טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג דעצמבער 23, 2013 11:09 am

פאריגע וואך איז פארגעקימען א שוידערליכע בארבארישע מארד אין א ניו דשערזי מאל ווי מען האט געשאסן אויף טויט א {אידישע} לויער פארענט פון זיין ווייב כדי צי בארויבען זיין קאר, מען האט אים געשאסן אין די מאל פארקינג לאט זיך וועלענדיג אריינזעצן אין זיין קאר, די מארד איז געווען א סענזאציע אפילו אין אזא פאריקטע שטאט ווי נוארק ווי מארד איז נישט קיין נייעס.

נעכטען אזי געקימען די נייעס אז מען האט געכאט די פארברעכער. זיי זענענן טינקעל הויטיגע חברה. זיי האבן עס געטיען וויבאלד זיי האבן געדארפט זיין קאר, זיי האבן אים ניאטמאל געגעבן די טאשנס אז ער זאל איבערגעבן די שליסליך פרידערליכערהייט כנהוג מן הנימוס נאר זיי האבן גענימען די קאר מיט א קויל אין קאפ.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4696
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך ינואר 01, 2014 11:16 am

א מאן דהוא איז אנגעקומען מיט זיין קאר אויף די סובוועי באן שינעס הארט נעבן בארא פארק, ביי 6 עוו & 63 סט. (דוכציך עס'ז די N ליניע).

א שווערע פאליציי איינהייט האט זיך אראפגעלאזט ווען פאליציי איז אנגעקומעןן האבן זיי געטראפן א פארשוין אנגעטוהן ווי א סאלדאט. זזיי האבן דעם פארשוין ארעסטירט.

די פאליציי פארשט דעם אינצידענט, ווי אויך ווילן זיי פארשטיין וויזוי ער'ז אנגעקומען אהין.

(פאר די וואס קענען נישט ניו יארק; די באן סיסטעם איז דא כמעט גענצליך פארמאכט, עס זענען דא אפשר געציילטע רעיל-ראוד קראסינגס אין די סיטי (און אפשר קיין איינס אין ברוקלין) און איז כמעט אוממעגליך אז איינער זאל אנקומען אהין מיט א קאר פון סתם בלאנדזשענען).
צוגעלייגטע
car%20on%20tracks.jpg
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » מיטוואך ינואר 01, 2014 1:56 pm

ער האט געוואלט מאכן א רעילראוד בלאק און איבערצוקוקן די לייסענס און רעגיסרעישאן און אינאיינוועגס טיילן טיקעס פאר סיט בעלט, 64 אונס סאודע גלעזל, עלקטראנישע ציגרעטלעך, און אינקאנדעסענט באלבס...

וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 12:24 pm

תגובהדורך וועלט » מוצ"ש ינואר 04, 2014 9:02 pm

א קליין פליגער האט געמאכט אן עמערדשענסי לאנדונג אויף די מעידזשאר דיגען עקספרעסוועיט (נארטבאונד) אין בראנקס.

דער פליגער א פייפער PA-28 האט זיך באזעצט נעכט ארום 3:20 נאכמיטאג אויף די נארטבאונד זייט פון די מעדזשאר דיגאן עקספרעסוועי צווישן עקסיט 13 און 15 ביי די פלאץ ווי די הייוועי לויפט אריבער העכער וואן קארטלאנד פארק.
צוגעלייגטע
Plane MD.jpg
Plane MD1.jpg
Plane MD 2.jpg

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש ינואר 04, 2014 9:37 pm

דער 'הירא פיילאט' הייסט מייקל שווארץ (גאנישט מיט שווארץ גראסערי).
אלע דריי זענען לעבן געבליבן מיט קליינליכע וואונדן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » דינסטאג ינואר 07, 2014 3:04 pm

מ'האט ארעסטירט 80 רעטייערטע פאליציי און פייערלעשער, ווערן באשולדיגט אין סאשעל סעקיוריטי פראוד

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4696
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך ינואר 08, 2014 10:53 pm

א סקול באס האט היינט געענדיגט איר ראלע אויף דער וועלט אין פלעטבוש נאכן ווערן גענצליך אפגע'שרפ'ט.

