טעגליכע נייעס פון ניו יארק און טריי-סטעיט געגנט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » דאנארשטאג יולי 27, 2017 12:52 pm

פלעכטער האט געשריבן:בד"ה

מיט גרויס פרייד האבן די איינוואוינערס פון ניו יארק סיטי בייגלייט די איבערבלייבניש פון די פארהאסטע קאסקי יאסקוי בריק

Btw זעה איך בכלל נישט עס זאל האבן עפעס געהאלפן, איך דארף נאך ווארטן אדער די קאנסטראקשן איז שוין פיניש?
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21971
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 27, 2017 2:36 pm

דאס איז דאך בלויז "א האלבע ארבייט".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג יולי 27, 2017 3:28 pm

יאצמעך האט געשריבן:
פלעכטער האט געשריבן:בד"ה

מיט גרויס פרייד האבן די איינוואוינערס פון ניו יארק סיטי בייגלייט די איבערבלייבניש פון די פארהאסטע קאסקי יאסקוי בריק

האט מען נישט גערעדט פון אויפרייסן דעם בריק?

מ'האט קיינמאל נישט גערעדט פון אויפרייסען די מיטעלסטע חלק, בלויז די צוויי זייטיגע חלקים וואס זענען נישט העכער די וואסער.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג יולי 27, 2017 4:37 pm

פארקערט, מען האט יא גערעדט פון אויפרייסען די מיטעלסטע חלק און נישט די אנדערע, למעשה האט מען געטוישט מען האט נישט אויפגעריסן די מיטעלסטע, און מגייט אראפנעמען די אנדערע דורך עפעס א אויפרייס נישט א געהעריגע, איך ווייס נישט וואס עס מיינט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג יולי 30, 2017 1:00 pm

פריערד דורכגעפארן די קאסקיאסקאו ברידזש און געזעהן טאקע אז די קליינע ברידזש איז שוין נישט דארטן,
אבער די חלק ברידזש וואס זיי האבן אראפגענומען איז א קלייניקייט קעגן די איבעריגע חלק פון די געוועזענע רעמפס/אפראוטשערס ארויף צום ברידזש וואס זיי דארפן נאך אראפנעמען,
די אלטע רעמפס זענען צוזאמען ארום א האלבע מייל לאנג דאס מיינט לכאורה עטליעסט נאך א יאר ארבעט אראפצונעמען די ברידזש אפראוטשערס לויט די רעיט וואס זיי גייען יעצט... :cry:
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4966
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג יולי 30, 2017 1:02 pm

כ'זעה אז די גאנצע נייע קאסקיאזקא ברידזש איז שטארק שיף . וואס פשט ? האט מען ממש נישט געקענט בויען ס'זאל זיין גראד ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » זונטאג יולי 30, 2017 6:50 pm

eller האט געשריבן:כ'זעה אז די גאנצע נייע קאסקיאזקא ברידזש איז שטארק שיף . וואס פשט ? האט מען ממש נישט געקענט בויען ס'זאל זיין גראד ?

די מיינסט אז סיז שיף צו ווי אזוי מדרייט זיך? ערגעץ געזען א צייט צוריק אז סיז ספעציעל אזוי געבויעט עס זאל זיין גרינגער ארויפצופארן ווייל די קאר בלייבט גראד, ווען די ראוד איז גראד און די קאר דרייט זיך ווערט די קאר שיף, איא? אזוי בלייבט די קאר גראד, עפעס אזוי,

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4966
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג יולי 31, 2017 10:55 am

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
eller האט געשריבן:כ'זעה אז די גאנצע נייע קאסקיאזקא ברידזש איז שטארק שיף . וואס פשט ? האט מען ממש נישט געקענט בויען ס'זאל זיין גראד ?

די מיינסט אז סיז שיף צו ווי אזוי מדרייט זיך? ערגעץ געזען א צייט צוריק אז סיז ספעציעל אזוי געבויעט עס זאל זיין גרינגער ארויפצופארן ווייל די קאר בלייבט גראד, ווען די ראוד איז גראד און די קאר דרייט זיך ווערט די קאר שיף, איא? אזוי בלייבט די קאר גראד, עפעס אזוי,

ניין איך רעדט אז די גאנצע ברידזש עכ"פ צו די קוינס זייט איז שרעקליך שיף..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג יולי 31, 2017 11:15 am

eller האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
eller האט געשריבן:כ'זעה אז די גאנצע נייע קאסקיאזקא ברידזש איז שטארק שיף . וואס פשט ? האט מען ממש נישט געקענט בויען ס'זאל זיין גראד ?

די מיינסט אז סיז שיף צו ווי אזוי מדרייט זיך? ערגעץ געזען א צייט צוריק אז סיז ספעציעל אזוי געבויעט עס זאל זיין גרינגער ארויפצופארן ווייל די קאר בלייבט גראד, ווען די ראוד איז גראד און די קאר דרייט זיך ווערט די קאר שיף, איא? אזוי בלייבט די קאר גראד, עפעס אזוי,

ניין איך רעדט אז די גאנצע ברידזש עכ"פ צו די קוינס זייט איז שרעקליך שיף..

