אבאמאקעיר, גוט אדער נישט?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג מארטש 13, 2016 5:16 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך כאפ נישט דיין סברה. ווייל זיי שפירן זיך אויסגעשפילט קענען זיי רעדן און דורכטאן טיפע אידילאגישע שמועסן? קען א שוטה און אויבערפלעכליכע מענטש פלוצלינג וועל טיעף און קליג אויב שפירט ער זיך אויסגעשפילט?

נאכאמל, איז זאג נישט אז דאס איז גוט, און איך פראביר נישט צו ברענגען א סברה און צו פארשטיין "פארוואס" עס זענען דא אידילאגישע טאלקשאוס ביי די רעכטע. אויף דעם קענסטו אפשר ענטפערן וואס דו ענטפערס, אז זיי שפירן זיך אויסגעשפילט און מוזן האבן עפעס א מידיעם.

אבער איל האב פון דעם נישט גערעדט, איך האב געזאגט אז סוף סוף איז דא די זאך פון טאלקשאוס - אפגעזעהן צו עס איז גוט, און פארוואס עס איז דא - און אז דאס ארבייט איז פשט אז עפעס איז דא טיפערע אידיאלאגיע אין די שיטה. אז נישט וואלט עס נישט געארבייט, עס וואלט געווען באורינג און עס וואלט אונטערגעגאנגען פונקט ווי די סארט שמועסן ביי די לינקע.

זאג איך אז אין כאן טיפקייט בכלל. די נעמען וואס איך האב אויסגערעכנט פרעדיגן נישט קיין שום טיפקייט נאר גערעגטע כעס געפעפערט יעדע פיפטע ווארט מיט די שלאג ווערטער "קאנסטיטוציע" ליבערעל" ועוד.

טאק שאוס איז פשוט און פראסט ענטערטעינמענט פונקט ווי קאמעדי נאר אנשטאט וויצן איז עס אויפברויז. די טיפקייט און אידעאלאגיע איז אויפן זעלבן לעוול ווי די טיפע שמועסן אין MXNBC און NPR ווי פראפעסארן זענען מסביר יעדן טאג פארוואס די וועלט גייט אונטער אדער די רייכע פירן די וועלט. גארנישט מיט טיפקייט איינגעלייגט.

די הסבר פארוואס די רעכטע אידאלעגיע איז בדרך כעסיגע אויפברויז און די לינקע איז בדרך קאמעדיע האב איך געשריבן פריער, אז די לינקע אידעאלאגיע בדרך אויפברויז שטימט נישט מיט די קאסטומערס. אבער מיין עיקר פוינט איז אז דיין יסוד איז פלעין נישט ריכטיג.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג מארטש 13, 2016 5:22 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:עס מאכט זיך נישט וויסענדיג פון די ערשטע טייל אויך נישט, ווייל עס ארבייט נישט אויף די ערשטע טייל אויך נישט.

סך הכל, אויף די ערשטע טייל "זאגט עס" אז עס מאכט זיך וויסענדיג.

די מהלך איז איינגעפעדעמט אויף ביידע פראבלעמען.

אויף די ערשטע פראבלעם מאכט עס א גוטע התחלה מיט האבן א מענדעט וואס ווי געשריבן וועט עס בהכרח ווערן שטייפער. די לויזקייט איז צוליב די אומפארשטענדליכע קעגנערשאפט פון די רעכטע צו די קאמען סענס "פערסאנעל ריספאנסיביליטי" עצה ווי געשריבן. סא די פראבלעם גייט קלאר ווערן געפיקסט. פארגעסט נישט אז ס'שוין היינט דא מיליאנען אונטער אבאמקעיר און מ'גייט נישט צולאזן אז די פראגראם זאל קראכן. דאס גייט פלעין נישט געשען אפגעזען וויפל מאל קרוז לייגט זיין האנט אויפן הארץ מיטן ליגנט אז מ'גייט ריפילן אבאמאקעיר.

איבער די צווייטע איז אסאך שוואכער, אבער א אומ-גערעדטע פיטשער פון אבאמאקעיר איז די אדוויזערי בארד וואס גייט במשך הימים פון דעם קעיר נעמען און איז זייער שרעקעדיג ווען מ'טראכט דערפון.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מארטש 13, 2016 5:44 pm

מילכיגער האט געשריבן:

האסטו אנגעכאפט עטליכע נעמען, און איך וועל זיך נישט טענה'ן אויף די נאמען יענע נאמען. אין אלגעמיין בין איך זיך מחולק אז עס ליגט נישט קיין שום טיעפקייט אין די שמועסן. עס ליגט יא. און אין קאמעדיע שאוס ליגט קיין שום טיעפקייט נישט חוץ מאכען פאקסן און זיך כאפן אויף ווערטער ארויס פון קאנטאקסט.

ווילס מיר זאגן אז צווישן די פרעדיגער זענען דא וואס פרעדיגען פשוט אויפברויז אן קיין אינהאלט, גרענטעד. אבער אין די פארום אין אלגעמיין ליגט יא מחשבה.

און יא, עס זענען דא פרעפעסארן אין די לערע פון ליברעליזעם אויך. ווייל עס איז נישט "גארנישט". אבער עס זענען דא ווייט מער די סארט שמועסן אין די רעכטע שיטה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מארטש 13, 2016 5:49 pm

מילכיגער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:עס מאכט זיך נישט וויסענדיג פון די ערשטע טייל אויך נישט, ווייל עס ארבייט נישט אויף די ערשטע טייל אויך נישט.

סך הכל, אויף די ערשטע טייל "זאגט עס" אז עס מאכט זיך וויסענדיג.

