארבעטער ביי אידישע בעה״ב. ס׳באלאנגט אבער נישט דא.

די שמועס איז דא, דעבלאזיאו׳ס געזעץ[ן] צו ס׳איז גוט אדער שלעכט פארן לאקאלע עקאנאמיע, אויף וואס די תירוץ איז קלאר אז ס׳איז שלעכט.

אפילו רעלאטיוו צום איד ווענד זיך עס אויך צווישן א בעה״ב און זיין ארבעטער, ווי געזאגט אבער באלאנגט אזא שמועס נישטא.

——

נישט פארגעסן צוגרייטן א יקנה״ז פארן ערשטע נאכט יו״ט, אזוי אויך אנצינדן א 3 טאגיגער ליכט צו האבן פייער צום ליכט צינדן די מיטעלע נעכט.
א גוט שבת א גוט יו״ט.

אאאפס געקויפט א 2 טאגיגע כ'האף סוועט זיין גוט ביז די 2טע נאכט כ'דארף עס נישט פאר הבדלה
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5488
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יוני 11, 2019 3:06 pm

א העליקאפטער האט נעכטן געמאכט א קראך-לאנדונג אויף א וואלקן קראצער אין מידטאון מאנהעטן, בלויז דער פילאט איז אומגעקומען און קיינער אנדערש איז נישט פארוואנדערט געווארן.

אין די ערשטע שעות נאכן אינצידענט נעכטן קורצליך נאך 2ע נאכמיטאג, ווילאנג ס׳איז נישט קלאר געווארן וואס עס האט פאסירט, האט מען מורא געהאט אז דאס איז מעגליך א בייזוויליגע אקט וועלכע עימיצער האט אדורכגעפירט, מאנכע האבן גאר שפעקאלירט טעראריזם. פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעטוויט אז ער האלט מיט די נייעס און אז ווערט כסדר אינפארמירט מיט די אנטוויקלונגען.

א ווידיאו וועלכע איז ארומגעפארן און איז אויפגעשפילט געווארן איבעראל האט געוויזן וויזוי דער העליקאפטער ווארפט זיך אין די לופט און מאכט מאדענע מענאווערס העכערן איסט ריווער, וואס טאקע געגעבן אן אנשטעל אז ס׳איז גע׳גנב׳ט געווארן דורך איינער וואס קען נישט עס נישט פירן נארמאל, און האט בייזוויליגע כוונות, מינוטן שפעטער האט זיך טאקע געהערט א הילכיגן זעץ אויפן אויבערשטן טייל פונעם 58 שטאקיגן AXA עקוויטיבל בילדינג, ווי דער העליקאפטער האט אראפגעקראכט.

הונדערטער מענטשן זענען זיך צולאפן אין פאניק, אריינגערעכנט די מענטשן פון אינערהאלב דעם באטראפענעם בילדינג וועלכע זענען ארויסגעלאפן מיט די נשמה אין די הענט נישט וויסענדיג וואס האט פאסירט. ווי איינוואוינער דערציילן האבן זיי געהערט א שטארקע גרידער וואס האט זיך געענדיגט מיט א הויעכן קראך און געטרייסלט דעם גאנצן בנין.

הגם ס׳איז אפילו יעצט נאכנישט קלאר וואס און פארוואס דאס האט פאסירט, נאכן אידענטיפעצירן דעם פילאט און איבערקוקן זיין בעקראונד היסטארי האבן אבער די באאמטע באשטעטיגט אז ס׳איז געווען א פשוטע עקסידענט. דער פילאט איז א 58 יעריגע מאן מיטן נאמען ״טים מ׳קארמעק״, פון קלינטאן קארנערס ניו יארק.

טים איז געווען שטארק רעספעקטירטע מענטש ביי אלע זיינע באקאנטע, א 25 יעריגע וועטעראן אינעם קלינטאן קארנערס פייער דעפארטמענט, אריינגערעכנט די לעצטע 10 יאר ווי ער איז געווען דער הויפט פייער טשיעף. ער איז אויך געווען א ערפארענע פילאט צו פירן העליקאפטער און קליינע איינצעלנע-מאטאר פליגער, האבענדיג די לייסענס זינט 2004. אריינגערעכנט די לעצטע אנדערט האלב יאר וואס ער איז געווען א FAA לייסענסד אינסטראקטאר.

טים האט נעכטן געפירט דעם העליקאפטער וועלכע האט באלאנגט פאר א רילעסטעיט פירמע וואס באניצט זיך דערמיט פאר עקזעקעטיוו טרעוול, פארוועם טים ער פירט שוין אדורך פלי רייזעס עטליכע יאר. ער האט זיך געהויבן פונעם לינדן עירפארט אין ניו דזשערסי ווי דער העליקאפטער פלעגט זיין פלאצירט, און נישט לאנג דערויף האט ער אראפגעקראכט.

