רענאוואציעס בביתו נאוה קודש פון מרן רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מיינע צוויי סענט
ווען ער זאל נאמען די גרויסע געלטער וואס ער לייגט אריין אין דעם מוזעואם און עס אויסגעבן אז ספרי רבינו זאלן זיין צו באקומען פאר א צוגענגליכענע פרייז, וועט ער מאכן א גרעסערע נייח נפשא פארן רבין, און מ'זאל נישט פארגעסן פון אים
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

הרב מיללער, ווי ווייזט איר אויף אז די בריוו איז נישט געשריבן אויף דעם טיש? אפשר האט עס דער רבי נישט געשריבן אויפן באן?
איר ברענגט דאך נישט ווער עס זאגט פארקערט?!

--

אגב, פארוואס טאקע איז דער קדושת יו"ט נישט אריין אין צאנז? האט ער דען נישט געהאלטן פון זיך משתטח זיין אויף קברי צדיקים?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

צווייפעל האט געשריבן:אגב, פארוואס טאקע איז דער קדושת יו"ט נישט אריין אין צאנז? האט ער דען נישט געהאלטן פון זיך משתטח זיין אויף קברי צדיקים?

אוודאי האט ער עס נישט געזאגט בנוגע קברי צדיקים, נאר אויף די פראגע פון 'צאנז', ער האט נישט געהאלטן פון מאכן אן עסק פון 'צאנז' בבחינת יציאת צדיק פנה הודה זיוה והדרה, וזה פשוט.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובה דורך בראשית ברא »

משם ראי'
אז צאנז איז מער נישט צאנז קען מען דאך יא פארן, איז ער נישט געפארן צו דראגמירעשט, ומה בין דראגמירעשט לצאנז אז ס'איז מער נישט צאנז. אלא מאי צאנז דערמאנט פון הייליגן רב. צאנז שניידט עד דכדוכה של נפש
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

מיללער האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:אגב, פארוואס טאקע איז דער קדושת יו"ט נישט אריין אין צאנז? האט ער דען נישט געהאלטן פון זיך משתטח זיין אויף קברי צדיקים?

אוודאי האט ער עס נישט געזאגט בנוגע קברי צדיקים, נאר אויף די פראגע פון 'צאנז', ער האט נישט געהאלטן פון מאכן אן עסק פון 'צאנז' בבחינת יציאת צדיק פנה הודה זיוה והדרה, וזה פשוט.

מעגליך אז דעם קדיו"ט געפיל איז געווען נישט ארייצוגיין אין צאנז און זעהן ווי זון שיינט דארט געהעריג אפילו דער הייליגער רב לעבט נישט. ס'הייסט אז ער האט געזאגט אז ער קען נישט פארנעמען ווי "די זייגער רוקט זיך ווייטער" אפילו די וועלט איז אונטערגעגאנגען. משא"כ אויף נאסאדער רב זי"ע זאגט מען בצחות אז ער האט געקענט אפילו ארומהאלזן א גוי וואס קומט פון צאנז (כמובן נישט ליטערעלי).

פוינט ביאינג? אז טענות ומענות אויף געפילן האבן נישט קיין פירוש. ודי בזה.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

מילכיגער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:אגב, פארוואס טאקע איז דער קדושת יו"ט נישט אריין אין צאנז? האט ער דען נישט געהאלטן פון זיך משתטח זיין אויף קברי צדיקים?

אוודאי האט ער עס נישט געזאגט בנוגע קברי צדיקים, נאר אויף די פראגע פון 'צאנז', ער האט נישט געהאלטן פון מאכן אן עסק פון 'צאנז' בבחינת יציאת צדיק פנה הודה זיוה והדרה, וזה פשוט.

מעגליך אז דעם קדיו"ט געפיל איז געווען נישט ארייצוגיין אין צאנז און זעהן ווי זון שיינט דארט געהעריג אפילו דער הייליגער רב לעבט נישט. ס'הייסט אז ער האט געזאגט אז ער קען נישט פארנעמען ווי "די זייגער רוקט זיך ווייטער" אפילו די וועלט איז אונטערגעגאנגען. משא"כ אויף נאסאדער רב זי"ע זאגט מען בצחות אז ער האט געקענט אפילו ארומהאלזן א גוי וואס קומט פון צאנז (כמובן נישט ליטערעלי).

