טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4775
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מארטש 11, 2019 4:10 pm

א יונגע דרייווער האט געבראכן א רעקארד, ביים פארוואנדלען א עכטע קאר אין א הויפן מיסט אינטער א אויגן בליק.

פאסירט האטעס היינט ארום 3:30 פארטאגס, ווען דער 26 יעריגע דרייווער האט פליענדיג מיטן האָנדאַ ףיט - אויף קינגס הייוועי ביי טילדען עוועניו אין איסט פלעטבוש, ברוקלין - אריין געשמיסן אין א עלעקטאריק שטאנג, ומשם ואילך איז היסטאריע.

די הויפן מיסט האט ווי ס׳זעהט אויס געהאט אין זיך גאזאלין וואס האט תיכף אנגעהויבן ברענען. פירסט רעספאנדרס האבן ארויס געראטעוועט דעם דרייווער מיט צווייטע א פאסעדזשיר, ביידע אין א קרישטע צושטאנד.

דראפבאקסגוגל דרייוו
מאנטאג, דינסטאג אדער מיטוואך?

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5360
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג מארטש 11, 2019 5:07 pm

וואו איז די לייק קנעפל?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2089
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג מארטש 11, 2019 7:28 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:וואו איז די לייק קנעפל?

אין די הויפן מיסט
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
פון ר"ח אדר אן דארף מען שוין נישט לייגן קיין סמייליס צי שמייכלן מ'מעג שוין אליינס לאכן אין שמייכלן ווען מ'וויל

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג מארטש 12, 2019 5:16 pm

maybeeynot האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:וואו איז די לייק קנעפל?

אין די הויפן מיסט

לייק!
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4775
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

העכסטע טראסע אויפן מעריב זייט פון די וועלט קומט קיין ניו יארק סיטי

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מארטש 12, 2019 9:06 pm

5C4A284C-34BB-4AA3-82B8-6BDD26AADA68.jpeg
5C4A284C-34BB-4AA3-82B8-6BDD26AADA68.jpeg (64.31 KiB) געזעהן 1432 מאל

א מאסיווער אבזערוואציע טראסע [דעק בלע״ז] - וואס וועט זיין די העכסטע אויפן מעריב זייט פון די וועלט - גייט זיך בקרוב עפענען פאר די פאבליק, אין נישט קיין צווייטע פלאץ ווי דא אין אינזער היימשטאט ניו יארק סיטי, אינעם שכינות׳דיגן מאנהעטן.

די גיגאנטישער דעק וואס ווערט אצינד געבויט און האלט שוין אין אירע פארענדיגונג שטאפלען, געפינט זיך אויף א וואלקן קראצער אין האדסען יארד קאמפלעקס. [האדסען יארד איז א גרויסע שטיק שטח מאנהעטן אויף וואס ס׳ווערט אצינד ארויפגעצויגן א מאסיווע רילעסטעיט דעוועלאפמענט], און איז גאנצע 1,100 פיס ארויף, וואס איז הונדערט שטאק העכער די ערד פלאך. עס וועט געבן אירע באזוכער א מאנסטעריש הערליכע און אויגפארכאפענדע פאנאראמע אויפן גאנצן ארום, צו די זייט פונעם אטלאנטיק אושען.

דער דעק וואס וועט גערופן ווערן די ״עדזש״ (Edge), וועט ארויסשטארן 65 פיס פונעם בנין, עס וועט אויף זיך קענען האלטן ביז 500 מענטשן אויף איינמאל. עס וועט פארמאגן א גלעזערנעם פלאהר, אז די שוואכע הערצער זאלן שפירן ווי זיי פאלן אראפ פון זינען. אזוי אויך וועט די ווענט פונעם דעק זיין פון 4 אינטש דיקע, און 9 פיס הויעכע גלאז, אז די וויא זאל זיין באספקלריא המאירה.

די שטאקן ארום דעם דעק וועט זיי ספעציעל געאייגענט צו סערווירן אירע באזוכער, מיט אינטערהאלטונג׳ס אפטיילונגען און רעסטעראנטן. אזוי אויך וועט די בילדינג האבן א ספעציעלע שנעלע-צוג עלעוועטאר וואס וועט פירן פון אינטען גלייך אהין ארויף.

די דעק איז סקעדזשעלט זיך צו עפענען דעם קומענדע אנפאנג 2020 למספ׳ יאר, עס וועט זיין ספעציעלע שעות פאר טוריסטן און באזיכער, אזוי אויך וועט מען עס קענען ארויסדינגען פאר פריווייטע איווענט׳ס, שמחות און מסיבות.

