די LTB אינטערוויא חלק ב'.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 10, 2013 10:07 am
א"וו: איינער פרעגט דא, "איך האב א מוצלח'דיגע נאן פראפיט ארג. גיי איך קענען עפעס ארויסנעמען פון דעם איווענט"? א צווייטער פרעגט: מיין ביזנעס גייט ב"ה גוט, פארוואס דארף איך מיך באטייליגן?
מ"ה: ס'דא אסאך צו רעדן פון נאן פאר פראפיטס. אין קורצן, אז מ'טראכט אריין איז א נאן פאר פראפיט א געהעריגע ביזנעס, דיין פאטענשל נדבן איז א פאטענשל קלייענט, און מ'דארף געהעריג מארקעטן צו אים. מ'דארף האבן א סטראטעיגיע ווי אזוי אים אנצוווארעמען ער זאל וועלן געבן געלט, און ווען דו ביסט ביים נדבן און דו ווילסט אים אנווארעמען איז דאס א סעיל'ס פיטש, און ווען ער גיבט דיר איזעס א סעיל, און מ'דארף נאכדעם ווייטער אנהאלטן א קשר מיט אים פונקט ווי א קלייענט וואס דו ווילסט ער זאל צוריקקומען.
אלזא א נאן פאר פראפיט איז א געהעריגע ביזנעס, נאר מיט אנדערע מין פראדוקטן. איך גלייב אז גענוי ווי יעדע ביזנעס וועט אן עקזעסטירענדע נאן פאר פראפיט האבן אסאך וואס ארויסצונעמען פון אזא איווענט.
דאס איז אלעס בנוגע נאן פאר פראפיט. בנוגע די חלק אז די נאן פאר פראפיט/ביזנעס איז סוקסעספול, טאקע יעצט איז די צייט ארויסצוקוקן ווי אזוי מ'גייט צום נעקסטן לעוול, וויזוי צו בלייבן קאמפעטעטיוו אין אן אינווייערמענט וואס טוישט זיך כסדר. וויפיל ביזנעסער וואס זענען אמאל געווען ברומו של עולם זענען היינט באנקראט? און וויפיל ביזנעסער וואס זענען געווען גארנישט בלויז א קורצע צייט צוריק זענען היינט סוקסעספול? אוודאי האט עס מיט אסאך מזל און סייעתא דשמיא אבער מ'דארף טוהן דערצו. אויך ברויך מען האבן אפענע אויגן און אויערן צו וויסן וועלעכע זאכן ס'טוישן זיך אין די מארקעט און זיך פראבירן צושטעלן לויט דעם.
א"וו: די שאלה באלאנגט אפשר אביסל פריער וועלעכע סארט מענטשן גייען זיך באטייליגן?
מ"ה: ארטאדאקסישע יודן וואס זענען אין די ביזנעס וועלט, פון ביזנעס פירערס ביז פשוטע סטאר קלוירקס און פארשטייט זיך דער וואס קויפט א טיקעט.
א"וו: מיין ווייב ארבייט מיט מיר אין די ביזנעס, וועט זיין פלאץ דארט פאר פרויען? וועט מען קענען מיטהאלטן אנליין? וועט זיין סידיס צו באקומען?
מ"ה: ס'איז צוגעשטעלט א געהעריגע פלאץ פאר פרויען, סעפערעט סיטינג. מ'וועט נישט קענען וואטשן אנליין, און דערווייל האבן נאכנישט אלע ספיקערס מסכים געווען מ'זאל זיי ריקארדן, סאו ס'קוקט נישט אויס דערווייל אז ס'וועט זיין א סידי.
א"וו: איר זאגט אז ס'גייען דארט זיין 500 מענטשן, איז דאס נישט צו סאך וועלן פרישע אנהייבערס אין ביזנעס נישט ווערן פארלוירן? (די שאלה איז איבערהויפט שייך ביי די נעטווארקינג חלק)
מ"ה: מיר האבן אסאך שטודירט, די נאמבער 500 קוקט אויס פערפעקט, ס'נישט צו ווייניג און נישט צו סאך אז דו וועסט אריינקוקן אינעם פראגראם וועסטו גרינגער פארשטיין פארוואס.
