אבאמאקעיר, גוט אדער נישט?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » זונטאג אוגוסט 21, 2016 10:37 pm

סאיז זייער שווער די גאנצע ארטיקל איז דאך א שטיק שקר במילתא דעבודי לגלויה
וואס לא משקרי אנשי , מוז מען אויף דעם זאגן אזוי ווי די ברך משה האט שוין געזאגט אז דווקא אנשי , און די זענען נישט בכלל אנשי !

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג אוגוסט 21, 2016 11:19 pm

עטנע איז ארויס מחמת סיבה פלוני, ינייטעד מחמת סיבה אלמוני, דער אינשורער וואס גייט ארויסגיין נעקסטעס יאר גייט פילייכט האבן א דריטע סיבה...

איך מיין עס איז גאנץ קלאר אז דער גאנצער מאדעל וואס מען האט געחלומט אז אינשורערס גייען מאכן געלט אונטער אבאמאקעיר עקסטשעינזש איז גווען אן אילוזיע, און עס איז א פראגע פון צייט ביז ווען נאך וועלען זיך ארויסציען חוץ אויב עס,קומט א דראמאטישע אויפשאקלונג. (בכלל איז דער גאנצער אבאמאקעיר וואס האט אין אנפאנג געברויכט זיין א סאלושען פארן העלט קעיר קרייסיס איז בשעתן פארהאנדלען געווארן אזוי פארוואסערט אז עס,טועט כמעט גארנישט אויף. די בעסטע זאך דערפון איז,פשוט....לעגעסי)

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 12:48 am

ביל אוריילי זאגט פאר, אז די גאנצע עי.סי.עי. וועט זיין א פארגאנגענהייט, ביז דריי יאר.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 12:51 am

שאהן הענניטי האט געשריבן:ביל אוריילי זאגט פאר, אז די גאנצע עי.סי.עי. וועט זיין א פארגאנגענהייט, ביז דריי יאר.

אקעי, ער זאגט ״דריי יאר״ ווייל ער ווייסט דאס איז אסאך לענגער וואס איינער וועט נאך געדענקן אז עס איז אמאל א ביל אורליי...

ביל גייט אינטערגיין אינאיינעם מיט אלע טראמפ שטיצער... און דאס וועט זיין אסאך שנעלער ווי דריי יאר.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 1:07 am

שאהן הענניטי האט געשריבן:ביל אוריילי זאגט פאר, אז די גאנצע עי.סי.עי. וועט זיין א פארגאנגענהייט, ביז דריי יאר.

שטארק שטארק מעגליך, עכ"פ אז עס זאל ווערן אזוי אומעפעקטיוו אז עס זאל מאכן א מינדערוויכטיגע דיפערענץ. (אויסער דער חלק אז מער מיטל קלאס פארדינער וועלן זיין עלעזשעבעל פאר גאווערמענט סובסיעדיס, דאס וועט פילייכט יא בלייבן)

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:01 am

פון יאהו פיינענס

Obamacare has gone from the president's greatest achievement to a 'slow-motion death

It has not been a good week for the Affordable Care Act (ACA), better known as Obamacare.
A slew of news, from insurers dropping out to possible fraud among healthcare providers, has all accumulated in a deluge of negative headlines for one of President Obama's signature laws.
In fact, it's gotten so bad that it appears that the whole program itself may be in doubt.

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

ריפיעלן? אדער לאזן קראכן?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 1:06 pm

לויט די מהלך פון אבאמא קעיר לעצטענס, וועט עס קראכן אונטער די אייגענע וואג.
ביז עטליכע מאנאט וועלן דרייסיג פראצענט אמעריקאנער קאונטי'ס נאר האבן איין אינשורער אויף די אבאמא-קעיר עקסטשעינדזש, און נאך אזא צאל האבן בלויז צוויי אינשורערס.

פינעל קאונטי אין אריזאנע וועט בלייבן אן קיין איין אינשורער!

און די אינשורערס וואס וועלן יא בלייבן, וועלן דראסטיש הייבן די פרימיום'ס.

