בלאט 1 פון 1

LTB אינטערוויא חלק א

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 07, 2013 1:37 pm
דורך וויכטיג מאכער
פשיאה איז דאס געווען אן אינטערוויא! איך בין שוין געווען אויף אסאך קאנפערענצן, און איך האב שוין געהערט פון פיטעקס כמה פעמים, אבער די אינטערוויא האט מיך מורא'דיגע אימפרעסד... איין מינוט... וואס פעהלט אויס בכלל אן הקדמה... ליינטס דעם אינטערוויא און לאזט אייך הערן...

א"וו: א גוט יאר ר' מנחם, קודם וויל איך מיך באדאנקן בשם די טויזענטער ליינער פון אייוועלט פארן אוועק גיבן אזוי פיהל צייט אין אזעלעכע פארנומענע טעג...

מ"ה: א גוט יאר...

א"וו: איך וועל צוגיין גראד צו די פראגעס וואס דער עולם האט אריינגעשיקט... די ערשטע זאך וויל דער עולם וויסן "וואס איז דאס LTB" און וואס איז דאס LTB איווענט?

מ"ה: LTB איז ר"ת פון Let's Talk Business (לאמיר רעדן ביזנעס) איך שיק יעדע וואך ארום אויף אימעיל אינטערעסאנטע ביזנעס געדאנקן וואס איך האלט איז אינטערעסאנט און קען צו נוץ קומען פאר די מענטשן, און די אימעיל ווערט אנגערופן "לעטס טאלק ביזנעס", און אויף דעם רופט מען דעם איווענט LTB איווענט.

א"וו: יעצט לאמער גיין צום איווענט... וואס האט איך געברענגט צו מאכן אזא איווענט?

מ"ה: זייענדיג אין די ביזנעס וואס איך בין - פיטעקס וואס א חלק פון די ביזנעס איז מארקעטונג, קום איך עקראסס זייער אסאך ביזנעסער, איינער צייכענט זיך אויס מיט איין זאך, א צווייטער מיט א צווייטע זאך, יעדער האט אן עקספערטיז אין א צווייטן הינזיכט... אסאך מאל טראכט איך צו מיר ווען איך זאל ווען קענען די אלע יודן צוזאמשטעלן און יעדער זאל שעירן עקספערטיז פון די ביזנעס מיט די אנדערע ביזנעסער וואלטן אסאך פון די ביזנעסער געהאט א תיקון און גאר שנעל געגאנגען צו די נעקסט לעוול... איך האב אסאך געטראכט דערפון, און איך האב אפגעמאכט אז ס'מוז שוין איינמאל געשעהן אזא זאך, און דעמאלטס האב איך אנגעפאנגן ארבייטן אויף אזא איווענט.

א"וו: דו זאגסט אז דיין ביזנעס איז פיטעקס... וואס איז דאס פיטעקס?

מ"ה: פיטעקס איז א קאמפאני וואס העלפט ביזנעסער סוקסידן אין פארשידענע הינזיכטן, אונז האמער ב"ה 4 דעוויזשנס, ברענדינג און מארקעטונג...

א"וו: אנטשולדיגט פארן איבערהאקן... שמועס אביסל אויס... וואס איז די חילוק פון ברענדינג און מארקעטונג...

מ"ה: ברענדינג איז למשל ווען א קאמפאני וויל אריינברענגען א נייע איידיע, א נייע אייטעם וכד'... מען דארף מאכן ריסוירטש וויזוי צו פאזישענען דעם אייטעם אויספיגערן וויזוי מען זאל דאס אהערשטעלן, און וועלעכע מארקעט מען זאל דאס פראמאוטן און מיט וואס איז די פראדוקט בעסער אדער אנדערש פון די קאמפעטעטיוו פראדוקט וואס איז שוין אין די מארקעט, וועלעכע חלק פון די פראדוקט איז די בעסטע ארויסצוברענגען וכד'...

יעצט ווען איך ווייס שוין וואס איך וויל, ווערט שווער די פראגע "וויאזוי?" וויזוי ברענג איך עקראסס מיין מעסעדזש? דאס איז די מארקעטונג פארט... מארקעטונג איז טרעפן די ריכטיגע מהלך "וויאזוי" ארויסצוברענגען די מעסידזש...

די צווייטע חלק איז דעזיין און פרינט... נאכדעם וואס איך האב שוין א מארקעטונג סטראטעגיע, דארף מען מאכן עדס, שרייבן ארטיקלען און בראשורס פרינטן די זאכן וכד'.

די דריטע חלק איז די קאלל סענטער... מיר הייבן אויף טעלעפאונס פאר קאמפאניס...

די פערטע חלק איז די וועב דיוועלעפמענט טיעם... זיי גיבן זיך אפ צו מאכן אלע מיני וועבסייטס...

סאו פיטעקס באשטייט פון די פיר זאכן... עס זענען דא קאסטומערס וואס זענען נאר פרינטינג קאנסטומערס אדער נאר קאלל סענטערס קאסטומערס, און עס זענען דא קאסטומערס וואס קומען צו אונז מיט א פראדוקט, און מיר נעמען קעיר פון אלעס, פון אנפאנג ביזן סוף...

א"וו: וואס איז פשט פון צאמשטעלן פונקט די פיר זאכן?

מ"ה: זייער פשוט, רוב פראדזשעקטס דארפן די 4 זאכן, און מיר טוען קאארדאנעיטן די 4 זאכן פארן קאסטומער...

א"וו: יעצט לאמיר צוריקגיין צום איווענט... איינער פרעגט דא צו די איווענט איז געמאכט פאר יעדן איינעם צו נאר פאר געוויסע... אין אנדערע ווערטער, אפשר קענסטו מיר זאגן פארוועם איז די איווענט געאייגענט?

מ"ה: די איווענט איז נישט געאייגענט פאר יעדן... די איווענט איז נאר געמאכט פאר מענטשן וואס זענען שוין אין די ווארקינג פיעלד, מענטשן וואס האבן שוין עפעס עקפיריענס אין ביזנעס אויף סיי וועלעכע לעוול, צו א ביזנעס אוינער וואס וויל גיין צו די נעקסט לעוול, אדער שיקן זיינע ארבייטערס, סעילסלייט, אדער סתם א סעלף עמפלויד יונגערמאן, און אפילו אן ארבייטער וואס וויל אליין שטייגן און מעגליך ווערן א בעסערע לעוול ארבייטער מיט א בעסערע געהאלט, די אלע וועלן זיך שפיהרן מער קאמפטעבל מיט די טערמענאלידזשי וואס מ'נוצט דארט, און זיי וועלן פארשטיין וויזוי מ'קען עדאפטן די דרשות און קאנסעפטס דיירעקט צו זייער פערקטיס.

א"וו: און וואס טוט זיך מיט די יונגעלייט וואס זענען נישט אין די ווארק-פארס, זיי דארפן נישט אזא איווענט? איז דא א פלאן צו מאכן עפעס פאר זיי אויך?

מ"ה: ס'איז נאכנישט דא קיין קלארע פלענער אז מען זאל קענען רעדן דערפון, אבער מען ארבייט אויף פארשידענע פלענער פאר נאך אזעלעכע און ענליכע איווענטס אין די צוקונפט...

א"וו: איינער פרעגט דא... לויט ווי איך פארשטיי פון וואס איך הער בנוגע דעם איווענט, רעדט מען דא פון א פראפעשענאל איווענט, און דארט גייען רעדן גוים, ריכטיג? וואס פאר א אידישע פנים גייט אזא איווענט האבן?

מ"ה: די דרשות גייען זיין אויף ענגליש, און איך גלייב אז רוב מענטשן אין די ווארקפארס פארשטייען ענגליש... אבער נאך מער פון דעם, ווען מיר האבן געזוכט א ספיקער פאר די איווענט האבן מיר געמאכט זיכער אז דער ספיקער פארשטייט - אויף ווי ווייט עס איז שייך - אונזער קאמיוניטי און די טשעלענדזשעס וואס מיר גייען דורך אין ביזנעס, מיר זענען איבערגעגאנגען מיט יעדן רעדנער זייער תוכן אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן און אינפארמאטיוו פאר אונז יודן, און יעדער זאל קענען אראפשרייבן און אהיימנעמען פון דארט גוטע טיפס און קוואלעטי אינפערמעישן...

א"וו: איינער וואס האט היינט אונטערנעט עקסעס קען היינט זעהן אלעס וואס מען וויל... פארוואס זאל איך דארפן קומען צו אזא איווענט, קען איך דען נישט זעהן די אלע בעלי דרשנים אויף די אינטערנעט?

מ"ה: די פראגע איז א שטיקל המשך צו די פריערדיגע, און די תירוץ איז אויך דאס זעלבע, נאר אביסל מער... אויב האסטו געזעהן די ליין אפ פון די ספיקערס און וועסט מאכן אביסל ריסוירטש וועסטו זעהן אז אזא ליינאפ פון בעלי דרשנים איז א חידוש אויך אין די גויאישע וועלט... אונזערע ספאנסערס ווי "פידעליטי" און "BFG" וואס זיי אליין מאכן כסדר איווענטס פאר זייערע ביזנעסער זענען נתפעל געווארן פון אזא ליינאפ!

למשל דער ערשטער בעל דרשן "גערי וועיניטשאוו" ער איז א 40,000 דאללער ספיקער! דו רעדסט דא פון די גרעסטע און די בעסטע אין די וועלט! אגב, דער גערי וועיניטשאוו לאזט געווענליך נישט אפכאפן זיינע דרשות, א גרויסע חלק פון זיינע דרשות קען מען נישט טרעפן אין ערגעץ... א צווייטער ספיקער "סקאט גינסבערג" איז באקאנט אז ער זאגט קיינמאל נישט איבער א ספיעטש צוויי מאל, יעדע ספיעטש זיינע איז קאסטומייזד פאר די איווענט וואס ער רעדט...

און וואו פריער געזאגט, די דרשות זענען נישט ארדענערי דרשות וואס די ספיקערס זאגן יעדן טאג, מען האט מיט זיי געארבייט אז די דרשות זאלן זיין קאסטומייזד פאר אונזער קאמיוניטי, סאו אפילו אויב דו וועסט טרעפן דא דארט א דרשה פון די ספיקערס, קענסטו נישט טרעפן דאס וואס זיי גייען דארט רעדן...

און לאמער נישט פארגעסן וואס מען האט אנגעפאנגן... די איווענט איז נישט נאר פאר די דרשות... עס איז איבער די גאנצע פראגראם... די עצם צוזאמקום פון אזוי פיהל מענטשן פון פארשידענע בעקראונדס, די נעטווארקינג מיט מענטשן וואס דו האסט זיי נאך קיינמאל געזעהן, און וואלסט מסתם קיימאל צו זיי נישט אנגעקומען קענסטו נישט טרעפן אין ערגעץ!

און איך וועל דיר זאגן נאך מער, ארבייטענדיג אויף די איווענט האבן מיר אינוואלווד פארשידענע מענטשן ארויסצוהעלפן אז די איווענט זאל זיין סוקסעספול, יעדער איינער האט אסאך צוגעגעבן, סיי די ספיקערס און סיי די אינוועסטערס און ספאנסערס, יעדער איינער האט געברענגט דיפרענט איידיעס צום איווענט... די זעלבע זאך דא, די נעטווארקינג חלק פונעם איווענט דאס אליין איז א גרויס חלק וואס מאכט דעם איווענט אזוי עקסייטינג...

קוואוט:
"
ווען 500 יודישע ביזנעסלייט קומען אונטער איין דאך מיט די זעלבע ציהל, קומען ארויס גוטע זאכן דערפון"...


א"וו: פשיההה... טאקע געוואלדיג... אבער יעצט ווערט שווער עפעס אנדערש, אויב רעדט מען טאקע פון אזא רייכע פראגראם, וויזוי איז מעגליך אריינצושטופן אלעס אין איין טאג?

מ"ה: זייער א גוטע פראגע, און עס איז אמת אז קיינער גייט נישט ארויסקומען א נייע מענטש, אדער אז א ביזנעס גייט נישט ווערן גרעסער בלויז פון איין איווענט... די איווענט איז געמאכט געווארן צו קאווערן יעדע טאפיק אבער נישט אין דיטעילס, דאס טייטש ער גייט דיר גיבן א געוויסע איידיע, און דער וועם אזא איידיע קען העלפן, וועט אליין כאפן וויזוי ער קען עס עפלייען צו זיין ביזנעס, ער גייט דיר אבער נישט גיבן קיין דיטעיל'ד משלים פאר יעדן אינדאסטרי באזונדער... און טאקע פארדעם - ווי איך האב פריער געזאגט - איז די איווענט נאר געאייגענט פאר מענטשן וואס זענען שוין אין די ווארק-פארס, און וועלן וויסן וויזוי צו עפלייען די דזשענעראל קאנצעפט צו זייער פרעקטיס... משא"כ דער וואס איז נאכנישט אין די ביזנעס וועלט ווייסט נאנישט וואו זיין שוואכקייט איז, און ער וועט נישט קיין סאך פארדינען דערפון...

די צווייטע חלק וועט אי"ה זיין פארטיג סאאן...

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 07, 2013 2:55 pm
דורך מייקראסאפט
wow! הענדס אפ פאר וויכי!!! וואט עי דזשאב!! ווען קימט די צווייטע??

ביי דעי וועי איך האב נישט געוויסט אז פיטעקס טיט אין וועב דעוועלעפמעט אויך, איז דא ערגץ ווי איך קען זעהן סייטס וואס זיי האבן שוין געמאכט?

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 07, 2013 3:01 pm
דורך לכתחילה אריבער
נאך נישט געליינט, מיט ווארטן אויף די צווייטע חלק, צו ליינען אינאיינעם. אבער א ריזן דאנק קען מען שוין זאגן! (און סארי וויכי אז כ'האב דיר נישט געהאלפן..... נישט געהאט קיין צייט, נעקסיים אי"ה בל"נ)

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 07, 2013 5:11 pm
דורך ווינקל
געוואלדיג!

שפאנונג איז דא, ברענג אהער די איבריגע סחורה!

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 07, 2013 6:19 pm
דורך הערליך
הערליכע ארבייט וויכי, א דאנק פון טופן הארצן

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 09, 2013 11:17 am
דורך הערליך
וואס טוצעך מיט חלק ב?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 09, 2013 12:11 pm
דורך וויכטיג מאכער
הערליך האט געשריבן:וואס טוצעך מיט חלק ב?

ס'שוין פיניש, ס'וועט ארויפגיין סאאן...

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 09, 2013 2:02 pm
דורך פאטאקי08
ישר כח אייך וויכי ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 09, 2013 3:27 pm
דורך גרויזאמער
זייער תוכנ'דיג, וואו וויכי קומט נישט אן מיט זיין יוקאן, לא יאומן כי יסופר!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 10, 2013 3:06 pm
דורך מאנ-יימער
הערליך האט געשריבן:הערליכע ארבייט וויכי, א דאנק פון טופן הארצן