צוויי מאל א יאר איז ערווארטעט א ספעציעל גרויסע טורנאוט פון געסט וואס וועלן קומען א בליק א בליק טאן פון דער הייעך, און דאס איז דורכאויס די חוה״מ טעג פון די צוויי הייליגע ימים טובים פסח און סוכות.

זייטיגער נאטיץ; צופיסענס פונעם וואלקן קראצער - וואס האט אויף זיך דעם אויבער דערמאנטע טראסע - ווערט אצינד אויך געבויט א סביב רשעים יתהלכון בירידה שצורך עליה, מער איבער דעם פאדערט זיך א באזינדערע באריכט.

א טור אויף דעם געגאנטישן אומפארענדיגטער טראסע;

דראפבאקסגוגל דרייוו
מאנטאג, דינסטאג אדער מיטוואך?

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג מארטש 12, 2019 10:18 pm

געוואלדיג איין טאג חוה"מ איז שוין געקאווערט :P

אוועטאר
קלאץ קשיא
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

תגובהדורך קלאץ קשיא » מיטוואך מארטש 13, 2019 12:09 am

איז אמת אז די עמפייער סטעיט בילדינג פארטש האט זיך אדער גייט זיך פארמאכן?
אויב יא איז דאס א גוטע ריפלעיסמענט. ס׳איז היבש העכער און שענער אויך.
ישר כח פאר די שיינע באריכט.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:24 am

שיינע באריכט טשאדעלע.

וואס איז טאקע די סביב רשעים יתהלכון פון וואס דו רעדסט, מ'זעט עס אין קליפטשיק ביים סוף?

---
יעצט געטראפן אויף זייער וועבסייט, ויקרא שמו בישראל וועסעל
https://www.hudsonyardsnewyork.com/discover/vessel

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך מארטש 13, 2019 5:10 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א טור אויף דעם געגאנטישן אומפארענדיגטער טראסע;

דראפבאקסגוגל דרייוו

נאדיר דיין נייעס איז שוין פאבליצירט געווארן דורך אידישע נייעס

Capture.PNG
Capture.PNG (81.3 KiB) געזעהן 920 מאל
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מיטוואך מארטש 13, 2019 6:42 pm

זייער שיין, מיט דער מקור פון טשאדעלע. ;l;p- ;l;p- ;l;p-
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:11 am

אויף זייער שטאטוס האבן זיי נישט דערמאנט דעם מקור....
. . . . . . .

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

ניו דזשערסי נייעס. גוט אפגעטוען דעם טאטן...

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 5:54 am

רעקלאמירט דעם געבורטסטאג אויפ'ן בילבאורד

ניו דזשערסי – א ניו דזשערסי מאן האט געדארפט נעמען א נייעם סעלפאון נומער, נאכדעם וואס ער איז געווארן פארפלייצט מיט טעלעפאן רופן פון געבורטס-טאג וואונטשן, ווען זיינע קינדער האבן ארויפגעשטעלט א בילבאורד מיט א ביטע צו מענטשן אז זיי זאלן קאלן זייער פאטער אים אנוואונטשן. דער 62 יעריגער קריס פערי זאגט אז ער האט באקומען בערך פופצן טויזנט מעסעדזשעס און טעלעפאן רופן אין רעאקציע צום בילבאורד וואס זיינע קינדער האבן ארויסגעשטעלט. ער זאגט אז נאכ'ן באקומען א נייעם סעלפאון נומער ווערט ער מער נישט צעדרייט פון די נאכאנאנדיגע רופן, אבער ער קען קוים ווארטן אז זיינע קינדער זאלן שוין אראפנעמען דעם בילבאורד.

דער יוד דעילי

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 10:57 am

nmi האט געשריבן:רעקלאמירט דעם געבורטסטאג אויפ'ן בילבאורד

ניו דזשערסי – א ניו דזשערסי מאן האט געדארפט נעמען א נייעם סעלפאון נומער, נאכדעם וואס ער איז געווארן פארפלייצט מיט טעלעפאן רופן פון געבורטס-טאג וואונטשן, ווען זיינע קינדער האבן ארויפגעשטעלט א בילבאורד מיט א ביטע צו מענטשן אז זיי זאלן קאלן זייער פאטער אים אנוואונטשן. דער 62 יעריגער קריס פערי זאגט אז ער האט באקומען בערך פופצן טויזנט מעסעדזשעס און טעלעפאן רופן אין רעאקציע צום בילבאורד וואס זיינע קינדער האבן ארויסגעשטעלט. ער זאגט אז נאכ'ן באקומען א נייעם סעלפאון נומער ווערט ער מער נישט צעדרייט פון די נאכאנאנדיגע רופן, אבער ער קען קוים ווארטן אז זיינע קינדער זאלן שוין אראפנעמען דעם בילבאורד.