די מהלך איז איינגעפעדעמט אויף ביידע פראבלעמען.

אויף די ערשטע פראבלעם מאכט עס א גוטע התחלה מיט האבן א מענדעט וואס ווי געשריבן וועט עס בהכרח ווערן שטייפער. די לויזקייט איז צוליב די אומפארשטענדליכע קעגנערשאפט פון די רעכטע צו די קאמען סענס "פערסאנעל ריספאנסיביליטי" עצה ווי געשריבן. סא די פראבלעם גייט קלאר ווערן געפיקסט. פארגעסט נישט אז ס'שוין היינט דא מיליאנען אונטער אבאמקעיר און מ'גייט נישט צולאזן אז די פראגראם זאל קראכן. דאס גייט פלעין נישט געשען אפגעזען וויפל מאל קרוז לייגט זיין האנט אויפן הארץ מיטן ליגנט אז מ'גייט ריפילן אבאמאקעיר.

איבער די צווייטע איז אסאך שוואכער, אבער א אומ-גערעדטע פיטשער פון אבאמאקעיר איז די אדוויזערי בארד וואס גייט במשך הימים פון דעם קעיר נעמען און איז זייער שרעקעדיג ווען מ'טראכט דערפון.

נאכאמאל, מיין פראבלעם איז נישט אז אבאמאקעיר אדרעסירט נישט די פראבלעם. מיין פראבלעם איז אז אפי' עס אדרעסירט יא, אויף וועלכע קאסטן איז דאס.

סא, אפ'י עס וועט סאלווען די פראבלעם, אויב איז עס אויף די קאסטן פון מאכען אנדערע זאכען ערגער, און אין די ענדע וועט עס סיי ווי קראכען, ווייל עס איז ביסוד נישט אויסגעהאלטן אזוי ווי מען זעהט אין אנדערע לענדער, איז וואס האב איך אויפגעטאן?

דעיס איז מיין עיקר פוינט, די ליבעראלע וועג איז פון פיקסן "יעצט", "אויף די מינוט" און נישט קוקן אויף די לאנגע טערמין. סא כ'לייקען נישט אז עס איז א "אויף די מינוט" פיקס, נאר אז עס מאכט מער שאדן ווי רווח אין די לאנגע טערמין, און עס קען פיזיש נישט ארבייטן פאר לאנג.

צו מען וועט עס קענען מבטל זיין איינמאל מיליאנען האבן עס שוין, כ'ווייס נישט, קען זיין אז טאקע נישט. אבער דאס מאכט עס נישט אויסגעהאלטן. דאס מאכט סך הכל אז מיר וועלן ווערן צוגעשטעלט צו די ליסטע פון לענדער מיט די סארט העלטקעיר סיסטעמען, וואס ארבייטן נישט און ברענגט אראפ דאס גאנצע לאנד, אזוי ווי די יוניען דילס מיט דזשי-עם בעפאר די באנקראט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג מארטש 13, 2016 5:55 pm

@מילכיגער, so far האט אבאמא קעיר נאר געמאכט ערגער פראבלעם 1.

פרימיום זענען ארויפגעשאסן די לעצטע פאר יאר. און איך רעדט שוין נישט פון די פרישע קאסטן וואס פאלט אויף די רעגירונג, און די קנסות אויף מענטשען וואס קויפן נישט און ביזנעסער וואס געבן נישט אינשורענס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג מארטש 13, 2016 6:21 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:עס מאכט זיך נישט וויסענדיג פון די ערשטע טייל אויך נישט, ווייל עס ארבייט נישט אויף די ערשטע טייל אויך נישט.

סך הכל, אויף די ערשטע טייל "זאגט עס" אז עס מאכט זיך וויסענדיג.

די מהלך איז איינגעפעדעמט אויף ביידע פראבלעמען.

אויף די ערשטע פראבלעם מאכט עס א גוטע התחלה מיט האבן א מענדעט וואס ווי געשריבן וועט עס בהכרח ווערן שטייפער. די לויזקייט איז צוליב די אומפארשטענדליכע קעגנערשאפט פון די רעכטע צו די קאמען סענס "פערסאנעל ריספאנסיביליטי" עצה ווי געשריבן. סא די פראבלעם גייט קלאר ווערן געפיקסט. פארגעסט נישט אז ס'שוין היינט דא מיליאנען אונטער אבאמקעיר און מ'גייט נישט צולאזן אז די פראגראם זאל קראכן. דאס גייט פלעין נישט געשען אפגעזען וויפל מאל קרוז לייגט זיין האנט אויפן הארץ מיטן ליגנט אז מ'גייט ריפילן אבאמאקעיר.

איבער די צווייטע איז אסאך שוואכער, אבער א אומ-גערעדטע פיטשער פון אבאמאקעיר איז די אדוויזערי בארד וואס גייט במשך הימים פון דעם קעיר נעמען און איז זייער שרעקעדיג ווען מ'טראכט דערפון.

נאכאמאל, מיין פראבלעם איז נישט אז אבאמאקעיר אדרעסירט נישט די פראבלעם. מיין פראבלעם איז אז אפי' עס אדרעסירט יא, אויף וועלכע קאסטן איז דאס.

סא, אפ'י עס וועט סאלווען די פראבלעם, אויב איז עס אויף די קאסטן פון מאכען אנדערע זאכען ערגער, און אין די ענדע וועט עס סיי ווי קראכען, ווייל עס איז ביסוד נישט אויסגעהאלטן אזוי ווי מען זעהט אין אנדערע לענדער, איז וואס האב איך אויפגעטאן?