ווי באריכטעט איז נאכנישט קלאר וואס ס׳האט געפירט דער העליקאפטער זאל ארויסגיין פון קאנטראל און אראפקראכן. ווי עקספערטן געבן אבער איבער - נעמענדיג אין באטראכט די פלאך און ברייטער דעק וואס דער בילדיג פארמאגט - איז דאס אראפברענגען דעם העליקאפטער דירעקט אהין ווארשיינדליך געווען א קריטיש און קוראזשפולע באשלאס פון טים אז עס זאל זיך ענדיגן מיט וואס ווייניגער שאדנס פאר אנדערע מענטשן.

אויספארשער זענען אצינד נאכאלטס פארנומען אויפן צענע צו אויפצורייניגן די ברוכווארג און זאמלען באווייזן צו קענען בעסער פארשטיין וואס דא האט פאסירט, בעת וואס די קארפן קעפ אין אלבאני דיסקאסירן שוין אויפצוברענגען א ביל מיט מער איינצוימונגען פאר העליקאפטער׳ס העכער ניו יארק סיטי.
.The door is in my view

.Once again. my door is in my view

היט-אפ מויל & קיפעד
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 2:37 pm

תגובהדורך היט-אפ מויל & קיפעד » דינסטאג יוני 11, 2019 8:08 pm

פראפעשענאל געשריבן. ישר כח

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2705
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג יוני 11, 2019 11:34 pm

שכוח טשאדעלע פאר די שיינע רעפארטאזש.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2705
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג יוני 11, 2019 11:40 pm

איינער מיט מער אינפארמאציע איבער די פרישע דיעל אין אלבאני איבער רענט קאנטראל/ טענענט רעכטן און לענדלאר צוימונגען וואס די דעמאקראטען אין אלבאני זענען זיך היינט דורכגעקומען און זיי גייען דאס דורכפירן די לעגיסלאטור היינט מארגן?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

בבל
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג יוני 13, 2019 2:36 pm

די נאכט איז געשען א אויפרייס אין א הויז אין פלעטבוש ווי 3 אידישע הייזער האבן געפלאקערט, בחסדי ה' האט יעדער געקענט באצייטנס ארויסלויפן, אלע סמאק דיטעקטער האבן געארבעט ב ה

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דאנארשטאג יוני 13, 2019 4:32 pm

עני דיטעילס וויאזוי עס האט פאסירט?

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2741
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג יוני 13, 2019 4:43 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:איינער מיט מער אינפארמאציע איבער די פרישע דיעל אין אלבאני איבער רענט קאנטראל/ טענענט רעכטן און לענדלאר צוימונגען וואס די דעמאקראטען אין אלבאני זענען זיך היינט דורכגעקומען און זיי גייען דאס דורכפירן די לעגיסלאטור היינט מארגן?


for all i know so far

פון מיין פערסאנעל אינוואלוומענט אינעם אינדוסטרי און רעדנדיג מיט א לויער וואס מאכט א לעבן אויף רענט סטעביליזעשן געזעצן איז אזוי:

העיקר אז דער געזעץ איז 65 פעידזשעס לאנג און דארף נאך ווערן גוט איבערגעקוקט

היילייטס:

א׳ די געזעצן ווערן געזעץ אן אן עקספירעישן דעיט
ב׳ לוקזשורי די קאנטראל ווערט אויס
ג׳ היי אינקאם טענענטס זענען אויך רעגולעיטעד (ביי דעם איז ״עכט״ נישט דא קיין שינוי ווייל מען האט סייווי נישט געמעגט בעטן א טעקס ריטוירן נאר געמוזט גלייבן דעם טענענט אויפן ווארט)
ד׳ עם סי איי העכערונגען און וואס קוואליפיצירט ווערט סאך מער געקעפט
ה׳ וועקענסי 20 פראצענט אינקריעס אראפ פון טיש
ו׳ מעקס איין חודש סעקיוריטי
ז׳ ווייאלעישנס פאר איליגעל עוויקשענס וכדומה ווערט קרימינאל
ח׳ אנדערע געגנטער וועלן מעגן אדאפטן די רעגולאציעס (אויב זיי ווילן זייער שטארק הרגענען זייער ריעל עסטעיט און קאנסטראקשן מארקעטס)

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך יולי 03, 2019 1:09 pm

דער רייכסטער מאן אויפן ערד קוגל, עמעזאנ'ס דזשעף בעזאס, האט געקויפט א פענטהאוז פאר א גוטע 50 מיליאן דאללער.

