קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » זונטאג אוגוסט 31, 2014 11:22 pm

אונזערע קינדער קענען אויך לעבן א גאנץ יאר...

די קאנטרי-גייער קערן זיך אהיים. די קינדער דארפן זיך צוריק אריינקוועטשן אין די פיצקעלעך דירות אויף די הויכע שטאקן אן קיין פלאץ זיך צן רירן. די קינדערלעך קוקן די מאמע אין די אויגן און פרעגן: ״ווען גייט מען שוין צוריק אין דע קאנטרי?!״

אונזער גיין אין קאנטרי איז א ״מאוסט״. ״ס׳איז ווערט אלע געלטער,״ ערקלערן די וויליאמסבורגער מאמעס. ״זיי לעבן אויף די קאנטרי...״
״מען זעט זיי נישט פאר די אויגן אגאנצן טאג,״ דריקן זיי זיך אויס.

נעבעך פאר די קינדער אז מען ברויך זיי אויפלעבן... זיי קענען ווען אויך האבן א חיות א גאנץ יאר. יא! מיר ״געטרייע״
עלטערן זענען עס מונע.

חברה! עטס קענטס דעם ניגון: ״וואס טוט נישט א מאמע פאר א קינד...״ ביטע, זינגטס עס איבער און איבער. ביז ס׳וועט אריינקריכן אין אייער קאפ.

הייבטס ענק אויף און מאפט קיין בלאמינגבערג ס׳איז עפארדעבל צו וואוינען! און לאזט אייערע קינדער לעבן א גאנץ יאר!

עשה למען תינוקות של בית רבן!

יוחנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 7:22 pm

תגובהדורך יוחנן » זונטאג אוגוסט 31, 2014 11:30 pm

after the summer season i agree 100 percent

babaganush
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 12:32 pm

תגובהדורך babaganush » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 12:06 am

א דירה אין בלומינגבורג

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

בילד

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 9:59 am

אומזעהבאר

טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

תגובהדורך טעגלאש » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 10:43 am

אויטש! איך קען נישט קוקן דערויף! מי יתן לי אבר כיונה........ בלומענבערגו

אלץ ווייזער
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:31 pm

תגובהדורך אלץ ווייזער » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 10:49 am

אוי די בילדער שטעכן מיר אויס די אויגן…..
הלוואי זאלן מיר שוין האבן די זכי' צו קענען דארט זיך אריינציען ברוב עם

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 10:52 am

איז דא א וועב-זייטל פאר קויפן נייע דירות וכדומה?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 11:00 am

babaganush האט געשריבן:א דירה אין בלומינגבורג

איך קען עפעס נישט עפענען די בילדער, ווייסא איינער פארוואס עס קומט ארויף אז עס איז גבלאקט דורך די פילטער?
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 11:36 am

וויפל קאסט אזא דירה? טעקס? אדרעסס?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

babaganush
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 12:32 pm

תגובהדורך babaganush » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 11:36 am

יידישע קהילות האט געשריבן:איז דא א וועב-זייטל פאר קויפן נייע דירות וכדומה?


website under construction

http://bloomingburghomes.com

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 11:41 am

וויאזוי זאגט מען נאר א בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער.....

אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

תגובהדורך באדינער » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 11:45 am

יישר כח פאר די בילדער, הערליך און קלאר,
די פיפטע בילד מיט די טיש און בענקלעך וואס איז?

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 11:55 am

באדינער האט געשריבן:יישר כח פאר די בילדער, הערליך און קלאר,
די פיפטע בילד מיט די טיש און בענקלעך וואס איז?

Looks like Dinette

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 12:43 pm

איך זיץ מיר דא אין איך חלום, איך חלום פין א שטעטל וואס שטעלט צי יעדע סעזאן פין יאר די שענסטע וואס דעם אייבירשטענס בריאה שטעלט מיט זיך פאר, איך חלום פין א שטעטל וואס די טויזענטער קאלירן וואס די ביימער וועלן ווארפן אינעם אט קומענדיגן הערבסט סעזאן וועלן קענען האלטן א מענטש געצויבערט נישט קענענדיג אראפ נעמען אן אויג דערפין, איך חלום פין א שטעטל ווי איך וועל פראווענען דעם זמן שמחתינו אין א סוכה וואס וועט זיין גרעסער ווי די דירה אין וואס איך וואוין איצט, אזש אז יעדער וועט קענען מאכן א לישב בסוכה מיט א גראדע ריקן אריינגערעכנט די בית יעקב והמבין יבין, איך חלום פין א שטעטל פין ווי מיר וועלן ארויסקיקן פין די שפאלטן פין די פארהאקטע לאדנס דורכאויס דעם ווינטער, ווען פאר די אויגן ליגט אויסעשפרייט א ווייסע ליילעך וואס גלאנצט און שפיגלט, א שטעטל וואס נאך דעם ישלח דברו וימסם, די שניי בערג וועלן צוביסלעך נעלם ווערן פינעם האריזאנט וועט זיך פראווען א חודש האביב אווי עס דארף זיך אביב'ן די הערליכע גרינע גראז אין ביימער וועלן זיך צושפראצן אין ווארפן די אנגענעמסטע גערוכן וואס מען קען זיך נאר פארשטעלן, א שטאט ווי דער זימער וועט נישט מיינען היצען פין ניינציג דעגרי און ארויף וואס צולאזן יעדע מין נערוו וואס ליגט נאר אינעם מענטשליכן מח, ועל כולם א שטאט וואס וועט נישט האבן אין זיך די דור המבול'דיגע איבלען וואס אינזער ירושלים דאמעריקא שטעלט אונז צי לעצטענס, א שטאט ווי מען גייט ארויס אויף א שפאציר אין די טינקעלקייט פין די נאכט ושאו עיניך בלויז צי ציילן די טויזענטער שטערן אין הימל וואס זענען אזוי בולט צוליב די לויטערקייט פין די אויר, א צי אריין א פריש ליפטל וואס ענטהאלט אין זיך אלע ווייטאמינען פין שעקלי, מעקסי העלטה, אין זאהלער'ס אינאיינעם, א קיצור א גן עדן התחתון, רואיגע צופרידענע מענטשן וואס האבן צייט צי זיך אליינס, ועתה אהה חסרנו כל אלה נאר ווייל....... יענער.......

