יעצט האט מיר איינער געזאגט אויפ'ן שפיץ גאפל, ער האט געהערט אז מ'האט ארעסטירט א אידישע פרוי אין ענ. וויי. יו. האספיטאל צוליב א טשיילד אביוס קעיס, ווייסט איינער צו זאגן דערפון?
ביטע מפרסם זיין.
אידישע פרוי ארעסטירט אין ענ. וויי. יו.
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
איך ווייס אלע פרטים פון די מעשה, אבער משום כבוד המשפחה וועל איך נישט מעלדן קיין פרטים, נאר דאס איינע: די פרוי איז אומשולדיג, די קינדער-סערוויסעס האבן געמאכט אן עלילת דם אויף איר צוזאמען מיט איר מאן. ב"ה אז דאס קינד געפונט זיך מיט די עלטערן ביי די אור-עלטערן אין שטוב, און מען האפט אויף א גענצליכע באפרייאונג פון אלע קלאגעס אין געריכט.
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12505
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
ס'איז די לעצטע וואך ארימגעגאנגען 'טעקס מעסעדזשעס' אז אין פאל מ'ברויך גיין אין שפיטאל מיט א קינד ל"ע, זאל מען בשו"א "נישט" גיין קיין N.Y.U.
נאכדעם וואס זיי האבן אנגעפאנגען אויסציניצן די 'טשיילד-עביוז' געזעצן קעגן אידישע עלטערן וואס קימען דארט מיט זייערע קינדער,
אבער ס'איז נישט דיקא די שפיטאל, כ'האב א קאזין (קאזין'טע) א מאמע פון א קינד וואס איז פארגאנגענע יאר אויפגעהאלטן געווארן אין 'קעלאמביע פראספעטעריען האספיטעל' 4 טעג נאכאנאנד, (זיי האבן אן אייגענע תפיסה דארט..) אויף קלאגעס פון טשיילד-עביוז, וואס איז אויך אויסגעטראכט געווארן פאר גארנישט-און-פאר-נישט,
מ'דארף שטארק אכטונג געבן ווען מ'גייט אין שפיטאל מיט א קינד, מ'זאל נישט דארפן, וואס צו זאגן פארן דאקטאר, אז ער זאל עס נישט קענען אויסטייטשן פאר אנדערע צוועקן.

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
http://www.ivelt.com/wiki/index. ... 7%A8%D7%94
עס רעדט זיך פון א היימישע פארפאלק אין וו"ב, דאס קינד איז געפאלן און געכאפט א קלאפ און קאפ, דער דאקטאר האט געהייסן גיין אין שפיטאל, אונקומענדיג אין שפיטאל האט זיך א דאקטאר, (אויב איך טייטש דאס גוט איבער אויף אידיש איז די נאמען רעסי) גע'טענה'ט אז דאס קינד איז געפאלן 2 טעג פריער, קיין טענות ומענות האט נישט געהאלפן, דאס פארפאלק האט פארלוירן די רעכטן אויפן קינד און זענען ביידע געווארן איינגעשפארט דאנערשטאג אין "סענטראל בוקינג", מען האט זיי הערשט באפרייט ביינאכט. יעצט גייען די באבע און זיידע פון ביידע זייטן אריבערגיין א אינטערזיכונג אין זייער דירה דורך די שטאט צו זעהן אויב זיי מעגן האלטן דאס קינד, אדער דאס קינד וועט ווערן איבערגעגעבן פאר די שטאטישע אגענטור וואס טרעפט היימען פאר אזעלעכע קינדער, מומחים זאגן אז די פריעסטע וואס דאס פארפאלק קען צוריק האבן דאס קינד -פארשטייט זיך נאך אויסמאטערענדע געריכטליכע פראצעדורן און שווערע געלטער פאר לויערס- איז 6 חדשים. די משפחה זאגט א זיי זענען אין קאנטאקט מיט נאך 3 פארפעלקער וואס גייען אריבער אן ענליכע מצב דורכן זעלבן דאקטאר, און זיי ווארענען דעם עולם נישט צו גיין מיט קינדער אויף NYU.