זעהט פון די WSJ היינט:
Nearly a third of the nation’s counties look likely to have just a single insurer offering health plans on the Affordable Care Act’s exchanges next year, according to a new analysis, an industry pullback that adds to the challenges facing the law.

The new study, by the nonpartisan Kaiser Family Foundation, suggests there could be just one option for coverage in 31% of counties in 2017, and there might be only two in another 31%. That would give exchange customers in large swaths of the U.S. far less choice than they had this year, when 7% of counties had one insurer and 29% had two.

Many insurers are losing money on the health plans they sell through the exchanges, and the fallout is coming into focus. Companies including UnitedHealth Group Inc., Humana Inc. and Aetna Inc. have cited their losses in withdrawing from ACA marketplaces, as have smaller insurers that have been retreating, or even shutting down.

The insurers that remain are in some cases seeking sharp premium increases for next year, trying to get back in the black amid higher-than-expected costs.

At least one county—Pinal in Arizona—is at risk of having no insurers offering marketplace plans next year, despite talks between regulators and insurers aimed at filling the void.

#אבאמא'ס לעגעסי

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

מיין אבאמאקעיר עקספיריענס

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 5:27 am

איך צאל $725.10 א חודש פאר מיין וויב
איך פערזענליך בין נישט אינשורד
אינקאם איז $52,000
שטייער גייט אראפ בערך %23 (יא. פון יעדע $2,000 טשעק גיב איך אראפ כמעט $500)
סא טעל מי איף איט ווארקס אר נאט
(מיין קינד איז ב"ה עלידזשיבל פאר טשיילד העלט פלאס וואס איז א סטעיט פראגראם)
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 5:44 am

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:ביל אוריילי זאגט פאר, אז די גאנצע עי.סי.עי. וועט זיין א פארגאנגענהייט, ביז דריי יאר.

שטארק שטארק מעגליך, עכ"פ אז עס זאל ווערן אזוי אומעפעקטיוו אז עס זאל מאכן א מינדערוויכטיגע דיפערענץ. (אויסער דער חלק אז מער מיטל קלאס פארדינער וועלן זיין עלעזשעבעל פאר גאווערמענט סובסיעדיס, דאס וועט פילייכט יא בלייבן)

איך בין א מיטל קלאס פארדינער (below national average) דריי דעפענדענטס און איך צאל $725.10 א חודש פאר מיין ווייב אליין
איך בין נישט אינשורד
מיין קינד איז ב"ה עלידזשיבל צו טשיילד העלט פלאס, א סטעיט פראגראם
איין זאך צו וואס איך בין יא עלידזשיבל איז צו צאלן די ארויפגעשרויפטע פרייזן, וואס זענען געוואקסן אין די לעצטע 12 חדשים שנעלער ווי סיי ווען אין די לעצטע 32 יאר
איך מיין אז ווער עס האלט נאך אלץ אז אבאמאקעיר האט געמאכט אינשורנס עפארדעבל דארף זיך גיין אונטערזוכן
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 5:47 am

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:וואס איז זייער גוט, ווייל די לעבער פערטיסעפעישאן רעיט איז ארויף צו 63 פראצענט , און דעיס שפילט מיט די מעט פון די אננפלוימענט רעיט , וועידזשעס האט א 3.3 יערליכע אינקריעס וואס איז אויך גאנץ פיין

איך פארשטיי נישט. ווען די אנעמפלוימענט גייט אראפ איז עס גוט, און ווען עס גייט ארויף איז עס אויך גוט? און ווען איז עס שלעכט?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 5:56 am

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:( במאמר המוסגור אבאמא האט פראבירט צו טון און מוטיגן גרויסע ביזנעסער צו העכערען די מינומום וועידזש , און סהאט טייל געהאלפן , רעפובליקאנער זענען געווען דעי וואס האבן געשטערט . )

זאג, אפשר ווייסטו וויפיל רעגולאציעס אבאמאס ביוראקראטן האבו ארויפגעלייגט אין די לעצטע כמעט אכט יאר? און וויפיל דאס האט אפגעקאסט פאר ביזנעסער?
יא, איך ווייס, עס איז אלעס זייער וויכטיג אפצוהאלטן גלאבעל ווארמינג, אבער זאג נישט אז די רעפובליקאנער זענען די וואס זענען גורם אז ביזנעסער זאלן נישט העכערן וועידזשעס
ווי האט יענער געזאגט? פונקט ווען איך האב אים געוואלט אפגעוויינען אינגאנצן פון עסן איז ער געשטארבן
http://www.cnsnews.com/news/article/ter ... or-trailer
http://dailysignal.com/2015/08/03/obama ... ic-growth/
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 6:04 am