פוינט ביאינג? אז טענות ומענות אויף געפילן האבן נישט קיין פירוש. ודי בזה.

ס'נישט קיין צחות, אבער נישט האלזן
אידן פריינט
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 8:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידן פריינט »

אנטשולדיגט מיר מיינע פריינד פאר'ן זיך אריינמישן דא, אבער איך וויל דא איינפאך אויפווייזן די לעכערליכקייט פון די אלע טענות קעגן ר' משה שמואל נ"י בנוגע איבערבויען דעם רבינ'ס דירה על מתכונתה כבתחלה. און בעיקר אויף די ווערטער פון הרב "מיללער" הי"ו.
ובמחילה אז איך גיי שלא על הסדר.
צום ערשט אלעמען זעה איך שוין פון צווישן אייערע שורות אז עס שטערט אייך נישט אזוי ווייט דעם רבינ'ס כבוד, ווי דעם פאקט אז מען גיבט אפ דעם ריכטיגן כבוד אפ פאר דעם נדבן וואס בויט דאס איבער... אבער דאס איז נאר א זייטיגע הערה, און אצינד צו אייערע טענות:

דאס וואס איר ברענגט אראפ פון דעם חשוב'ן איד מזקני אנ"ש מדור הקודם, אז ער האט נישט געוואלט גיין באזוכן די הייליגע שטוב ווי רבינו הק' זי"ע האט געפראוועט עבודתו הקדושה, ווייל "וואס האט דער קדושת יו"ט געזאגט אויף צאנז?"
במחילת כבוד תורתו קען איך אייך צוזאגן אז קיינער פון די זקני אנ"ש האט קיינמאל נישט אזוי געענטפערט, אחוץ אז יענער האט ממש קיינמאל אין זיין לעבן נישט געהאט קיין ברעקל שכל... דו גייסט דא אפווענדן דעם גאנצן מין געדאנק אז מען גייט קוקן א מקום קדוש ווי א צדיק האט געדינט זיין הייליגע עבודה ומכש"כ אז מען בויט דאס איבער גענצליך אין איר פארעם, מיט די ווערטער וואס דער קדיו"ט האט געזאגט פארנדיג צו די לוי' קיין צאנז, וואס מען דארף זיין א טיפש יחיד בימינו מדמה צו זיין מילתא למילתא!
לאמיך דיר פרעגן הרב מיללער, צו איז דען קיינמאל נישט געווען אזא זאך ביי אידן אז מען האט געוואלט זעהן א פלאץ ווי א צדיק - ובפרט איינעם וואס מען האט ליידער נישט געזעהן בחיים חיותו - און מען האט געשפירט פאר א זכי' איבערצובויען זיין הויז\שטוב?! וויפיל צדיקים פון די תלמידי הבעש"ט און פריערדיגע דור האט מען איבערגעבויט זייערע הייזער און בתי מדרשים, און פילע אידן באטרעטן דעם הייליגן באדן בחרדת קודש.
יעצט קומסטו ברענגען א מעשה ווי דער קדושת יו"ט זי"ע - וועלכער איז געווען ממש דאס מערסטע דבוק אין הייליגן צאנזער רב פון אלע צדיקי דורו כידוע ואכמ"ל בזה - וואס האט געשפירט אויף אן אמת ווי די וועלט איז ממש צוזאמגעפאלן מיט די פטירה פון הייליגן צאנזער רב זי"ע, און דעריבער ווען ער איז אנגעקומען נאנט צו די שטאט און האט געהערט אז די לוי' איז שוין געענדיגט האט ער באפוילן אז מען זאל שוין צוריקגיין, ווייל ער האט מרוב צערו נישט געקענט צוקוקן וויאזוי די הייליגע שטאט צאנז זעהט אויס אן דעם הייליגן רב.
ממילא באדייט דאס אז זינט די פטירה פון צאנזער רב האט דער קדושת יו"ט געהאלטן אז קיינער זאל שוין לעולם ועד נישט אריינגיין אין די דירה און ביהמ"ד פון הייליגן צאנזער רב?!
זאגט נאר? איר ווייסט די מעשה אז דער ישמח משה האט געשפירט א קדושה אין א הויז אין די שטאט שינאווא ווען ער האט דארט געדינט אלץ רב, און מען האט שפעטער אויסגעפינען אז ר' אלימלך מליזענסק, אדער ר' שמעלקא מניקלסבורג, האט דארט געדאווענט. וכהנה הונדערטער אזעלכע פעלער.
כאפ א דוגמא אין ארץ ישראל וואס איז פארהאן אזעלכע פלעצער אן א שיעור, די אידרא פון רשב"י, די מערה פון ר' יוחנן הסנדלר וכהנה וכהנה, וואס איז דא אנדערש ווי דארט??!! וועסטו זאגן אז דארט דארף מען נישט אריינגיין צוליב דעם וואס דער קדושת יו"ט האט נישט געוואלט אריינגיין קיין צאנז נאך די לווי'?!!!

