עקסידענט אין קרית יואל

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

יא מען מעג שוין אויך אריין ברענגען די פאליציי צו טיילן אביסל קוויטלעך פארן עולם !
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

מצב כללי האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:יצט האט 'הקריה' געפערליכע דאגות מיטן צושטעלן 'פלענטי אוו פארקינג'... גיוו איט טיים


האסו פארגעסן פון אפטימום...

דער אמת איז אז דער גאנצער טרעפיק סיסטעם אין קרית יואל איז א דיזעסטער שאין כמוהו, עס איז כל דאלים גבר, אויב איז דא א נארמאלע דרייווער וואס לאזט אדורך פיסגייער ביי א סטאפ סיין קראסט מען אים אויס

איך רעד שוין נישט פון דעם אז פיסגייער האבן מורא צו קראסן סיי וועלכע קראסוואלק אויס מורא פון א ווילדער דרייוער.

א גרויס חלק פון די פראבלעם פון טרעפיק איז די אלע נייע דעוועלאפמענטס און די ראודס וואס זענען געבויט געווארן פאר 10 קינדער נעמען יעצט אריין 30-40 קינדער
נעם א משל עיקערס רד., עיקערס איז א גאס ווי אלע גאסן אין קרית יואל מיט איינוואוינערס, אבער די רד. דינט ווי א מעין רד. ס'שניידט דורך קרית יואל, און מ'פארט דארט ווי אויף א הייוועי, ווען איינער וויל זיך אפשטעלן אויף עיקערס עפעס נעמען טראגן וכדו' בלאקט ער אפ דעם פארנומענעם רד. און קיינעם פאלט נישט ביי אז מ'דארף אפשר ברייטער מאכן די רד.?
איך האב פריער בייגעוואוינט א שיעור עקסידענט נעבן לעמבערג (וואס גרעניצט זיך מיט עיקערס) ס'איז דא א קראס וואלק פון לעמבערג אריבערצוגיין די גאס, נארמאל ווען ס'איז דא א קראס וואלק מיין איך אז ס'קומט די סיידוואק זאל זיין שיף אראפ מ'זאל קענען גרינג ארויפגיין, אבער אזוי ווי עיקערס איז געבויט געווארן 20 יאר פריער און מ'האט נאכנישט איבערגעמאכט דעם סיידוואק זייט מ'האט געבויט לעמבערג, קומט די קראסוואלק אן ביי א געהעריגע סיידוואלק, האב איך פריער געזען א מיידעלע אריבערגיין מיט א קיפערט, און זי איז געגאנגען אביסל שנעל (אויס מורא פון די כל דאלים גבר מענטשן וואס פאר זיי איז נישט געמאכט די סטאפ סיינס) און זי קומט אן צום סיידוואלק שלעפנדיג דעם קיפערט האט זי זעט אויס נישט געכאפט אז די סיידוואלק איז געהעריג און מ'קען נישט פלעים ארויפשלעפן דעם קיפערט, און זי האט זיך אנגעשטאלפערט און זיך איבערגעדרייט, און דער גרויסער מאנרא באס וואס איז געשטאנען ביים קראס וואלק נעמט זיך פארן, ניטאמאל כאפנדיג אז די מיידל ליגט א האר אוועק פון אים, חסדי ה' דאס מיידל האט זיך געכאפט און זיך אויפגעשטעלט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שמשון הגיבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובה דורך שמשון הגיבור »

זיי קומען גאנץ אפט אריין און שטעטל. דעמאלטס וויינט מען אבער אז זיי זענען אנטיסאמיטן..

ס׳איז זייער וויכטיג צו זיין פארזיכטיג ביים דרייווען, נאכמער וויכטיג איז אבער זיך צו אכטונג געבן פון ווילדע דרייווער׳ס, און קוקן ווי מ׳קראסט
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובה דורך מאתים »

שמואל שמעלקא האט געשריבן:יא מען מעג שוין אויך אריין ברענגען די פאליציי צו טיילן אביסל קוויטלעך פארן עולם !

ניין, נישט דאס איז די גאנצע עצה,
אין מאנסי שטייען יעצט פאליציי אויפן 59 ביי main st. און ביי עווריגרין און קראסן די פיס גייער, יא זיי שטייען דארט א גאנצן טאג יעצט ערב יו"ט עטליכע קאפס און מקראסט פיס גייער...
'ומאתים לנוטרים את פריו'
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובה דורך אבי.גערעדט »

מצב כללי האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:יצט האט 'הקריה' געפערליכע דאגות מיטן צושטעלן 'פלענטי אוו פארקינג'... גיוו איט טיים


האסו פארגעסן פון אפטימום...