דעיס איז מיין עיקר פוינט, די ליבעראלע וועג איז פון פיקסן "יעצט", "אויף די מינוט" און נישט קוקן אויף די לאנגע טערמין. סא כ'לייקען נישט אז עס איז א "אויף די מינוט" פיקס, נאר אז עס מאכט מער שאדן ווי רווח אין די לאנגע טערמין, און עס קען פיזיש נישט ארבייטן פאר לאנג.

צו מען וועט עס קענען מבטל זיין איינמאל מיליאנען האבן עס שוין, כ'ווייס נישט, קען זיין אז טאקע נישט. אבער דאס מאכט עס נישט אויסגעהאלטן. דאס מאכט סך הכל אז מיר וועלן ווערן צוגעשטעלט צו די ליסטע פון לענדער מיט די סארט העלטקעיר סיסטעמען, וואס ארבייטן נישט און ברענגט אראפ דאס גאנצע לאנד, אזוי ווי די יוניען דילס מיט דזשי-עם בעפאר די באנקראט.

ווען א זאך שטימט נישט יעצט און נישט שפעטער (אזוי ווי די עקזיסטינג סיסטעם וואס האט ערלויבט מיטל קלאס פארדינער צו שטארבן פון קענסער און האט געהאט די זעלבע מעדיקיער פראבלעם ווי יעצט) איז געפיקסט אויף "יעצט" (מיט די הנחה אז די שפעטער נישט וואס ווי געשריבן בין איך מחולק אויף דעם אויך) איז דאס בכלל נישט קיין עוולה. זאל ביזערווייל ביז אמעריקע גייט אוינטער אויך די מיטל קלאס נהנה זיין...

אליבא דאמת אבער די אנדערע לענדער גייען נישט אונטער.. דאנט ווארי. קאנאדע האט די זעלבע קרעדיט ווי אמעריקע און ענגלאנד נישט צו ווייט דערפון. די פראבלעמען זענען עפ"י רוב איבער פענסיע וואס אמעריקע שעירט. סה"כ זעהט מען פון די לעצטע דעטע אז (ווי געפלאנט) גייט מען מוזן פארשטייפן די מענדעטס און דעמאלס וועט זיין א עולם התיקון אין דעם הינזיכט אז יעדער האט גוטע אינשורענס. די אלע "אמעריקע גייט אונטער" רעטאריק (אזוי ווי די "באבע פאלט אראפ פון בארג"רעטאריק) לאז פאר די טאק שאוס.

אין העלטקעיר איז נישט דא קיין שום אונטערגיין אישו נאר ווי געשריבן א סאסייטי אויסוואל אישו. אין קענעדע און ענגלאנד (און די ליבעראלן דא) האלטן אז צו האבן א סיסטעם ווי יעדער האט בעיסיק העלטקעיר פרי אדער ביליג לוינט זיך אפילו מיט זייערע פראבלעמען (יעדער ווערט בא'עוולה'ט אביסל פארן פרייז אז יעדער איז געקאווערט) און אין אמעריקע האט מען געהאלטן אנדערש. אבאמא איז א שריט אין די אנדערע דירעקשן.

און נאכאמאל. דו זאגסט אז ליבעראלן קוקן נאר ביז די נאז ( א וויכוח פאר זיך ואכמ"ל) אבער אין דעם פאל זענען די רעכטע גילטי אין דעם. זיי קוקן סטאטיסטיקס פון די יאר ווען די מענדעיט איז 95$ און שרייען געוואלד. נעקסטע יאר גייט דאך לכל הדעות זיין מער פונקט ווי ביז יעצט איז מער פון פאר א יאר. יא, זיכער האט אבאמאקעיר געפעינט נומערן (ווי אלע טוען) אבער איך כאפ כלל נישט די יסוד פון דיין טענה יעצט. פארוואס גייט די גאנצע זאך קראכן? ווייל די מענדעט איז נישט גענוג שטארק. נו, וועט מען עס פיקסן און עזשאסטן די סקרוס טאמער וועלן די רעפונליקאנע לאזן והכל על מקומו בשלום. זאגסטו אז די רעכטע וועלן נישט לאזן (אפגעזען צו מיט רעכט צו נישט)? וויזוי איז דאס א אינדייטמענט אויף די ליבעראלע שיטה? וואס איז דא ביסודו נישט אויסגעהאלטן?
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7469
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג מארטש 13, 2016 6:27 pm

אויב מען עפענט אויף די גרעניצען פון קאוורידזש און מען עפענט אויף די דראג ביזנעס פאר א פרישע ריכטיגע בידדינג, וואס בלייבט נאך אין אבאמא קעיר?
איז עס נאר די מענדעיט? אדער נאך זאכען?
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מארטש 13, 2016 6:46 pm

מילכיגער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:נאכאמאל, מיין פראבלעם איז נישט אז אבאמאקעיר אדרעסירט נישט די פראבלעם. מיין פראבלעם איז אז אפי' עס אדרעסירט יא, אויף וועלכע קאסטן איז דאס.

סא, אפ'י עס וועט סאלווען די פראבלעם, אויב איז עס אויף די קאסטן פון מאכען אנדערע זאכען ערגער, און אין די ענדע וועט עס סיי ווי קראכען, ווייל עס איז ביסוד נישט אויסגעהאלטן אזוי ווי מען זעהט אין אנדערע לענדער, איז וואס האב איך אויפגעטאן?

דעיס איז מיין עיקר פוינט, די ליבעראלע וועג איז פון פיקסן "יעצט", "אויף די מינוט" און נישט קוקן אויף די לאנגע טערמין. סא כ'לייקען נישט אז עס איז א "אויף די מינוט" פיקס, נאר אז עס מאכט מער שאדן ווי רווח אין די לאנגע טערמין, און עס קען פיזיש נישט ארבייטן פאר לאנג.

