עקסידענט אין קרית יואל

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

תגובה דורך הענדימען »

די סיבה וואס כ'האב זיך איינגעהאלטן ביז יעצט (פון ווען כ'האב זיך איבערצייגט) פון שרייבן איז געווען וועגן רובה דרובה געשרייבאכצער וועגן ק"י דרייווערס זענען געווען פול מיט האס און אגענדעס

נאך די לעצטע עקסידענט האט אויסגעקוקט ווי ס'הערשט א שטיקל ערנסטקייט (אפשר וועגן תשרי) האבעך געוואלט נאך אביסל מעורר זיין

איך מיין נישט קיינעם צו פארשעמען/דערנידערן/וואטעווער נאר פשוט רעדן דערפון אז ס'זאל ווערן א גערעדאכץ און אפשר וועט עס אויפטוהן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

תגובה דורך הענדימען »

צו געזונט האט געשריבן:די טראגי-קאמישע זאך (פון מיין קוק ווינקל) אז זיי קומען IN GEAR... און גרייט צו לערנען דעם קרית יואל'ר דרייווער א לעקציע אין געזעץ און דרייוען. ווען די פייט איז עקטועל צוווישן צוויי וויליאמסבורגער אדער א וויליאמסבורגער מיט א בארא פארקער, און ביידע ווייסען פאר זיכער אז זיי האבען אקארשט וואס געלערנט א קרית יואל'ר דרייווער בלק...

:lol: :lol: :lol:
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובה דורך דממה דקה »

צו געזונט האט געשריבן:די טראגי-קאמישע זאך (פון מיין קוק ווינקל) אז זיי קומען IN GEAR... און גרייט צו לערנען דעם קרית יואל'ר דרייווער א לעקציע אין געזעץ און דרייוען. ווען די פייט איז עקטועל צוווישן צוויי וויליאמסבורגער אדער א וויליאמסבורגער מיט א בארא פארקער, און ביידע ווייסען פאר זיכער אז זיי האבען אקארשט וואס געלערנט א קרית יואל'ר דרייווער בלק...

טראגי-קאמישע!! ריעלי?
פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

חסדי השם

תגובה דורך פריינד »

די מיידל איז יעצט ארויס פון שפיטאל ב"ה.
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

פריינד האט געשריבן:די מיידל איז יעצט ארויס פון שפיטאל ב"ה.


הודו לה' כי טוב, וועט זי כאטשיג קענען מיטהאלטן די צווייטע חלק יום טוב אינדערהיים.
א מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 18, 2013 9:28 am

תגובה דורך א מוח »

איך קען זאגן אז די לעצטע פאר יאר זייט איך ליין דא וועגן ווילד דרייוון ספשעל אין ק״י. געב איך אסאך מער אפ נישט צי דרייוון ווילד. מכאפט פשט נישט וואס מטיט. קיינער פארט נישט אדורך א סטאפ סיין במיזד מכאפט פשט נישט מיט וואס משפילט זיך. אז מרעדט דערוועגן וועט עס ווערן בעסער.
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

איך האב דעם שבת גערעדט צו איינעם פון די ווילעדש, האב איך אים געפרעגט וועגן רויט לייטס אויף בעיקערטאון, האט ער מיר געזאגט אז עס איז דא פעסטע פלענער פאר רויט לייטס ביי קארנער מירון, קארנער ראצפערט, און קארנער דינוב, (מען גייט אינדערצווישן מאכן ישראל זופניק פונקט קעגן דינוב.) נאר ער זאגט אז עס נעמט היפש לאנג צו מסדר זיין רויט לייטס ווייל עס דארף אסאך אינדשענירינג, און אויך דארף מען רוקן ישראל זופניק.
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובה דורך וועלטניק »

פערדס מיניסטער האט געשריבן:איך האב דעם שבת גערעדט צו איינעם פון די ווילעדש, האב איך אים געפרעגט וועגן רויט לייטס אויף בעיקערטאון, האט ער מיר געזאגט אז עס איז דא פעסטע פלענער פאר רויט לייטס ביי קארנער מירון, קארנער ראצפערט, און קארנער דינוב, (מען גייט אינדערצווישן מאכן ישראל זופניק פונקט קעגן דינוב.) נאר ער זאגט אז עס נעמט היפש לאנג צו מסדר זיין רויט לייטס ווייל עס דארף אסאך אינדשענירינג, און אויך דארף מען רוקן ישראל זופניק.


