טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 11:00 pm

די סיבה פארוואס מ׳זאל ליגעלייזן מאריכוואנע איז סימפל, ס׳איז גענצליך אוט אוו קאנטראל. ארעסטירן יעדן טאג צענדליגער מענטשן און אדורכגיין מיט זיי דעם גאצן פראצעדור האט נישט קיין פשט. נו וואסע די עצה? מ׳כשר׳ט עס וואָנטס ענד פאר אלל.

פארוואס איז עס אזוי ארויס פון קאנטראל? ווייל די ליבעראלע אמעריקא, ובפרט אזאנע פארפוילטע סיטי׳ס ווי דא אין ניו יארק זענען פארהאן אסאך ליידיגייער׳ס, אטאמאטיש איז פארהאן מער מענטשן וואס זענען צו געבינדן צו די סארט זאכן.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 11:08 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די סיבה פארוואס מ׳זאל ליגעלייזן מאריכוואנע איז סימפל, ס׳איז גענצליך אוט אוו קאנטראל. ארעסטירן יעדן טאג צענדליגער מענטשן און אדורכגיין מיט זיי דעם גאצן פראצעדור האט נישט קיין פשט. נו וואסע די עצה? מ׳כשר׳ט עס וואָנטס ענד פאר אלל.

פארוואס איז עס אזוי ארויס פון קאנטראל? ווייל די ליבעראלע אמעריקא, ובפרט אזאנע פארפוילטע סיטי׳ס ווי דא אין ניו יארק זענען פארהאן אסאך ליידיגייער׳ס, אטאמאטיש איז פארהאן מער מענטשן וואס זענען צו געבינדן צו די סארט זאכן.

טשאדעלע. עפן אויף אן אשכול "מאראוואנע פאר ביליג..." געב עס א חודש צוויי און ס'וועט האבן 100 בלעטער...

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2519
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 9:38 am

וואס איז באמת די סיבה פארוואס מאריכואנע אדער אלקהאל זאל זיין פארבאטן? איך רעדט פון א לעגאלער שטאנדפונקט.

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 9:45 am

מאראוואנע העלפט באקעמפן/ברענגט אויטיזם?

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 6:53 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די סיבה פארוואס מ׳זאל ליגעלייזן מאריכוואנע איז סימפל, ס׳איז גענצליך אוט אוו קאנטראל. ארעסטירן יעדן טאג צענדליגער מענטשן און אדורכגיין מיט זיי דעם גאצן פראצעדור האט נישט קיין פשט. נו וואסע די עצה? מ׳כשר׳ט עס וואָנטס ענד פאר אלל.

פארוואס איז עס אזוי ארויס פון קאנטראל? ווייל די ליבעראלע אמעריקא, ובפרט אזאנע פארפוילטע סיטי׳ס ווי דא אין ניו יארק זענען פארהאן אסאך ליידיגייער׳ס, אטאמאטיש איז פארהאן מער מענטשן וואס זענען צו געבינדן צו די סארט זאכן.

סא פארוואס נישט כשרן גאנס ? און טאקע די טמיליטערישע ??? סתם ארעסטירן מענטשן וואס האבן אומלעגאל דראגס יעדן טאג ????
און יא דראגס הארגעט זייער אסאך מענטשען. פינטל
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 7:10 pm

הענדימען האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:געווען אמאל צייטן (נאך איידער די וועלט קריג) ווען אלע סארטן אלקאהאלישע געטראנקן זענען געווען פארבאטן אין די סיטי. דאס האט אריינגערעכענט וויין און בראנפן. פאר רעליגיעזע צוועקן האט מען עס יא ערלויבט. דהיינו פאר קידוש וכדו' האט מען עס געקענט באקומען ביים מקוה איד.

פארט איז אבער אנגעגאנגן א האנדל דערמיט אונטער'ן קעלער לייק נעווער בעפאר.. א לעגענדע האציך ארום געדרייט אז אפילו דער מעיאר דאן האט נישט נאר געוואוסט "אז" עס גייט אן, נאר אויך "וואו" ... און נישט סתם.. נאר נאך א טאג שווערע ארבייט האט ער זעלבסט געכאפט א שלינג...

אזוי האט זיך געדרייט א קאשיק.. עס'ז געווען פארבאטן און מען האט ווייטער געהאנדעלט דערמיט.. געטרינקן און גע'שאש'קעט לייק דיער איז נאו טאמאראאו...