צו מען וועט עס קענען מבטל זיין איינמאל מיליאנען האבן עס שוין, כ'ווייס נישט, קען זיין אז טאקע נישט. אבער דאס מאכט עס נישט אויסגעהאלטן. דאס מאכט סך הכל אז מיר וועלן ווערן צוגעשטעלט צו די ליסטע פון לענדער מיט די סארט העלטקעיר סיסטעמען, וואס ארבייטן נישט און ברענגט אראפ דאס גאנצע לאנד, אזוי ווי די יוניען דילס מיט דזשי-עם בעפאר די באנקראט.

ווען א זאך שטימט נישט יעצט און נישט שפעטער (אזוי ווי די עקזיסטינג סיסטעם וואס האט ערלויבט מיטל קלאס פארדינער צו שטארבן פון קענסער און האט געהאט די זעלבע מעדיקיער פראבלעם ווי יעצט) איז געפיקסט אויף "יעצט" (מיט די הנחה אז די שפעטער נישט וואס ווי געשריבן בין איך מחולק אויף דעם אויך) איז דאס בכלל נישט קיין עוולה. זאל ביזערווייל ביז אמעריקע גייט אוינטער אויך די מיטל קלאס נהנה זיין...

אליבא דאמת אבער די אנדערע לענדער גייען נישט אונטער.. דאנט ווארי. קאנאדע האט די זעלבע קרעדיט ווי אמעריקע און ענגלאנד נישט צו ווייט דערפון. די פראבלעמען זענען עפ"י רוב איבער פענסיע וואס אמעריקע שעירט. סה"כ זעהט מען פון די לעצטע דעטע אז (ווי געפלאנט) גייט מען מוזן פארשטייפן די מענדעטס און דעמאלס וועט זיין א עולם התיקון אין דעם הינזיכט אז יעדער האט גוטע אינשורענס. די אלע "אמעריקע גייט אונטער" רעטאריק (אזוי ווי די "באבע פאלט אראפ פון בארג"רעטאריק) לאז פאר די טאק שאוס.

אין העלטקעיר איז נישט דא קיין שום אונטערגיין אישו נאר ווי געשריבן א סאסייטי אויסוואל אישו. אין קענעדע און ענגלאנד (און די ליבעראלן דא) האלטן אז צו האבן א סיסטעם ווי יעדער האט בעיסיק העלטקעיר פרי אדער ביליג לוינט זיך אפילו מיט זייערע פראבלעמען (יעדער ווערט בא'עוולה'ט אביסל פארן פרייז אז יעדער איז געקאווערט) און אין אמעריקע האט מען געהאלטן אנדערש. אבאמא איז א שריט אין די אנדערע דירעקשן.

און נאכאמאל. דו זאגסט אז ליבעראלן קוקן נאר ביז די נאז ( א וויכוח פאר זיך ואכמ"ל) אבער אין דעם פאל זענען די רעכטע גילטי אין דעם. זיי קוקן סטאטיסטיקס פון די יאר ווען די מענדעיט איז 95$ און שרייען געוואלד. נעקסטע יאר גייט דאך לכל הדעות זיין מער פונקט ווי ביז יעצט איז מער פון פאר א יאר. יא, זיכער האט אבאמאקעיר געפעינט נומערן (ווי אלע טוען) אבער איך כאפ כלל נישט די יסוד פון דיין טענה יעצט. פארוואס גייט די גאנצע זאך קראכן? ווייל די מענדעט איז נישט גענוג שטארק. נו, וועט מען עס פיקסן און עזשאסטן די סקרוס טאמער וועלן די רעפונליקאנע לאזן והכל על מקומו בשלום. זאגסטו אז די רעכטע וועלן נישט לאזן (אפגעזען צו מיט רעכט צו נישט)? וויזוי איז דאס א אינדייטמענט אויף די ליבעראלע שיטה? וואס איז דא ביסודו נישט אויסגעהאלטן?

אויב זאגסטו אז מען האט אויסגעוועלט איין קראנקע סיסטעם פאר די אנדערע, און דו ביסט מיט דעם צופרידן. כל הכבוד.

איך זעה נישט די לאגיק פון אויסוועלן איין קראנקע סיסטעם פאר א צווייטע קראנקע סיסטעם, איי דו זאגסט אז די מיטל קלאס וועט הנאה האבן, ניין זיי וועלן נישט, ווייל די נייע סיסטעם גייט נאר ערגער מאכען פאר יעדעם.

און ווי האסטו געזעהן אז איך הענג אן די אונטערגאנג פון די העלטקעיר סיסטעם אין די אונטערגאנג פון אמעריקע? דו האסט דאס אריינגעלייגט אין מיינע ווערטער, דאס לאז פאר די טאלק שאוס......

די העלטקעיר גייט אונטערגיין, דאס יא. און אפי' מיט א שטארקע מאנדעיט, והא ראיה די אנדערע לענדער מיט אזא סיסטעם וויינען אז עס טויג נישט. סא מען דארף נישט קוקען אויף די איין יאר אויף יענע איין יאר, עס איז דא היסטאריע פון יארן לאנג פון אנדערע לענדער אז עס ארבייט נישט.

