אבאמאקעיר, גוט אדער נישט?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג אפריל 23, 2017 11:26 am

אז זי ווארט עניוועי, קען זי שוין ווארטן ביז דעצעמבער...

#נאר א וויץ.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מיטוואך מאי 10, 2017 8:00 pm

Aetna to Completely Pull Out of ObamaCare Exchanges by 2018-

Fox news
ישראל אשר בך אתפאר

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך מאי 10, 2017 8:53 pm

וואס איז די פלאן פון די דעמאקראטען און א פאל עס איז נישט דא קייינער אויף די עקסטשעינטש ?
און אויך לגבי די קנס?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מאי 11, 2017 12:01 am

זיי האפן אז טראמפ וועט עפעס טוהן, אניש גייט די CBO זיין די חוזק פון יאר...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » דאנארשטאג מאי 11, 2017 12:18 pm

סראלי האט געשריבן:Aetna to Completely Pull Out of ObamaCare Exchanges by 2018-

Fox news


פאקס באצייכנט עס אלס א נעגל אין די קאסטן פון אבאמאקעיר
ישראל אשר בך אתפאר

joegreen
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 25, 2012 12:01 pm

תגובהדורך joegreen » דאנארשטאג מאי 11, 2017 2:11 pm

.
צוגעלייגטע
d93f4e76-9661-4eac-9b49-12c27ae925b1.jpg
d93f4e76-9661-4eac-9b49-12c27ae925b1.jpg (13.75 KiB) געזעהן 2240 מאל

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:20 pm

איך בין מכבד סיי ווער ס'האט נאר אמאל ארויסגעברענגט די מורא'דיגע געלונגענקייט פון אבאמאקעיר זאל מיר אויפקלערן וואס מ'דארף טון אויב סוף יאר האט מען פארדינט ווייניגער ווי מ'האט איינגעגעבן.

איך האלט שוין נאכ'ן זיצן פיר שעה אויפ'ן טעלעפאון מיט'ן עקסטשעינדזש און א שעה מיט די איי אר עס, פלאס א וויזיט ביים אקאונטענט.

#נידער מיט אבאמאקעיר
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:37 pm

אינגערמאן,

דאס איז א טעכנישע פראבלעם, דאס רעפלעקט נישט איבער די מעלות און חסרונות פון די עקסטשעינדזש סיסטעם.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:53 pm

דאס רעפלעקט די חסרונות פון א סיסטעם וואס איז אויסגעשטעלט אז די סטעיטס זאלן אויפסעטן א פעדערל פראגראם, און דערנאך 'צוזאמענארבעטן' מיט'ן איי אר עס אויפ'ן פאקטישע אויספיר פונ'ם פראגראם.

(אגב, איך בין א יונגערמאן. אינגערמאן ווייס איך נישט וואס דאס באדייט און וועלכע שפראך דאס איז.)
Get your facts first, then you can distort them as you please.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7504
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:57 pm

שמואל בארג האט געשריבן:אינגערמאן,

דאס איז א טעכנישע פראבלעם, דאס רעפלעקט נישט איבער די מעלות און חסרונות פון די עקסטשעינדזש סיסטעם.

שמואלי זיסער, עס זעהט נישט אויס ווי די איינציגסטע פראבלעם איז נאר טעכניש (אפילו לויט די דעמאקראטען) ווייל עס איז דא כמה וכמה אנדערע פראבלעם און ארויסלייגען א סיבה סתם צו ווארפען זאמד איז נישט ריכטיג.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 2:34 am

הערט א מעשה. א צוויי יעריג קינד ליגט אין שפיטאל אין האוואנא, קובא, צוגעטשעפעט צו מאשינען וואס האלטן אים ביים לעבן. צווישן די מאשינען איז א רעספערעיטאר, אן וועלכע דאס קינד וועט אויסגיין ביז אונטער דריי מינוט, לויט די דאקטוירים.

דאס קינד ליידט אויף א זעלטענע מחלה, א מחלה אויף וועלכן עס איז נישטא קיין היילונג. בלייבט איבער צו פרובירן אים צו האלטן ביים לעבן ווי לאנג מען קען נאר.

אבער, היות קובא איז א קאמוניסטישע לאנד, צאלט דאך די רעגירונג די מעדיקל בילס. און די בילס זענען הויכע. זייער זייער הויכע.

