קאץ און מויז האט געשריבן:ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:ס'געשעהן אינמיטן די העווי רעגן פארענט פון ביהמ''ד ויוא''מ אויף גארפילד, א קאר האט געגעבן א זעץ אריין אין זיין פראנט שכן אין די פראנט שכן האט געכאפט א מיאוס'ער גליטש אין צומזיקט צוויי געפארקטע קארס, ב''ה קיין פארוואונדעטע,
אגב פאריגע וואך האט א קאר איינעם אראפגעקלאפט באותו מקום ובאותו זמן.
בעיני ראיתי די עקסידענט
וכך היה א קאר סערוויס (א אידישע) איז געקומען ארויס צופארן פון איהעל צו מאכן א רעכטס אויף גארפילד, אבער א קאר איז געשטאנען פאר אים ביי די סטאפ סיין, ער האט זיך אבער געיאגט (כמנהג) האט ער ווילדערהייט אויסגעקראסט די קאר.
ווען ער האט זיך איינגעדרייט נאך זייענדיג אין די רושם פון זיין אקציע האט ער געגעבן א קיש א תמימותדיגע פארענדיגע קאר ארויף גארפילד, יענער האט פארלוירן קאנטראל דערפון און אריין געזעצט אין 2 געפארקטע קארס.
אלע קארס זענען געווארן צוזעצט און מען האט זיי געמוזט אוועק שלעפן חוץ די קאר סערוויס.
אין די קעלערן פון מיין מח האדעוועט זיך שוין לאנג א מחשבה'לע, אז מען וואלט זייער וויכטיג געדארפט טוישן די סיסטעם וויאזוי די דרייווער'ס ביי מאטי'ס און ליבערמאנ'ס באקומען באצאלט. לעת עתה ווערן זיי באצאלט פער טריפ וכדומה אויף א קאמישען בעסיס, דאס מיינט אז זיי זענען שטענדיג אינטער פרעשור צו זיך יאגן כדי צו קענען מאכן ווי מער טריפס.
דאס איז נישט סתם קיין פאנטאזיעס, ווער עס וועט באטראכטן די קאר סערוויס דרייווער'ס וועט באמערקן אז זיי יאגן זיך שטענדיג, געווענליך ווען עס מאכט זיך אמאל אז די שטייסט אין וועג פאר די קאר'ס פאר איין סקונדע, וועט די קאר סערוויס דרייווער זיין די ערשטע צו פייפן, און דערנאך ווען די טרעפיק ווערט אויפגעלאזט וועט ער זיך נעמען פליען ווי די רוחות.
אפשר וואלטן די קאמפעני'ס געדארפט אויסארבעטן עפעס אן אנדערע וועג וויאזוי צו באצאלן די דרייווער'ס כדי צו פארמיידן די יאגעניש פון די דרייווער'ס, און צו פארמיידן עקסידענטן.