סא איך בין קעגן די "עצה" פון אויפטוישן איין סיסטעם וואס ארבייט נישט פאר א צווייטע סיסטעם וואס ארבייט נישט. ענדערש לאז די "סיסטעם וואס מיר קענען" אין מיר האבן זיך שוין אויסגעלערענט וויאזוי ארום צו ארבייטן מיט דעם. העכסטענס אז דו ווילסט א צייטווייליגע סעלושען און עס גייט דיר נישט אן אז עס וועט אריינשלעפן די רעגירונג אין א גרעסערע לאך און עווענטואל קאסטן פאר יעדעם, פאנג אן צאלן פרימיומס רעכטס און ליקס, און אז עס וועט נישט קאסטן וועט יעדער האבן אינשורענס.... אזוי ווי אין יענע אנדערע לענדער.

אבער די רעכטע זאגן אז אנשטאט בלייבן מיט די יעצטיגע סיסטעם וואס טויג נישט, און אנשטאט אדאפטירן די סיסטעם פון סאציאלע לענדער וואס טויג ווייטער נישט, לאמיר מאכען א נייע סיסטעם - ווי געשריבן באריכות אין די לעצטע עטליכע בלעטער - וואס ארבייט יא, און צו דעם זאגן די לינקע בלא.

סא ווען איך זאג דיר דיין סיסטעם וואס דו האסט איינגעפירט טויג נישט, קענסטו נישט ענטפערן "אבער דיין סיסטעם פון ביז יעצט טויג אויך נישט", איינס ווייל אויב אזוי וואס האסטו אויפגעטאן מיטן איבערטוישן פון איין קראנקען צום אנדערן, און צווייטענס, ווייל איך בין מודה אז די סיסטעם ביז יעצט האט נישט געארבייט, אבער איך האב א אנדערע סיסטעם וואס קען יא ארבייטן. עכ"פ "עס קען זיין" עס קען ארבייטן, און עס איז א שאד נישט אויסצופראבירן צו עס ארבייט, פארן אויפהייבן די הענט, און זאגן "גארנישט ארבייט נישט" לאמיר אויסוועלן די "לעסער אוו טו איוועלס".

פראביר מיין דריטע וועג, און אויב ארבייט יענע וועג אויך נישט, דעמאלס וועסטו האבן א טענה, אז מען זאל אויסוועלן די בעסטע פון די שלעכטע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג מארטש 13, 2016 6:59 pm

[quote="זאכליך"]

די פראבלעם. די פרימיום איז זייער טייער, און מענטשען קענען עס נישט עפארדן.

די סיבה פאר די פראבלעם איז 2 זאכן.

1. נישט יעדער צאלט אריין, אבער יעדער נעמט. וואס איז קלאר נישט יושר, און אויף דעם פראבלעם איז אבאמא קעיר געשטעלט.
אבאמא קעיר אין קורצן צווינגט מענטשען צו קויפן העלט אינשורענס, און ווער ס'קען נישט עפארדן העלפט די געווארמענט (ליין די שטייער צאלער) באצאלן א חלק אדער די גאנצע.

2. די געלט וואס מ'צאלט פאר קעיר איז זייער טייער קאמפערט צו וואס מ'באקומט. פון די פראבלעם מאכט זיך אבאמא קעיר נישט וויסענדיג.[/quote]

זאכליך, איך בין אביסל מחולק וויאזוי דו לייגסט אראפ דעם פראבלעם. נומער 1 איז בכלל נישט גווען קיין פראבלעם. פאר אבאמאקעיר, איז נאר ווער עס האט באצאלט, האט געהאט אינשורענס. ווער נישט האט געדארפט באצאלען פון טאש. וואס איז יא גווען די פראבלעם?

1. דער הויפט פראבלעם איז גווען אז מיטל קלאס מענטשען זענען נישט גווען געקאווערד ביי די רעגירונג. טא, ווי אזוי זאל א מענטש וואס פארדינט 70k באצאלען 15k פאר אינשורענס.

נומער איינס איז אבער א דירעקטע תוצאה פון די קומענדיגע 2 יסודות.

יסוד 1, קאמפאניס אווערטשארזען. אינדערצייט וואס אין כמעט אלע לענדער איז דא עפעס א קאנטראל וויפיל קאמפאניס קענען בעטען, איז אין אמעריקא דא א פולשטענדיגע הפקירות. ביי די דראג קאמפאניעס זעט זיך עס זייער קלאר, די זעלבע קאמפאני, בעט פארן זעלבען מעדעצין דריי מאל אדער אפילו צען מאל אזויפיל וויפיל זיי בעטען ערגעץ אנדערש.

יסוד 2, אז פארן פאציענט איז בכלל נישט נוגע וויפיל זיין דאקטאר און שפיטאל בעט. ער פארדינט נישט קיין גרייצער אויב די שפיטאל בילט זיין אינשורענס קאמפאני 10000 ווייניגער.

די צוויי "יסודות" זענען די הויפט לעכער פונעם סיסטעם. יעצט איז אזוי נארמאל ווען מען וויל אדרעסירן דעם פראבלעם, דארף מען גיין צום יסוד פונעם פראבלעם.

אבער קעגן דעם זענען געשטאנען מאכטפולע לאביס וואס ווילען בשום אופן נישט עס זאל ווערן אדרעסירט. סא וואס האט אבאמא געטוען? ער האט אדרעסירט דעם....סימפטאם.

דער פראבלעם בלייבט אבער נאך די זעלבע, ווייל העלטקעיר קאסטן האלט אינאיין שטייגן וואס מאכט ווייטער א פראבלעם סיי פאר די יחידים וואס זענען אביסל מער פארמעגליך, און סיי אעז עס א ריזיגע עקספענס פאר די רעגירונג, מעדיקעיד, מעדיקעיר.

