טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג ינואר 15, 2019 11:30 am

צוקער וואסער האט געשריבן:טשאדעלע, דיין סיגניטשער איז פיינע נייעס.
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1930
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג ינואר 15, 2019 11:33 am

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אראפ!

א פלאטשקע!

דראפבאקסגוגל דרייוו

קאנגרעדזשעלאציעס NYC. יעצט קען מען שוין זעהן די שיינקייט פונעם נייעם טאפן זי אויף ביידע זייטן

די מיינסט זיכער NYS. דאס האט מיט די סיטי גארנישט

די אלטע בריק איז געווען אויף די זייט ווען מ'קומט פון די סיטי. כ'האב געמיינט צו שרייבן "NYC איינוואונער"

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 15, 2019 11:44 am

די בארימטע 'וואודבורי קאממאנס' מאלל געשעפטן-נעץ, פלאנירט א פרישע מאסיווע אויסברייטערונג, וואס וועט אריינעמען נאך צענדליגע געשעפטן, צוויי האטעלן, נאך א פארקינג גאראזש און א העליפעד (העליקאפטער אפפליה טערמינאל).

http://hudsonvalleypost.com/major-expan ... y-commons/

די ארבייט וועט זיך אנפאנגען אין יארע '20 למספרם און וועט זיך ציען פאר דריי יאר.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג ינואר 15, 2019 11:55 am

דאס מיינט קאמאו קען שוין אפדעיטן די פלענער פונעם אנגייענדע טראוועי/ NY 17 פראיעקט?
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג ינואר 15, 2019 1:06 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:https://abc7ny.com/traffic/live-controlled-demolition-of-old-tappan-zee-bridge/5036679/

גדר האט געפענט די לינק, מקענעס מיטהאלטן

ביטע איבערגעבן אז מ'קען עס שוין צומאכן, יישכ"ח

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דינסטאג ינואר 15, 2019 1:33 pm

טשאדעלע, דיין חתימה איז דיין ארבעט גענצליך???

האצעך געלוינט צו זוכן און סעיוון אזויפיל ווידעא'ס פאר צוויי יאר, און דערנאך שטיקלען, שניידן, קארעגירן, מגיה זיין, פאררעכטן, פארדעקן, צעווישן, אלעס פאר א חתימה?....
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

אוועטאר
יישר כח
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דינסטאג ינואר 15, 2019 2:03 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:טשאדעלע, דיין חתימה איז דיין ארבעט גענצליך???

האצעך געלוינט צו זוכן און סעיוון אזויפיל ווידעא'ס פאר צוויי יאר, און דערנאך שטיקלען, שניידן, קארעגירן, מגיה זיין, פאררעכטן, פארדעקן, צעווישן, אלעס פאר א חתימה?....

נעוואדע האצעך עס געלוינט מהנה געווען אזוי פיל יודן שכוח טשאדעלע באדעלע
הק' יישר כח

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג ינואר 15, 2019 2:38 pm

יישר כח האט געשריבן:נעוואדע האצעך עס געלוינט מהנה געווען אזוי פיל יודן שכוח טשאדעלע באדעלע

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג ינואר 15, 2019 4:49 pm

מיללער האט געשריבן:די בארימטע 'וואודבורי קאממאנס' מאלל געשעפטן-נעץ, פלאנירט א פרישע מאסיווע אויסברייטערונג, וואס וועט אריינעמען נאך צענדליגע געשעפטן, צוויי האטעלן, נאך א פארקינג גאראזש און א העליפעד (העליקאפטער אפפליה טערמינאל).

http://hudsonvalleypost.com/major-expan ... y-commons/

די ארבייט וועט זיך אנפאנגען אין יארע '20 למספרם און וועט זיך ציען פאר דריי יאר.

גדר לאזט נישט אריבער
למען הנייגעריקייט, די העליפעד וועל איך קענען ניצן ווען איך גיי קיין שיכון ויואל משה ? כ'וועל קענען כאפן א העליקאפטער דזשאסט אריבער דעם בעטערי טונעל נישט שלעכט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4740
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג ינואר 15, 2019 6:36 pm

מיללער האט געשריבן:די בארימטע 'וואודבורי קאממאנס' מאלל געשעפטן-נעץ, פלאנירט א פרישע מאסיווע אויסברייטערונג, וואס וועט אריינעמען נאך צענדליגע געשעפטן, צוויי האטעלן, נאך א פארקינג גאראזש און א העליפעד (העליקאפטער אפפליה טערמינאל).

http://hudsonvalleypost.com/major-expan ... y-commons/

די ארבייט וועט זיך אנפאנגען אין יארע '20 למספרם און וועט זיך ציען פאר דריי יאר.

