טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

א יונגע דרייווער האט געבראכן א רעקארד, ביים פארוואנדלען א עכטע קאר אין א הויפן מיסט אינטער א אויגן בליק.

פאסירט האטעס היינט ארום 3:30 פארטאגס, ווען דער 26 יעריגע דרייווער האט פליענדיג מיטן האָנדאַ ףיט - אויף קינגס הייוועי ביי טילדען עוועניו אין איסט פלעטבוש, ברוקלין - אריין געשמיסן אין א עלעקטאריק שטאנג, ומשם ואילך איז היסטאריע.

די הויפן מיסט האט ווי ס׳זעהט אויס געהאט אין זיך גאזאלין וואס האט תיכף אנגעהויבן ברענען. פירסט רעספאנדרס האבן ארויס געראטעוועט דעם דרייווער מיט צווייטע א פאסעדזשיר, ביידע אין א קרישטע צושטאנד.

דראפבאקסגוגל דרייוו
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

וואו איז די לייק קנעפל?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

ענדע צדיק! האט געשריבן:וואו איז די לייק קנעפל?

אין די הויפן מיסט
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

maybeeynot האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:וואו איז די לייק קנעפל?

אין די הויפן מיסט

לייק!
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

העכסטע טראסע אויפן מעריב זייט פון די וועלט קומט קיין ניו יארק סיטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

5C4A284C-34BB-4AA3-82B8-6BDD26AADA68.jpeg
5C4A284C-34BB-4AA3-82B8-6BDD26AADA68.jpeg (64.31 KiB) געזען 4880 מאל

א מאסיווער אבזערוואציע טראסע [דעק בלע״ז] - וואס וועט זיין די העכסטע אויפן מעריב זייט פון די וועלט - גייט זיך בקרוב עפענען פאר די פאבליק, אין נישט קיין צווייטע פלאץ ווי דא אין אינזער היימשטאט ניו יארק סיטי, אינעם שכינות׳דיגן מאנהעטן.

די גיגאנטישער דעק וואס ווערט אצינד געבויט און האלט שוין אין אירע פארענדיגונג שטאפלען, געפינט זיך אויף א וואלקן קראצער אין האדסען יארד קאמפלעקס. [האדסען יארד איז א גרויסע שטיק שטח מאנהעטן אויף וואס ס׳ווערט אצינד ארויפגעצויגן א מאסיווע רילעסטעיט דעוועלאפמענט], און איז גאנצע 1,100 פיס ארויף, וואס איז הונדערט שטאק העכער די ערד פלאך. עס וועט געבן אירע באזוכער א מאנסטעריש הערליכע און אויגפארכאפענדע פאנאראמע אויפן גאנצן ארום, צו די זייט פונעם אטלאנטיק אושען.

דער דעק וואס וועט גערופן ווערן די ״עדזש״ (Edge), וועט ארויסשטארן 65 פיס פונעם בנין, עס וועט אויף זיך קענען האלטן ביז 500 מענטשן אויף איינמאל. עס וועט פארמאגן א גלעזערנעם פלאהר, אז די שוואכע הערצער זאלן שפירן ווי זיי פאלן אראפ פון זינען. אזוי אויך וועט די ווענט פונעם דעק זיין פון 4 אינטש דיקע, און 9 פיס הויעכע גלאז, אז די וויא זאל זיין באספקלריא המאירה.

די שטאקן ארום דעם דעק וועט זיי ספעציעל געאייגענט צו סערווירן אירע באזוכער, מיט אינטערהאלטונג׳ס אפטיילונגען און רעסטעראנטן. אזוי אויך וועט די בילדינג האבן א ספעציעלע שנעלע-צוג עלעוועטאר וואס וועט פירן פון אינטען גלייך אהין ארויף.

די דעק איז סקעדזשעלט זיך צו עפענען דעם קומענדע אנפאנג 2020 למספ׳ יאר, עס וועט זיין ספעציעלע שעות פאר טוריסטן און באזיכער, אזוי אויך וועט מען עס קענען ארויסדינגען פאר פריווייטע איווענט׳ס, שמחות און מסיבות.

צוויי מאל א יאר איז ערווארטעט א ספעציעל גרויסע טורנאוט פון געסט וואס וועלן קומען א בליק א בליק טאן פון דער הייעך, און דאס איז דורכאויס די חוה״מ טעג פון די צוויי הייליגע ימים טובים פסח און סוכות.

זייטיגער נאטיץ; צופיסענס פונעם וואלקן קראצער - וואס האט אויף זיך דעם אויבער דערמאנטע טראסע - ווערט אצינד אויך געבויט א סביב רשעים יתהלכון בירידה שצורך עליה, מער איבער דעם פאדערט זיך א באזינדערע באריכט.