די ווייטערדיגע ליצנות וואס איר ציטירט מ'כלומר'שט בשם אן עלטערן חסיד מאנ"ש, פארדינען אפילו נישט א תגובה.

יעדער געווענליכער סאטמארער איד אשר לא ראה את יוסף, האט א תשוקה צו זעהן אין אן איבערגעבויטן צושטאנד דעם מקום קדוש אשר בה עבד רביה"ק עבודתו במסי"נ . משא"כ די ליצני הדור וועם עס אינטערסירט גאנץ קנאפ, קומען צו גיין מיט א אנשטעל אז זיי מיינען גאר דעם רבינ'ס כבוד.

ודי בזה.
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

ווייטער די מחלוקה יוסף מיט די ברודער'ס!...
לעב און לאך א גוטס
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

הגאון רבי מאיר שפירא איז געגאנגען באזוכען הרבנית נחמ'עלע, נישט אזוי ווייט צוליב איהר נאר צו קענען זעהן דאס הויז ווי דער צאנזער רב האט געלעבט. וכידוע האט הרבנית נחמ'לע קיינמאל נישט געלאזט איבערבויען אדער אפילו להוסיף ולגורע צום טאטענס הויז.

דאס איז ווייטער הרגש פון א פרעזענטליכע מענטש.

אבער א מוזיעום צו גיין קאלעקטן וואס אימער איז אבסולוט נעריש ווי מיללער האט גוט ארויס געברענגט.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

מיללער האט געשריבן:'מילא אז זיי מאכן עס ווען פאר א בית המדרש אדער א כולל' זאגט דער עלטערער איד, האט עס נאך פשט, מקום שהתפלל בו אותו צדיק, אבער שלעפן די פורניטשור און די באלאטן, לאכט ער, אינטערעסאנט זיי האבן נאכנישט געברענגט די קאר

בקיצור, מיט קיין 'נר יהא דלוק במקומי' האבן די אלע זאכן קיין שייכות נישט, עס איז א בזיון פארן הייליגען רבי'ן, און עס פאדערט א מחאה מכל מוקירי זכרו הטהור.
[/quote]

איר זאלט מיר ענטשולדיגן
אבער דאס הייסט אז מען רעדט אויף א ענין ווען מען קען נישט די טרוקענע פאקטן,
זינט מען האט אנגעהויבען מאכן שענער דעם פלאץ איז גאר אסאך געלט און כח אריין אין דעם פלאץ אז עס זאל ווערן א מקום תורה ותפילה
פילע שעות פון תורה ותפילה ואמירת תהלים איז אין דעם פלאץ אריין די לעצטע פאר יאר
בעסער דאנקט די וואס טיען די ארבעט, אנשטאט זיי פארהאלטן.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

ציקוועטשטער האט געשריבן:לייגן זיין נאמען אז מענטשן זאלן וויסן וועם מכיר טוב זיין פאר אהינגיבן זיינס א חפץ וואס איז געווען באנוצט דורך אן איש קדוש און געטאהן זיין עבודת הקודש דערמיט, אז א איד גיבט דאס אוועק ברויך מען לייגן א טאוועל דערויף. די רעדע איז דא פון שמו ושם אמו.