(דערנאך איז דא מערמא זייטיגע פראבלעם מיט פרי עקזיסטינג וואס מען האט עס (כמעט) געסאלווד מיטן מענדעיט, אבער בעיקרו האט עס נישט דוקא קיין שייכות מיטן אראפברענגען און פארעכטען דעם העלט סיסטעם).

עד כאן עניות דעתי, והרוצה לחלוק יבוא ויחלוק.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג מארטש 13, 2016 7:04 pm

זיי מסביר וויאזוי אבאמאקעיר דארף סאלווען די צוויי יסודות.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג מארטש 13, 2016 7:08 pm

די גאנצע רעדע אז עפענען גרעניצען און רעפארמירן לאסוטס גייט שליכטן דעם פראבלעם איז לענ"ד הוילע פאנטאזיע. יא עס קען אפשר איינמאל אראפברענגן קאסטן ביי 10-15%, אבער העלט קעיר קאסטן וועלן ווייטער דראמאטיש שטייגן אזוי לאנג ווי די צוויי יסודית'דיגע פראבלעמען ווערן נישט אדרעסירט.

דער פראבלעם...נישטא (כמעט) קיין איין פאליטישאן אין וואשינגטאן וואס איז גרייט אריינצוגיין אין א קאמף מיט די מאכטפולע העלט לאביס. ממילא איז מפטירין כדאתמול, און יעדער קומט אויף מיט א.ג. לעזונגען וואס זענען זייער זייער ווייט פון א לעזונג אלס נישט צו דארפן קאנפראנטירן די לאביאיסטען.

ע"כ בקיצור נמרץ.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג מארטש 13, 2016 7:10 pm

זאכליך האט געשריבן:זיי מסביר וויאזוי אבאמאקעיר דארף סאלווען די צוויי יסודות.

עס דארף "נישט", דאס איז דער פראבלעם.

עס אדרעסירט נישט דעם יסוד פונעם פראבלעם, ממילא בלייבט דער פראבלעם דא.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג מארטש 13, 2016 7:20 pm

אויף דיין ערשטע יסוד בין איך אינגאנצן מחולק, די אינשורענס קאמפעניס דארפן זיין די וואס negotiat'ן די פרייז, א גוטע אינשורענס קאמפעני ווייסט וויאזוי צו שפארן ביים צאלן קלעימס.

אויף יסוד 2 זיי מיר מסביר פארוואס אין קאר אינשורענס איז נישטא די פראבלעם.

איך וועל דיר זאגן וואס איך האלט

ביי קאר אינשורענס ווילסטו נישט מען זאל בילן די פאלעסי ווייל די פרימיום גייט ארויף, משא"כ ביי העלט אינשורענס איז עס רעגולעיטעד.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג מארטש 13, 2016 7:24 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:די גאנצע רעדע אז עפענען גרעניצען און רעפארמירן לאסוטס גייט שליכטן דעם פראבלעם איז לענ"ד הוילע פאנטאזיע. יא עס קען אפשר איינמאל אראפברענגן קאסטן ביי 10-15%,

עפענען גרעניצן ברענגט די ריכטיגע קאמפעטישאן, מיט די ריכטיגע קאמפעטישאן איז די מארקעט סטאביליזירט.

פאריכטן די לאוסאוט, טוישט גארנישט אויף די ערשטע פראבלעם (הויכע פרימיום) ס'איז נאר פאר די צווייטע פראבלעם (הויכע קעיר קאסטן).
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג מארטש 13, 2016 7:25 pm

חילי

בעצם האב איך געוואלט חותם זיין דעם שמועס (יעדער האט שוין מער ווייניגער געזאגט זיינס אין דעם אינסטאלמענט פון שמועס) נאר איך מוז אראפשטעלן נאכאמאל פאר די רעקארד.

איך האב נאכנישט געהערט (פון דיר און בכלל) א רעכטע מהלך איבער העלטקעיר וואס דארף צו סאלוון די אישו. אלעס וואס דו האסט געשריבן איז קליינע בענד עידס וואס אפילו לשיטתם סאלווט עס נישט די פראבלעם.

ביי די לינקע איז דא א קלארע מהלך (סינגל פעיער אדער כאטש אבאמאקעיר וואס מיט א פאר תיקונים סאלוודט עס א רובא דמנכרא) ביי די רעכטע איז נאר דא א פאר זאכן וואס דארפן צו העלפן אז די מארקעט זאל בעסער ארבייטן אבער וויזוי די מארקעט גייט אנטשיידן די פראבלעמען איז נישט אויסגעשמועסט.

צום ווידערזען מוצ״ש האפנטליך...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג מארטש 13, 2016 7:28 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:דער פראבלעם...נישטא (כמעט) קיין איין פאליטישאן אין וואשינגטאן וואס איז גרייט אריינצוגיין אין א קאמף מיט די מאכטפולע העלט לאביס. ממילא איז מפטירין כדאתמול, און יעדער קומט אויף מיט א.ג. לעזונגען וואס זענען זייער זייער ווייט פון א לעזונג אלס נישט צו דארפן קאנפראנטירן די לאביאיסטען.

איך וויל נישט פארטראמפען דעם אשכול, אבער איך האלט אז ער איז פון די ווייניג פאליטישאן'ס (באמת איז ער נישט קיין פאליטישאן) וואס האט גאר א קליינע פראבלעם מיט די ריזיגע העלט לאביאיסטן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג מארטש 13, 2016 7:36 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:די גאנצע רעדע אז עפענען גרעניצען און רעפארמירן לאסוטס גייט שליכטן דעם פראבלעם איז לענ"ד הוילע פאנטאזיע. יא עס קען אפשר איינמאל אראפברענגן קאסטן ביי 10-15%, אבער העלט קעיר קאסטן וועלן ווייטער דראמאטיש שטייגן אזוי לאנג ווי די צוויי יסודית'דיגע פראבלעמען ווערן נישט אדרעסירט.

