בלאט 1 פון 156

טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:06 pm
דורך שנאפס
דער אשכול ווערט געעפנט פאר נייעס פון ניו יארק און אומגעגנט, אין די "טעגליכע קורצע אינטערעסאנטע נייעס" ווערן די ניו יארקער נייעס פארלוירן אין די הויכע בערג שניי פון סאוט דעקאוטע (נישט ממש באט יו געט דע פוינט...)

---

א ריכטער האט געאורטיילט אז ניו יארק סטעיט זאל אויפהערן אינפארסירן א נייע געזעץ וואס פארבאט צו רויכערן אין סטעיט פארקס, נאך א אנקלאגע פון א מענטשן-רעכטן גרופע אז די פארקס דעפארטמענט האט נישט קיין רעכט צו מאכן אזעלכע באשלוסן, וויבאלד די געזעץ איז קיינמאל נישט דורך אין די אסעמבלי און סענאט הייזער

די באשלוס איז נאר אויף די סטעיט פארקס, אין די סיטי פארקס מעג מען נישט וויבאלד די סיטי פארקס ווערן נישט דערמאנט אין די אנקלאגע, אויב מען וויל פאררויכערן א פיפקע אין פארק זאל מען קודם זיכער מאכן אז עס איז אונטער די סטעיט פארקס דעפארטמענט, אדער איז דא נאך א עצה.. אריינגעבן א אנקלאגע קעגן די סיטי פארקס דעפארטמענט...

עס איז דא 179 סטעיט פארקס אין ניו יארק סטעיט, און 7 דערפון געפונען זיך אין די סיטי

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:14 pm
דורך משזר
שנאפס האט געשריבן:אויב מען וויל פאררויכערן א פיפקע אין פארק זאל מען קודם זיכער מאכן אז עס איז אונטער די סטעיט פארקס דעפארטמענט, אדער איז דא נאך א עצה.. אריינגעבן א אנקלאגע קעגן די סיטי פארקס דעפארטמענט...

אזויפיל צו טוהן פאר א ציגארעטל? נעה לוינט נישט.

שכח שנאפס פאר די אשכול.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:16 pm
דורך היטל
משזר האט געשריבן:
שכח שנאפס פאר די אשכול.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:25 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
היטל האט געשריבן:
משזר האט געשריבן:
שכח שנאפס פאר די אשכול.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 1:21 pm
דורך בערקא
יישר כח שנאפסי פארן אינזין האבן די ניו יארקע אידעלעך...

----------------------
קעגן די בתי מדרשים דארף מען אויך אריינגעבן א קלאגע אדער דארט קען מען שוין יעצט אויך.....

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 1:24 pm
דורך שנאפס
אינדארס איז דא א געזעץ אז מען טאר נישט אין קיין פאבליק פלעצער

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 1:58 pm
דורך לכתחילה אריבער
טענקס נאפסי!! גוטע איידיע.

נ.ב. עקסטערע טענקס פארן מיך דערמאנען לטובה. (נישט ממש באט........)

געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 11:37 pm
דורך הערליך
שנאפס טאר מען נישט טרינקען אין קיין שום פארק

געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2013 1:22 pm
דורך בערקא
גוגל מעפס קעמרע קאר היינט געזעהן און מאנסי.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 13, 2013 6:05 pm
דורך שנאפס
פאליציי קאמישענאר קעלי האט אויסגערופן אז מען האט ארעסטירט דער מערדער אינעם "בעבי האופ" קעיס, מען האט געטראפן א בעבי אין וואלד אין מאנהעטן אין 1991 און די פאליציי האט יעצט, נאך 22 יאר, אפירגעזוכט און ארעסטירט דעם מערדער וואס איז געווען א משפחה מיטגליד צו דאס קינד, דער האט געקידנעפט דאס קינד, און דערנאך דערשטיקט און געדאמפט דאס קינד אין וואלד

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 4:10 pm
דורך ווינקל
סוף גנב לתלי'.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 4:36 pm
דורך האלץ האקער
דערמאנט נישט געשמאקע זכרונות

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 4:47 pm
דורך מידער
נאכן פארלירן יעדע איינציגע סטעיט-ווייד פארמעסט די לעצטע צעהן יאר, און נאכן נישט טרעפן קיין נארמאלן קאנדידאט זיך ארויסצושטעלן קעגן דער פאפולערער גארווערנאר ענדרו קאומאו, האבן די רעפובליקאנער פארבעטן דער ביליאנער דאנאלד טארמפ זיך ארויסצושטעלן אויף זייער ליניע און אריינגיסן אפאר טאלער אינעם קאמפיין פון זיין טאש.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 4:49 pm
דורך היטל
וועט עס אויסקוקן ווי זיין לויפן פארן פרעזידענט אמט..
#נארמאלער_קאנדידאט

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 5:23 pm
דורך ווארד
זעהט אויס אז דעם גאווערנאר בענקל האבן זיי שוין ממילא אויפגעגעבן, צופיל ערגער ווי פאלאדינא קען שוין נישט זיין, און מיט אזא פאפולערע גאווערנאר איז דא שוואכע שאנסן, מן הסתם רעכענען זיי אז מיט זיין געלט וועלן זיי כאטשיג קענען אנציעהן גוט אין אנדערע פארמעסטן (צ.ב. אסעמבלי, סענאט)

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 5:37 pm
דורך ליידיג גייער
הערליך האט געשריבן:שנאפס טאר מען נישט טרינקען אין קיין שום פארק

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:56 am
דורך משה קארנפעלד
בילאמבערג שטאלצירט אז סיז אריבער א שטילע וואך אין די סיטי אן קיין איין טויט.

אלעס ווייל דער געשאסענער פון היינט צופרי איז בלויז קריטיש פארוואונדעט...

למען האמת האט זיך די וואך געענדיגט נעכטן נאכט.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 11:11 am
דורך ק.נ.א. וועטער
נישט זונטאג נאכט געענדיגט די וואך (למספרם)?

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 4:47 pm
דורך שנאפס
זיבן בייקערס זענען ארעסטירט געווארן דורך סופאלק קאונטי פאליציי נאכן פארן ווילד נעכטן אויפן LIE

1.JPG

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:19 pm
דורך שנאפס
נעכטן איז געווען א ערנסטע עקסידענט אין קווינס ביי ביעטש 41 סט און ראקעוועי ביעטש בלווד, א פאליציי קאר איז געווען פארמישט און געבליבן פארכאפט אין די קאר ביז די פייערלעשער זענען אים געקומען ארויסנעמען

(איך בין סתם נייגעריג וויזוי מען מאכט אזא דזשאב מיט א קאר אויף א גאס, נישט אויף קיין הייוועי וואו מען קען פליען אויף 60-70 מפ"ש, די גאנצע טראנק איז אפגעבראכן פון די קאר)

1.jpg


2.jpg


קליפ וואו מען זעט פאליציי זיך יאגן צו די סצענע

https://docs.google.com/file/d/0Bzdud2v ... sp=sharing

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:53 pm
דורך קארן
איך בין סתם נייגעריג ווי אזוי א פאליציי קאר קען זיין פארכאפט און א קאר......

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:57 pm
דורך דער תהילים איד
זעסט נישט די בילדער?! די פראנט איז פארכאפט אין די בעק..

געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 19, 2013 10:55 pm
דורך אוודאי
משה קארנפעלד האט געשריבן:בילאמבערג שטאלצירט אז סיז אריבער א שטילע וואך אין די סיטי אן קיין איין טויט.

אלעס ווייל דער געשאסענער פון היינט צופרי איז בלויז קריטיש פארוואונדעט...

למען האמת האט זיך די וואך געענדיגט נעכטן נאכט.


שוין קוקט אויס ווי סיז געווען א שטילקייט פאר א שטורעם !
פינף טויטע געווען דעם וויקענד אין א צייט אפשניט פון 10 שעה, 3 אין בראנקס און 2 אין ברוקלין.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2013 10:36 am
דורך שנאפס
עס איז געווען צען געשאסענע, נאר פינף האבן איבערגעלעבט

א חלק פון די געשאסענע האבן געהאט א לאנגן רעקארד פון ארעסטן פאר דראגס און רויבערייען, דאס קען מעגליך זיין אז די אלע שיסערייען (אדער א חלק) זענען גענג-רילעיטעד

געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2013 11:39 am
דורך פליגל
קעלי האט שוין באוויזן אריינצידרייען פאליס אין די גענגס אויך?

#קאנספיראציע 5674