למעשה האט די שטאט איינגעזען אז ס'יז נישטא פארוועם עס צו האלטן פארבאטן, האבן זיי עס צוריק געלאזט ארויפקומען על שלחן מלחים.

(איך קלער אזוי, איך וואלט געבעטן דעם מאיאר צו לעגאליזירן דאס פארקירן וואו אימער, זינט אלע פייפען זיך עניוועיס אן דערינען...)

דו רעדסט פון די קאנסטיטוצאנעלע אמענדמענט וואס האט גע'אסר'ט אלקאהאל? אדער עפעס אנדערש? דאס איז נישט געווען א סיטי זאך, עס איז געווען פארבאטן נאציאנאל.

דאס מיינט ער מסתמא

אגב. מ'זאגט אז דעמאלטס זענען געבוירן געווארן די גענגס אין אמעריקע

איך ווייס נישט אויב גענגס זענען דעמאלטס ׳׳געבוירן געווארן׳׳ אבער זיי פלעג זיך אסאך באפארענען מיט די געטראנקען.
עס האט זיך גערופן בוטלעגינג און איינע פון די גרויסע גענגסטערס בימים ההם א גענגסטער פון טשיקאגוי איז געווארן פון די מערסט באקאנטע אפיאנערן מיט נאמען אל קאפאון.
א מעשה וואס מען זאגט נאך פון ר׳ מאיר שפירא בימים ההם באמעריקא: א איד שהי׳ בוטלעגגער האט בטעות אראפעלאזט א באטל וויין נעבן אן אפיציר און מען האט עם ארעסטירט. ר׳ מאיר האט עם געפרעגט פארוואס ער איז אזא שלימזל האט ער געענטפערט פונקט פארקערט יעצט ווייסט יעדער מען קען ביי מיר באקומע סחורה.

וואס איז יא דאן ׳׳געבוירן געווארן׳׳ אז א שמש פארקויפט וויין ווייל די שמשים האבן געמעגט געבן וויין פאר זייערע מעמבערס וויין אלס רעליגיעזע צוועקן פאר קידוש והבדלה.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 10:30 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א NYPD אפיסער האט נעכטן נאכט זיך געמיזט פארען מיט א גרופע פיר פיסיגע באשעפענישן וואס שטייען אויף צוויי, ביים ראגירן צו א 911 רוף מיט א באקלאגעניש אז א היימלאזער מאן טיילט שלעק אונעם עיסט בראדוועי באן סטאנציע אויפן לאוער איסט_סייד.

ווען דער פאליסמאן איז אנגעקומען אויפן צענע האט ער זיך באגעגענט מיט א גרופע פון 5 היימלאזע פארשוינען וואס זענען גרייט געווען אים אויפצועסן לעבעדיגערהייט.

זיי האבן פראבירט צוצוקומען נאנט צו אים אים צו אטאקירן, דער אפעציר האט זיך נישט פארלוירן, ער האט אפירגעקומען זיין אייזערנעם קאנטשיק, און ווער ס׳האט נאנט געטרויטן האט געכאפט א ווייטאגליכער שמיץ.

אינדערצווישן האבן איינע פון די חברה געכאפט א שטויס פונעם אפעציר פון וואס ער האט זיך איבערגעקוצקעט און אריין געטראסקעט אין די באן שינעס. למעשה, נאך א מינוט צוויי איז א צווייטע אפעציר אנגעקומען אויפן צענע און אים א ״האנט געגעבן״ לויז צו ווערן פונעם אנשיקעניש.

די 5 היימאלזע חברה זענען געווארן אפגעפירט אין שפיטאל, און נאכדעם האט מען זיי איינגעשפארט אין טורמע ווי ס׳ערווארט זיי קלאגעס מיט אש״ל מלא.