דער פראבלעם...נישטא (כמעט) קיין איין פאליטישאן אין וואשינגטאן וואס איז גרייט אריינצוגיין אין א קאמף מיט די מאכטפולע העלט לאביס. ממילא איז מפטירין כדאתמול, און יעדער קומט אויף מיט א.ג. לעזונגען וואס זענען זייער זייער ווייט פון א לעזונג אלס נישט צו דארפן קאנפראנטירן די לאביאיסטען.

ע"כ בקיצור נמרץ.

אחד היה ... בערני סאנדערס , א קול קורא במדבר איז ער נעבעך אויפדעקנדיג די הימלשרייענדע עוולות וואס די פארמיסוטיקל קאמפאניס טוען מיטן קאנסומער, און די גרעסטע חרבן איז אז אין פוצה פה ומצפצף.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מארטש 13, 2016 7:44 pm

מילכיגער האט געשריבן:חילי

בעצם האב איך געוואלט חותם זיין דעם שמועס (יעדער האט שוין מער ווייניגער געזאגט זיינס אין דעם אינסטאלמענט פון שמועס) נאר איך מוז אראפשטעלן נאכאמאל פאר די רעקארד.

איך האב נאכנישט געהערט (פון דיר און בכלל) א רעכטע מהלך איבער העלטקעיר וואס דארף צו סאלוון די אישו. אלעס וואס דו האסט געשריבן איז קליינע בענד עידס וואס אפילו לשיטתם סאלווט עס נישט די פראבלעם.

ביי די לינקע איז דא א קלארע מהלך (סינגל פעיער אדער כאטש אבאמאקעיר וואס מיט א פאר תיקונים סאלוודט עס א רובא דמנכרא) ביי די רעכטע איז נאר דא א פאר זאכן וואס דארפן צו העלפן אז די מארקעט זאל בעסער ארבייטן אבער וויזוי די מארקעט גייט אנטשיידן די פראבלעמען איז נישט אויסגעשמועסט.

צום ווידערזען מוצ״ש האפנטליך...

דיין "רעקארד" איז פאלש.

איך האב יא ארפגעלייגט א פלאן - עטליכע טיילן פון א פלאן - און עס קען יא סאלווען די פראבלעם, עס איז נישט נאר בענדעידס. און לשיטתם סאלווד עס יא די פראבלעם.

ביי די לינקע איז אויך טאקע דא א מהלך, די מהלך פון די סאציאלע לענדער וואס ארבייטן נישט. א מהלך וואס יענע לענדער וואלטן גערן מסכים געווען צו טוישן, עקסטער פון די זאכען וואס יענע פלאן אדרעסירט בכלל נישט ווי דו אליינס זאגסט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג מארטש 13, 2016 7:50 pm

זאכליך האט געשריבן:אויף דיין ערשטע יסוד בין איך אינגאנצן מחולק, די אינשורענס קאמפעניס דארפן זיין די וואס negotiat'ן די פרייז, א גוטע אינשורענס קאמפעני ווייסט וויאזוי צו שפארן ביים צאלן קלעימס.

אויף יסוד 2 זיי מיר מסביר פארוואס אין קאר אינשורענס איז נישטא די פראבלעם.

איך וועל דיר זאגן וואס איך האלט

ביי קאר אינשורענס ווילסטו נישט מען זאל בילן די פאלעסי ווייל די פרימיום גייט ארויף, משא"כ ביי העלט אינשורענס איז עס רעגולעיטעד.

רבי זאכליך, איר הייבט אן רעדען נישט זאכליך... די אינשורענס קאמפאני זאל ניגאשיעטן מיט א מעדעצין קאמפאני וואס בעט $2000 א שטיקל פאר מעדעצין וואס דער פאציענט דארף לעבענסוויכטיג.

פינקטליך ווי אזוי זאל ער ניגאשיעטן???

ועל השנית, דער דמיון צו קאר אינשורענס הייבט בכלל נישט אן צו זיין גלייך אפילו אין חלום. ווען האט איר די לעצטע מאל אויספלאנירט צו איר זאלט אריינקרייכן אין א מערצעדיס, אדער א פאנטיעק???? אוו צו האט איר אמאל בשעתן אריינקראכן געטראכט אז אויב שוין יא קראכן, לאמיר שוין שעדיגן יענעמס שפיגל אויך???

ביי העלט אינשורענס מאכט א פאציענט צוזאמען מיטן דאקטאר החלטות, אן נעמען אין באטראכט וויפיל די אינשורענס קאמפאני גייט באצאלן.

אויב איז עס דומה צו עפעס איז עס מער דומה צו אן עסען אינשורענס. אויב וואלט מיר אלע געהאט עסען אינשורענס וואלט טאקע א ברויט געקאסט 50 דאלאר, טאקע מהאי טעמא. ואכמ"ל. טראכטס אביסל אריין אין מיינע ווערטער, ווייל דאס איז דער פשוטער מציאות.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג מארטש 13, 2016 7:51 pm

@נו שוין, ביטע נישט אריינמישן דא די 2016 פריימעריס.

אגב, בערני איז סאציעליסט. פינטעל.

ער האט איין פראבלעם, פארוואס אמעריקע קוקט נישט אויס ווי טשיינע, אדער רוסלאנד.