דער אמת איז אז דער גאנצער טרעפיק סיסטעם אין קרית יואל איז א דיזעסטער שאין כמוהו, עס איז כל דאלים גבר, אויב איז דא א נארמאלע דרייווער וואס לאזט אדורך פיסגייער ביי א סטאפ סיין קראסט מען אים אויס

איך רעד שוין נישט פון דעם אז פיסגייער האבן מורא צו קראסן סיי וועלכע קראסוואלק אויס מורא פון א ווילדער דרייוער.


כל דאלים גבר איז אין יעדע אידישע שטאט, פינטל, פרוביר צו לאזן א פיסגייער קראסן די גאס אין סיי וועלכע אידישע שטאט, די קארס אונטער דיר ווען דער וועלן לינטשן פאר כעס, אין די סיטי איז כאטש דא אביסל טראפיק לייטס וואס קאנטראלירט אביסעלע די מצב אבער נישט צו סאך, מיר דארפן א געהעריגע כינוס כלל ישראל אויף הלכות ונשמרתם מאד לנפשותיכם, די מצב ווערט נאר ערגער און ערגער, מ'כפאט שוין ניטאמאל וויאזוי מיר זעען אויס אין די הינזיכט
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובה דורך שואלכענין »

טייערע חברים, מיר ווייסן נישט וואספארא גרויסע השפעה א גוטע טאט פון איינעם האט אויף יעדן.

אויב מיר, אייוועלט ליינער און שרייבער פון ק"י, וועלן "זיך אליין" מחנך זיין, נישט יענעם, אויב מיר וועלן אנהויבן (אדער ממשיך זיין) צו דרייוון רואיג און דורכלאזן פיסגייער מיט רעספעקט, וועט עס אויטאמאטיש מאכן אן השפעה.

אז איך שטעל מיך אפ פאר א פיסגייער, זעט עס דער קאר אונטער מיר, דער קאר קעגן מיר, און דער קאר אין די זייט, וכדומה. יעדער זעט עס, און עס "דערמאנט" יענעם פון אזא מושג... און אז מען זעט א זאך טאג טעגליך, גייט עס אריין אינעם סיסטעם.

לאמיר נישט מחנך זיין יענעם, לאמיר אליין דרייוון מענטשליך און אידישליך, וועט עס זיכער זיכער האבן א השפעה.
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובה דורך חברותה »

C/P
Please be Mispalel for 1 of the 2 girls who got strucked yesterday in KiryasJoel and is in a serious condition CHAYA TZURTEL BAS FAIGE GITEL
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

תגובה דורך כא כא כא »

אבי.גערעדט האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:יצט האט 'הקריה' געפערליכע דאגות מיטן צושטעלן 'פלענטי אוו פארקינג'... גיוו איט טיים


האסו פארגעסן פון אפטימום...

דער אמת איז אז דער גאנצער טרעפיק סיסטעם אין קרית יואל איז א דיזעסטער שאין כמוהו, עס איז כל דאלים גבר, אויב איז דא א נארמאלע דרייווער וואס לאזט אדורך פיסגייער ביי א סטאפ סיין קראסט מען אים אויס

איך רעד שוין נישט פון דעם אז פיסגייער האבן מורא צו קראסן סיי וועלכע קראסוואלק אויס מורא פון א ווילדער דרייוער.


כל דאלים גבר איז אין יעדע אידישע שטאט, פינטל, פרוביר צו לאזן א פיסגייער קראסן די גאס אין סיי וועלכע אידישע שטאט, די קארס אונטער דיר ווען דער וועלן לינטשן פאר כעס, אין די סיטי איז כאטש דא אביסל טראפיק לייטס וואס קאנטראלירט אביסעלע די מצב אבער נישט צו סאך, מיר דארפן א געהעריגע כינוס כלל ישראל אויף הלכות ונשמרתם מאד לנפשותיכם, די מצב ווערט נאר ערגער און ערגער, מ'כפאט שוין ניטאמאל וויאזוי מיר זעען אויס אין די הינזיכט

;l;p- פיין געזאגט.
ווען די מעשה געשעהט אין קרית יואל, זענען זיי די חיות, און ס'קומט ארויף אלע טענות,
כל דאלים גבר.. ווילדע דרייווערס.. שרעקליכע ווילדע גוי'אישע קאר סערוויס דרייווער'ס.. געפערליכע ווילדע אידישע קאר סערוויס דרייווער'ס.. נישטא קיין געזעצן.. אא''וו.

און ווען די מעשה געשעהט אין מאנסי, זענען זיי די שרעקליכע חיות, וויפיל קליפס זענען שוין געווען דא פון מאנסי עקסידענט'ס?.