א טור אויף דעם געגאנטישן אומפארענדיגטער טראסע;

דראפבאקסגוגל דרייוו
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

געוואלדיג איין טאג חוה"מ איז שוין געקאווערט :P
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
קלאץ קשיא
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאץ קשיא »

איז אמת אז די עמפייער סטעיט בילדינג פארטש האט זיך אדער גייט זיך פארמאכן?
אויב יא איז דאס א גוטע ריפלעיסמענט. ס׳איז היבש העכער און שענער אויך.
ישר כח פאר די שיינע באריכט.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4865
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

שיינע באריכט טשאדעלע.

וואס איז טאקע די סביב רשעים יתהלכון פון וואס דו רעדסט, מ'זעט עס אין קליפטשיק ביים סוף?

---
יעצט געטראפן אויף זייער וועבסייט, ויקרא שמו בישראל וועסעל
https://www.hudsonyardsnewyork.com/discover/vessel
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א טור אויף דעם געגאנטישן אומפארענדיגטער טראסע;

דראפבאקסגוגל דרייוו

נאדיר דיין נייעס איז שוין פאבליצירט געווארן דורך אידישע נייעס

Capture.PNG
Capture.PNG (81.3 KiB) געזען 4371 מאל
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

זייער שיין, מיט דער מקור פון טשאדעלע. ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אויף זייער שטאטוס האבן זיי נישט דערמאנט דעם מקור....
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

ניו דזשערסי נייעס. גוט אפגעטוען דעם טאטן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

רעקלאמירט דעם געבורטסטאג אויפ'ן בילבאורד

ניו דזשערסי – א ניו דזשערסי מאן האט געדארפט נעמען א נייעם סעלפאון נומער, נאכדעם וואס ער איז געווארן פארפלייצט מיט טעלעפאן רופן פון געבורטס-טאג וואונטשן, ווען זיינע קינדער האבן ארויפגעשטעלט א בילבאורד מיט א ביטע צו מענטשן אז זיי זאלן קאלן זייער פאטער אים אנוואונטשן. דער 62 יעריגער קריס פערי זאגט אז ער האט באקומען בערך פופצן טויזנט מעסעדזשעס און טעלעפאן רופן אין רעאקציע צום בילבאורד וואס זיינע קינדער האבן ארויסגעשטעלט. ער זאגט אז נאכ'ן באקומען א נייעם סעלפאון נומער ווערט ער מער נישט צעדרייט פון די נאכאנאנדיגע רופן, אבער ער קען קוים ווארטן אז זיינע קינדער זאלן שוין אראפנעמען דעם בילבאורד.

דער יוד דעילי
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

nmi האט געשריבן:רעקלאמירט דעם געבורטסטאג אויפ'ן בילבאורד

און אצינד איז עס וויירעל אויפן אינטערנעט, און אלע גרויסע פרעסע/מידיא באריכטן דערוועגן...
מיאוס אפגעטון אויף טערקיש...
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

טרעפיק נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

איך ווייס נישט ווען די טויש איז געשען
נעכטן בין איך געפארן אויפן פאלעסייט פארקוועי עס פלעגט זיין די לעצטע 10 מייל פאר די gw בריק 50 mph יעצט האב איך באמערקט אז עס איז 55 די עולם פארט אויף שבעים חסר אחת( יא איך האב געזען א רויטע קאר למעלה משבעים )
אגב די לעצטע 10 מייל איז נוי דזשערזי ווי עס איז דא א באזינדערע פאליציי דעפארטמענט מיטן נאמען פארקוועי פאליס וואס האט נישט עפעס אנדערש וואס צי טיען ווי טיילן טיקעטס נאר אויף די 10 מייל אין זיי ארבעטן פלייסיג איך האב שוין זוכה געווען צו באקומען א קוויטל איך האב געדארפט געבן א פדיון
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

בבל האט געשריבן:איך ווייס נישט ווען די טויש איז געשען
נעכטן בין איך געפארן אויפן פאלעסייט פארקוועי עס פלעגט זיין די לעצטע 10 מייל פאר די gw בריק 50 mph יעצט האב איך באמערקט אז עס איז 55 די עולם פארט אויף שבעים חסר אחת( יא איך האב געזען א רויטע קאר למעלה משבעים )
אגב די לעצטע 10 מייל איז נוי דזשערזי ווי עס איז דא א באזינדערע פאליציי דעפארטמענט מיטן נאמען פארקוועי פאליס וואס האט נישט עפעס אנדערש וואס צי טיען ווי טיילן טיקעטס נאר אויף די 10 מייל אין זיי ארבעטן פלייסיג איך האב שוין זוכה געווען צו באקומען א קוויטל איך האב געדארפט געבן א פדיון

מ'האט געטוישט די ספיד לימיט סוכות צייט
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