כ'האף אז די טופשין דארט וועלן שוין איינמאל פאר אלעמאל מאכן א סטאפ דארט פאר די טרעין וואס לויפט דורך אין די 10 פיס פוןדי נייע פארקינג לאט... נאכדעם קענען זיי שוין אראפווארפן די גאנצע נייע פארקינג בילדונג..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג ינואר 15, 2019 8:57 pm

אין די סאמע ערשטער חודש זינט די דעמאקראטען האבן באקומען די פירערשאפט פון ניו יארק אין די סטעיט סענאט האבן זיי דורכגעפירט א ביל צו פארבאטן יעדע סארט דיסקרימינאציע אנטקעגן מתועבים, אפי' טעראפיע טאר מען זיי נישט אפערן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג ינואר 15, 2019 9:34 pm

דעמאקראטען = מתועבים

במלא מובן המולה
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע

אויב קויפט איר פון Amazon דאן ניצט די לינק
Daily deals
יישר כח

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג ינואר 15, 2019 9:35 pm

פוי
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 16, 2019 1:28 pm

אין אנדערע נייעס האט מען דורכגעפירט א ביל אין ביידע הייזער צו מאכן 10 טעג פאר די וואלן ערלי וואויטינג, אזוי ווי אין רוב סטעיטס.

די רעפאבליקאנער האבן נישט געלאזט ביז היינט, ווייל דאס וועט העכערן טוירנאוט וואס איז נישט גוט פאר די רעפאבליקאנער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4190
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג ינואר 22, 2019 10:18 pm

פארשטינקענע פיש געגעסן, און פון שטאט ארויסגעווארפן, און נאך געכאפט שלעק אויך..

אטע דאס איז געשען דעם פארגאנגענעם וואך אין פארט-גרין האוזינג קאמפלעקס אין ברוקלין ווען האוזינג פאליס זענען נאכגעלאפן 2 באנדיטן וואס האבן באראבעוועט א 14 יעריגער איגענטליכער פון זיינע באגאזשען.

סעקיוריטי קאמעראס צייגן ווי זיי זענען זיי נאכגעלאפן אריין אינעם קאמפלעקס ווי זיי האבן אראפגעלאזט די גאן און ווייטער געלאפן. זיי זענען מיט די צייט נעלם געווארן און די פאליסלייט האבן זיך געמוזט צוריקדרייען מיט חרפות אן די פארברעכער. ארויסקומענדיג האבן זיי באגעגענט דעם אראפגעפאלענעם רעוואלווער אויף דער ערד און עס גוט אנגעקוקט, און אפגעפיצט פון דארט נישט מעלדנדיג קיינעם איבער זייער געפינס.

שפאצירענדיג ווייטער אוועק פונעם האריזאנט איז געקומען א ציווילער חברה'מאן און געמאכט אן אלו מציאות שלו ואינו חייב להכריז, אויפגעהויבן דעם רעוואלווער און פארהוילן געווארן צווישן די האוזינג בנינים אינעם קאמפלעקס.

דערווייל האבן די תפיסות 2 ווייניגער פארברעכער. און די פארברעכער איין איבעריגע גאן. און 2 פאליציילייט וואס זענען אויסגעשטעלט צו דעפארטמענטליכער דיסציפלין פאר זייער פארנעכליסגקייט.

(טשאדעלע, דו ביסט אן עקספערט אין לייגן א יד אויף אזוינע קליפטשיקעס.. ברענג עס אהער..)
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 23, 2019 6:07 pm

פליגל האט געשריבן:קליפטשיקעס..


פאני מעשה דאס.. פארוואס זאל א פאליציאנט איגנארירן א ביקס וואס ליגט אויף דער ערד?..