אויסער די גרויסע שטוב וואו ס'גייען זיין די עיקר רעדנערס גייט אויך זיין זייטיגע רעדנערס, ס'טייטש טאמער איינער פיהלט אז ער וויל נישט הערן א דרשה פון די נושא וואס מ'רעדט יעצט, קען ער גיין צו די אנדערע רעדנער וואס וועט זיין אין די נעקסטע שטוב די זעלבע צייט, דארט גייט מען רעדן א צווייטע נושא אדער קענער גיין צו די ספאנסערס בוט, מ'קען סתם ארויסגיין זיך טרעפן מיט אנדערע ביזנעס מענטשן סאו ווייניגער ווי 500 איז נישט גענוג.
און ס'גוט צו געדענקן וואס מ'האט שוין דערמאנט אפאר מאל, קיינער קומט נישט צו די איווענט זיך צו טרעפן מיט יעדעם, און קיינער גייט נישט ארויסגיין פון די איווענט א מושלם. אבער איינער וואס איז שוין אין די ביזנעס וועלט וועט גרינג כאפן וואס איז פאר אים און וועט קענען אהיימנעמען גענוג גוטע פונקטן, איידיעס און קאנטאקטס פונעם איווענט. און צומאל קען 2-3 גוטע קאנטאקטס זיין די דיפרענס וואס מאכט סוקסעס בעז"ה.
א"וו: איינער פרעגט דא אזוי, לאמער רעדן אביסל חסידיש גייט דארט זיין איבערבייס? גייט זיין קאווע? פרישטאג? לאנטש? עסן? רעד אביסל דערוועגן.
מ"ה: ווי פריער געשמועסט איז נישט אלעס אין איין גרויסע שטוב ס'גייט זיין דארט אפאר שטובער, איין שטוב גייט זיין די גאנצע צייט לייכטע איבערבייס, און ביי לאנטש גייט מען סערווירן א געהעריגע לאנטש אין א צווייטע שטוב.
א"וו: יעצט לאז מיך גיין אביסל מער בייסיגער, א טיקעט צום איווענט קאסט אפאר הונדערט דאללער, איז דאס נישט אסאך? ס'קוקט מיר אביסל אויס ווי די איווענט איז מער אנצופיהלן ענקער קעשענע ווי מיינע....
מ"ה: 299 איז אסאך? איך וואלט דיך געראטן זאלסט מאכן אביסל ריסוירטש וויפיל אזא סעמינאר קאסט נארמאל. א נארמאלע סעמינאר מיט שוואכערע ספיקערס קען קאסטן 1200-1500 דאללער אדער מער! ווען נישט אונזערע ספאנסערס ווי "פידעליטי" און "בי-עף-דזשי" און נאך אנדערע וואלטן מיר נישט געקענט אריינלאזן פאר אזוי ביליג.
און לאמער רעדן פון די אנדערע זייט איז טאקע 299 די טייערסטע זאך וואס מ'אינוועסטירט? האו אבאוט דו אינוועסט דיין "טאג"?! ביי א סוקסעספול ביזנעסמאן איז א טאג סאך מער ווערד ווי 299, נאר וואס דען, אז מ'פארשטייט וואס אזא איווענט איז און אז מ'פארשטייט אז פונקט ווי אוועקגעבן א טאג צו גיין אויף א טרעיד שאו אדער סיי וואס פארא אנדערע ביזנעס שאו מיינט נישט אוועקגעווארפן א טאג, נאר מ'אינוועסט א טאג אין די ביזנעס. נו, אינוועסטן 299 אין די ביזנעס איז א מינימום.
און איך וועל דיר פרעגן נאך מער, דו אלס ביזנעסמאן וואלסטו ענדערש געוואלט נעטווארקן מיט מענטשן וואס זענען געקומען ווייל ס'איז פרי, אדער מיט מענטשן וואס ווייזן אז זיי זענען קאמיטעד. מענטשן וואס פיהלן אז ס'לוינצעך זיי צו צאלן 300 דאללער דארט צו זיין?
