בלאט 92 פון 156

געשריבן: פרייטאג יאנואר 11, 2019 1:13 pm
דורך eller
eller האט געשריבן:הער איך אז ביי דיבלאזיא'ס סטעיט אוו די יוניען האט מען געוויזען א קליפ ווי סענדער ראפעפארט פון משביע לערנט מיט זיין אינגל.
קען עס איינער ביטע אהערברענגען ?


מעיאר: לערנט מיט אייערע קינדער גמרא
בעפאר דער מעיאר האט געגעבן זיין אפציעלע סטעיט אוו די סיטי רעדע, האט דער מעיאר פארגעשטעלט פאר די פארזאמלטע א פרעזענטאנציע איבער ניו יארקער איינוואונער צווישן אנדערן האט פראמינענט פיגורירט א פארשטעלונג ווי מען זעט ווי א חסידישע אינגערמאן לערנט מיט זיין זון גמרא, דער דאזיגער פארשטעלונג איז געווען גאר א שטארקער מאראלישער חיזוק פאר ישיבות און דעם חינוך הטהור וועלכע איז לעצטנס געקומען אונטער אטאקע פון פארשידענע ריכטונגען.

דער פרעזענטאציע האט אויך ארויסגעהויבן די געוואלדיגע פעולות החסד פון דער משביע פאלקס קיך אין בארא פארק , עפעס וואס האט געמאכט א געוואלדיגער קידוש השם און איבערגעלאזט גאר א פאזיטיווע בליק איבער חרדישע אידן אויף די פארזאמלטע מאסן.
פון פיינע נייעס

געשריבן: פרייטאג יאנואר 11, 2019 1:39 pm
דורך דער קוטשער
וויי געוואלד, ער האקטעך אונטער די פיס פונעם עדיוקעשען קאמישינער.
-
צום ענין קען א גוי נישט פארשטיין א גמרא סיי ווי. פינטל. (ספרים הקדושים)

געשריבן: פרייטאג יאנואר 11, 2019 2:10 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
פונקט פארקערט. דאס איז א חורבן. ווייל ער/זיי גייען קענען צייגן אז זיי האבן בעצם גארנישט קעגן ריליגיעזע לימודים, אין פאקט גרויסט זיך דיבלאזיא דערמיט. זיי ווילן נאר מ׳זאל לערנען וואס זיי הייסן אויך.

געשריבן: זונטאג יאנואר 13, 2019 5:57 pm
דורך ניס קראכער
ווי האטצעך אויסגעגאסן א טראק זאלץ?
איך פיל עפעס א זאלציגע טעם אין מויל ווען איך גיי היינט אויפן גאס

געשריבן: זונטאג יאנואר 13, 2019 6:19 pm
דורך דער קוטשער
ווי נישט?

געשריבן: זונטאג יאנואר 13, 2019 9:58 pm
דורך בן ימיני
eller האט געשריבן:הער איך אז ביי דיבלאזיא'ס סטעיט אוו די יוניען האט מען געוויזען א קליפ ווי סענדער ראפעפארט פון משביע לערנט מיט זיין אינגל.
קען עס איינער ביטע אהערברענגען ?

געשריבן: זונטאג יאנואר 13, 2019 10:03 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
בן ימיני האט געשריבן:
eller האט געשריבן:הער איך אז ביי דיבלאזיא'ס סטעיט אוו די יוניען האט מען געוויזען א קליפ ווי סענדער ראפעפארט פון משביע לערנט מיט זיין אינגל.
קען עס איינער ביטע אהערברענגען ?


דא האסטע.
ס׳איז ממש נאר דעם פּארט.

דראפבאקסגוגל דרייוו

געשריבן: זונטאג יאנואר 13, 2019 10:11 pm
דורך nmi
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
בן ימיני האט געשריבן:
eller האט געשריבן:הער איך אז ביי דיבלאזיא'ס סטעיט אוו די יוניען האט מען געוויזען א קליפ ווי סענדער ראפעפארט פון משביע לערנט מיט זיין אינגל.
קען עס איינער ביטע אהערברענגען ?


דא האסטע.
ס׳איז ממש נאר דעם פּארט.

דראפבאקסגוגל דרייוו

טשאדעלע ווייסט אלעס. אפשר קענסטו מיר אראפלייגן וויזוי ס'קוקט אויס ווען מ'קומט ארויף אויף יענע וועלט? מיט א קליפ פארשטייצעך. געדענק צוצושרייבן "נישט פאר שוואכע הערצער" "וואליום אלערט"...

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:00 am
דורך טשאדעלע באדעלע
די אלטע טאפן_זי בריק וועט יעצט צופרי ארום 10:50 אויפגעריסן און איינגעווארפן ווערן.