עניוועי, די סערוועיליענס פוטידזש איז ווי ס׳קוקט אויס נאכנישט ריליסד געווארן. מ׳האט עס נישט געברענגט אינערגעץ.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך ינואר 23, 2019 8:41 pm

דזשעימס סקופיס, א סטעיט סענאטאר (פארטרעט אויך קרית יואל) שלאגט פאר אז די אינדעפענדט פארטיי זאל מער זיך נישט טארן רופן מיט דעם נאמען.
ער טענה'ט, אז דער פארטיי ווערט גענוצט דרוך כיטערע פאליטשע שישקעס אויסצונוצן דאס מיט מאכינאציעס פאר די אינטערעסן פון זייער פארטיי, ווען געוויסע וויילער וועלן לטובת דעם פארטיי מיינענדיג אז ס'נייטראל, און אין פאקט 'שטעלן זיי אריין' דארט זייערע אייגענע מענטשן.
דאס איז א פאליטישער דריידל וואס ווערט אויסגענוצט אויך דורך חרדישע עסקנים, ווען מפרובירט צו געווינען די קליינע פארטייען אויף די זייט וואס ס'לוינט, דורך וועלן ביים קאנווענשן און אריינשטעלן אייגענע מיטגלידער אין די קאמיטען פון די קליינע פארטייען און אזוי אויך דורך געלט שטיצע, אזוי אז ס'קומען צו שטימען וואס קענען אויסמאכן ביי ענגע פארמעסטן.
דער ענערגישער סקופיס וויל דאס אפשטעלן. ער שטעלט זיך אהער וואו א קעמפער פאר יושר, און שלאגט זיך אפן מיטן גאווערנער קאומא - אליינס א שווערער מענטש און נוקם ונוטר - מיטן פנים וואו ער וויל אפשטעלן קארופציע.
אבער מיר האבן דאך שוין געזעהן בעבר וואו די ''קעמפער פאר יוסטיץ'' זענען אנגעקומען... וואו ס'האט זיך ארויסגעשטעלט וואסערע שלעכטס די אזוי גערופענע 'יוסטיץ זוכער' טוען אפ...
אזוי גייט פאליטיק אין ניו יארק...

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 23, 2019 8:42 pm

ער מיינט גארנישט קארופציע, ער מיינט אונז, דער אנ"ש וואל קאמיטע איז זייער נאנט מיט די פארטיי הנזכר לעיל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » מיטוואך ינואר 23, 2019 11:08 pm

"סקופיס אונטער אויספארשונג פאר'ן נעמען כאבאר"

צוקונפטיגע העדליין..

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג ינואר 27, 2019 11:34 am

אסעמבלימאן קארל בראבאנעק, (פארטרעט אויך קרית יואל און די מאנסי געגנט) האט זיך קעגנגעשטעלט צו געוויסע אוממאראלישע געזעצן, וואס זענען צום סוף יא אונטערגעשריבן געווארן דורכן דעמאקראטישן גאווערנאר, ענדרו קאומא.

בראבאנעק, א רעפובליקאנער וואס שטייען מער מאראליש געשטימט, האט זיך קעגנגעשטעלט דעם געזעץ, וואס וועט אויך אויך אויסמאכן נעגאטיוו פאר מיר אידן וואס די תורה איז אונזער וועגווייזער אין אלע אומשטענדן. מען האפט און קוקט ארויס שלא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים.

בראבאנעק, איז ביי די לעצטע וואלן ברייט געשטיצט געווארן דורך אלעמען אין קרית יואל.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג ינואר 27, 2019 11:42 am

מען האט געזעהן למשל ביי דעם געוועזענעם פראקוראר פריט בארארא, וואס האט אלעמען אנגעשראקן מיט זיין אגרעסיווע פראקורארשאפט, און ווען ער איז ארויסגעפלויגן ''וואו א הינט'' פון אפיס דורכן פרעזידענט, וויל אים קיינער מער נישט שטיצן, ער וואלט געקענט לויפן פאר אטוירני דזשענעראל אדער עפעס אנדערש, און אזא באקאנטער פנים וואלט געהאט ערנסטע אויסזיכטן צו געווינען, נאר די דעמאקראטישע פארטיי פירער ווייסן אויך וואס א שלעכטער מענטש ער איז, און ער וועט בויען זיין קאריערע אויף יענעם'ס בלוט, ממילא איז ער געבליבן בלויז מיט זיין ראדיא פראגראם...

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג ינואר 27, 2019 8:50 pm

אהער און אהין האט געשריבן:מען האט געזעהן למשל ביי דעם געוועזענעם פראקוראר פריט בארארא, וואס האט אלעמען אנגעשראקן מיט זיין אגרעסיווע פראקורארשאפט, און ווען ער איז ארויסגעפלויגן ''וואו א הינט'' פון אפיס דורכן פרעזידענט, וויל אים קיינער מער נישט שטיצן, ער וואלט געקענט לויפן פאר אטוירני דזשענעראל אדער עפעס אנדערש, און אזא באקאנטער פנים וואלט געהאט ערנסטע אויסזיכטן צו געווינען, נאר די דעמאקראטישע פארטיי פירער ווייסן אויך וואס א שלעכטער מענטש ער איז, און ער וועט בויען זיין קאריערע אויף יענעם'ס בלוט, ממילא איז ער געבליבן בלויז מיט זיין ראדיא פראגראם...

און אז מען רעדט שוין פון די פראקורארן וואס בויען זיך אויף יענעמ'ס בלוט, וואס מען קען זאגן אז סאיז א זאך וואס אמעריקא שטייט אין איין שורה מיט דריטע וועלט לענדער אין דעם הינזיכט, א לאנד וואס שטאלצירט מיט רעכטן פון אלע אפשטאמען און רעליגעס, א לאנד וואס שטאלצירט מיט רעכטן פאר פרויען, רעכטן אפי' פאר חיות ועופות, וועט פארזעהן די רעכטן פון נארמאלע מענטשן, אויב איז דא דארט איינער וואס קען אויף דעם טרעטן און מאכן א קאריערע. דער פראקוראר פארזיכערט זיך מיט זיין בענקל אויפן אומשולדיג פארגאסענעם בלוט פון איינעם וואס האט אפשר געפירט ביכער נישט אזוי איי איי איי, און אין רוב פעלער וועלן זיי שוין אזוי ''דרייען'' אז יענער זאל מוזן זיין שולדיג.
ראדזשער סטאון איז דאך ארעסטירט געווארן פאריגן פרייטאג, מיט 17 וויקהעלס אריינגערעכנט עטליכע באוואפענטע, 29 אגענטן באוואפנט מיט הייס געווער, א העליקאפטער פון דער הייעך, און 2 שיפלעך אין דעם טייך אונטער זיין היים, און די פרעסע איז גערופן געווארן אים צו פארשעמען און כאפן לעבעדיגע בילדער ווי ער ווערט געפירט געקייטעלט און בארוועס אין טורמע.
ווען ער האט זיך אפגערעדט פאר די פרעסע אז דאס איז ממש געסטאפא ווען מען האט אים 6 אזייגער פארטאגס אריינגעשטעקט געווער אין זיין פנים, איז דער ענטפער פון דעם דזשורנאליסט געווען אז ''דאס איז די אנגענומענע פראצעדור''.
יא יא, אנגענומען אין ליביע, איראק, סיריע, און אויך אין..... אה, רוסלאנד.... און אין.... די לאנד פון 'יוסטיץ', די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא.
ווען אונזער גאווערנאר קאומא האט פארגעשלאגן לעצנס א געזעץ אז מען זאל זיין פארבאטן צו ארויסגעבן דעם בילד פון אן ארעסטירטן, האט ער זיך באגעגנט מיט שטארקע קעגנערשאפט פון די מידיא, הלמאי מען נעמט דאך צו זייער גאנצע ביזנעס...
אויב אזוי, קען מען אראפנעמען די פארבאט אויף 'בלוטיגע דימאנטן', דימאנטן וואס קומען פון אפריקא, וואו מען נוצט קנעכט אויף צו מאכן ביזנעס.
זיי מאכן ביזנעס אויף קנעכט?
דא מאכן די מידיא און פראקורארן ביזנעס און קאריערעס אויף אומשולדיג בלוט פון זייערע קרבנות.
-
ווען דער ברוקלין דיסטריקט אטורני טאמפסאן איז פלוצים געשטארבן, איז ער איבערגענומען געווארן דורך עריק גאנזאלעס.
גאנזאלעס איז נישט דער טיפישער פאליטישאן, און איז טאקע נישט געלאפן אויף דעם פאסטן. נאר באקומענדיג דעם אפיס אין די הענט אריין, איז ער געבליבן זיצן און אויך קאמפיינט פאר דעם בענקל.
ס'טאקע באקאנט אז ער פירט זיך מענטשליך אפי' ווען מען דארף איינעם ארעסטירן, און זוכט נישט צו באקומען קעמרע'ס ווען ער גייט ארעסטירן איינעם.
פאריגע וואך האט גאנזאלעס געגעבן אן אינטערוויו פאר דער בלאט, וואו ער האט גערעדט איבער אן אינטערסאנטן פראגראם וואס ער האט איינגעפירט, אז אלע 1400 ארבייטער אין זיין אפיס מוזן גיין אויף א ראטאציע סיסטעם אין טורמע, צוציזעהן די ליידן פון די פארפייניגטע, אז זיי זאלן ''וויסן פון וואס מען רעדט''.
דער שרייבער פון דער ארטיקל אין בלאט, האט דעם אנעקדאט געלייגט אונטערן קעפל:
"אלע פראקורארן דארפן גיין אין טורמע".
אוי וואו גערעכט ער איז.
וויאזוי שרייבט נאר דער טראמפ?:
"יוסטיץ" דעפארטמענט...

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג ינואר 27, 2019 8:57 pm

אהער און אהין האט געשריבן:ראדזשער סטאון איז דאך ארעסטירט געווארן פאריגן פרייטאג, מיט 17 וויקהעלס אריינגערעכנט עטליכע באוואפענטע, 29 אגענטן באוואפנט מיט הייס געווער, א העליקאפטער פון דער הייעך, און 2 שיפלעך אין דעם טייך אונטער זיין היים, און די פרעסע איז גערופן געווארן אים צו פארשעמען און כאפן לעבעדיגע בילדער ווי ער ווערט געפירט געקייטעלט און בארוועס אין טורמע.
ווען ער האט זיך אפגערעדט פאר די פרעסע אז דאס איז ממש געסטאפא ווען מען האט אים 6 אזייגער פארטאגס אריינגעשטעקט געווער אין זיין פנים, איז דער ענטפער פון דעם דזשורנאליסט געווען אז ''דאס איז די אנגענומענע פראצעדור''.
יא יא, אנגענומען אין ליביע, איראק, סיריע, און אויך אין..... אה, רוסלאנד.... און אין.... די לאנד פון 'יוסטיץ', די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא.


איך האב הנאה ווען עס פאסירט ביים גוי, ווייל ווען עס האט פאסירט ביי מיין שכן איז עס קיינעם נישט אנגעגאנגען, אפשר אז די עליטע אין לאנד וועלן שפירן די טעראר פון פראסעקיוטער און פ.ב.א. וועלן זיי זיך אויפוועקן צו טוהן עפעס דערוועגן.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג ינואר 27, 2019 9:00 pm

דממה דקה האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:ראדזשער סטאון איז דאך ארעסטירט געווארן פאריגן פרייטאג, מיט 17 וויקהעלס אריינגערעכנט עטליכע באוואפענטע, 29 אגענטן באוואפנט מיט הייס געווער, א העליקאפטער פון דער הייעך, און 2 שיפלעך אין דעם טייך אונטער זיין היים, און די פרעסע איז גערופן געווארן אים צו פארשעמען און כאפן לעבעדיגע בילדער ווי ער ווערט געפירט געקייטעלט און בארוועס אין טורמע.
ווען ער האט זיך אפגערעדט פאר די פרעסע אז דאס איז ממש געסטאפא ווען מען האט אים 6 אזייגער פארטאגס אריינגעשטעקט געווער אין זיין פנים, איז דער ענטפער פון דעם דזשורנאליסט געווען אז ''דאס איז די אנגענומענע פראצעדור''.
יא יא, אנגענומען אין ליביע, איראק, סיריע, און אויך אין..... אה, רוסלאנד.... און אין.... די לאנד פון 'יוסטיץ', די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא.


איך האב הנאה ווען עס פאסירט ביים גוי, ווייל ווען עס האט פאסירט ביי מיין שכן איז עס קיינעם נישט אנגעגאנגען, אפשר אז די עליטע אין לאנד וועלן שפירן די טעראר פון פראסעקיוטער און פ.ב.א. וועלן זיי זיך אויפוועקן צו טוהן עפעס דערוועגן.

אזויווי דו זאגסט, מען דארף דא האבן א 'רעוואלוציע' אזויוואו ס'געווען ווען מען האט געפייניגט שווארצע, ווילאנג ס'אנטשטאנען א רעוואלוציע און ס'גענדיגט, נישטא מער אזאנס. דאס זעלבע איז געווען מיט פרויען רעכטן, מען ברויך באוועגונגען און דעמאנסטראציעס עפעס צו טוישן דא.
די ווייטאג איז אז ביוראקראטיע פארט אוואו א טשעכעפאכע.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג ינואר 27, 2019 9:16 pm

ווען איך האב ווען די געלט און די צייט, וואלט איך צוזאם גענומען עטליכע פון די קעיסעס, הן וואס האבן פאסירט ביי היימישע אידן, און אפשר ביי אפאר גוים, און אריינגעגעבן א ציווילע קלאגע קעגן די פראסעקיוטער און די פ.ב.א. פאר די טראמא וואס זיי האבן געמאכט פאר די קינדער, אפשר די שפראך וועט ארבעטן.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chuchem, בארג, ציפקע, קארפענטער און 64 געסט