עקסידענט אין קרית יואל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11037
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 2:30 am

מצב כללי האט געשריבן:
פריינד האט געשריבן:די ווילעדש האט היינט אראפגעלייגט בעריקעדס. אויף גאנץ בעקערטאון.
מען גייט האבן נאך יעצט פאר יו"ט א צייטווייליגע סיידוואלק. אויף די זייט פון די ביזנעס סענטער. אז מען זאל נישט קענען קראסן איבעראל.
נאר מען וועטקענען וואקען ביז די נעקסטע קארנער. און דארט גייט שטיין פאבליק סעפעטי צו העלפן קראסן.


זייער א וויכטיגע סטעפ אין די ריכטיגע דירעקשען

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20299
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 8:47 am

יאך קלער אז די גלייכסטע אין סעיפעסט עצה איז א קראסוואלק מיט א לייט בלויז פאר פוס גייער דייקא נישט ביי אן אינטערסעקשאן, דוגמת ווילי אויף ווייט צווישן קעלעמענטי אין דושינסקי.

זאל דער גרויסער רופא חולים שיקן א רפואה שלימה על כל איברים וגידין בקרוב.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 8:58 am

לייגט מען איצטערט א סיידוואלק אויף בעיקערטאון געמאכט פון פעך, און מען ספרעיט א קראססוואלק ביי ראצפערט.
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 10:04 am

כא כא כא האט געשריבן:
אבי.גערעדט האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:יצט האט 'הקריה' געפערליכע דאגות מיטן צושטעלן 'פלענטי אוו פארקינג'... גיוו איט טיים


האסו פארגעסן פון אפטימום...

דער אמת איז אז דער גאנצער טרעפיק סיסטעם אין קרית יואל איז א דיזעסטער שאין כמוהו, עס איז כל דאלים גבר, אויב איז דא א נארמאלע דרייווער וואס לאזט אדורך פיסגייער ביי א סטאפ סיין קראסט מען אים אויס

איך רעד שוין נישט פון דעם אז פיסגייער האבן מורא צו קראסן סיי וועלכע קראסוואלק אויס מורא פון א ווילדער דרייוער.


כל דאלים גבר איז אין יעדע אידישע שטאט, פינטל, פרוביר צו לאזן א פיסגייער קראסן די גאס אין סיי וועלכע אידישע שטאט, די קארס אונטער דיר ווען דער וועלן לינטשן פאר כעס, אין די סיטי איז כאטש דא אביסל טראפיק לייטס וואס קאנטראלירט אביסעלע די מצב אבער נישט צו סאך, מיר דארפן א געהעריגע כינוס כלל ישראל אויף הלכות ונשמרתם מאד לנפשותיכם, די מצב ווערט נאר ערגער און ערגער, מ'כפאט שוין ניטאמאל וויאזוי מיר זעען אויס אין די הינזיכט

;l;p- פיין געזאגט.
ווען די מעשה געשעהט אין קרית יואל, זענען זיי די חיות, און ס'קומט ארויף אלע טענות,
כל דאלים גבר.. ווילדע דרייווערס.. שרעקליכע ווילדע גוי'אישע קאר סערוויס דרייווער'ס.. געפערליכע ווילדע אידישע קאר סערוויס דרייווער'ס.. נישטא קיין געזעצן.. אא''וו.

און ווען די מעשה געשעהט אין מאנסי, זענען זיי די שרעקליכע חיות, וויפיל קליפס זענען שוין געווען דא פון מאנסי עקסידענט'ס?.

און ווען ס'געשעהט אין שטאט זענען זיי די געפערליכע, וואס פארן דורך סקול באסעס, און פייפן א סקונדע פאר ס'ווערט גרין..

דאס איז עס! אונז וואוינען אין אמעריקע ווי יעדער איז אין פייט מיטן זייגער, מיט גאר ווייניג געדילט.. און אפי' די מענטשן האבן ווייניג געדילט צו גיין ביזן קראסוואלק, און מ'קראסט אין די טונקל אינמיטן די גאס.

און אראפ רייסן די ווילידזש איז אויך יעצט א געוואלדיגע צייט.. ווייל אויף וועם דען זאל מען לייגן די שילד??

זיי ווילן נישט יעצט אריין לייגן טויזענטערס אין קליינע פריוואזארישע בעסערונגען, ווייל זיי ווילן דאך איבער מאכן דעם גאנצן ראוד, ס'זאל זיין גוט פאר יעדעם, אין אזא גרעסערע פראצעדור געדויערט דא אין אמעריקע.

אבער איך וויל פרעגן פון די אלע שרייערס דא, האט ביי דיר נאך קיינמאל נישט פאסירט אז די זאלסט איינעם נישט באמערקן אויפן ראוד ביזן לעצטן מינוט??
און האסטו זיך נאך קיינמאל נישט זייער געיאגט ערגעץ און געפארן אביסל ווילדער ווי געווענליך????
און טאמער דרייווסטו נישט, האסטו נאך קיינמאל נישט געבעטן פון דיין קאר סערוויס 'פליז דרייוו שנעל ווייל איך דארף שנעל אנקומען'???