א קורצע קליפיטש פונעם קאמאושען.
דראפבאקסגוגל דרייוו

נאכן געזעהן ווערן הונדערטער טויזענטער מאל אויף סאושעל מידיא, האט דער אפיציר פארדינט אן ארטיקל אין 'ניו יארק טיימס'.
זיי שרייבן אז דער אפיציר באנוצט זיך נישט מיט קיין סאושעל מידיא, נאר זיין פריינט האט אים געמאלדן דערוועגן. דער זעלבער אפיציר איז אמאל שוין געווען אין 'טיימס', ווען ער איז אויפגעהאלטן געווארן אין קענעדי עירפארט.
ער ווערט שטארק אויסגעלויבט פארן נישט באנוצן זיין וואפן, נאר זיך אן עצה געגעבן מיטן שטעקן. אזוי אויך שרייבן זיי אז ווען יענער פארשוין איז אריינגעפאלן אין די שינעס, איז דער אפיציר געווארן באזארגט איבער יענעם'ס סעיפטי, און האט פארלאנגט מען זאל אויסלעשן דעם 'דריטן פאוער ליניע' וואס לויפט ביי די שינעס מיט די עלעקטעריק פאר די באנען, וואס אויב מען רירט עס אן ווערט מען גלייך עלעקטעריזירט ל''ע.
https://www.nytimes.com/2018/12/26/nyre ... New%20York

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 3:09 pm

אהער און אהין האט געשריבן:

איך זוך טשאדעלע'ס ארגינעלע תגובה, איך טרעף דאס נישט.

אלנפאלס, טשאדל, האסט מיר ארויף געברענגט א שמייכל אויף די לעפצן.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

בבל
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג דעצמבער 30, 2018 1:58 pm

פיצי קעפעלע האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מעיאר דיבלאזיאו האט שוין אויך געמאלדן אז ער שטיצט דעם געדאנק פון ליגעלייזן מאריכוואנע אין ניו יארק סיטי, עו[/color][/url]

יו נאך א אויסגאבע פאר די בחורים אין ישיבה. נישט גענוג מיט ציגרעטליך

די אויסגאבע איז שוין ליידער דא בתוכינו. יא, אין די גאר היימישע

איך האף אז די טרייבסט שטארק איבער

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » זונטאג דעצמבער 30, 2018 2:04 pm

בבל האט געשריבן:
פיצי קעפעלע האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מעיאר דיבלאזיאו האט שוין אויך געמאלדן אז ער שטיצט דעם געדאנק פון ליגעלייזן מאריכוואנע אין ניו יארק סיטי, עו[/color][/url]

יו נאך א אויסגאבע פאר די בחורים אין ישיבה. נישט גענוג מיט ציגרעטליך

די אויסגאבע איז שוין ליידער דא בתוכינו. יא, אין די גאר היימישע

איך האף אז די טרייבסט שטארק איבער

איך וואלט אויך געהאפט ווען ווייס איך נישט אנדערשט

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג דעצמבער 30, 2018 2:23 pm

לכבוד ניו יארק סיטי׳ס רעקארד נידריגע צאל טרעפיק טויט פעלער אין הונדערט יאר, האט היינט צופרי פאסירט אנעקסידענט אויפן וועסט_סייד הייוועי, ווי עימיצער איז רח״ל פארברענט געווארן אין זיין איבערגעדרייטע קאר נאך א צוזאמשטויס צווישן עטליכע קאר׳ס.

דראפבאקסגוגל דרייוו
די קראך פון די פיקל.. יוי..

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » זונטאג דעצמבער 30, 2018 2:32 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:לכבוד ניו יארק סיטי׳ס רעקארד נידריגע צאל טרעפיק טויט פעלער אין הונדערט יאר, האט היינט צופרי פאסירט אנעקסידענט אויפן וועסט_סייד הייוועי, ווי עימיצער איז רח״ל פארברענט געווארן אין זיין איבערגעדרייטע קאר נאך א צוזאמשטויס צווישן עטליכע קאר׳ס.

דראפבאקסגוגל דרייוו

נישט פאר שוואכע הערצער, שפעציעל אז מ'ווייס אז איינער ווערט דארטען נעבעך אפגעבראטען אין דעם פייער און קיינער קען גארנישט טוהן צו ראטעווען, ה"י.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג דעצמבער 30, 2018 2:56 pm

[א ביסעלע שפעט אבער ס׳איז קיינמאל נישט צו שפעט.]

3 יונגע בחורים פון איסט ניו יארק ווערן ארום געזוכט פארן לקח׳נן א פארקירטע MTA באס און דערמיט ציגעפארן צו א וואכנאכט אין די בראנקס, פארברעגט אפאר שעה, זיך צוריקגעקערט און פארקירט דעם באס דארט פון ווי זיי האבן עס גענומען.

די פאליציי האבן ארויסגעגעבן א ווידיאו וואס די סערוועיליענס קעמערא אויפן באס האט ריקארדירט, און צייגט ווי די 3 חברה שפאצירן ארויף אויפן אפענעם באס וואס איז געווען געפארקט ביים סטאנציע אויף וויליעמס עוועניו ביי הערקימער סט. זעצן זיך שיין אוועק, איינע פון די 3 איז געווען די דרייווער, און ויסעו.