בילדער פון די סקעלעטאן.
צוגעלייגטע
ave%20n%20bus%20fire.jpg
'.jpg
,.jpg
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

תגובהדורך אורייתא » מיטוואך ינואר 08, 2014 10:58 pm

יודישע באס? איז געווען קינדער אויף דיים?
אורייתא וישראל חד הוא

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4157
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג ינואר 09, 2014 9:17 pm

אינטערעסאנט: עס איז בכלל נישט געווען באריכטעט דא (וווארשיינליך צוליב די פארנומענקייט פון די חשובע קאלעגעס אנצופירקלען צענדליגע בלעטער איבער א פסול'ע מזוזה אין די שטארק אשכול) איבער א 16 יעריגער בחור פון מעסעטשוסעטס כלב אברהם דזעקאבי איז געווען פארלוירן פאר 3 טעג און איז יעצט ב"ה אפגעפינען געווארן אין ניו יארק סיטי אין א גוטע צושטאנד.
לעצט פאראכטן דורך מצב כללי אום דאנארשטאג ינואר 09, 2014 9:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 09, 2014 9:21 pm

מצב כללי האט געשריבן:אינטערעסאנט: עס איז בכלל נישט געווען באריכטעט דא (וווארשיינליך צוליב די פארנומענקייט פון די חשובע קאלעגעס אנצופירקלען צענדליגע בלעטער איבער א פסול'ע מזוזהאין די שטארק אשכול) איבער א 16 יעריגער בחור פון מעסעטשוסעטס כלב אברהם דזעקאבי איז געווען פארלוירן פאר 3 טעג און איז יעצט ב"ה אפגעפינען געווארן אין ניו יארק סיטי אין א גוטע צושטאנד.

אה ב"ה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דאנארשטאג ינואר 09, 2014 9:29 pm

הודו לה'.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4157
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג ינואר 09, 2014 9:38 pm

שוב התבוננתי נאך איין מזל מען האט נישט געפענט אן עקסטער אשכול פאר דזשעקאבי'ן ווען יא וואלט געווען 30 בלעטער צו זיין פאטער דזשעף איז א גוטער שרייבער צו נישט.

אגב תהלים, דעם ליל שישי זאלסטו נישט עפענען א נייע אשכול איבער א טראגעדיע.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג ינואר 14, 2014 12:22 am

די עלעקטריק סיינס "delys ahead" ביידע זייטען אויפן BQE צווישען ב״פ און וומסב״ג ווערט אמאל פארלאשן?
זיכער נישט...! וויבאלד עס איז אייביג דא דארט טראפיק, נא אויב אזוי פארוואס לייגען זיי נישט א פלענע גרינע טאוועל מיט דעם מעסעדזש? מען קען דאך שפארען לעקטער..!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג ינואר 14, 2014 12:27 am

מחותן האט געשריבן:די עלעקטריק סיינס "delys ahead" ביידע זייטען אויפן BQE צווישען ב״פ און וומסב״ג ווערט אמאל פארלאשן?
זיכער נישט...! וויבאלד עס איז אייביג דא דארט טראפיק, נא אויב אזוי פארוואס לייגען זיי נישט א פלענע גרינע טאוועל מיט דעם מעסעדזש? מען קען דאך שפארען לעקטער..!

אריין אין חידות אשכול!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4696
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג ינואר 14, 2014 10:45 am

אין בארא פארק ביי 13'טער עוו און 49'סטע סטריט איז א אינגל אריינגעפאלן אין אן אפענע מענהאול, הצלה און פייערלעשער האבן באוויזן צי ראטעווען ס'קינד אין א סטאבילן צישטאנד און איז גענימען געווארן אין שפיטאל פאר אונטערזוכענגונג.