יעצט העמער גיין צום לאנטש פעד.
א"וו: לויט ווי איך פארשטיי איז די לאנטש פעד די זעלבע זאך ווי די שארק שאו אפשר זאגסטו אין קורצן וואס דאס איז?
מ"ה: די שארק איז בעיסיקלי אז ס'זיצן דארט 5 מענטשן וואס זענען גרייט צו אינוועסטן אין א גוטע אפערטוניטי, און מענטשן ברענגען זייער איידיעס צום טיש, און מ'פרעגט פראגעס אהין און צוריק, און אויב אן אינוועסטער פיהלט אז ס'איז אינטערעסאנט, אינוועסט ער אין די ביזנעס/קאנצעפט/פראדוקט, און ער ווערט א שותף דערין.
א"וו: לאמער קודם רעדן פון די דזשענעראל שארקס וואס זענען די סוקסעס רעישיאו? ווי אפט פינאנצירן די אינוועסטערס א זאך?
מ"ה: ס'איז זייער שווער צו זאגן, למעשה ווייסט מען נישט וואס ס'געשעהט נאכדעם. נאך אזא שארק דארף מען אדורכגיין דאס מאכן א קאנטראקט און צומאל פאלן זאכן אדורך און ס'זעלבע פארקערט אזאך וואס פאלט דורך אויפן פלאץ געשעהט שפעטער ווען אן אינוועסטער אדער א צווייטער האלט אז די ביזנעס קען יא זיין אינטערעסאנט סאו געוויסע זאכן וואס קוקט אויס ווי נישט, געשעהט צום סוף יא. און געוויסע זאכן ווערן אויס צום סוף. אבער יעדער וואס האלט מיט די זאכן ווייסט פון סוקסעספול זאכן וואס זענען פינאנצירט געווארן.
א"וו: וואס איז די מינימום און די מאקסימום וואס מ'האט שוין פינאנצירט ביי א שארק?
מ"ה: איך קען נישט די פונקטליכע נאמבערס, אבער ס'קען גיין אין די מיליאונען ביי אונז ערווארט מען אין די 100,000 דאללער געגענט.
א"וו: לויט ווי איך פארשטיי איז נישט גרינג זיך אויפצושטעלן און פארשטעלן די פראודוקט/איידיע/ביזנעס פאר די אינוועסטערס מ'דארף זיין א טאף קוקי (הארטע ניסל), א פאוערפול בחור דאס צו קענען באווייזן נו, פארוואס דארפער צוקומען צום שארק? א פאוערפול יונגערמאן קען אליין פארשאפן 100,000 דאללער אויב האטער א גוטע ביזנעס, ניין?
און לאמעך גראד צולייגן די נעקסטע פראגע, וואס גיי איך האבן פון די לאנטש פעד, איך ברענג נישט מיט קיין איידיע, איך בין א פשוטע ארבייטער?
מ"ה: בנוגע טרעפן אן אינוועסטער. אמת, דאס איז ווען איינער קען אסאך מענטשן און טאקע דא קומט די איווענט אריין, נישט יעדער קען זיך מיט מענטשן וואס קענען אינוועסטן, און אפילו ווען איינער קען יא אינוועסטן, נישט אלעמאל איז אינוועסטן אליין גענוג, אמאל דארף מען די קאנעקשען וואס דער אינוועסטאר ברענגט. אמאל אויב איינער האט למשל א קאנעקשן צו וואלמארט איז דאס ווערט מער ווי 100,000 דאללער קעש. ועוד, אזא איווענט גיבט אן אפערטוניטי פאר יעדן, סיי פאר ווער ס'גייט זיך אויפשטעלן פאר די שארקס און גייט זיין סוקסעספול אויפן פלאץ, און סיי אויב מ'איז נישט סוקסעספול מיט די שארקס ס'גייען דארט זיין נאך צענדליגע אנדערע יודן וואס קענען אינוועסטן.