און ווען ס'געשעהט אין שטאט זענען זיי די געפערליכע, וואס פארן דורך סקול באסעס, און פייפן א סקונדע פאר ס'ווערט גרין..

דאס איז עס! אונז וואוינען אין אמעריקע ווי יעדער איז אין פייט מיטן זייגער, מיט גאר ווייניג געדילט.. און אפי' די מענטשן האבן ווייניג געדילט צו גיין ביזן קראסוואלק, און מ'קראסט אין די טונקל אינמיטן די גאס.

און אראפ רייסן די ווילידזש איז אויך יעצט א געוואלדיגע צייט.. ווייל אויף וועם דען זאל מען לייגן די שילד??

זיי ווילן נישט יעצט אריין לייגן טויזענטערס אין קליינע פריוואזארישע בעסערונגען, ווייל זיי ווילן דאך איבער מאכן דעם גאנצן ראוד, ס'זאל זיין גוט פאר יעדעם, אין אזא גרעסערע פראצעדור געדויערט דא אין אמעריקע.

אבער איך וויל פרעגן פון די אלע שרייערס דא, האט ביי דיר נאך קיינמאל נישט פאסירט אז די זאלסט איינעם נישט באמערקן אויפן ראוד ביזן לעצטן מינוט??
און האסטו זיך נאך קיינמאל נישט זייער געיאגט ערגעץ און געפארן אביסל ווילדער ווי געווענליך????
און טאמער דרייווסטו נישט, האסטו נאך קיינמאל נישט געבעטן פון דיין קאר סערוויס 'פליז דרייוו שנעל ווייל איך דארף שנעל אנקומען'???

איינמאל ביסטו דער וואס יאגטצעך און דער קאר אין פראנט פון דיר רעגט דיך אויף פארוואס ער לאזט דיך נישט עם פעסן ווייל ס'שוין שפעט.... און איינמאל ביסטו דער פראנט קאר וואס האט יעצט די וועלטס צייט און וויל אפלערנען די קאר אין בעק פון דיר ער זאל נישט זיין אזא חי' און זיך נישט אזוי יאגן.....
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובה דורך יוראפ »

מייזל האט געשריבן:קודם לערנטס אויס די קינדער וויאזוי אריבערצוגיין די גאס
(ס׳איז נישט געשען ביי א אינטערסעקשען)

דארט איז ליידער די גרינגסטע היינטצוטאגס אריבערצוגיין בין שניידער לשניידער
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובה דורך maybeeynot »

די כל דאלים גבר אטאקעס איז שטארק איבער געטריבען
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובה דורך משה ישר »

חברותה האט געשריבן:C/P
Please be Mispalel for 1 of the 2 girls who got strucked yesterday in KiryasJoel and is in a serious condition CHAYA TZURTEL BAS FAIGE GITEL

אוי וויי, לאמיר מתפלל זיין.
וואס איז די מצב?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובה דורך משה ישר »

די 2 מיידלעך האבן ממש לעצטענס געמופט פין וומסב"ג, און האבן לכאורה נישט געכאפט וויפיל שנעלער די קארס אויף בעיקערטאון פארן ווי אויף א געווענליכע וומסב"ג גאס.
זיי זענען געקומען פין די עלעגאנטע ריפרעש גראסערי, וואס איך פארשטיי נישט איז, אז מ'האט אריינגעלייגט אזויפיל מיליאנען, ווי אזוי האט מען נישט געטראכט אז רוב קאסטומערס מיט טויזענעטער קינדער קומען פין די ישראל זופניק זייט, אין דארפן אפיציעל אריבער לויפן די שנעל אדורכפארענדע בעיקערטאון אנצוקוומען צום געשעפט.
לעצט פארראכטן דורך משה ישר אום פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 5:03 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובה דורך געריבענער סוחר »

מאתים האט געשריבן:
שמואל שמעלקא האט געשריבן:יא מען מעג שוין אויך אריין ברענגען די פאליציי צו טיילן אביסל קוויטלעך פארן עולם !

ניין, נישט דאס איז די גאנצע עצה,
אין מאנסי שטייען יעצט פאליציי אויפן 59 ביי main st. און ביי עווריגרין און קראסן די פיס גייער, יא זיי שטייען דארט א גאנצן טאג יעצט ערב יו"ט עטליכע קאפס און מקראסט פיס גייער...