ווען א איד גיבט א חפץ פאר א צדיק און שרייבט ארויף זיין נאמען דערויף אלס אן הזכרה איז דאס פארשטענדליך, ווען די רעדע איז אז ער גיבט אוועק א חפץ פאר א (ני, וויאזוי זאל איך עס אנרופן, נישט מיוזיעם?) וואו קומט אהער די הזכרה? אז דער רבי שעפט נח"ר בגנזי מרומים דערפון און זעט זיין נאמען?

הער איך אז דער דר. מעלער איז א תמימות'דיגע איד, און ער האט אוועק געגעבן דעם טיש פאר ר' הלל וויינבערגער דומ"ץ נייטרא, עס איז געליגן ביי ר' הלל אין ספרים שטוב יארן לאנג.

ממילא מאכן סענס די אלע הזכרה טאוועלעך.
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

צווייפעל האט געשריבן:הרב מיללער, ווי ווייזט איר אויף אז די בריוו איז נישט געשריבן אויף דעם טיש? אפשר האט עס דער רבי נישט געשריבן אויפן באן?
איר ברענגט דאך נישט ווער עס זאגט פארקערט?!

--

אגב, פארוואס טאקע איז דער קדושת יו"ט נישט אריין אין צאנז? האט ער דען נישט געהאלטן פון זיך משתטח זיין אויף קברי צדיקים?

דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע האָט געזאגט אז ער קען נישט אנקוקן די שטאט אָן דעם הייליגן דברי חיים זי"ע
ווער איז היינט אין די מדריגה אזוי צו זאגן?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אידיש.טייפינג האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:הרב מיללער, ווי ווייזט איר אויף אז די בריוו איז נישט געשריבן אויף דעם טיש? אפשר האט עס דער רבי נישט געשריבן אויפן באן?
איר ברענגט דאך נישט ווער עס זאגט פארקערט?!

--

אגב, פארוואס טאקע איז דער קדושת יו"ט נישט אריין אין צאנז? האט ער דען נישט געהאלטן פון זיך משתטח זיין אויף קברי צדיקים?

דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע האָט געזאגט אז ער קען נישט אנקוקן די שטאט אָן דעם הייליגן דברי חיים זי"ע
ווער איז היינט אין די מדריגה אזוי צו זאגן?

עס האט נישט מיט מדרגות, עס ברענגט אבער ארויס א נקודה און גיט נאך א בליק אויף די נושא.
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

דאס מקום איז געווען זייער נאכגעלאזט. היינט איז עס א שפירדלדיגע הערליכע מקום תורה ותפילה. בלי ספק אז ס'איז א נייחא לנשמתא פארן רבין זצל.

וזכור אותו האיש ר משה שמואל לטוב. און יא איך פארגין עם דאס הנאה און כבוד פון אלעס ארום דעם.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:דאס מקום איז געווען זייער נאכגעלאזט. היינט איז עס א שפירדלדיגע הערליכע מקום תורה ותפילה. בלי ספק אז ס'איז א נייחא לנשמתא פארן רבין זצל.

וזכור אותו האיש ר משה שמואל לטוב. און יא איך פארגין עם דאס הנאה און כבוד פון אלעס ארום דעם.

נישט נאר נאכגעלאזט נאר מ'האט עס געוואלט זיגלען.
ברם זכור אותו האיש לטוב.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

חברה "ובתורתו יהגה" שע"י בית מדרשינו
בנשיאת כ"ק אדמו"ר הנשי"א שליט"א

הננו בזה להודיע
שהבחינה בסוגיית

"בדק הבית"

יערך בעז"ה מוצש"ק תצוה זכור הבעל"ט בשעה 6 אחה"צ.