און פארגעס פון די 5 יודן וואס גייען פרעזענטן זייערע זאכן פאר די שארקס, די ארומיגע 500 יודן גייען זיך אויסלערנען אסאך זאכן:
פרעזענטעישן - וויזוי מ'פרעזענט א זאך פאר אינוועסטמענט, וואס אן אינוועסטער וויל וויסן ווען מ'אפערט אים א פאטענשל אינוועסטמענט אפערטוניטי, און סעילס פיטשעס, די מענטשן וואס גייען פרעזענטן זייער ביזנעס גייען דארפן מאכן א סעיל פארן אינוועסטער, רייט? ס'נישטא קיין בעסערע טרעינונג. ווי א לייוו סעיל!
סאו אין קורצן, די שארקס איז נישט נאר אז מ'גייט טרעפן 100,000 דאללער, נאר מ'גייט זיך טרעפן מיט אינוועסטערס וואס קענען אינוועסטן געלט, אינוועסטערס וואס האבן קאנעקשענס, און דארט גייען זיצן ארום הונדערטער ביזנעסלייט וואס וועלן מעגליך זיך צוכאפן צו דיין אינוועסטמענט, און פאר די ארומיגע מ'גייט זעהן וויזוי מ'פרעזענט א ביזנעס פאר א פאטענשל אינוועסטער.
א"וו: קען עניבאדי זיך אויפשטעלן פרעזענטן זיין איידיע? דארף מען זיין רעגיסטרירט? וויפיל מענטשן גייען אויפטרעטן מיט זייערע איידיעס? און איז דא א טשארדזש צו קענען פרעזענטן אן איידיע?
מ"ה: צום ערשטן: ס'קאסט נישט קיין געלט, אבער מ'דארף זיין רעגיסטרירט צום איווענט אונז האמער א שטאב מיט מענטשן וואס ארבייטן אויף די שארק.
אונז האמער שוין ב"ה 40 אפליקעישענס צו פרעזענטן, און ס'קומען נאך אריין נאך.
ווען מ'שיקט אריין אן אפליקעישן צו די מענטשן, פרעגן זיי שווערע שאלות, און די חברה העלפן פאר דעם וואס וויל פרעזנטירן זיינע זאכן זיך אנגרייטן צום שארק. פון די 40 (מסתם וועט צום סוף זיין איבער 50) אפליקעישענס וואס זיי האבן גייען צוביסלעך ארויספאלן איינס נאכיינס ביז ס'וועלן בלייבן 5 מיט די 5 גייען זיי פרעקטעסן אפאר מאל, מאכן זיכער אז זיי זענען גענוג קלאר מיט זייער פראיעקט און זיי זאלן נישט ווערן פארלוירן אונטער פרעשור. און אזוי וועלן זיי זיין קאנפידענט עס פארצולייגן פאר די שארקס. נישט פארגעסן, די שארקס ווייסן נישט ווער ס'גייט זיי פרעזענטען אדער וואס מ'גייט זיי פרעזענטן.
און דאס איז אויך א שטיקל ענטפער אויף די פריערדיגע פראגע בנוגע טרעפן אן אינוועסטער אליין, אסאך מאל קען מען נישט טרעפן ווייל מ'ווייסט נישט וויזוי זיך אנצוגרייטן א פרעזענטעישן, אונזער שטאב וועט בעזר ה' העלפן די מענטשן פרעזענטירן זייערע זאכן.
א"וו: אויב האב איך אן איידיע אבער איך האב נאכנישט קיין פעטענט דערויף, און איך וויל עס פרעזענטן אבער איך האב מורא אז איינער גייט מיך אויסכאפן וואס טוה איך? איז דא א פראטעקשן?
מ"ה: די שארק איז געמאכט געווארן פאר מענטשן וואס האלטן שוין אביסל ווייטער, ס'שווער צו טרעפן אן אינוועסטער בלויז אויף א בייפאל, ס'מוז האבן מינימום עפעס ריסוירטש, און ס'מוז שוין זיין עפעס אויסגעארבייט אן א פעטענט איז עס נאך זייער ווייט.