ר' בערל הייקינד האט קודם חושד געווען די קאן-עדיסאן און זיי געטאדעלט דערויף (אויף א שיינעם אפן גראדע) און שפעטער זיך אנטשולדיגט אז ס'געווען א טעות און ס'יז נישט קיין קאן-עדיסאן.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » דינסטאג ינואר 14, 2014 8:52 pm

נאר ווער האט געלאזט אפען די מענהאול?

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » דינסטאג ינואר 14, 2014 8:56 pm

אויף קאלמע איז דא א אינטערוויא מיטן קינד אין דעם טאטען מיט הרב דרעזנער...

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » דינסטאג ינואר 14, 2014 9:05 pm

private האט געשריבן:נאר ווער האט געלאזט אפען די מענהאול?

מענהאל איז אריינגעפאלן מ'האט עס ארויסגעשלעפט צושטיקלטערהייט

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » דינסטאג ינואר 14, 2014 9:56 pm

private האט געשריבן:אויף קאלמע איז דא א אינטערוויא מיטן קינד אין דעם טאטען מיט הרב דרעזנער...

יעטץ געהערט א זיסע יונגעלע ער זאגט אז ס׳ טיט עם וויי. אחיץ דעם געדענקסט ער גארנישט,

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג ינואר 14, 2014 10:01 pm

עס איז כאטש דא וועם צו סוען און מאכען אפאר דאלער?

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דינסטאג ינואר 14, 2014 11:22 pm

(א) לַמְנַצֵּחַ לְדָוִד מִזְמוֹר:
(ב) קַוֹּה קִוִּיתִי יְדֹוָד וַיֵּט אֵלַי וַיִּשְׁמַע שַׁוְעָתִי:
(ג) וַיַּעֲלֵנִי מִבּוֹר שָׁאוֹן מִטִּיט הַיָּוֵן וַיָּקֶם עַל סֶלַע רַגְלַי כּוֹנֵן אֲשֻׁרָי:
(ד) וַיִּתֵּן בְּפִי שִׁיר חָדָשׁ תְּהִלָּה לֵאלֹהֵינוּ יִרְאוּ רַבִּים וְיִירָאוּ וְיִבְטְחוּ בַּידֹוָד:
(ה) אַשְׁרֵי הַגֶּבֶר אֲשֶׁר שָׂם יְדֹוָד מִבְטַחוֹ וְלֹא פָנָה אֶל רְהָבִים וְשָׂטֵי כָזָב:
(ו) רַבּוֹת עָשִׂיתָ אַתָּה יְדֹוָד אֱלֹהַי נִפְלְאֹתֶיךָ וּמַחְשְׁבֹתֶיךָ אֵלֵינוּ אֵין עֲרֹךְ אֵלֶיךָ אַגִּידָה וַאֲדַבֵּרָה עָצְמוּ מִסַּפֵּר:
(ז) זֶבַח וּמִנְחָה לֹא חָפַצְתָּ אָזְנַיִם כָּרִיתָ לִּי עוֹלָה וַחֲטָאָה לֹא שָׁאָלְתָּ:
(ח) אָז אָמַרְתִּי הִנֵּה בָאתִי בִּמְגִלַּת סֵפֶר כָּתוּב עָלָי:
(ט) לַעֲשׂוֹת רְצוֹנְךָ אֱלֹהַי חָפָצְתִּי וְתוֹרָתְךָ בְּתוֹךְ מֵעָי:
(י) בִּשַּׂרְתִּי צֶדֶק בְּקָהָל רָב הִנֵּה שְׂפָתַי לֹא אֶכְלָא יְדֹוָד אַתָּה יָדָעְתָּ:
(יא) צִדְקָתְךָ לֹא כִסִּיתִי בְּתוֹךְ לִבִּי אֱמוּנָתְךָ וּתְשׁוּעָתְךָ אָמָרְתִּי לֹא כִחַדְתִּי חַסְדְּךָ וַאֲמִתְּךָ לְקָהָל רָב:
(יב) אַתָּה יְדֹוָד לֹא תִכְלָא רַחֲמֶיךָ מִמֶּנִּי חַסְדְּךָ וַאֲמִתְּךָ תָּמִיד יִצְּרוּנִי:
(יג) כִּי אָפְפוּ עָלַי רָעוֹת עַד אֵין מִסְפָּר הִשִֹּיגוּנִי עֲוֹנֹתַי וְלֹא יָכֹלְתִּי לִרְאוֹת עָצְמוּ מִשַּׂעֲרוֹת רֹאשִׁי וְלִבִּי עֲזָבָנִי:
(יד) רְצֵה יְדֹוָד לְהַצִּילֵנִי יְדֹוָד לְעֶזְרָתִי חוּשָׁה:
(טו) יֵבֹשׁוּ וְיַחְפְּרוּ יַחַד מְבַקְשֵׁי נַפְשִׁי לִסְפּוֹתָהּ יִסֹּגוּ אָחוֹר וְיִכָּלְמוּ חֲפֵצֵי רָעָתִי:
(טז) יָשֹׁמּוּ עַל עֵקֶב בָּשְׁתָּם הָאֹמְרִים לִי הֶאָח הֶאָח:
(יז) יָשִׂישׂוּ וְיִשְׂמְחוּ בְּךָ כָּל מְבַקְשֶׁיךָ יֹאמְרוּ תָמִיד יִגְדַּל יְדֹוָד אֹהֲבֵי תְּשׁוּעָתֶךָ:
(יח) וַאֲנִי עָנִי וְאֶבְיוֹן אֲדֹנָי יַחֲשָׁב לִי עֶזְרָתִי וּמְפַלְטִי אַתָּה אֱלֹהַי אַל תְּאַחַר:

וגו'
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג ינואר 14, 2014 11:33 pm

ניי סקווירא גייט פאראויס מיט פלענער - און זיי האבן שוין ארייגעגעבן וויכטיגע פאפירן - צו בויען א שפאגעל נייע בית השחיטה פון 26,250 סקווער (נד"ש...) פוס, פאר די סומע פון 3 מיליאן דאלער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » מיטוואך ינואר 15, 2014 9:25 am

private האט געשריבן:אויף קאלמע איז דא א אינטערוויא מיטן קינד אין דעם טאטען מיט הרב דרעזנער...

יא ב"ה מהעאט עפעס נייעס מיט א גיטע ענדע ביי דע וועי סהאט מיר געקאסט א טרער צו הערן דאס קינד רעדן איך האב פארבירט צוטראכטן וואס דאס קינד האט דעמאלטץ געטראכט ביים אריינפאלן סהאט מיר געקאסט א טרער פון רחמנות אויפן קינד
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מיטוואך ינואר 15, 2014 8:29 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:ניי סקווירא גייט פאראויס מיט פלענער - און זיי האבן שוין ארייגעגעבן וויכטיגע פאפירן - צו בויען א שפאגעל נייע בית השחיטה פון 26,250 סקווער (נד"ש...) פוס, פאר די סומע פון 3 מיליאן דאלער.

דזשאסט טא קאמפער איט...
ווי גרויס איז ק"י?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 15, 2014 8:49 pm

בילדער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ניי סקווירא גייט פאראויס מיט פלענער - און זיי האבן שוין ארייגעגעבן וויכטיגע פאפירן - צו בויען א שפאגעל נייע בית השחיטה פון 26,250 סקווער (נד"ש...) פוס, פאר די סומע פון 3 מיליאן דאלער.

דזשאסט טא קאמפער איט...
ווי גרויס איז ק"י?

ווייסעך נישט. אויך האבעך נישט געוויסט אז א קליינע בית השחיטה האט שוין סקווירא.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: masmid, PetalBot, rogers, א גוטן, א מוח, א פיין שמועס, באזעסען, עבד אברהם, פן ויען, קוממיות און 42 געסט