בבל האט געשריבן:איך ווייס נישט ווען די טויש איז געשען
נעכטן בין איך געפארן אויפן פאלעסייט פארקוועי עס פלעגט זיין די לעצטע 10 מייל פאר די gw בריק 50 mph יעצט האב איך באמערקט אז עס איז 55 די עולם פארט אויף שבעים חסר אחת( יא איך האב געזען א רויטע קאר למעלה משבעים )
אגב די לעצטע 10 מייל איז נוי דזשערזי ווי עס איז דא א באזינדערע פאליציי דעפארטמענט מיטן נאמען פארקוועי פאליס וואס האט נישט עפעס אנדערש וואס צי טיען ווי טיילן טיקעטס נאר אויף די 10 מייל אין זיי ארבעטן פלייסיג איך האב שוין זוכה געווען צו באקומען א קוויטל איך האב געדארפט געבן א פדיון

אלטע נייַעס.
די טויש איז שוין פארגעקומען ארום א האלב יאר צוריק viewtopic.php?p=1768606#p1768606.

די ספיד לימיט פלעגט זיין 50 מפש פאר די ערשטע "18" מייל נאכ'ן וואשינגטאן בריק.

די ערשטע 11.2 מייל איז אין ניו דזשערסי, (ביז בערך א מייל פאר די געז סטאנציע) און די פאליסייד פאליס איז געשטעלט בלויז אויף יענע 11 מייל.
געווען באריכטעט אמאל אז די פאליסייד פאליס ברענגט אריין די מערסטע טיקעטס פון אלע אנדערע פאליציי דעפארטמענטס אין ניו דזשערסי.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

דארט איז א נארמאלע זאך צייטנווייז די גאנצע טראפיק זאל פארן אויף 80 (חוץ די פאר חסידי אומות העולם אינעם רעכטן לעין..)
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

איבעראל ווען ראש אוער לאזט זיך אויף שמייסט מען. אויפן NJ 17 איבער 80. אויפן trueway איבער 90. און אויף אינטערסטעיטס ווי ס'איז דא לאנגע שטרעקעס פון איין עקזיט צום צווייטן קען מען פארן איבער א מאה.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

שיסעריי און מאנהעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

א שיסעריי אויף 112 st.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

Screenshot_20190318-204510_WhatsApp.jpg
Screenshot_20190318-204510_WhatsApp.jpg (238.53 KiB) געזען 4258 מאל
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איז דאס אין הארלעם?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

עפעס חדשות ?
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

די באצאלונגען פון שטאטישע און ערוועלטע לייט, איז אלעס פובליק אינפאו.
אפי' סוב-ערוועלטע לייט, אזויווי פון די קאלידזשעס און שפיטעלער, איז אלעס פובליק, און מיט איין קליק זעהט מען אלעס.
גאווערנאר ענדרו קאומאו, האט פאריאר גענומען א $178,509
ביל דע בלאזיאו, דער מעיאר, האט גענומען פאריאר $243,565
פאלגענד איז דער לינק:
פובליק פעיראל
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

די טרעפיק אויפן מעידזשער דיגן עקספרעסוועי אין די בראנקס איז היינט נאכמיטאג געשטערט געווארן, נאכדעם וואס עימיצער האט ארויפגעוואנדערט אויפן הייוועי צופיס, און אנגעהויבן ארומצולויפן צווישן די פארעדיגע קארס. ס׳איז נישט קלאר פון ווי יענער איז ארויסגעוואקסן און וויזוי ער איז אנגעקומען אויפן מעידזשער דיגן, אזוי אויך, די מעשה איז געווען מיט א קוה.

די פאליציי האבן קורצליך נאך 12 אזייגער ערהאלטן רופן פון מאטאריסטן וואס האבן באריכטעט איבער א פארבלאנדזשעטע קוה ארומלויפן סאוט באונד אויפן עקספרעסוועי צווישן די קראָס בראנקס עקספ און יעקל׳ס סטעדיאום.

די פאליציי האבן זיך תיכף געוואנדן צו די צענע מיט ברענגענדיג זייערע באמסקוואד טרעקלעך און ענימאל קאנטראל, נאך א קורצע געיעג האט מען אין אים אריינגעשאסן דעם איינשלעף מעדעצין, ארעסטירט, און איז אוועקגעפירט געווארן צו א חיות היים אין ניו דזשערסי.

#קוה בשמחה תצאו

דראפבאקסגוגל דרייוו
לעצט פארראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום מיטוואך מארטש 20, 2019 12:12 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:עימיצער האט ארויפגעוואנדערט אויפן הייוועי צופיס, און אנגעהויבן ארומצולויפן צווישן די פארעדיגע קארס. ס׳איז נישט קלאר פון ווי יענער איז ארויסגעוואקסן און וויזוי ער איז אנגעקומען אויפן מעידזשער דיגן, אזוי אויך, די מעשה איז געווען מיט א קוה.
[/b][/color][/url]

:grin: :grin:
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”