באסעס יסעו בשעה 5 מכל הסטאפס.

בכבוד הרב

הנהלת ובתורתו יהגה.

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

אידן פריינט האט געשריבן:אנטשולדיגט מיר מיינע פריינד פאר'ן זיך אריינמישן דא, אבער איך וויל דא איינפאך אויפווייזן די לעכערליכקייט פון די אלע טענות קעגן ר' משה שמואל נ"י בנוגע איבערבויען דעם רבינ'ס דירה על מתכונתה כבתחלה. און בעיקר אויף די ווערטער פון הרב "מיללער" הי"ו.
ובמחילה אז איך גיי שלא על הסדר.
צום ערשט אלעמען זעה איך שוין פון צווישן אייערע שורות אז עס שטערט אייך נישט אזוי ווייט דעם רבינ'ס כבוד, ווי דעם פאקט אז מען גיבט אפ דעם ריכטיגן כבוד אפ פאר דעם נדבן וואס בויט דאס איבער... אבער דאס איז נאר א זייטיגע הערה, און אצינד צו אייערע טענות:

דאס וואס איר ברענגט אראפ פון דעם חשוב'ן איד מזקני אנ"ש מדור הקודם, אז ער האט נישט געוואלט גיין באזוכן די הייליגע שטוב ווי רבינו הק' זי"ע האט געפראוועט עבודתו הקדושה, ווייל "וואס האט דער קדושת יו"ט געזאגט אויף צאנז?"
במחילת כבוד תורתו קען איך אייך צוזאגן אז קיינער פון די זקני אנ"ש האט קיינמאל נישט אזוי געענטפערט, אחוץ אז יענער האט ממש קיינמאל אין זיין לעבן נישט געהאט קיין ברעקל שכל... דו גייסט דא אפווענדן דעם גאנצן מין געדאנק אז מען גייט קוקן א מקום קדוש ווי א צדיק האט געדינט זיין הייליגע עבודה ומכש"כ אז מען בויט דאס איבער גענצליך אין איר פארעם, מיט די ווערטער וואס דער קדיו"ט האט געזאגט פארנדיג צו די לוי' קיין צאנז, וואס מען דארף זיין א טיפש יחיד בימינו מדמה צו זיין מילתא למילתא!
לאמיך דיר פרעגן הרב מיללער, צו איז דען קיינמאל נישט געווען אזא זאך ביי אידן אז מען האט געוואלט זעהן א פלאץ ווי א צדיק - ובפרט איינעם וואס מען האט ליידער נישט געזעהן בחיים חיותו - און מען האט געשפירט פאר א זכי' איבערצובויען זיין הויז\שטוב?! וויפיל צדיקים פון די תלמידי הבעש"ט און פריערדיגע דור האט מען איבערגעבויט זייערע הייזער און בתי מדרשים, און פילע אידן באטרעטן דעם הייליגן באדן בחרדת קודש.
יעצט קומסטו ברענגען א מעשה ווי דער קדושת יו"ט זי"ע - וועלכער איז געווען ממש דאס מערסטע דבוק אין הייליגן צאנזער רב פון אלע צדיקי דורו כידוע ואכמ"ל בזה - וואס האט געשפירט אויף אן אמת ווי די וועלט איז ממש צוזאמגעפאלן מיט די פטירה פון הייליגן צאנזער רב זי"ע, און דעריבער ווען ער איז אנגעקומען נאנט צו די שטאט און האט געהערט אז די לוי' איז שוין געענדיגט האט ער באפוילן אז מען זאל שוין צוריקגיין, ווייל ער האט מרוב צערו נישט געקענט צוקוקן וויאזוי די הייליגע שטאט צאנז זעהט אויס אן דעם הייליגן רב.
ממילא באדייט דאס אז זינט די פטירה פון צאנזער רב האט דער קדושת יו"ט געהאלטן אז קיינער זאל שוין לעולם ועד נישט אריינגיין אין די דירה און ביהמ"ד פון הייליגן צאנזער רב?!
זאגט נאר? איר ווייסט די מעשה אז דער ישמח משה האט געשפירט א קדושה אין א הויז אין די שטאט שינאווא ווען ער האט דארט געדינט אלץ רב, און מען האט שפעטער אויסגעפינען אז ר' אלימלך מליזענסק, אדער ר' שמעלקא מניקלסבורג, האט דארט געדאווענט. וכהנה הונדערטער אזעלכע פעלער.
כאפ א דוגמא אין ארץ ישראל וואס איז פארהאן אזעלכע פלעצער אן א שיעור, די אידרא פון רשב"י, די מערה פון ר' יוחנן הסנדלר וכהנה וכהנה, וואס איז דא אנדערש ווי דארט??!! וועסטו זאגן אז דארט דארף מען נישט אריינגיין צוליב דעם וואס דער קדושת יו"ט האט נישט געוואלט אריינגיין קיין צאנז נאך די לווי'?!!!