די דריי בורדאַקעס האבן נישט אנגעמאכט קיין שאדענס, נאר זיך פשוט באניצט מיטן גרויסן באס ווי כאילו דאס איז א קאר_טא_גאו. קענסטעך פארשטעלן ווי געשמאק ס׳פארצעך מיט א באס וואס האט קיין פראבלעמען נישט מיט קיין פארקן, און נישט מיט קיין לעין טשעינזשינג.

פערסענאלי האלטעך אז ס׳איז נישט געוען ס׳ערשטע מאל זיי באניצן זיך מיטן באס. כ׳ווייס נארנישט פארוועם ס׳איז יענע נאכט איינגעפאלן אז די באס האט געפעלט אפאר שעה. די איינציגסטע עכטע סימן אז עפעס טויגט נישט מיט א MYA באס איז, די פאקט אז דער דרייווער איז נישט קיין ברייטע פוילער מאן מיט א שווארצע שירט. למעשה האט מען געוואויר געווארן הערשט דעם נעקסטן אינדערפרי אז נעכטן האט עימיצער געניצט דעם באס.

א בילד פון די דריי:

B701E527-544E-4E93-AB99-A50DAC37A2D6.jpeg
B701E527-544E-4E93-AB99-A50DAC37A2D6.jpeg (12.87 KiB) געזעהן 2095 מאל

א קורצע קליפ פון די דריי חברה ביים פראווען ליל שישי אויפן גע׳גנב׳טן באס.

דראפבאקסגוגל דרייוו
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » זונטאג דעצמבער 30, 2018 2:57 pm

קלוגער האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:לכבוד ניו יארק סיטי׳ס רעקארד נידריגע צאל טרעפיק טויט פעלער אין הונדערט יאר, האט היינט צופרי פאסירט אנעקסידענט אויפן וועסט_סייד הייוועי, ווי עימיצער איז רח״ל פארברענט געווארן אין זיין איבערגעדרייטע קאר נאך א צוזאמשטויס צווישן עטליכע קאר׳ס.

דראפבאקסגוגל דרייוו

נישט פאר שוואכע הערצער, שפעציעל אז מ'ווייס אז איינער ווערט דארטען נעבעך אפגעבראטען אין דעם פייער און קיינער קען גארנישט טוהן צו ראטעווען, ה"י.

מ'זעהט נישט גארנישט דארט ספעציעל, נאר ווי א קאר ברענט, און אז דער פארברענטער איז שוין לכאורה געווען טויט נאך בעפאר די ערשטע פייער צינגען האבן אנגעהויבן לעקן זיין קערפער.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך ינואר 02, 2019 10:41 am

די דזשורארס האבן דערגרייכט א באשלוס אינעם שוחד פראצעס אקעגן א ביישטייערער צו בירגערמייסטער ביל דעבלאזיא
אצינד ווארט מען די דזשורארס זאלן אריינקומען
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך ינואר 02, 2019 11:12 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך ינואר 02, 2019 11:10 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די סיבה פארוואס מ׳זאל ליגעלייזן מאריכוואנע איז סימפל, ס׳איז גענצליך אוט אוו קאנטראל. ארעסטירן יעדן טאג צענדליגער מענטשן און אדורכגיין מיט זיי דעם גאצן פראצעדור האט נישט קיין פשט. נו וואסע די עצה? מ׳כשר׳ט עס וואָנטס ענד פאר אלל.

פארוואס איז עס אזוי ארויס פון קאנטראל? ווייל די ליבעראלע אמעריקא, ובפרט אזאנע פארפוילטע סיטי׳ס ווי דא אין ניו יארק זענען פארהאן אסאך ליידיגייער׳ס, אטאמאטיש איז פארהאן מער מענטשן וואס זענען צו געבינדן צו די סארט זאכן.

