בלאט 133 פון 133

געשריבן: זונטאג יולי 29, 2018 11:43 am
דורך זזה
טעהראן - נאך וואס געוויסע רעכטע נייעס אגענטורען האבן לעצטנס געמאלדן אז אבאמא האט געגעבען איבער 2,500 גרין קארד'ס פאר איראנער דיפלאמאטן און מינסטארן מיט זייערע קינדער, דאס איז געוועהן אזוי אונטער טיש אלס טייל פון די איראן דיעל.... האבן נעכטן די איראנער אפיציעל מודה געוועהן אז מיר האבן באקומען די גרין קארדס, א פאר טעג נאך דעם וואס אבאמא האט עס בכבודו ובעצמו פארלייקענט.
קרעדיט JCN Daily

געשריבן: זונטאג יולי 29, 2018 1:27 pm
דורך וואוילע שעפעלע
טראמפ'ס 3002'סטע ליגנט

אוופס.. אבאמא'ס ערשטע ליגנט

געשריבן: זונטאג יולי 29, 2018 3:32 pm
דורך פעיק ניוז
זזה האט געשריבן:טעהראן - נאך וואס געוויסע רעכטע נייעס אגענטורען האבן לעצטנס געמאלדן אז אבאמא האט געגעבען איבער 2,500 גרין קארד'ס פאר איראנער דיפלאמאטן און מינסטארן מיט זייערע קינדער, דאס איז געוועהן אזוי אונטער טיש אלס טייל פון די איראן דיעל.... האבן נעכטן די איראנער אפיציעל מודה געוועהן אז מיר האבן באקומען די גרין קארדס, א פאר טעג נאך דעם וואס אבאמא האט עס בכבודו ובעצמו פארלייקענט.
קרעדיט JCN Daily

די גלייבסט די איראנער מער פון דעם אמעריקאנער פרעזידענט?! שעם זיך!

געשריבן: זונטאג יולי 29, 2018 3:33 pm
דורך זזה
פעיק נוז האט געשריבן:
זזה האט געשריבן:טעהראן - נאך וואס געוויסע רעכטע נייעס אגענטורען האבן לעצטנס געמאלדן אז אבאמא האט געגעבען איבער 2,500 גרין קארד'ס פאר איראנער דיפלאמאטן און מינסטארן מיט זייערע קינדער, דאס איז געוועהן אזוי אונטער טיש אלס טייל פון די איראן דיעל.... האבן נעכטן די איראנער אפיציעל מודה געוועהן אז מיר האבן באקומען די גרין קארדס, א פאר טעג נאך דעם וואס אבאמא האט עס בכבודו ובעצמו פארלייקענט.
קרעדיט JCN Daily

די גלייבסט די איראנער מער פון דעם אמעריקאנער פרעזידענט?! שעם זיך!
;l;p-

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:31 am
דורך פעיק ניוז
דער בריטישער פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן האט איבערראשט די וועלט, ווען ער איז ארויסגעקומען נעכטן און געזאגט אז עס איז צייט פאר א נייעם דיעל מיט איראן, וואס זאל ווערן פריש אויסגעארבעט.

דזשאנסאן האט דערמיט זיך אפגעבראכן פון די אייראפעאישע אליאירטע פראנקרייך און דייטשלאנד, וועלכע פרובירן נאך אלץ צו ראטעווען דעם יאר 15' דיעל טראץ איראן'ס נאכאנאנדע פארלעצונגען.

פרעזידענט טראמפ האט אויסגעלויבט דזשאנסאן פאר זיין ארויסטריט, זאגנדיג אז ער האט אייביג געוואוסט אז דזשאנסאן איז א קלוגער.

איד דעילי

געשריבן: מאנטאג פעברואר 17, 2020 7:45 am
דורך א גולם
רוכאני: איראן וועט זיך נישט ברעכן


טעהראן – דער איראנער פרעזידענט כאסאן רוכאני זאגט, אז איראן וועט זיך קיינמאל נישט ברעכן פאר אמעריקע'ס דרוק און זיך נישט זעצן פאר געשפרעכן אונטער די יעצטיגע אומשטענדן. רוכאני האט אדרעסירט דאס וואס די טראמפ אדמיניסטראציע פירט א "מאקסימום פרעשור" קאמפיין מיט'ן זיך ארויסציען פונעם נוקלעארן אפמאך און ארויפשטעלן פרישע סאנקציעס. רוכאני האט אנערקענט אז די סאנקציעס שעדיגן איראן'ס עקאנאמיע, אבער האט געזאגט אז איראן וועט זיך נאר זעצן פאר געשפרעכן אויב אמעריקע נעמט אראפ די סאנקציעס.


דער דעלי איד

Re: אמעריקא און איראן דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2020 9:55 am
דורך zugurnish
Iran issues arrest warrant for Trump over killing of top commander
Qasem Soleimani

Re: אמעריקא און איראן דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 12:39 am
דורך מצליח
נוקלעארע עקספערטן זאגן אז איראן איז א יאר אדער מער אוועק פון האבן א פארטיגע נוקלעארע באמבע‎
דיפּלאָמאַטן און נוקלעאַרע עקספּערטן זאָגן אַז די שנעלסטע שאַצונג איז אַז זיי קענען דאָס האָבן גרייט אין א יאָר, אָבער עס וועט וואַרשיינליך דויערן פיל לענגער. איראַן האַלט נאָך זייער ווייט פון האָבן גענוג באַרייכערטע אוראַניום פאַר א באָמבע, און זיי זענען אויך זייער ווייט פון די ניינציג פּראָצענט באַרייכערונג שטאַפּל וואָס פעלט זיך אויס צו קענען האָבן א פאַרטיגע באָמבע.