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:ארבעטסלאזיגקייט איז ביי היסטאריש נידריג שטאפלען, דאס ווייסט יעדער איינער חוץ ווער עס נער'ט זיך אליינס. עס איז אבער דא א גרויסער "אבער".

"עכטע וועיזשעס" אין אמעריקא איז אויף ציפקע צרות. דער מיטעלער פארדינער שטייט אין בעסטען פאל די זעלבע ווי 40 יאר צוריק, און אין רוב פעלער ערגער.
עוורעדזש אינקאם אין 08: 57,211$
2014 (די לעצטע יאר וועמעןס ציפערן זענען שוין פארעפנטליכט געווארן) 53,657$
דאס הייסט אבאמאס אכט יעריגע ריקאווערי (אקעי נאר דאטא פון 6 יאר) האט נאכאלץ נישט צוריקגעשטעלט צו פארדעם
נאך א מזל ער קען נישט לויפן נאכאמאל

דער מיטל קלאס האט פונעם גאנצען ריזיגען עקאנאמישער עקספענשאן פון די לעצטע פערציג יאר געהאט אזויפיל.....בערך ווי דער לאך פונעם בייגעל. אבאמא האט אויפגעטוען "זילטש" צו דעם פראבלעם, ניין, אונטער אים פארדינט מען ווייניגער (אמת בוש איז שולדיג אויפן קראך, אבער ער האט דאך קלאמפערשט אלעס פארראכטן... די עקאנאמיע וואקסט און בליהט.. פרעגט נאר שלמה הילדעסהיימער'ן
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 6:12 am

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:סאיז זייער שווער די גאנצע ארטיקל איז דאך א שטיק שקר במילתא דעבודי לגלויה
וואס לא משקרי אנשי , מוז מען אויף דעם זאגן אזוי ווי די ברך משה האט שוין געזאגט אז דווקא אנשי , און די זענען נישט בכלל אנשי !

לאמיר הערן עפעס זאכליך, שרייען "שטותים" קען איך אויך. קענסט איבערווייזן אז די בריוו פון עטנע איז נישט געווען אין רעספאנס צו די ספעציפישע שאלה פון די רעגולעיטערס?
איז נישט אמת אז אלע אנטלויפן?
נאך א שקר?

מיר דאכט זיך אז איר גייט אריין אין דאס וואס ס'שטייט אין ארטיקל: דעמאקראטן פארדרייען דורך שרייען כך וכך
און זיי פרעגן זייער שיין אפ אלע דיינע ספיןס
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג אוקטובער 09, 2016 12:16 pm

ביל קלינטאן האט ארויסגעברעגט מיין פוינט איבער די חורבן וואס אבאמאקעיר איז פאר די מיטל קלאס.
http://www.cnn.com/2016/10/04/politics/ ... est-thing/
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6298
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך דעצמבער 07, 2016 11:02 am

מחותן האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:ביל אוריילי זאגט פאר, אז די גאנצע עי.סי.עי. וועט זיין א פארגאנגענהייט, ביז דריי יאר.

אקעי, ער זאגט ״דריי יאר״ ווייל ער ווייסט דאס איז אסאך לענגער וואס איינער וועט נאך געדענקן אז עס איז אמאל א ביל אורליי...

ביל גייט אינטערגיין אינאיינעם מיט אלע טראמפ שטיצער... און דאס וועט זיין אסאך שנעלער ווי דריי יאר.

:lol: :lol:
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך דעצמבער 07, 2016 11:48 am

איך האב אויך אמאל געהאלטן אזוי... און נאך מער אויף שאהן הענעטי.

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » זונטאג אפריל 23, 2017 9:59 am

איך האף איך בין אין די גוטע אשכול.

איך דארף וויכטיג הילף.