האט די רעגירונג מחליט געווען, צו וואס זאל מען צאלן אזויפיל געלט צו האלטן ביים לעבן איינער וואס קען סייווי נישט לעבן צו לאנג? און האבן מחליט געווען אים אפצורייסן פון די מאשינען. די עלטערן האבן פארפירט קעגן די החלטה, אבער געטאפט א וואנט.

די קאנאדישע רעגירונג, הערנדיג דעם מצב, האט אנגעטראגן איבערצונעמען דאס קינד און אויסצאלן אלע קאסטן, און אין צושטעלן א נייע מעדיצין וואס איז יעצט אויף פראבע פאר דעם ספעציפישן מחלה. זיי האבן אפי' אריבערגעשיקט א מעדיקל טראנספארט פליגער ספעציעל אויסגעשטאט פאר דאס קינד. אבער, די קובאנער רעגירונג זאגט בלא! דאס רינד איז אונזערס א בירגער, און מיר גיבן אין נישט ארויס! ער וועט שטארבן אונטער אונזערע הענט!


יא רבותי, דאס איז אן אמת'ע מעשה. די מעשה שפילט זיך די טעג אויס, אבער נישט אין די קאמוניסטישע קובא, נאר אין די פרייע ענגלאנד! נישט נאר וויל די רעגירונג און די געריכטן בשום אופן נישט האלטן עלפי עווענס ביים לעבן, זיי לאזן די עלטערן בשום אופן נישט ארויסטראגן דאס קינד, טראץ וואס די קאסטן פון ארויסטראגן זענען אויסגעצאלט דורך נדבות און די איטאליענער רעגירונג! די איטאליענער רעגירונג'ס פליגער זיצט נעבעך אויפ'ן טארמאק און ווארט אז די רוצח'ישע ריכטער פון סדום וענגלאנד זאלן לאזן דאס קינד לעבן.

נעכטן האט מען אראפגענומען דעם אומגליגליך קינד פון די מאשינען, און צום שטוינונג פון די רוצחים אין ווייסע כאלאטן האט ער איבערגעלעבט די דריי מינוט. ער האט איבערגעלעבט דריי שעה. ער לעבט נאך יעצט!

נאכ'ן זען אז דאס קינד איז געבליבן ביים לעבן און ראנגלט זיך נעבעך ביי יעדע אטעם, האבן די עלטערן אריינגעגעבן אן אפיל אין געריכט, און סדומ'ער ריכטער האט עס, פארשטייט זיך, אפגעווארפן! מאסן מערדער דארף מען געבן א גנעדיגע טויט, אבער דאס אומשולדיג קינד מוז ליידן יסורי איוב! און די פרייע ענגלאנד האלט דאס קינד פארכאפט, און לאזט בשום אופן נישט ארויס איר אייגענע בירגער פון לאנד!


און דאס, מיינע פריינט, איז דער רעזולטאט פון סינגל פעיער העלטקעיר.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7504
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 5:06 am

שיין געשריבען און אמת אויך. ענגלישע רוצחים
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובהדורך תורה לערנער » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 7:47 am

טענקס משה, נישט פארגעסן דאס איז שוין צווייטע מעשה אין די לעצטע יאר.
מעגליך אז ס'איז דא פיל מער אזעלכע מעשיות נאר אונז הער מער נאר אין אזעלכע פעלער וואס די עלטערן שטעלן א ווידערשטאנד,
שוידערליך..

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 9:42 am

משהזוךמיר האט געשריבן:און דאס, מיינע פריינט, איז דער רעזולטאט פון סינגל פעיער העלטקעיר.

וואס האט די מעשה צו טוהן מיט סינגעל פעיער? זאגסט דאך אליין אז עס זענען געוועהן אנדערע וואס האבן געוואלט באצאלן, מען האט דאך אפילו נישט געוואלט ארויסלאזן פון לאנד!

אויב עפעס האט עס מיט קאמעניזים / סאשעליזים, אבער ווי קומט סינגעל פעיער אריין דא, אז זיי האבן נישט געוואלט באצאלן? דאס איז מעשים בעל יום מיט אינשורענס קאמפאניס אין די יונייטעד סטעיטס.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 11:21 am

קודם כל, די אינשורענס קאמפאניס אין אמעריקע קענען נישט אראפווארפן א קאסטומער בלויז ווייל ער האט אן אומהיילבארע מחלה.