איינמאל ביסטו דער וואס יאגטצעך און דער קאר אין פראנט פון דיר רעגט דיך אויף פארוואס ער לאזט דיך נישט עם פעסן ווייל ס'שוין שפעט.... און איינמאל ביסטו דער פראנט קאר וואס האט יעצט די וועלטס צייט און וויל אפלערנען די קאר אין בעק פון דיר ער זאל נישט זיין אזא חי' און זיך נישט אזוי יאגן.....


קען זיין כ'האב געדארפט זומער אויפהייבן א טעלעפאן צו ר' גדלי' וכו' זיי זענען דאך אלע מיינע אלטע באקאנטע, אלזא איך בין אויך נישט ריין פון יעדע שולד און כ'דארף אויך תשובה טון.
יעצט צו רופן איז אויך זייער שווער, אלזא, איך רוף דא,
איך האב שוין זומער (נאך פאר די נייע סטאר איז געווען געעפנט געטראכט) אז דא איז א מקום מסוכן, מ'דארף שטעלן פאבליק סעיפטי וכו', ס'איז פשוט פשוט פשוט פאר ווער ס'איז א גאסט אויף א ווייל.
עס קאסט נישט קיין מיליאנען און ס'איז נישט קיין אינפראסטראקטשער זאך, משטעלט פלעין אראפ אפאר ערלים, ס'וועט קאסטן ביליגער א האלב יאר ווי איין כ"ו אב אדער איין ל"ג בעומר (און יענץ איז אויך וויכטיג אבער דאס סאך מער)
דער פראבלעם איז אז ווער ס'זעט עס כסדר כאפט זיך נישט מ'ווערט צוגעוואוינט, און אז ס'איז גארנישט געשען נעכטן וועט אוודאי אי"ה גארנישט געשען מארגן.
אבער ווער ס'קומט אלץ גאסט ווי איך און שטעלט זיך אפ א רגע אנאליזירן וואס דארט טוט זיך אפ, זעט אז ס'איז פשוט א מקום מסוכן, כ'האב גראד געטראכט זומער כ'האב עס נישט געוואלט ארויף ברענגען אויפן מויל, דער אינטערסעקשאן בפרט און די גאנצע שטרעקע בכלל, איז א עקסידענט וועיטינג טו העפפען.
און די אלע וואס פאליטיזירן די זאכן זענען פונקט אזוי שולדיג, מ'דארף קענען רעדן פון דיני נפשות "נאך פאר" עפעס געשעט ווי ערוואקסענע מענטשן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

דער מח
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 pm

תגובהדורך דער מח » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 10:41 am

צו געזונט האט געשריבן:לייגט מען איצטערט א סיידוואלק אויף בעיקערטאון געמאכט פון פעך, און מען ספרעיט א קראססוואלק ביי ראצפערט.

זייער א גוטע זאך א סיידוואלק מיט א קראסוואלק, דער עולם (דרייווער) דארפן נאר וויסן די געזעצן פון א קראסוואלק. כמדומה לי אז ווען א פיסגייער שטייט אויפן סיידוואלק ביים זייט פון קראסוואלק דארפן זיך די קארס אפשטעלן און אדורכלאזן דעם פיסגייער, ווייסט איינער אויב דאס איז ריכטיג?

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 10:45 am

איר האט געדרוקט א אומריכטיג קנעפל. איין פוס ברויך זיין אראפ אויף די ראוד
אדער אויף ענגליש Within the crosswalk
בוי זיך זעלבסט

דער מח
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 pm

תגובהדורך דער מח » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 11:22 am

צו געזונט האט געשריבן:איר האט געדרוקט א אומריכטיג קנעפל. איין פוס ברויך זיין אראפ אויף די ראוד
אדער אויף ענגליש Within the crosswalk

איינמאל געווען אין ניו העמפשיר, ווען איך בין נאר געשטאנען אין די ד' אמות פון א קראסוואלק האבן די קארן זיך שוין אפגעשטעלט, קען זיין דארט איז אנדערש די געזעץ?

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 12:04 pm

דער מח האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:איר האט געדרוקט א אומריכטיג קנעפל. איין פוס ברויך זיין אראפ אויף די ראוד
אדער אויף ענגליש Within the crosswalk

איינמאל געווען אין ניו העמפשיר, ווען איך בין נאר געשטאנען אין די ד' אמות פון א קראסוואלק האבן די קארן זיך שוין אפגעשטעלט, קען זיין דארט איז אנדערש די געזעץ?


די מענטאליטעט איז אנדערש, אין אלע דרום שטאטן איז אויך אזוי.