קען זיך איינער אויס מיט פריוואטע אינשורענס?

וויאזוי גייט עס מיט ארויף גיין אויף אינשורענס איז טאקע דא נאר איין דעיט אין דזענוערי וואס מ'קען ארויף גיין און איין דעיט אין נאוועמבער וואס מ'קען אראפ גיין?

וואס קען איך טוהן אז איך וויל יעצט ארויף גיין אויף א פריוואטע אינשורענס? אדער אז איך וויל יעצט אראפ גיין פון אינשורענס?

איז דא א וועג צו מאכען פריוואטע אינשורענס אויב מען ארבעט נישט? ווי איך פארשטיי קען מען עס נאר מאכען דורך א קאמפעני.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג אפריל 23, 2017 10:06 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:ביל אוריילי זאגט פאר, אז די גאנצע עי.סי.עי. וועט זיין א פארגאנגענהייט, ביז דריי יאר.

אקעי, ער זאגט ״דריי יאר״ ווייל ער ווייסט דאס איז אסאך לענגער וואס איינער וועט נאך געדענקן אז עס איז אמאל א ביל אורליי...

ביל גייט אינטערגיין אינאיינעם מיט אלע טראמפ שטיצער... און דאס וועט זיין אסאך שנעלער ווי דריי יאר.

:lol: :lol:

די נבואה פון מחותן איז שוין מקוים געווארן.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג אפריל 23, 2017 10:09 am

בכלל נישט די טראמפ שטיצער זענען נישט אינטערגעגאנגען!

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג אפריל 23, 2017 10:10 am

עושה מחצה!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג אפריל 23, 2017 10:37 am

זינגער האט געשריבן:איך האף איך בין אין די גוטע אשכול.

איך דארף וויכטיג הילף.

קען זיך איינער אויס מיט פריוואטע אינשורענס?

וויאזוי גייט עס מיט ארויף גיין אויף אינשורענס איז טאקע דא נאר איין דעיט אין דזענוערי וואס מ'קען ארויף גיין און איין דעיט אין נאוועמבער וואס מ'קען אראפ גיין?

וואס קען איך טוהן אז איך וויל יעצט ארויף גיין אויף א פריוואטע אינשורענס? אדער אז איך וויל יעצט אראפ גיין פון אינשורענס?

איז דא א וועג צו מאכען פריוואטע אינשורענס אויב מען ארבעט נישט? ווי איך פארשטיי קען מען עס נאר מאכען דורך א קאמפעני.

מ'קען זיך נאר איינשרייבן פון נאוועמבער ביז יאנואר. חוץ אין געוויסע פעלער קען מען קויפן אינמיטן יאר אויך.
מ'קען אראפגיין סיי ווען.
מ'דארף 'נישט' גיין דורך א קאמפעני. יעדער קען קויפן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » זונטאג אפריל 23, 2017 10:40 am

זינגער האט געשריבן:איך האף איך בין אין די גוטע אשכול.

איך דארף וויכטיג הילף.

קען זיך איינער אויס מיט פריוואטע אינשורענס?

וויאזוי גייט עס מיט ארויף גיין אויף אינשורענס איז טאקע דא נאר איין דעיט אין דזענוערי וואס מ'קען ארויף גיין און איין דעיט אין נאוועמבער וואס מ'קען אראפ גיין?

וואס קען איך טוהן אז איך וויל יעצט ארויף גיין אויף א פריוואטע אינשורענס? אדער אז איך וויל יעצט אראפ גיין פון אינשורענס?

איז דא א וועג צו מאכען פריוואטע אינשורענס אויב מען ארבעט נישט? ווי איך פארשטיי קען מען עס נאר מאכען דורך א קאמפעני.