ווייסעך נישט וואס די מיינסט,

פינחס
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » מאנטאג יולי 31, 2017 1:11 pm

eller האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
eller האט געשריבן:כ'זעה אז די גאנצע נייע קאסקיאזקא ברידזש איז שטארק שיף . וואס פשט ? האט מען ממש נישט געקענט בויען ס'זאל זיין גראד ?

די מיינסט אז סיז שיף צו ווי אזוי מדרייט זיך? ערגעץ געזען א צייט צוריק אז סיז ספעציעל אזוי געבויעט עס זאל זיין גרינגער ארויפצופארן ווייל די קאר בלייבט גראד, ווען די ראוד איז גראד און די קאר דרייט זיך ווערט די קאר שיף, איא? אזוי בלייבט די קאר גראד, עפעס אזוי,

ניין איך רעדט אז די גאנצע ברידזש עכ"פ צו די קוינס זייט איז שרעקליך שיף..

אפשר פאנגט מען עס שוין אן אראפ צי נעמען :lol:

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21971
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 31, 2017 1:17 pm

eller האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
eller האט געשריבן:כ'זעה אז די גאנצע נייע קאסקיאזקא ברידזש איז שטארק שיף . וואס פשט ? האט מען ממש נישט געקענט בויען ס'זאל זיין גראד ?

די מיינסט אז סיז שיף צו ווי אזוי מדרייט זיך? ערגעץ געזען א צייט צוריק אז סיז ספעציעל אזוי געבויעט עס זאל זיין גרינגער ארויפצופארן ווייל די קאר בלייבט גראד, ווען די ראוד איז גראד און די קאר דרייט זיך ווערט די קאר שיף, איא? אזוי בלייבט די קאר גראד, עפעס אזוי,

ניין איך רעדט אז די גאנצע ברידזש עכ"פ צו די קוינס זייט איז שרעקליך שיף..

די approaches - ביידע זייטן - זענען נאר צייטווייליג, ווייט פון פערענדיגט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

קאמפיין איבערצושרייבן ניו יארק קאנסטיטוציע

תגובהדורך גאפל » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:58 pm

אידישע נייעס:

אלבאני – אין די קומענדיגע טעג וועלן עטליכע פאליטישע גרופעס לאזן אין גאנג קעגנזייטיגע מידיא קאמפיינס, אויפצוארבעטן ניו יארק סטעיט איינוואוינער צו די בעפארשטייענדיג נאוועמבער וואלן, וואו די איינוואוינער וועלן האבן א שאנס צו שטימען אז מען זאל גענצליך איבערשרייבן די ניו יארק סטעיט קאנסטיטוציע. ניו יארק איז פון די 14 סטעיטס וועלכע פארמאגן אלס טייל פון זייער קאנסטיטוציע א פראוויזיע אז יעדע 20 יאר זאל אויפגעברענגט ווערן פאר די וויילער א רעפערענדום צי מען זאל איבערצושרייבן די קאנסטיטוציע, אבער דערווייל האבן וויילער שטענדיג געשטימט בלויז צו באשטעטיגן די עקזיסטירנדע קאנסטיטוציע. היי יאר נאוועמבער 7 ווען ניו יארקער וועלן ארויסקומען צו די שטים בודקעס פאר פארשידענע פארמעסטן, וועט דער רעפערענדום אויך זיין אויפן שטים צעטל, און דעריבער זענען פארהאן אקטיוויסטן וואס ווילן אז אין ליכט פון דער נאכאנאנדיגער קארופציע אין אלבאני, זאלן א מערהייט ניו יארקער שטימען איבערצומאכן די קאנסטיטוציע, אבער אנדערע זאגן אז דער פראצעדור פון איבערשרייבן די קאנסטיטוציע וועט אויך געהיידזשעקט ווערן דורך קארופטירטע פאליטישאנס און איינפלוסרייכע לייט מיט ספעציעלע אינטערעסן. אויב וועלן א מערהייט שטימען יא איבערצומאכן די קאנסטיטוציע, וועט מען אין יאר 18' שטימען צו ערוועלן דעלעגאטן צו א ספעציעלע "קאנסטיטוציע קאנווענשאן", וועלכע וועט זיך צוזאמזעצן אין יאר 19' צו שרייבן א נייע קאנסטיטוציע.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 1:01 pm

גאפל האט געשריבן:אידישע נייעס:

דוכט זיך ס'קומט פון "דער איד דעילי", ריכטיג?

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 4:27 pm

נישט ריכטיג, אפשר דארט ווי דער איד דעילי נעמט עס..