ווייסט וויפיל שבתים מענטשן האבן שוין גערעדט צו אינדיווידועלן פונעם וויליזש? שוין יארן וואס מענטשן רעדן שבתים צום וויליזש. אינדערצווישן איז שוין אינזשענירט געווארן פיל שווערערע און מער קאמפליצירטע ראודס, רויט-לייטס, זויל גערוקעכצער און וואס נישט, שוין אין די צייט אפילו געשאפן געווארן א פלאן צו טוישן די סיסטעם ביים טרו-וועי עקזיט 16 און איידער וואס ווען איז עס שוין כמעט פארטיג.. "נעמט היפש לאנג צו מסדר זיין רויט לייטס ווייל עס דארף אסאך אינדשענירינג" ?! איי מין קאם אן.. האק נישט אין קאפ אריין
פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובה דורך פריינד »

פערדס מיניסטער האט געשריבן:איך האב דעם שבת גערעדט צו איינעם פון די ווילעדש, האב איך אים געפרעגט וועגן רויט לייטס אויף בעיקערטאון, האט ער מיר געזאגט אז עס איז דא פעסטע פלענער פאר רויט לייטס ביי קארנער מירון, קארנער ראצפערט, און קארנער דינוב, (מען גייט אינדערצווישן מאכן ישראל זופניק פונקט קעגן דינוב.) נאר ער זאגט אז עס נעמט היפש לאנג צו מסדר זיין רויט לייטס ווייל עס דארף אסאך אינדשענירינג, און אויך דארף מען רוקן ישראל זופניק.


וואס מיינט היפש לאנג? 10 יאר איז נישט גענוג?
שכונת ברך משה איז שוין באוואוינט 10 יאר. און נאכאלס נישט אהערגעשטעלט דעם לעבן וויכטיגע קראס וואלק ביי דינוב קאר. בעקערטאון.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובה דורך קרייסלער »

קיין נפק״מ ווי לאנג עס נעמט אבער צו אפראווען די נייע ביזנעס סענטער אן קיין לעזונג פארן עפענונג איז אין מיין עפיניען א עוולה גדולה און אן אומאחריות מצד די וויליזש
איך האב שוין צו קלערן אז די שטרענגע און ביוקראטישע זאנונג אין גויאישע טאונס איז נישט אינגאנצען משוגע
ווייז פאר סיי וועם די פייו קארנערס פון מירון/דעעש/פראג:/דראביטש און די פיר קארנערס ביי בעיקערטאון/זשופניק
און ארויפצי די פארנומענע ראצפערט רד. און יעצט די נייע ביזנעס סענטער אן די מינדערסטע צו טריט פאר פיסגייער וועט ער נישט גלייבן ווי אין די גיהינום א מיניצעפאלעטי האט צוגעלאזט אזאנס
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14669
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

תגובה דורך הרב_שלום »

די צווייטע מיידל איז ב"ה אהיים געקומען ערב שבת
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
nishtkushe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:28 pm

תגובה דורך nishtkushe »

וואס זענען די ליארמען און קולות וואס מען הערט פאר די לעצטע 15 מינוט? עקסידענט, פייער?
אוועטאר
אינוועסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:34 pm

תגובה דורך אינוועסטער »

זעלבע קשיא
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

יעצט דא א 2 קאר עקסידענט אויפן 17, ווי עס קוקט אויס איז קרית יואל הצלה געגאנגען, איך ווייס נישט קיין פרטים.
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובה דורך Dim »

יישר כח.

אויך אריינגעקומען דא צוליב די סירענעס קולות.
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

פערדס מיניסטער האט געשריבן:יעצט דא א 2 קאר עקסידענט אויפן 17, ווי עס קוקט אויס איז קרית יואל הצלה געגאנגען, איך ווייס נישט קיין פרטים.


אפדעיט: געווען איין DOA, קיין שום איד פארמישט ב"ה.
nishtkushe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:28 pm

תגובה דורך nishtkushe »

פערדס מיניסטער האט געשריבן:
פערדס מיניסטער האט געשריבן:יעצט דא א 2 קאר עקסידענט אויפן 17, ווי עס קוקט אויס איז קרית יואל הצלה געגאנגען, איך ווייס נישט קיין פרטים.


אפדעיט: געווען איין DOA, קיין שום איד פארמישט ב"ה.


ש'כח פאר די אפדעיט.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובה דורך שמואל בארג »

לכבוד ידידי היקר עסקן נמרץ לכל דבר שבקדושה הי"ו.

איך פארשטיי איר האט נישט קיין כח צו אויסזאגן תהלים בכרס אחד, אבער זיך נעמען פליען מיט סירענעס האלב נאך איינס הושענא רבא ביינאכט ווען אידן שלאפן שוין אין סוכה, איז א זאך וואס גרעניצט זיך מיט א שאלה פון אונאה.