דער יוד דעילי

און אצינד איז עס וויירעל אויפן אינטערנעט, און אלע גרויסע פרעסע/מידיא באריכטן דערוועגן...
מיאוס אפגעטון אויף טערקיש...

בבל
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

טרעפיק נייעס

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 11:08 am

איך ווייס נישט ווען די טויש איז געשען
נעכטן בין איך געפארן אויפן פאלעסייט פארקוועי עס פלעגט זיין די לעצטע 10 מייל פאר די gw בריק 50 mph יעצט האב איך באמערקט אז עס איז 55 די עולם פארט אויף שבעים חסר אחת( יא איך האב געזען א רויטע קאר למעלה משבעים )
אגב די לעצטע 10 מייל איז נוי דזשערזי ווי עס איז דא א באזינדערע פאליציי דעפארטמענט מיטן נאמען פארקוועי פאליס וואס האט נישט עפעס אנדערש וואס צי טיען ווי טיילן טיקעטס נאר אויף די 10 מייל אין זיי ארבעטן פלייסיג איך האב שוין זוכה געווען צו באקומען א קוויטל איך האב געדארפט געבן א פדיון

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 11:28 am

בבל האט געשריבן:איך ווייס נישט ווען די טויש איז געשען
נעכטן בין איך געפארן אויפן פאלעסייט פארקוועי עס פלעגט זיין די לעצטע 10 מייל פאר די gw בריק 50 mph יעצט האב איך באמערקט אז עס איז 55 די עולם פארט אויף שבעים חסר אחת( יא איך האב געזען א רויטע קאר למעלה משבעים )
אגב די לעצטע 10 מייל איז נוי דזשערזי ווי עס איז דא א באזינדערע פאליציי דעפארטמענט מיטן נאמען פארקוועי פאליס וואס האט נישט עפעס אנדערש וואס צי טיען ווי טיילן טיקעטס נאר אויף די 10 מייל אין זיי ארבעטן פלייסיג איך האב שוין זוכה געווען צו באקומען א קוויטל איך האב געדארפט געבן א פדיון

מ'האט געטוישט די ספיד לימיט סוכות צייט
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 11:32 am

בבל האט געשריבן:איך ווייס נישט ווען די טויש איז געשען
נעכטן בין איך געפארן אויפן פאלעסייט פארקוועי עס פלעגט זיין די לעצטע 10 מייל פאר די gw בריק 50 mph יעצט האב איך באמערקט אז עס איז 55 די עולם פארט אויף שבעים חסר אחת( יא איך האב געזען א רויטע קאר למעלה משבעים )
אגב די לעצטע 10 מייל איז נוי דזשערזי ווי עס איז דא א באזינדערע פאליציי דעפארטמענט מיטן נאמען פארקוועי פאליס וואס האט נישט עפעס אנדערש וואס צי טיען ווי טיילן טיקעטס נאר אויף די 10 מייל אין זיי ארבעטן פלייסיג איך האב שוין זוכה געווען צו באקומען א קוויטל איך האב געדארפט געבן א פדיון

אלטע נייַעס.
די טויש איז שוין פארגעקומען ארום א האלב יאר צוריק viewtopic.php?p=1768606#p1768606.

די ספיד לימיט פלעגט זיין 50 מפש פאר די ערשטע "18" מייל נאכ'ן וואשינגטאן בריק.

די ערשטע 11.2 מייל איז אין ניו דזשערסי, (ביז בערך א מייל פאר די געז סטאנציע) און די פאליסייד פאליס איז געשטעלט בלויז אויף יענע 11 מייל.
געווען באריכטעט אמאל אז די פאליסייד פאליס ברענגט אריין די מערסטע טיקעטס פון אלע אנדערע פאליציי דעפארטמענטס אין ניו דזשערסי.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 11:47 am

דארט איז א נארמאלע זאך צייטנווייז די גאנצע טראפיק זאל פארן אויף 80 (חוץ די פאר חסידי אומות העולם אינעם רעכטן לעין..)

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:00 pm

איבעראל ווען ראש אוער לאזט זיך אויף שמייסט מען. אויפן NJ 17 איבער 80. אויפן trueway איבער 90. און אויף אינטערסטעיטס ווי ס'איז דא לאנגע שטרעקעס פון איין עקזיט צום צווייטן קען מען פארן איבער א מאה.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: New Jersey, חיים יענקל, נו שוין, קארפענטער און 32 געסט