אוועטאר
מייזל
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2015 12:08 pm

תגובהדורך מייזל » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 12:32 pm

פריינד האט געשריבן:די ווילעדש האט היינט אראפגעלייגט בעריקעדס. אויף גאנץ בעקערטאון.
מען גייט האבן נאך יעצט פאר יו"ט א צייטווייליגע סיידוואלק. אויף די זייט פון די ביזנעס סענטער. אז מען זאל נישט קענען קראסן איבעראל.
נאר מען וועטקענען וואקען ביז די נעקסטע קארנער. און דארט גייט שטיין חברים צו העלפן קראסן.

7384593813570763705.jpg
7384593813570763705.jpg (261.43 KiB) געזעהן 2513 מאל

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1461
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 2:10 pm

א קראס-וואלק וועט העלפן א קנאפ, אן א סטאפ סיין זענען עס פילע פערזאנען נישט גורס. ווי איינער האט אויבן געזאגט מ'זאל מאכן ווי אין וו"ב אויף ווייט צווישן קליימער און דיוויזשאן

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 2:18 pm

ביי פעפערמינט גראסערי געשעט אויך נסים יעדע רגע .טראקס בעקן, קליינע קינדער לויפן, עס איז א פחד.
קארס פארקן אנטקעגן די שול טראץ די סיינס
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
knowledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 12, 2012 11:51 am

תגובהדורך knowledge » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 3:01 pm

על פי הלכה איז א אידיש נפש חשובער פון שבת, מחללין עליה את השבת! די וולידזש אנפירער דארפן האבן דאס ביסל אחריות און נישט לאזן עפענען די תלמוד תורה/ נייע ביזנעס צענטער בעפאר עס איז סעיף פאר פיסגיייער!

פארוואס ווארט מען ביז עס געשהעט עפעס? קיין שום תירוץ בעולם איז נישט ווערד א אידיש נפש.

הלואי מי יתן עס זאל ווען זיין געהעריגע וואלן!

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 3:54 pm

New Stop Sign
צוגעלייגטע
IMG-20180923-WA0058.jpg
IMG-20180923-WA0058.jpg (101.4 KiB) געזעהן 2219 מאל

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5880
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:10 pm

אה! מזל טוב, ב"ה מ'נעמט זיך אין די הענט אריין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

הרב_שלום
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4268
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:24 pm

וואס איז די מצב ביי די 2 מיידלעך?
Last Minute Deal
https://amzn.to/2EkuCrR
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

פריינד
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובהדורך פריינד » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 5:20 pm

הרב_שלום האט געשריבן:וואס איז די מצב ביי די 2 מיידלעך?

איין מיידל איז נאך און סיריעס קאנדישאן. מיט א אינטערענל בלידינג ר"ל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16625
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 8:49 pm

וואס טוט זיך מיט די קליינע שטח פון המספיק ביז דינוב?

פריינד
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובהדורך פריינד » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 10:11 pm

יוראפ האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט די קליינע שטח פון המספיק ביז דינוב?

דארט איז דא א בערגל. וואס לאזט נישט מאכן קיין סיידוואלק.
ווי איך האב געהערט וועט מען גלייך נאך יו"ט זיך נעמען צו יענע שטח אויך.

לאמיר האפען.

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 10:27 pm

פריינד האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:וואס איז די מצב ביי די 2 מיידלעך?

איין מיידל איז נאך און סיריעס קאנדישאן. מיט א אינטערענל בלידינג ר"ל


די תפילות ישראל האבן עושה רושם געווען, איין מיידל איז שוין אהיימגעקומען פרייטאג ב"ה. די אנדערע איז די מצב זייער סטאביל ב"ה, מעגליכקייט שוין צו זיין אינדערהיים אויף שבת חול המועד.

נאמען מתפלל צו זיין חי' צארטיל בת פייגע גיטל.

מאניש בנבנשתי
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

תגובהדורך מאניש בנבנשתי » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 10:46 pm

פרישע עקסידענט אויפן זעלבן פלאץ פריער, ב''ה נישט קיין געשעדיגטע, און דאס איז שוין מיטן נייעם סטאפ סיין.
המגיד מקיטוב

פריינד
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובהדורך פריינד » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 12:12 am

ב"ה די מיידל איז יעצט ביינאכט ארויס פון ICU
האפענטליך וועט זי שוין אהיים גיין פאר שבת

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 9:46 am

די פאליס זענען געקומען חול המעוד האלטן אין שטעטל
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 12:21 pm

maybeeynot האט געשריבן:די פאליס זענען געקומען חול המעוד האלטן אין שטעטל


יאפ, זיי טיילן קוויטלעך (א גוט קוויטל) רעכטס און לינקס.
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 2:27 pm

maybeeynot האט געשריבן:די פאליס זענען געקומען חול המעוד האלטן אין שטעטל

האט מען דיר שוין דערלאנגט א קוויטל?
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 1:21 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:די פאליס זענען געקומען חול המעוד האלטן אין שטעטל

האט מען דיר שוין דערלאנגט א קוויטל?

ניין. למאי נפק"מ ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], נישקשה און 38 געסט