אירע ברוכווארג וועלן אריינפאלן אין וואסער, מ׳וועט עס ארויסנעמען צוביסלעך ווייז דורכאויס די קומענדע פאר וואכן.

דורכאויס דעם קאנטראלירטן אויפרייס וועט דער מעריאו קאומאו בריק זיין פארשלאסן, און דער טראוועי טיילווייז פארשלאסן.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:04 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
די נייע בריק איז נאך דערווייל אפען סאו דעס גייט נאכנישט געשען יעצט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:15 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
טרעפיק איז אפגעשטעלט אויף ביידע זייטן אויף די נייע בריק

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:17 am
דורך צוקער וואסער
טשאדעלע, דיין סיגניטשער איז פיינע נייעס.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:19 am
דורך פראהביטש
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די אלטע טאפן_זי בריק וועט יעצט צופרי ארום 10:50 אויפגעריסן און איינגעווארפן ווערן.

אירע ברוכווארג וועלן אריינפאלן אין וואסער, מ׳וועט עס ארויסנעמען צוביסלעך ווייז דורכאויס די קומענדע פאר וואכן.

דורכאויס דעם קאנטראלירטן אויפרייס וועט דער מעריאו קאומאו בריק זיין פארשלאסן, און דער טראוועי טיילווייז פארשלאסן.

מיר עקספעקטן א קליפ

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:24 am
דורך האסט נייעס
צוקער וואסער האט געשריבן:טשאדעלע, דיין סיגניטשער איז פיינע נייעס.

הנאה געהאט פון עס

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:28 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
https://abc7ny.com/traffic/live-control ... e/5036679/

גדר האט געפענט די לינק, מקענעס מיטהאלטן

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:29 am
דורך יאצמעך
האסט נייעס האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:טשאדעלע, דיין סיגניטשער איז פיינע נייעס.

הנאה געהאט פון עס

גא''מ

פראהביטש האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די אלטע טאפן_זי בריק וועט יעצט צופרי ארום 10:50 אויפגעריסן און איינגעווארפן ווערן.

אירע ברוכווארג וועלן אריינפאלן אין וואסער, מ׳וועט עס ארויסנעמען צוביסלעך ווייז דורכאויס די קומענדע פאר וואכן.

דורכאויס דעם קאנטראלירטן אויפרייס וועט דער מעריאו קאומאו בריק זיין פארשלאסן, און דער טראוועי טיילווייז פארשלאסן.

מיר עקספעקטן א קליפ


טשאדי, נייעס אן א קליפ איז ווי פיטער ברויט אן זאלץ...

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:33 am
דורך הכל הבל
קאומא וועט איינשליסן אין זיין בודזשעט שפעטער אין טאג צו פארבאטן סטרעטש לימוזין'ס

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:33 am
דורך טשאדעלע באדעלע
די חלק וואס גייט ווערן אויפגעריסן איז ממש א קליין חלק, די לעצטע שטיקל פונעם אלטן בריק.

סינס ס׳איז א איינצעלנער שטיקל, איז זייער קאמפלעצירט אנצוקומען אהין מיט עקוויפמענט עס צו צונעמען געהעריג, בכלל איז עס אין א שוואכע צושטאנד.

6C92334A-E5A2-4EAE-9854-FC65B01AA3B7.jpeg
6C92334A-E5A2-4EAE-9854-FC65B01AA3B7.jpeg (34.14 KiB) געזען 2861 מאל

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:52 am
דורך צוקער וואסער
יאצמעך האט געשריבן:טשאדי, נייעס אן א קליפ איז ווי פיטער ברויט אן זאלץ...


צ"ל קליפטשע.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:54 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
זכותו יגן ואנחה

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:54 am
דורך Dim
מזל טוב, אויפגעריסן.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:56 am
דורך שמערלער
דערנאך מיטן בריק.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:59 am
דורך טשאדעלע באדעלע
אראפ!

א פלאטשקע!

דראפבאקסגוגל דרייוו

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 11:11 am
דורך nmi
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אראפ!

א פלאטשקע!

דראפבאקסגוגל דרייוו

קאנגרעדזשעלאציעס NYC. יעצט קען מען שוין זעהן די שיינקייט פונעם נייעם טאפן זי אויף ביידע זייטן

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 11:27 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
nmi האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אראפ!

א פלאטשקע!

דראפבאקסגוגל דרייוו

קאנגרעדזשעלאציעס NYC. יעצט קען מען שוין זעהן די שיינקייט פונעם נייעם טאפן זי אויף ביידע זייטן

די מיינסט זיכער NYS. דאס האט מיט די סיטי גארנישט