צווייטנס, אין אמעריקע אויב די אינשורענס זאגט דיר אפ, האסטו די ברירה פון צאלן קעש. אין ענגלאנד נישט! די רעגירונג איז דער אויסשליסליכער העלט קער צושטעלער און פארטיג. ווי האסטו געשריבן? סינגל פעיער...

והשלישית, די איינציגסטע סברא וואס מיין מוח קען באגרייפן, פארוואס די ענגלישע רוצחים זאלן נישט ארויסלאזן דאס קינד, איז אלס חשש אז ער וועט ווערן אויסגעהיילט אין א צווייטע לאנד, וואס דאס וועט זיך נישט אזוי גוט אפרופן (מילד גערעדט) אויף זייער סאושעלייזד העלטקעיר, וואס דאס וועט ברענגען מער מענטשן צו גיין זוכן הילף אינדרויסן פון דעם דןרכגעפוילטן סיסטעם, וכו'
ווי האט נאר איינער פון די ארכיטעקטן פון די בערלינער מויער געשריבן?
“We had to build the wall. Too many people were leaving for the West and you need people to make socialism work. We had to build the wall to keep them in so they could see how great socialism was, so they could see that it works."
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 5:55 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:קודם כל, די אינשורענס קאמפאניס אין אמעריקע קענען נישט אראפווארפן א קאסטומער בלויז ווייל ער האט אן אומהיילבארע מחלה.

אקעי, דאס האט נישט מיט ווער די פעיער איז, נאר מיט רשעות'דיגע געזעצן.

צווייטנס, אין אמעריקע אויב די אינשורענס זאגט דיר אפ, האסטו די ברירה פון צאלן קעש. אין ענגלאנד נישט! די רעגירונג איז דער אויסשליסליכער העלט קער צושטעלער און פארטיג. ווי האסטו געשריבן? סינגל פעיער...

לויט וויאזוי איך פארשטיי פון דיר, איז די געזעץ דארט אז מען טאר נישט נעמען באצאלט פאר העלט קעיר נאר פון די רעגירונג. אז נישט קען מען דען נישט באצאלן קעש אפילו דאס איז נישט די סטאנדארט? קארעקט מיט איף איים ראנג.
קען מען דען נישט האבן סינגל פעיער (כ'מיין יוניווערסעל) העלט קעיר אן די געזעץ?

והשלישית, די איינציגסטע סברא וואס מיין מוח קען באגרייפן, פארוואס די ענגלישע רוצחים זאלן נישט ארויסלאזן דאס קינד, איז אלס חשש אז ער וועט ווערן אויסגעהיילט אין א צווייטע לאנד, וואס דאס וועט זיך נישט אזוי גוט אפרופן (מילד גערעדט) אויף זייער סאושעלייזד העלטקעיר, וואס דאס וועט ברענגען מער מענטשן צו גיין זוכן הילף אינדרויסן פון דעם דןרכגעפוילטן סיסטעם, וכו'

אויף וועלכע באזיס האט מען אים נישט ארויסגעלאזט פון לאנד? און וואס האט דאס געהאט צוטועהן מיט ווער די פעיער איז? איך רעד נישט וואס זיי האבן געוואלט - וואס מיט דעם ביסטו לכאורה גערעכט - אבער וואס איז געוועהן זייער אפיציעלע סיבה?

יישר כח פאר דיינע זאכליכע תגובות ווי אימער.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5007
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 11:06 pm

אודאי קען מען טעכניש האבן סינגל פעיער העלטקעיר אן די רוצח'ישע געזעצן. די ענגלענדער האבן אויך נישט ביודעים אויסגעקליבן אזעלכע געזעצן. דער מציאות איז אבער אז ווען מען גיבט איבער די העלטקעיר פאר הארצלאזע ביוראקראטן, ווערן די מענטשן פארוואנדלט אין נומערן, וזה פריה.

מיט דעם וועסטו בעסער פארשטיין וואס די רעפובליקאנער האבן געמיינט ווען זיי האבן געשריגן אז אבאמאקעיר מיינט דעט פענעלס.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
milech fried
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am

איז די יוראפ העלט קעיר סיסטעם בעסער ווי אמעריקעס?

תגובהדורך milech fried » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 12:22 pm

וואס איז שלעכט מיט universal health care system?
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (139.42 KiB) געזעהן 50 מאל
“A president cannot defend a nation if he is not held accountable to its laws.”
― DaShanne Stokes


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”