א"וו: אויב האב איך יא עפעס, וואס איך פיהל אז איך גיי טרעפן איינעם פון די שארק זאל וועלן אינוועסטן, וואס טוה איך נעקסט? איך דארף מיטברענגען א לויער? א קאנטראקט?
מ"ה: ניין. די חלק האט גארנישט מיט דעם איווענט, ס'האט גארנישט מיט אונז. אויב געפעלט עס פארן אינוועסטאר טוישט מען זיך אויס ביזנעס קארדס און מ'טרעפט זיך ערגעץ צווישן זיך און מ'ענדיגט דעם דיעל. און ווי אויבן געזאגט, אסאך דיעלס פאלן דורך שפעטער, און אסאך געשעהן סתם אזוי שפעטער פיטעקס האט גארנישט דערמיט.
א"וו: איך האב אן איידיע איך קען עס אבער נישט פארשטעלן, צו ווייל איך בין א פחדן, אדער ווייל איך קען נישט קיין ענגליש קען א צווייטער דאס פרעזענטן אנשטאטס מיר?
מ"ה: די גרעסטע טורן אףף וואס אן אינוועסטער קען האבן איז "איך קען נישט אליין פרעזענטן" אבער ווי געזאגט, אונזער סטעף איז דא צו העלפן יעדן וואס וויל אבער דו מוזט זיין גרייט, און דו מוזט זיין קלאר וואס דו ווילסט "אויב פעהלט פון הסברה פעהלט הבנה".
א"וו: ווער זענען די אינוועסטערס? קען איך זיין, יעדער וואס האט געלט? וועלעכע קאמיוניטי?
מ"ה: אונז האמער געזוכט דוקא אינוועסטערס וואס האבן א טרעק רעקארד אז זיי האבן שוין אינוועסטעד אין ביזנעסער. מ'האט גענומען 5 מענטשן וואס יעדער ציהט צו אן אנדערע ליין. למשל איינער צו טעקנאלעדזשי, איינער צו די פוד ליין וכדו' כדי יעדער זאל האבן א פעיר טשענס. מיר האבן געזוכט דוקא מענטשן וואס אין זייער אנדערע ביזנעסער האבן זיי גוטע קאנעקשנס. מ'האט געזוכט אזעלעכע מענטשן וואס דו טרעפסט נישט יעדן טאג אין ביהמ"ד. און לאמיך דיר זאגן אסאך ווייסן שוין, איינע פון די 5 איז אויך א שארק ביי די גרויסע שארק שאו.
און איך וויל צולייגן נאך א זאך, מיר האבן באקומען אפליקעישענס פון אסאך אינוועסטערס, מיר האבן געמוזט שניידן צו בלייבן מיט 5. די אנדערע אינוועסטערס זענען אבער נאך גרייט מיט זייער 100,000 דאללער אדער מער. איז אפילו איינער איז נישט סוקסעספול ביים שארק, צו נאך פארדעם, ער האט אריינגעגעבן אן אפליקעישן אבער האט נישט קוואלעפעצירט פארן שארק, איז דא א טשענס אז ער זאל טרעפן אן אינוועסטער וואס זוכט צו אינוועסטן אבער איז נישט געווען אויפן שארק.
יעצט אפאר זייטיגע פראגעס:
א"וו: קוקט איר צומאל אייוועלט? וואס זאגט איר דערצו?
מ"ה: איך בין ב"ה היבש ביזי, אבער איך הער אמאל צוריק פון אייוועלט, און איך ליין ווען איך באקום עפעס א לינק דערצו.
וואס איך האלט דערפון?
געוואלדיג! די מציאות איז אז די וועלט טוישט זיך זייער שנעל, דאס אז ס'זיצן הונדעטער יונגעלייט און פארברענגען אזוי שיין, מ'העלפט זיך ארויס אזוי שיין אלעס אויף א כשרן אופן איז א געוואלדיגע זאך!
א"וו: מיר האבן געזעהן אז איר האט גערעדט פאראיאר ביי די "אינפיוזשען סאפט" איווענט פאר 2000 גוים דאס איז לכאורה א שטארקע דערגרייכונג אז א יוד זאל אויסלערנען ביזנעס פאר 2000 גוים דערצייל אונז אביסל דערוועגן.