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 9:57 pm

הרב גאפעל איך ווייס נישט פון ווי איר נעמט עס, אבער עס איז ווארט ביי ווארט פון דעלי איד.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

משה עסקן
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 7:01 pm

תגובהדורך משה עסקן » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 9:59 pm

גאפל האט געשריבן:נישט ריכטיג, אפשר דארט ווי דער איד דעילי נעמט עס..

say from where u took it' so we will know from where the der Yid Daily taking their articles.... :lol: :lol:

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:21 pm

גערעכט די ארטיקל קומט פון דער איד, אבער איך האב עס גענימען פון דא http://ift.tt/2vHS5Qq. וואס זיי נעמען פון פיינע נייעס און פון jp updates אין נאך.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:30 pm

גאפל האט געשריבן:גערעכט די ארטיקל קומט פון דער איד, אבער איך האב עס גענימען פון דא http://ift.tt/2vHS5Qq. וואס זיי נעמען פון פיינע נייעס און פון jp updates אין נאך.

דוכט זיך ס'איז פארקערט די מעשה, אידישע נייעס נעמט פון "דער איד דעילי". אין אידישע נייעס קומט עס ארויף שפעטער.

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 12:23 am

פארשפרייט די לינק מיט אכט טויזענט אידישע נייעס באריכטן!

מיר האבן באריכטן פון דער יוד (@DerYid), "פיינע נייעס" פון JP Updates, און אסאך עקסקלוסיווע באריכטן און אנאליזן.

שרייבט אייך איין און פארשפרייט די לינק: https://t.me/YiddisheNews

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 5:10 pm

יע, אויך געגנב'ט ארטיקלען פון מיר...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 8:31 pm

ער איז א באקאנטע גנב

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

פרישע סקאנדאל מיט דעבלאזיא׳ס שלאף

תגובהדורך גאפל » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 1:12 pm

דער איד:

מאנהעטן - ניו יארק סיטי פאליטיק קאכט זיך מיט א סקאנדאל איבער שלאף... דער ״ניו יארק פאוסט״ האט געמאכט א גאנצן שטורעם מיט אן אויפדעקונג אז יעדן טאג נאכדעם וואס מעיאר ביל דעבלאזיא ענדיגט מאכן איבונגען, גייט ער צו זיין אפיס אין ״סיטי האל״ און אנשטאט אנהייבן זיין ארבעטס-טאג, לייגט ער זיך אראפ פאר א דרימל פון מער ווי א שטונדע, וואס דאן ווערט שוין נענטער צו צוויי אזייגער נאכמיטאג און דאס באדייט אז דער מעיאר טוט קוים פאקטישע ארבעט. דעבלאזיא׳ס קעגנער אין די מעיאר וואלן קומענדיגן יאר האבן זיך ארויפגעכאפט אויף די באריכטן, אז דאס צייגט אז דעבלאזיא איז א פוילער און זוכט נישט אויפצוטאן פאר דער סיטי. ניקאל מאליאטאקיס, איינער פון דעבלאזיא׳ס רעפובליקאנער קעגנער, האט גאר פארוואנדלט דעם סקאנדאל אין א צירקוס, ביים נאכלויפן דעם מעיאר היינט אינדערפרי מיט א ״רעדבול״ ענערגיע געטראנק, אנבאטנדיג אז דער מעיאר זאל עס טרינקען, וועט ער מער נישט זיין אזוי מיד...

אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 12:26 pm

נעכטן האט זיך אפיציעל אנגעהויבן די בוי ארבעט אויף א נייער טערמינאל געביידע אין לאגווארדיע לופטפעלד, וואס וועט אפקאסטן 4 ביליאן דאלער אויפצובויען. דער נייער טערמינאל איז טייל פון א גרעסערע מולטי-ביליאן דאלער פראיעקט איבערצומאכן דעם לופטפעלד.

unnamed (4).jpg
unnamed (4).jpg (145.91 KiB) געזעהן 3111 מאל

unnamed (5).jpg
unnamed (5).jpg (148.68 KiB) געזעהן 3111 מאל

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 6:00 pm

פאליציי געשאסן געווארן אין איסט נ"י.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 7:13 pm

עולם ומלואו האט געשריבן:נעכטן האט זיך אפיציעל אנגעהויבן די בוי ארבעט אויף א נייער טערמינאל געביידע אין לאגווארדיע לופטפעלד, וואס וועט אפקאסטן 4 ביליאן דאלער אויפצובויען. דער נייער טערמינאל איז טייל פון א גרעסערע מולטי-ביליאן דאלער פראיעקט איבערצומאכן דעם לופטפעלד.

unnamed (4).jpg

unnamed (5).jpg

אין די נייעס קוקט אויס אז דעלטא עירליין אינוועסטן דערין
..

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בלינצע, גראף פאטאצקי, יאנקעל פעדראטשיק, עירמאנט'ער, קאץ און מויז, קו הישר און 54 געסט