די ווייטערדיגע ליצנות וואס איר ציטירט מ'כלומר'שט בשם אן עלטערן חסיד מאנ"ש, פארדינען אפילו נישט א תגובה.

יעדער געווענליכער סאטמארער איד אשר לא ראה את יוסף, האט א תשוקה צו זעהן אין אן איבערגעבויטן צושטאנד דעם מקום קדוש אשר בה עבד רביה"ק עבודתו במסי"נ . משא"כ די ליצני הדור וועם עס אינטערסירט גאנץ קנאפ, קומען צו גיין מיט א אנשטעל אז זיי מיינען גאר דעם רבינ'ס כבוד.

ודי בזה.

ג"א מצטרף צו די טרעפליכע ווערטער.
אני כשלעצמי האָט ליידער נישט זוכה געווען צו זען דעם רבי'ן זי"ע, אבער איך האב כסדר געהערט פון מיין טאטן וועלכער האט גערעדט מיט א מורא'דיגע התרגשות וויאזוי עס האט אויסגעזען בקודש פנימה.
כאטש איך פארשטיי נישט די הרגישים וואס עס פילט א איד וועלכער האט געהאט די זכי' זיך צו געפינען במחיצתו פון דעם צדיק הדור אין דעם שטוב, גיט עס אבער עפעס א געפיל זעענדיג דאס פלאץ.
אדרבה, פארוואס נאר ווען מען פארט אויף די מקומות הקדושים אין אייראפע אדער ערגעצאנדערשוואו און מען זעט א שטוהל אדער דעם ציבמער וואו א צדיק האט געדינט דעם באשעפער, ווערט מען מרוגש, און אויב דאס איז אונטער אונזער נאז מאכט מען עס אוועק?
ברם אותו איש זכור לטוב, הרב החסיד ר' בנימין הערש בערקאוויטש ז"ל וועלכער פלעגט אלעמאל זאגן פאר בחורים און יונגעלייט זיי זאלן אריינגיין אין דעם "קליינעם ביהמ"ד" וואו דער רבי זי"ע האט געטאן די עבודת הקודש לאנגע יארן.
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:דאס מקום איז געווען זייער נאכגעלאזט. היינט איז עס א שפירדלדיגע הערליכע מקום תורה ותפילה. בלי ספק אז ס'איז א נייחא לנשמתא פארן רבין זצל.

וזכור אותו האיש ר משה שמואל לטוב. און יא איך פארגין עם דאס הנאה און כבוד פון אלעס ארום דעם.

קיינער נעמט נישט אוועק די גוטע חלק דערפון, מ'רעדט פון צווייטן חלק וואס ס'פאסט נישט פאר אזא קהילה נאה וחסידא ווי סאטמאר צו זיין ביזי מיט אזעלכע שטותים ווי אויסשטעלן א מאזיאום פאר באזוכער , אויף דעם איז די תירוץ ס'איז א מעשה יחיד און האט מיט די קהילה גארנישט איינגעלייגט.
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

לאלתר לחיים האט געשריבן:
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:דאס מקום איז געווען זייער נאכגעלאזט. היינט איז עס א שפירדלדיגע הערליכע מקום תורה ותפילה. בלי ספק אז ס'איז א נייחא לנשמתא פארן רבין זצל.