Re: אמעריקא און איראן דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 5:00 pm
דורך מצליח
די איראנער 'נעשינאל סעקיוריטי קאמיטע' האט געגעבן צושטימונג צו העכערן די אוראניום בארייכערונג צו 20 פראצענט די קאמיטע האט געשטימט אראפ צו נעמען אלע באגרענעצונגן פון די בארייכערונג פראגראם נאכפאלגענדיג די אטענטאט אויף א הויפט נוקלעארע וויסנשאפטלער. מוכאמעד גאליבאף, וועלכע דינט אלץ ווארטזאגער פאר די קאמיטע, זאגט אז ער האפט אז דאס וועט ברענגן צו אן ענדע די זינלאזע טעראריזעם וואס ווערט דורכגעפירט דורך איראן'ס פיינט.

Re: אמעריקא און איראן דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 5:05 pm
דורך אביסל טיפער
און אנדערע נישט באשטעטיגטע נייעס, האט איראן ארויסגענומען א ריזיגע לאון אויפן חשבון פון די סקיטס קעש וואס ביידן וועט שיקן, און אויפטויש פאר א נייע דיעל,

Re: אמעריקא און איראן דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 5:50 pm
דורך מצליח
איראן'ס פרעזידענט רוהאני האט ווידעראמאל קלארגעשטעלט אז טעהראן איז גרייט זיך צוריק צו קערן צו די 2015 נוקלעארע אפמאך רוהאני זאגט אז ער וויל אויסנוצן די געלעגענהייט פון די מאכט טויש ערווארטעט אין וואשינגטאן, וואו דזשאו ביידן האט אויסגעדרוקט א גרייטקייט פון זיין זייט צוריק אנצושליסן אמעריקא אין די אפמאך אויב איראן איז גרייט.

Re: אמעריקא און איראן דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 6:26 pm
דורך מצליח
איראנע פרעזידענט האט היינט אין א דירעקטע סטעיטמענט צו ביידען געזאגט "גיי צוריק אריין אין די נוקלעארע דיל און איראן גייט מיטקומען".

Re: אמעריקא און איראן דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 14, 2020 6:53 pm
דורך אביסל טיפער
מען קען זיך שוין פארשטעלן, אז דער שוואכלינג ביידן וועט לויפן אויף אלע פיהר, ער האט פשוט נישט די מאגן זיי צו באהאנדלן

Re: אמעריקא און איראן דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן

געשריבן: מאנטאג מאי 24, 2021 10:00 am
דורך אלעקסיי דער דריטער
איראן האט איינגעמאלדן פאר די יו.ען. נוקלעארע וואַך-הונט אז די לאנד איז גרייט צו פארלענגערן א צייטווייליגע אפמאך אויף נאך איין מאנאט.

אונטער א געזעץ באשטעטיגט פאריאר דורך די ארטיגע פארליאמענט טאר די רעגירונג נישט אריינלאזן אינטערנאציאנאלע אינספעקטאר צו נוקלעארע פלענטס אויסער אויב די נוקלעארע אפמאך ווערט אויפגעלעבט פריער פון פארלאפענע פעברואר.

צו יענע צייט -אין פעברואר- האבן געזעצגעבער באשטעטיגט א צייטווייליגע אפמאך מיט די יו.ען אינטערנאציאנאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור צו ערלויבן זייערע אינספעקטארס זאלן האבן צוטריט פאר דריי מאנאטן. אין די יעצטיגע טעג האט געזאלט אויסלויפן די צייטווייליגע אפמאך, אן אנטוויקלונג וואס האט געברענגט א געהכערטע זארג ביי לענדער ארום דער וועלט אז איראן קען מעגליך פארשטערקערן זייערע נוקלעארע אקטיוויטעטן, יעצט מיט י מעלדונג אז עס ווערט פארלענגער פאר א מאנאט האבן זיך די געמיטער עטוואס בארואיגט.

Re: אמעריקא און איראן דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן

געשריבן: זונטאג אפריל 10, 2022 1:00 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
איראן געמאלדן פרישע סאנקציעס אויף 24 אמעריקאנע פארן שטיצן טעראר גרופעס און אקטיוויטעטן.

די באטראפענע זענען מיינסטענס געוועזענע הויכראנגיגע באאמטע אינערהאלב די טראמפ אדמיניסטראציע.

Re: אמעריקא און איראן דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן

געשריבן: מאנטאג יוני 27, 2022 1:39 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
איראנע אויסערן מיניסטעריום זאגט אז עס וועלן מארן פארקומען א פרישע רונדע אומדירעקטע פארהאנדלונגען צווישן איראן און אמעריקא איבער אויפלעבן די נוקלעארע אפמאך.

Re: אמעריקא און איראן דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן

געשריבן: מאנטאג יוני 27, 2022 1:39 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:איראנע אויסערן מיניסטעריום זאגט אז עס וועלן מארן פארקומען א פרישע רונדע אומדירעקטע פארהאנדלונגען צווישן איראן און אמעריקא איבער אויפלעבן די נוקלעארע אפמאך.

די מארגענדיגע דיסקוסיעס וועלן פארקומען אין דאהא, קאטאר.

Re: אמעריקא און איראן דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:43 pm
דורך קו ירוק
צילוב די איצטיגע מצב אין מיטל מזרח איז ווערט צו מאכען חזרה אויף די אשכול צו זעען בשל מי הרעה הזאת.

אבבאאממאאא