ס'דא די העלט עקסטשענדזש וואס דארט קען יעדע אינדיווידיאל קויפן אינשורענס, אפגעזעהן די ארבייט סטאטוס. אבער מען קען זיך נאר אויפסיינען אין די באשטימטע איינשרייבונג פעריאד, וואס איז די צוויי חדשים דעצעמבער און יאנואר. אויסער אויב מען איז אראפגעפאלן פון אינשורענס פאר סיי וועלכע סיבה - אויסער נישט באצאלט - אדער מען איז בארעכטיגט פאר מעדיקעיד, קען מען זיך איינשרייבן סיי ווען. אויך, דארף מען זיך אויפסיינען אויף א פלען נישט שפעטער ווי דער פיפצענטער פון די פריעדיגע חודש צו זיין געקאווערט אויף די קומענדיגע חודש ( צב"ש אפריל 15 צו זיין געקאווערט אויף מעי 1 ). אראפגיין קען מען סיי ווען, און בעפאר די 15טער עס זאל ווערן אפלייד אויף די קומענדיגע חודש.

נאכדעם איז דא פריוואטע אינשורענס אין די פרייוועט סעקטאר, וואס דארט איז נישט דא די איינשרייבן רעסטריקשאנס, אבער קאסט גאר אסאך מער פאר אן אינדיווידיאל צו קויפן, און נישט יעדע אינשורענס האט אינדיווידיאל פלענס.

---
האקט

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג אפריל 23, 2017 10:42 am

Silent האט געשריבן:

אסאך פרייוועט אינשורנס האבן אויך איינגעפירט די איינשרייבן פעריאד.

וויאויך, ס'דא נאך זאכן וואס בארעכטיגן איינצושרייבן אינמיטן יאר, ווי אויך קען מען טיילמאל באקומען קאוורידזש למפרע ביז אנהייב פון יענעם חודש. פאר מער, אין אישי.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » זונטאג אפריל 23, 2017 11:01 am

א דאנק איעדער פאר די הילף.

צודרייטע אבאמאקעיר... איך בין נאך אלץ אביסל צומישט.

מיין ווייב האט United Healthcare Oxford liberty Plan דורך איר ארבעט, זיי האבען איר געזאגט אז זי קען נישט יעצט אראפ גיין, זי דארף ווארטן ביז סעפטעמבער, ווייסן זיי וואס זיי רעדן?

א חבר מיינע זאגט מיר אז זיין ווייב דארף יעצט ארויף גיין אויף אינשורענס און זי קען נישט ווייל זי ארבעט נישט, מאכט דאס סענס?

און אז איינער הייבט אן ווארטן א קינד פעברוארי קען מען נישט ארויף גיין אויף א פרייוועט אינשורענס ביז דעצעמבער?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג אפריל 23, 2017 11:21 am

זינגער האט געשריבן:א דאנק איעדער פאר די הילף.

צודרייטע אבאמאקעיר... איך בין נאך אלץ אביסל צומישט.

מיין ווייב האט United Healthcare Oxford liberty Plan דורך איר ארבעט, זיי האבען איר געזאגט אז זי קען נישט יעצט אראפ גיין, זי דארף ווארטן ביז סעפטעמבער, ווייסן זיי וואס זיי רעדן?

א חבר מיינע זאגט מיר אז זיין ווייב דארף יעצט ארויף גיין אויף אינשורענס און זי קען נישט ווייל זי ארבעט נישט, מאכט דאס סענס?

און אז איינער הייבט אן ווארטן א קינד פעברוארי קען מען נישט ארויף גיין אויף א פרייוועט אינשורענס ביז דעצעמבער?

אראפגיין איז זייער גרינג; צאל נישט דיין פרימיום איין חודש און זיי וועלן דיר אראפווארפן...
סיריעסלי ספיקינג, אויב קויפסטו אליין אויפ'ן עקסטשעינדזש דארפסטו זיי פשוט נאטיפייען אז דו ווילסט עס סטאפן, און ס'ווערט געסטאפט. קען זיין אז וויבאלד דו באקומסט עס דורך די ארבעט דארפסטו זייער הסכמה, און זיי ווילן נישט אינמיטן יאר.

אויב דיין חבר וויל מעדיקעיד, דארף זיין ווייב ארבעטן. אויב וויל ער אבאמאקעיר דארף זי נישט. אויב קען זי נישט קויפן יעצט איז עס ווייל יעצט איז אפריל.

אויב מען הייבט אן ווארטן קען מען יא ארויפגיין סיי ווען.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, SemrushBo, שתקן און 14 געסט