די אדרעססע 212 פיפט עווניו ווי מולטיפל רייכע לייט קויפן קאנדאס איז יעצט אין די נייעס, נאכדעם וואס בעזאס, אצינד דער וועלטס רייכסטער מאן האט דארט אינוועסטירט א באדייטענדע סומע געלט

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך יולי 03, 2019 5:37 pm

יעדער איז ביזי מיט די וואשינגטאן פאראדע און יעדער פארגעסט אז ביי אונז איז אויך דא טוישונגען היי-יאר, היי-יאר גייען אלע מעסיס פייערווארק שיפן זיין ביי די ברוקלין ברידזש נישט אזוי ווי געווענטליך וואס 4 שיפן זענען ארויפציר ביי די 30ער גאסן און איין שיפן ביי די ברוקלין ברידזש, דאסמאל גייט זיין אלעס אויף איין פלאץ ביי די ברוקלין ברידזש, דאס מאכט אביסל שווערער פאר אלע וואס פלעגן עס מיטהאלטן אויף די וויליפעסטער דעכער,

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך יולי 03, 2019 5:42 pm

ס'מיינט לכאורה אז היינט נאכט וועט מען פון און קיין בארא פארק נישט קענען פארן
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך יולי 03, 2019 6:57 pm

ניס קראכער האט געשריבן:ס'מיינט לכאורה אז היינט נאכט וועט מען פון און קיין בארא פארק נישט קענען פארן

מארגן נאכט,
די גוטע חלק איז אז די וועג ארויס צו אפסטעיט וועט לכאורה זיין ליידיג, די עף די אר גייט זיין אפגעשפארט נאר ביז דעלענסי

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מיטוואך יולי 03, 2019 7:03 pm

טערעסאנט אז קיינער רעדט ניש פון דעם שווערן עקסידענט נעבן "די טונעל דעם לינקאלן" עפעס א טרעילאר האט געמאכט א קאזשיקל אראפ פון א אווערפעס, 12 פארוואונדעטע

נו "עט"ים יבואו, זאלן קומען די שרייבערלע"ך און נעמען אין האנט אריין די פעדערלע"ך און באשרייבן די נייעס מיט אלע קליפערלע"ך......
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך יולי 03, 2019 7:49 pm

נו וואדע האט געשריבן:טערעסאנט אז קיינער רעדט ניש פון דעם שווערן עקסידענט נעבן "די טונעל דעם לינקאלן" עפעס א טרעילאר האט געמאכט א קאזשיקל אראפ פון א אווערפעס, 12 פארוואונדעטע

נו "עט"ים יבואו, זאלן קומען די שרייבערלע"ך און נעמען אין האנט אריין די פעדערלע"ך און באשרייבן די נייעס מיט אלע קליפערלע"ך......

א מיסט טראק פון יוניאן סיטי איז אראפגעפאלן פון פאליסיידס עוו. אראפ צום הייוועי, בלויז 2 פארוואונדערטע קיינער פון זיי איז נישט קריטיש,
(ערשטע באריכטן האבן געלויטעט צוויי קריטיש)

לכבוד דעם האט מען אפגעשפארט די לינקאלן טונעל ארויס פון סיטי,

די האלענד נעמט צוויי שעה די וועג ארויס,

הארלעם ריווער 35 מינוט דילעי

וועסט סייד הייוועי 45 מינוט דילעי
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך יולי 03, 2019 7:57 pm

וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3063
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך יולי 03, 2019 8:36 pm

מאשפות ירים...

פייערלעשער און שווערע קרעינס, ביים אנהאלטן די גארבעדזש טראק וועלכע האט זיך געשטעלט מיט'ן קאפ אראפ און פיס ארויף, אראפ טראסקענדיג אריין אינעם הייוועי

נאך עטליכע שעה האט מען איהם אנידערגעלייגט...
צוגעלייגטע
124.jpg
124.jpg (106.32 KiB) געזעהן 433 מאל
130.jpg
130.jpg (33.77 KiB) געזעהן 433 מאל
132.jpg
132.jpg (69.86 KiB) געזעהן 433 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3063
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך יולי 03, 2019 8:47 pm

פארענדיג אויפ'ן לאקאלע גאס, האט דער דרייווער פארלוירן קאנטראל, און זיך גענומען צו אן אינטענסיווע עקסערסייז....

איינגעבויגן עטליכע אויטאס וועלכע זענען איהם געשטאנען ווי א דארן אין אויג - אויסגעגראדט די גראז, זאמד און עלעקטריק שטאנגן - אויסגעצויגן די לעכער פון די הייוועי צוים (פיל בקוף של מחט) - ארייגעקוועטשט זיין גאנצע אפפאל - אריינגעשפרינגן אין הייוועי - און צוגעענדיגט מיט א פערפעקט העד-סטענד
צוגעלייגטע
123.jpg
123.jpg (105.02 KiB) געזעהן 446 מאל
126.jpg
126.jpg (129.66 KiB) געזעהן 446 מאל
120.jpg
120.jpg (85.35 KiB) געזעהן 446 מאל
לעצט פאראכטן דורך הלשון אום מיטוואך יולי 03, 2019 9:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], א.ב.ג, באגלייבט, טשיינע רב, יאנקעל פעדראטשיק, יוד אלף, קרייסלער, שטילער און 34 געסט