אז מען וועט ארעסטירן וועט עס נישט זיין קיין צענדליגער מענטשן טעגליך! די יעצטיגע מגיפה האצעך אנגעהויבן ווען דער צודרייטער מעיאר האט געהייסן נישט ארעסטירן דערפאר.
Innocent until proven Republican

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך ינואר 02, 2019 11:17 am

הכל הבל האט געשריבן:די דזשורארס האבן דערגרייכט א באשלוס אינעם שוחד פראצעס אקעגן א ביישטייערער צו בירגערמייסטער ביל דעבלאזיא
אצינד ווארט מען די דזשורארס זאלן אריינקומען

די קלאגעס האבן זיך באצויגן איבער געבן שוחד פאר פאליציי באאמטע אריינגערעכנט א געוועזענע פאליציי אינספעקטאר
דער פאליציי אינספעקטאר איז איצט געווארן ריינגעוואשן פון אלע קלאגעס אבער דער ביישטייערער איז געווארן געפונען שולדיג אויף 4 פון 5 קלאגעס

KMW
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

תגובהדורך KMW » מיטוואך ינואר 02, 2019 11:43 am

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די דזשורארס האבן דערגרייכט א באשלוס אינעם שוחד פראצעס אקעגן א ביישטייערער צו בירגערמייסטער ביל דעבלאזיא
אצינד ווארט מען די דזשורארס זאלן אריינקומען

די קלאגעס האבן זיך באצויגן איבער געבן שוחד פאר פאליציי באאמטע אריינגערעכנט א געוועזענע פאליציי אינספעקטאר
דער פאליציי אינספעקטאר איז איצט געווארן ריינגעוואשן פון אלע קלאגעס אבער דער ביישטייערער איז געווארן געפונען שולדיג אויף 4 פון 5 קלאגעס

נעבעך משלנו

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 1:50 pm

ברעיקינג:

אין א סופרייז אנאונסמענט האט גאווענער קאומאו געמאלדן אז די פלענער אפצושליסן די “L” באן ליניע פאר דורכאויס די 15 חדשים׳דיגע רענאוואציע ווערט געקענסעלט.

קאומאו זאגט אז די פראיעקט פון איבער ציען און ריפלעיסן די קעבלס וואס איז געשעדיגט געווארן ביי די האריקעין סענדי גייט פאראויס גיין, נאר א טויש אין די דיזיין וויזוי די ארבעט וועט צוגיין וועט איינשפארן א גענצליכע פארשליסונג.

גוטע נייעס פאר צענדליגע אידישע רילעסטעיט אייגענטומער אין די בושוויק געגענט און ארום.
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום דאנארשטאג ינואר 03, 2019 2:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 2:00 pm

אבער די וויליאמסבורג ברידזש גזירה וועט בלייבן?

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 2:22 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ברעיקינג:

אין א סופרייז אנאונסמענט האט גאווענער קאומאו געמאלדן אז די פלענער אפצושליסן די “L” באן ליניע פאר דורכאויס די 15 חדשים׳דיגע רענאוואציע ווערט געקענסעלט.

קאומאו זאגט אז די פראיעקט פון איבער ציען און ריפלעיסן די קעבלס וואס איז געשעדיגט געווארן ביי די האריקעין סענדי גייט פאראויס גיין, נאר א טויש אין די דיזיין וויזוי די ארבעט וועט צוגיין וועט איינשפארן א גענצליכע פארשליסונג.

גוטע נייעס פאר צענדליגע אידישע רילעסטעיט אייגענטומער אין די בושוויק געגענט און ארום.

wow די פרייזן זענען דאך שוין געפאלן דארט די לעצטע שטיק צייט... אלעס צוריק צום אלטן ב''ה

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג ינואר 07, 2019 11:28 am

א FDNY פייערלענדזשער איז געשטארבן נעכטן נאכט אין ליין אוו דוטי ביים פאלן איבער 50 פיס אראפ פון א בריק.

דער 30 יעריגער ׳סטיווען פאלארד׳, א מידגליד פונעם לייטער טראק 130 פון די קאַנאַרסי געגענט אין ברוקלין (הע? קאַנאַרסי איז דא אין שכינות..!?), איז געווען אויף א הילפס רוף צו באהאנדלען א עקסידענט אויפן בעלט פארקוועי אויף די מיל באסין בריק.

די פייערלענדזשער זענען אנגעקומען אויפן צווייטע זייט פונעם בריק ווי עקסידענט צענע איז געווען, זיי האבן אריבער געקראכן פונעם סאוט באונד צו די נארט באונד ליניע. און ביים איבערקריכן האט סטיווען אריינגעגליטשט אינעם געעפּ וואס איז צווישן די צוויי זייטן פונעם בריק און געפאלן 52 פיס. זיין טויט איז באשטעטיגט געווארן קורץ נאכן אנקומען צום קינגס קאונטי מעדיקל סענטער.