וזכור אותו האיש ר משה שמואל לטוב. און יא איך פארגין עם דאס הנאה און כבוד פון אלעס ארום דעם.

קיינער נעמט נישט אוועק די גוטע חלק דערפון, מ'רעדט פון צווייטן חלק וואס ס'פאסט נישט פאר אזא קהילה נאה וחסידא ווי סאטמאר צו זיין ביזי מיט אזעלכע שטותים ווי אויסשטעלן א מאזיאום פאר באזוכער , אויף דעם איז די תירוץ ס'איז א מעשה יחיד און האט מיט די קהילה גארנישט איינגעלייגט.

סאטמאר איז נישט ביזי. נישטאמאל סגן ראש הקהל איז ער ר' משה שמואל
יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2011 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוםפרקן »

ישלהוסיף האט געשריבן:הגאון רבי מאיר שפירא איז געגאנגען באזוכען הרבנית נחמ'עלע, נישט אזוי ווייט צוליב איהר נאר צו קענען זעהן דאס הויז ווי דער צאנזער רב האט געלעבט. וכידוע האט הרבנית נחמ'לע קיינמאל נישט געלאזט איבערבויען אדער אפילו להוסיף ולגורע צום טאטענס הויז.

דאס איז ווייטער הרגש פון א פרעזענטליכע מענטש.

אבער א מוזיעום צו גיין קאלעקטן וואס אימער איז אבסולוט נעריש ווי מיללער האט גוט ארויס געברענגט.

איז דען א קינד נישט חשוב'ר ווי א דומם???
כידוע די מעשה פון בעלזא רב ר' יושע'לע, ווען דער דארפסמאן האט גע'טענה'ט אז א שטעקן פון טאטן האט געקענט העלפן - קען דאך א קינד אוודאי!
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

רבותי נאך געבליבן געציילטע מינוטן צו פועל'ן אלעס גוטס בבית רבינו.

שיקטס שנעל אהין די טייערע נשים צדקניות. ס'ראטזאם מיט צו שיקן די תפלת השל"ה פון ער"ח סיון.
אטעטשמענטס
Eishes_Chayil_6_4_17.jpg
Eishes_Chayil_6_4_17.jpg (435.26 KiB) געזען 4953 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

נא_שכל האט געשריבן:רבותי נאך געבליבן געציילטע מינוטן צו פועל'ן אלעס גוטס בבית רבינו.

שיקטס שנעל אהין די טייערע נשים צדקניות. ס'ראטזאם מיט צו שיקן די תפלת השל"ה פון ער"ח סיון.

און אויב שייך אן אגרת הרמב''ן...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

נא_שכל האט געשריבן:רבותי נאך געבליבן געציילטע מינוטן צו פועל'ן אלעס גוטס בבית רבינו.

שיקטס שנעל אהין די טייערע נשים צדקניות. ס'ראטזאם מיט צו שיקן די תפלת השל"ה פון ער"ח סיון.

מעתיק געווען א שטיקל עצי חיים מ'זאל גיין צו די רעבעצינס פארטי אין רבין ז"ל הויז, איי ווער ס'קען היסטאריע, ושניים יסעו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

און איך קלער אז מיללער באקומט באצאלט פון ר' משה שמואל צו האלטן דעם אשכול הויעך און ווארעם...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

מי יודע האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:רבותי נאך געבליבן געציילטע מינוטן צו פועל'ן אלעס גוטס בבית רבינו.

שיקטס שנעל אהין די טייערע נשים צדקניות. ס'ראטזאם מיט צו שיקן די תפלת השל"ה פון ער"ח סיון.

מעתיק געווען א שטיקל עצי חיים מ'זאל גיין צו די רעבעצינס פארטי אין רבין ז"ל הויז, איי ווער ס'קען היסטאריע, ושניים יסעו

בכלל איז עס גרייזיג, נישט דער עצי חיים זאגט דאס, ער ברענגט עס פונעם חתם סופר.
רצונינו לעשות רצוניך.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”