מ"ה: איך שפיר אז די איווענט איז געווען א געוואלדיגע קידוש ה', פון די צוויי טויזענט מענטשן בין איך געווען די איינציגסטע יוד מיט בארד און פאות דארט, דאס ווייזט אז מ'דארף זיך נישט צושטעלן צו די גוים זיי צו געפעלן, מ'קען בלייבן אן ערליכע יוד און דאך זיין אנערקענט אין די ביזנעס וועלט.
פון די צווייטע זייט, דאס איז מיין השתדלות פאר פרנסה וואס איך דארף טוהן. יעדער דארף טוהן השתדלות, 500 יונגעלייט גייען קומען צו די איווענט זיי גייען טוהן השתדלות ארבייטן אויף זייער ביזנעס! אויפטרעטן ביי "אינפיוזשען" איז געווען מיין חלק השתדלות. און ביידעוועי, "אינפיוזשען" איז איינע פון די ספאנסערס פון די איווענט. אלזא, מיין השתדלות האט זיכער עפעס אויפגעטון ב"ה.
א"וו: וואס זענען אייערע פלענער פארן צוקונפט? גייען זיין נאך אזעלעכע איווענטס?
מ"ה: ס'איז דא פארשידענע פלענער אויפן צוקונפט, יעצט ארבייט מען אויף דעם איווענט, מיר ווילן און האפן אז ס'זאל בעזר השם זיין א סוקסעס, און מיט דעם וועלן מיר קענען גיין ווייטער. די פונקטליכע פלענער קען מען נישט רעדן, ווייל ס'נאכנישט קלאר.
א"וו: גיב איבער א ציטאט, א קליינע עפיזאד, עפעס, עפעס וואס דו האלטסט אז עס קען אינספייערן א היימישער יונגערמאן אנצוקומען גאר הויעך אין די ביזנעס וועלט.
מ"ה: ס'איז באקאנט די משל פון דעם יונגערמאן וואס איז געקומען צו זיין חבר אין ביהמ"ד אז ער מאכט חתונה א קינד און ער האט נישט קיין געלט דער חבר זאגט אים אז ער האט נישט מיט זיך זיין טשעק בוק, אבער ער זאל קומען צו אים 1:00 אין אפיס וועט ער אים געבן געלט אבער דער חבר קומט נישט אן. די נעקסטע טאג, אודך, ער קומט אין ביהמ"ד ער בעט זיין חבר זאל אים שרייבן א טשעק, זאגט ער: זיכער, קום אין אפיס שפעטער, איך וועל דיר געבן א טשעק, אבער ער קומט נישט אן.
מיר ווייסן און גלייבן אז אלעס איז באשערט, מ'איז מתפלל יעדן טאג מ'בעט דעם אייבערשטן ער זאל געבן פרנסה, מ'דארף אבער טוהן השתדלות, דער אייבערשטער האט אזוי געמאכט די טבע, א מענטש דארף טוהן עפעס אז די ברכה זאל חל זיין.
און סתם אזוי פאר יעדן איינעם, יעדער קען אנקומען! מ'דארף נישט קוקן צו ווייט, מ'זעהט ב"ה צענדליגער יונגעלייט וואס זענען קיינמאל נישט געווען אין קאלידזש קומען אן גאר הויעך ב"ה, אז מ'וועט בעטן דעם אייבערשטן און טוהן השתדלות וועט מען בעזר ה' אנקומען.
א"וו: א גרויסן יישר כח פאר אייער צייט לאמער האפן אז די איווענט וועט זיין א גרויס סוקסעס.
נאר איין זאך וואו קעמען זעהן מער פרטים איבער די איווענט? וויפיל ס'קאסט און וואו מ'קען קויפן טיקעטס וכד'?
מ"ה: די וועב זייטל איז:
http://www.ltbsummit.com
די פרייז איז 279 און ס'גייט ארויף גיין צו 299
הצלחה...