סטיווען איז געווען אויפן זיין שטעלע קוים א יאר, נאכן אנהויבן זיין דזשאב אלטס פייערלעשער פאריאר סעפטעמבער. זיין טאטע איז א ריטייערטע פייערלעשער וואס האט אסאך יארן געווען א איינגעשטעלטער אין לייטער טראק 102 פון בעדפארד עוועני אין וויליאמסבורג.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג ינואר 07, 2019 12:14 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א FDNY פייערלענדזשער איז געשטארבן נעכטן נאכט אין ליין אוו דוטי ביים פאלן איבער 50 פיס אראפ פון א בריק.

דער 30 יעריגער ׳סטיווען פאלארד׳, א מידגליד פונעם לייטער טראק 130 פון די קאַנאַרסי געגענט אין ברוקלין (הע? קאַנאַרסי איז דא אין שכינות..!?), איז געווען אויף א הילפס רוף צו באהאנדלען א עקסידענט אויפן בעלט פארקוועי אויף די מיל באסין בריק.

די פייערלענדזשער זענען אנגעקומען אויפן צווייטע זייט פונעם בריק ווי עקסידענט צענע איז געווען, זיי האבן אריבער געקראכן פונעם סאוט באונד צו די נארט באונד ליניע. און ביים איבערקריכן האט סטיווען אריינגעגליטשט אינעם געעפּ וואס איז צווישן די צוויי זייטן פונעם בריק און געפאלן 52 פיס. זיין טויט איז באשטעטיגט געווארן קורץ נאכן אנקומען צום קינגס קאונטי מעדיקל סענטער.

סטיווען איז געווען אויפן זיין שטעלע קוים א יאר, נאכן אנהויבן זיין דזשאב אלטס פייערלעשער פאריאר סעפטעמבער. זיין טאטע איז א ריטייערטע פייערלעשער וואס האט אסאך יארן געווען א איינגעשטעלטער אין לייטער טראק 102 פון בעדפארד עוועני אין וויליאמסבורג.

שמעתי אז א צווייטע פייער פייטער האט אנגעפאנגן אראפ צו פאלן האט אים סטיווען געטרייט צו כאפן איז ער אראפגעטראסקעט און דער צווייטער איז געבליבן לעבן. זיין ברידער איז אויך א פייער פייטער

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג ינואר 07, 2019 12:30 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א FDNY פייערלענדזשער איז געשטארבן נעכטן נאכט אין ליין אוו דוטי ביים פאלן איבער 50 פיס אראפ פון א בריק.

דער 30 יעריגער ׳סטיווען פאלארד׳, א מידגליד פונעם לייטער טראק 130 פון די קאַנאַרסי געגענט אין ברוקלין (הע? קאַנאַרסי איז דא אין שכינות..!?), איז געווען אויף א הילפס רוף צו באהאנדלען א עקסידענט אויפן בעלט פארקוועי אויף די מיל באסין בריק.

די פייערלענדזשער זענען אנגעקומען אויפן צווייטע זייט פונעם בריק ווי עקסידענט צענע איז געווען, זיי האבן אריבער געקראכן פונעם סאוט באונד צו די נארט באונד ליניע. און ביים איבערקריכן האט סטיווען אריינגעגליטשט אינעם געעפּ וואס איז צווישן די צוויי זייטן פונעם בריק און געפאלן 52 פיס. זיין טויט איז באשטעטיגט געווארן קורץ נאכן אנקומען צום קינגס קאונטי מעדיקל סענטער.

סטיווען איז געווען אויפן זיין שטעלע קוים א יאר, נאכן אנהויבן זיין דזשאב אלטס פייערלעשער פאריאר סעפטעמבער. זיין טאטע איז א ריטייערטע פייערלעשער וואס האט אסאך יארן געווען א איינגעשטעלטער אין לייטער טראק 102 פון בעדפארד עוועני אין וויליאמסבורג.

https://www.google.com/maps/@40.607045, ... authuser=0

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 6:50 pm

הער איך אז ביי דיבלאזיא'ס סטעיט אוו די יוניען האט מען געוויזען א קליפ ווי סענדער ראפעפארט פון משביע לערנט מיט זיין אינגל.
קען עס איינער ביטע אהערברענגען ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Good eye, Graphic24, police, rogers, Tahares hakodesh, אבן יקרה, איצל פיצל, אלי' מקוה יוד, גאפל, זושא, יש מאין, פינחס און 71 געסט