א גוט קוויטל,
הק' שמואל
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

פערדס מיניסטער האט געשריבן:יעצט דא א 2 קאר עקסידענט אויפן 17, ווי עס קוקט אויס איז קרית יואל הצלה געגאנגען, איך ווייס נישט קיין פרטים.
אטעטשמענטס
37814.jpeg
37814.jpeg (265.88 KiB) געזען 2357 מאל
37816.jpeg
37816.jpeg (430.61 KiB) געזען 2357 מאל
37815.jpeg
37815.jpeg (262.44 KiB) געזען 2357 מאל
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובה דורך ראמני 08 »

זאלן די אלע קליגע טרעפיק עקספערטן פון דא. אריינקומען מיט טענות קעגן די ני"ס דא"טי פארן נישט דיזיינען דעם 17 אויף א וועג אז עס זאל נישט געשען קיין איין עקסידענט. אויך עצות אויף להבא שכוח ......
פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובה דורך פריינד »

די 17 איז נאך אלס אפגעשפארט פאר אויספארשונגען.
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

תגובה דורך בסד »

ראמני 08 האט געשריבן:זאלן די אלע קליגע טרעפיק עקספערטן פון דא. אריינקומען מיט טענות קעגן די ני"ס דא"טי פארן נישט דיזיינען דעם 17 אויף א וועג אז עס זאל נישט געשען קיין איין עקסידענט. אויך עצות אויף להבא שכוח ......
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובה דורך בראשית ברא »

שמואל בארג האט געשריבן:לכבוד ידידי היקר עסקן נמרץ לכל דבר שבקדושה הי"ו.

איך פארשטיי איר האט נישט קיין כח צו אויסזאגן תהלים בכרס אחד, אבער זיך נעמען פליען מיט סירענעס האלב נאך איינס הושענא רבא ביינאכט ווען אידן שלאפן שוין אין סוכה, איז א זאך וואס גרעניצט זיך מיט א שאלה פון אונאה.

א גוט קוויטל,
הק' שמואל

אין דעם איז אריינגערעכנט אלע קומזיצן אויך? און די קופקעס מיטן רויכערער ביי די שולן. פארגאזען די לופט פון מאמעס און פיצלעך.. אין די נעכט אריין אויף יענעמס קאפ, ער איז נישט שולדיג מסתמא ווייל שיכור שהזיק, אבער א שאלה פון אונאה איז עס נישט, א תירוץ יא, ועוד גזילת שינה, עבירות שבין אדם לחברון אין יו"כ מכפר עד שירצה, ער ווייסט ניטאמאל וועם איבער צו בעטן.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10734
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

תגובה דורך eller »

דער מח האט געשריבן:
eller האט געשריבן:זעמיר אדורך געפארן א שיינע פאר מאל יענע געגענט אין די לעצטע פאר טעג. אז עס געשעהנט נישט קיין עקסידענט יעדע סקונדע איז ניסים למעלה מדרך הטבע.
כ'לייג די גאנצע (יא די גאנצע) שולד אויף די ווילעדזש. ס'וואלט געדאפט זיין רויט לייטס ביי לכה"פ ביזנעס סענטער (אלעט) אינטערסאקשאן א געהערחגע רויט לייט וואס זאל ווייזען ווען די מענטשן (לייען בעיקר קינדער) זאלן וויסן ווען צו קראסן.
און די זעלבע איז ביי די דעש - פראג מירון אינטערסעקשאן דארט געשעהנט כמעט עקסידענטס יעדע פאר מינוט...
אויף וואס ווארט די ווילעדזש ? וויפיל נאך עקסידענטס גייט דארט דארפן געשעהן ? וויפיל קינדער גייען דארפן שטארבן אז די ווילידזש זאל עפעס טוען ????
(און דאס איז נאר א בליק פון איינער וואס וואוינט נישט דארט און דארט געווען ס"ה אפאר מינוט....)

נו, זאג די, פארוואס טאקע לייגט נישט די ווילידזש קיין טרעפיק לייטס ביי די פלעצער?
די מענטשן וואס פארלאנגען דא טרעפיק לייטס און שטרענגער אינפארסירן פארקינג רעגולאציעס וכדו', זיי זעלבסט זענען די וואס ערגעץ אנדערש רעדן זיי זיך אפ און באשולדיגן דעם ווילידזש פארן זיין צו שטרענג ווען זיי זענען שוין יא שטרענג, סאו בעיסיקלי זענען די באאמטע מיט געבינדענע הענט, זאלן זיי זיין שטרענג, שרייט מען אז זיי זענען שוין ערגער ווי די גויאישע רשעים, זאלן זיי זיין נאכגיביג, שרייט מען אז זיי האבן נישט קיין אחריות וכדו'.
וואס עס קומט אויס איז אז כדי דער עולם זאל איינזעהן און מיטשטיין מיט א שטרענגע אינפארסירונג אויף א זאך, קען עס נאר ארבייטן נאך א טראגעדיע, יעצט זאג די ווער איז שילדיג אויף די טראגעדיעס?...

דו האסט מיר שוין אמאל געזעהן שרייען א ווארט אז די ווילעדזש איז צו שטרענג ?
און פאקט !!! אפילו די דרייווערס וואס דרייווען נישט ווילד האבן א גרויסע פראבלעם מיט די אלע אינטערסעקשאן'ס.
כ'ווייס נישט וויאזוי מ'קען זאגן פארקערט איינער וואס איז שוין דארט דורכגעפארן...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

אין הושענה רבה!

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

גאנצע 8 מינוט יעצט ביי קארנער מירון ווי צווי איגואיסטן האבן זיך ארום געאמפערט ווער עס דארף קודם פארן.
א שאנדע
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”