לגבי העלט וויל ער א אומזיסטע העלט אינשורענס פאר אלע 300 מיליאן אמעריקאנע.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » זונטאג מארטש 13, 2016 8:38 pm

יעדע נייע סיסטעם נאכדערצו פאר אזא גרויסע מדינה( און בפרט ווען ער האט געהאט צוטוהן מיט די פארשוינען און קאנגרעסס און סענעט, מען האט גענומען די פרעזידענטס פלאן און יעדע טאג צוגעלייגט און אראפ גענומען א נייע ווערזשאן מיט נייע סעיפים ,סענעטס ווערשאן, קאנגרעסס ווערזשאן ,( פובליק אפשען, אימפארטן מעדיצין,), אבער ווארט אבאמא איז א ליגענער... ) האט געוויסע פראבלעמען פון אנהייב, אזוי איז געווען ווען מען האט געמאכט מעדיקער, און סוועט אלס זיין מענטשן וואס וועלן קענען אנווייזן אז פאר זיי ארבעט עס נישט, אבער פאר רוב מענטשן (ענקלאדינג אני הקטן) איז אבאמא'ס העלט קעיר פלאן א ישועה , ני די דרך ארוכה פון די קאנסערוואטיווע ליגענערס איז מאז ומקדם געווען צו זאגן אז גארנישט וואס האט די ווארט גאווערמענט איז גוט ,נישט קיין חילוק צו סהייסט עפ די עי , צו פעדעראל רעזערוו ,יעדע זאך וואס די גאווערמענט האט געטון די לעצטע צענדליגע יארן צו מאכן אמעריקע די בעסטע לאנד פון די וועלט האבן זיי געשטערט. זיי בענקען זיך זייער צו די צייטן ווען מענטשן האבן געהינגערט און די גאסן ,און ווען סאיז נישט געווען קיין רעגעלעישאנס ,וואסארע פיינע סיסטעם סאיז געווען ( ווערטלאזע מעדיצינען, מסוכנדיגע געבויעריי , וכ'ו ) העשטעג מעיק אמעריקא גרעיט אגען !
לעצט פאראכטן דורך כווייס נישט אלעס אום זונטאג מארטש 13, 2016 8:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » זונטאג מארטש 13, 2016 8:40 pm

נו שוין האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:די גאנצע רעדע אז עפענען גרעניצען און רעפארמירן לאסוטס גייט שליכטן דעם פראבלעם איז לענ"ד הוילע פאנטאזיע. יא עס קען אפשר איינמאל אראפברענגן קאסטן ביי 10-15%, אבער העלט קעיר קאסטן וועלן ווייטער דראמאטיש שטייגן אזוי לאנג ווי די צוויי יסודית'דיגע פראבלעמען ווערן נישט אדרעסירט.

דער פראבלעם...נישטא (כמעט) קיין איין פאליטישאן אין וואשינגטאן וואס איז גרייט אריינצוגיין אין א קאמף מיט די מאכטפולע העלט לאביס. ממילא איז מפטירין כדאתמול, און יעדער קומט אויף מיט א.ג. לעזונגען וואס זענען זייער זייער ווייט פון א לעזונג אלס נישט צו דארפן קאנפראנטירן די לאביאיסטען.

ע"כ בקיצור נמרץ.

אחד היה ... בערני סאנדערס , א קול קורא במדבר איז ער נעבעך אויפדעקנדיג די הימלשרייענדע עוולות וואס די פארמיסוטיקל קאמפאניס טוען מיטן קאנסומער, און די גרעסטע חרבן איז אז אין פוצה פה ומצפצף.

אחד היה האסטו פארמישט הילערי קלינטאן . וואס זי וויל צולייגן צו אבאמא קעיר , נמשל איינע פון אירע פלענער איז דאס וואס א צווייטער האט דערמאנט אז זי וועט פארגרינגערן פאר די עפ די עי , צו באשטעטיגען דראגס , זי וועט עס מאכן מער עפישענט סזאל קאסטן ווייניגער און נעמען שנעלער פאר די גרויסע פארמאסיס צו ברענגען א נייע דראג אויפן מארקעט, בערני סענדארס האט נישט קיין קלארע פלענער וויא און וויאזוי ער וועט צו גיין צו העלטה קעיר.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג מארטש 13, 2016 8:42 pm

שוין זע איך אז יעדער דא אקוראט ווי אין וואשינגטאן, וויל זיך באציען נאר אויף געוויסע פרטים אבער נישט אויפן פודאמענטעל פראבלעם פונעם גרויסן בילד.

וועמיר עס לאזן אזוי.

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » זונטאג מארטש 13, 2016 8:50 pm

@היימישע יונגערמאן איך ווייס נישט אויב די געדענקסט אבער אבאמא'ס ארגינעלע פלאן האט קלאר יא אדרעסירט די פראבלעם , נאר צו פארדאנקען אונזער גוטע פריינד סענעטאר ליבערמאן וואס האט זיך געשטעלט און די לענג און און די ברייט אז ער וואוט נישט פארן ביל נאר אויב מען טשעפעט נישט די אינשורענס קאמפעניס ( ביידיוועי אסאך גרויסע אינשורענס קאמפעניס זענען הויפטקוואטירט און קאנעטוקט. ... )

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » זונטאג מארטש 13, 2016 8:55 pm

בקיצור אבאמא האט אנגעהויבן איי סאיז דאך יענער ביל ? דאס איז געווען אבאמאס מהלך ביי אסאך זאכן, איך הייב אן, קודם לאמיר אנהייבן טוהן מיט די צייט וועט מען שוין פאררעכטן און צולייגן וואס מען דארף צולייגן., און טאקע על שמו יקרא אבאמא קעיר .

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יצחק אייזיק, יש לו מנה, סטיטשינער, פשוט מסודר און 16 געסט