יאפ, עס איז ממש א ישועה אין מאנסי יעצט ווען די פאליציי אנשטאטס טיילן קוויטלעך קאנטראלירן זיי די טרעפיק היינט א גאנצען טאג ביי אלע פארנומענע אינטערסעקשאנס.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

תגובה דורך שכל'דיג »

@alertsinkj: Please be Mispalel for 1 of the 2 girls who got strucked yesterday and is in a serious condition CHAYA TZURTEL BAS FAIGE GITEL
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובה דורך פריינד »

די ווילעדש האט היינט אראפגעלייגט בעריקעדס. אויף גאנץ בעקערטאון.
מען גייט האבן נאך יעצט פאר יו"ט א צייטווייליגע סיידוואלק. אויף די זייט פון די ביזנעס סענטער. אז מען זאל נישט קענען קראסן איבעראל.
נאר מען וועטקענען וואקען ביז די נעקסטע קארנער. און דארט גייט שטיין פאבליק סעפעטי צו העלפן קראסן.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובה דורך מצב כללי »

פריינד האט געשריבן:די ווילעדש האט היינט אראפגעלייגט בעריקעדס. אויף גאנץ בעקערטאון.
מען גייט האבן נאך יעצט פאר יו"ט א צייטווייליגע סיידוואלק. אויף די זייט פון די ביזנעס סענטער. אז מען זאל נישט קענען קראסן איבעראל.
נאר מען וועטקענען וואקען ביז די נעקסטע קארנער. און דארט גייט שטיין פאבליק סעפעטי צו העלפן קראסן.


זייער א וויכטיגע סטעפ אין די ריכטיגע דירעקשען
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובה דורך בראשית ברא »

בעריקעידס וועט נישט העלפן. איין זאך לייטס לייטס לייטס אזוי ווי אין די סיטי יעדע פאר פיס. זיי מאכן די ווילעדזש פאר א סיטי, אבער טונקל איז עס און מ'זעט נישט.
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

דאס דרייווען אין קרית יואל איז זייער ווילד
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובה דורך וועלטניק »

אידיש.טייפינג האט געשריבן:דאס דרייווען אין קרית יואל איז זייער ווילד

מיינסט עס ערנסט? קעניש זיין
אוועטאר
שמשון הגיבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובה דורך שמשון הגיבור »

וועלטניק האט געשריבן:
אידיש.טייפינג האט געשריבן:דאס דרייווען אין קרית יואל איז זייער ווילד

מיינסט עס ערנסט? קעניש זיין

איינער האט מיר לעצטענס געזאגט אז קרית יואל פארט אויף רעדער. לויט דעם קען זיין, די קארן פארן טאקע בלויז אויף 25 מפש, די שטעטל פארט דאך אבער אויך, לאמיר זאגן אויך אויף 25, צוזאמען איזעס שוין 50!
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובה דורך צו געזונט »

פיין, גערעכט. וואס קאן מען אבער טוהן פון היינט און ווייטער אז די דרייווערס און די קינדער זאלען העבען מער אווערנעס?
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
שמשון הגיבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובה דורך שמשון הגיבור »

ביידע זאלן זיך מתקן זיין.

מצד די טאון אוו פאלם טרי זאלן זיי באלייכטן דעם גאנצן ארום מיט לעמפ, מצד די דרייווער׳ס, ביטע דרייוו׳ן פארזיכטיג. (ברויך א גרויסע תיקן אין ק״י), מצד די קינדער... אממ.. געב עס אפאר יאר, זיי וועלן אי״ה אלע אינטער וואקסן
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובה דורך פליגל »

צו געזונט האט געשריבן:פיין, גערעכט. וואס קאן מען אבער טוהן פון היינט און ווייטער אז די דרייווערס און די קינדער זאלען העבען מער אווערנעס?

ס'יז א רש"י אין פר' אחרי, מען צייגט אן דעם מענטש זאלסט נישט האבן אזא איזעי א_ווי יענער... נאך אן עקסידענט איז גוט ארויפצוקומען מיט אווערנעס איבער אווערנעס אז מ'ברויך זיך פאררעכטן אינעם ענין פון דרייווען.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובה דורך צו געזונט »

אויך קינדער דארפען וויסען (נישט פון זיך אליין) עפעס רעגולאציעס איבער אריבערגיין גאסען און קרייצפונקט געזעצן
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובה דורך פליגל »

זיכער!
און אדאלטס אויך...

מען ברויך וויסן זיך אומצוקוקן אויף אלע 7 זייטן איידער מען קראסט אראפ אויפן ראוד, און בשעת'ן קראסן נישט לויפן ווי וואנזיניגע, נאר בלייבן אויף די וואך ביז מען קומט אן אויפן צווייטן זייט. (אז מ'לויפט פארלירט מען דעם וואכזאמקייט איבערן ארום).

בלייבן וואך מיינט אויך נישט רעדן/טעקסטן אויפן סעל בשעת'ן קראסען.

נישט קראסען שיעף, נאר קודם גיין צו איין זייט, נאכאמאל זיך אומקוקן און דאן קראססען.

ועוד יש להוסיף...
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”