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 1:17 pm

איז דאס א געהעריגע דירה גרייט צום וואוינען אדער איז דאס א סטעמפל פון א דירה?

אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

תגובהדורך באדינער » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 1:20 pm

כרם האט געשריבן:
באדינער האט געשריבן:יישר כח פאר די בילדער, הערליך און קלאר,
די פיפטע בילד מיט די טיש און בענקלעך וואס איז?

Looks like Dinette

?? so what is picture number 10

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2399
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 1:23 pm

יציב פתגם האט געשריבן:איז דאס א געהעריגע דירה גרייט צום וואוינען אדער איז דאס א סטעמפל פון א דירה?

די סעמפל דירה. עס האט דאך פורניטשור

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2399
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 1:30 pm

1. גייט מען קענען צובויען? עס איז דאך נאר 4 בעדרומס, ווי אויך די קאך איז אביסעלע קליין. איז אויב מען קען ארויסציען די קיטשען דיינעט און אריינשטיפען נאך א בעדרום אויבן איז עס א ישועה.
בילד
2. די אינפארסטראקטור איז נישט געבויעט פאר א גרויסע שטעטל. דהיינו די ראודס זענען היפש שמאל. איז לכאורה גייט מען עווענטועל אוועקנעמען די פראנד גארדענס. רייט?

עני וואן מיט אינסייד אינפא?

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 1:45 pm

באדינער האט געשריבן:
כרם האט געשריבן:
באדינער האט געשריבן:יישר כח פאר די בילדער, הערליך און קלאר,
די פיפטע בילד מיט די טיש און בענקלעך וואס איז?

Looks like Dinette

?? so what is picture number 10

Fixed up garage

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2399
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 1:55 pm

משה יענקל האט געשריבן:1. גייט מען קענען צובויען? עס איז דאך נאר 4 בעדרומס, ווי אויך די קאך איז אביסעלע קליין. איז אויב מען קען ארויסציען די קיטשען דיינעט און אריינשטיפען נאך א בעדרום אויבן איז עס א ישועה.
בילד
עני וואן מיט אינסייד אינפא?

נישט גיט געקוקט. עס איז דא פינף בעדרומס. אבער די קאך וואלט איך נאך אלץ ארויסגעצויגן און העכסטנס געמאכט א געבויעטע סוכה.

וואס טוט זיך מיט די דירות וואס זענען אינצווישן צוויי אנדערע דירות? וויאזוי האבן זיי פענסטערס אין אלע שטובער?

די גאראדש איז לכאורה ניצבאר פאר א פלעי רום

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 2:24 pm

האט טאקע נישט קיין פענסטער ס'האט א סקיי לייט

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 2:27 pm

משה יענקל האט געשריבן:די גאראדש איז לכאורה ניצבאר פאר א פלעי רום

קוק אויף די בילד פון די דיינעט באטראכט די פענסטער, קוקט אויס ווי די גאראדזש איז נאר למראית עין פון דרויסן און הונטער די גאראדזש טיר איז די דיינעט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 2:34 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:די גאראדש איז לכאורה ניצבאר פאר א פלעי רום

קוק אויף די בילד פון די דיינעט באטראכט די פענסטער, קוקט אויס ווי די גאראדזש איז נאר למראית עין פון דרויסן און הונטער די גאראדזש טיר איז די דיינעט.

דיינעט איז נעבן די קיטשען
ביי מאדעל הויז האבן זיי פארבויט די גאראטש און געמאכט א אפיס

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 5:58 pm

יחזקאלע ביזט אייזן....יעדעס ווארט אמת ויציב

קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

תגובהדורך קליינקעפיק » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 6:11 pm

אט אזוי האט געשריבן:יחזקאלע ביזט אייזן....יעדעס ווארט אמת ויציב


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט