בלאט 4 פון 5

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 11, 2019 1:04 pm
דורך אהער און אהין
אהער און אהין האט געשריבן:די חסידים רוקן זיך אריין אין לעיקוואד.

סאטמאר פארמאגט דאך שוין דארט יארן א שול און מוסדות, אזוי אויך ק''ק ראחמיסטריווקא, סקווירא, און סקולען פארמאגן ריזיגע פראכטפולע בתי מדרשים, וואס האט ביז יעצט געדינט נאר דעם 'חסיטווישן' ציבור מעריצים.

אצינד קומען שוין אן קיין לעיקוואד די 'עכטע' חסידים.

ויפוצו מעינותיך חוצה.

קומזיץ אין לעיקוואוד געקענסלט

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 12:06 am
דורך מצלמה
א טומל אין לעיקוואוד, איבער די קומזיץ אין לעיקוואוד היינט ביינאכט איז געווארן געקענסלט.

ביטע אריינקומען מיט אינפאו

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 12:12 am
דורך רעסטאראנט
.

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 12:59 am
דורך חושב מחשבות...
ווער האט עס געפלאנט צו מאכן און ווער האט עס אפגערופן

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 1:04 am
דורך נעכטן
געווען פראטעסטן איינער ארעסטירט

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 10:25 am
דורך לעיקוואד
לענ"ד האבן דא די אזויגערופענע עסקנים דא איבערגעצויגן די שטריק און עס וועט זיי היבש בעקפייערען.
א ליטווישע בחור האט נישט קיין טיש אדער פארברענגעןס וכדו ווי זיך אויסצוגעבן.
ווי אויך איז היינט סאך אנדערש ווי אפילו 20 יאר צוריק, היינט העלפן רוב בחורים קוים, יעדער האט קליענינג העלפ, ממילא א בחור גייט ליידיג און אפילו ער זאל לערנען א האלבע טאג בין הזמנים, איז נאך אלץ די אנדערע האלבע טאג נישט דא וואס צוטוען, און אז מען האט כשרע עינטערטענמענט, שטופט עס אביסל די צייט.

עס איז שווער צו גלייבן אז מען וועט נאכאמאל מבטל זיין אזא קומזיץ און אפילו אביסל ערגער פון דעם, קיין איין עסקן וועט נישט ווילן האבן די היעט וואס די צוויי גייען יעצט דורך.

זיי האבן געמיינט אז מען וועט עס מבטל זיין אזוי ווי מען פלעגט אמאל טוען און עס וועט זיין שטיל.

אמאל וואלטן זיי טריאמפירט אז לעיקוואד עיר התורה קען נישט זיין קיין קאנצערט וכדו'.

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 10:30 am
דורך nmi
וואס איז געווען די מעשה?

די נייעס אויף לעיקוואד סקויפ.

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 12:26 pm
דורך ס'שטימט

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 12:28 pm
דורך ס'שטימט
די פראטעסט.....


געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 12:29 pm
דורך טשולענט בונדלעך
קען איינער אריינקומען קלאר וואס די מעשה איז געווען?

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 1:33 pm
דורך נודניק
האסט געפענט די לינק? וואס פונקטליך איז נישט קלאר?

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 11:34 pm
דורך פאראינטערסירט
און ווידעראמאל פראטעסטן יעצט ביינאכט צוליב די זעלבע סיבה פון נעכטן.
די חברה שיסן אייער... גיוואלד!

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 11:53 pm
דורך maybeeynot
פאראינטערסירט האט געשריבן:און ווידעראמאל פראטעסטן
די חברה שיסן אייער... גיוואלד!

זיי האבן שוין אפגעקאכט די גאנצע יו"ט ?

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 11:57 pm
דורך פאראינטערסירט
maybeeynot האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:און ווידעראמאל פראטעסטן
די חברה שיסן אייער... גיוואלד!

זיי האבן שוין אפגעקאכט די גאנצע יו"ט ?

זיי האבן עס באקומען פאר אומזינסט פון די פאר פסח עסן פארטיילונגען...

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 12:00 am
דורך Borough Park
נודניק האט געשריבן:האסט געפענט די לינק? וואס פונקטליך איז נישט קלאר?

איך קען עס נישט עפענען

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 12:00 am
דורך שרייב-פעדער
maybeeynot האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:און ווידעראמאל פראטעסטן
די חברה שיסן אייער... גיוואלד!

זיי האבן שוין אפגעקאכט די גאנצע יו"ט ?


נע, ס'איז רויע אייער.... נאכנישט געקאכט...

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 12:12 am
דורך קאנסילמאן
לעיקוואד האט געשריבן:לענ"ד האבן דא די אזויגערופענע עסקנים דא איבערגעצויגן די שטריק און עס וועט זיי היבש בעקפייערען.
א ליטווישע בחור האט נישט קיין טיש אדער פארברענגעןס וכדו ווי זיך אויסצוגעבן.
ווי אויך איז היינט סאך אנדערש ווי אפילו 20 יאר צוריק, היינט העלפן רוב בחורים קוים, יעדער האט קליענינג העלפ, ממילא א בחור גייט ליידיג און אפילו ער זאל לערנען א האלבע טאג בין הזמנים, איז נאך אלץ די אנדערע האלבע טאג נישט דא וואס צוטוען, און אז מען האט כשרע עינטערטענמענט, שטופט עס אביסל די צייט.

עס איז שווער צו גלייבן אז מען וועט נאכאמאל מבטל זיין אזא קומזיץ און אפילו אביסל ערגער פון דעם, קיין איין עסקן וועט נישט ווילן האבן די היעט וואס די צוויי גייען יעצט דורך.

זיי האבן געמיינט אז מען וועט עס מבטל זיין אזוי ווי מען פלעגט אמאל טוען און עס וועט זיין שטיל.

אמאל וואלטן זיי טריאמפירט אז לעיקוואד עיר התורה קען נישט זיין קיין קאנצערט וכדו'.


זעענדיג די נייעס האב איך געטראכט צו מיר ווי ווייט האלט מען אז די זעלבע ענליך זאל נישט ח"ו פאסירען צו אונז אין קר"י וומסב"ג?!

ירחם המרחם

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 1:39 am
דורך צולייגער
קאנסילמאן האט געשריבן:זעענדיג די נייעס האב איך געטראכט צו מיר ווי ווייט האלט מען אז די זעלבע ענליך זאל נישט ח"ו פאסירען צו אונז אין קר"י וומסב"ג?!

ירחם המרחם

חכם דו, ביי אונז איז עס שוין געווען, און מען האט טאקע מוחה געווען אויף אייוועלט

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 1:44 am
דורך רעסטאראנט
עס איז געווען א סדר און נישט געקענסעלט , מענער קאנצערט פאריגע חול המועד נישט געקענסעלט, מענער קאנצערט יעצטיגע חול המועד אין וויליאמסבורג צום ערשטען מאל אין היסטאריע ... ביזדערווייל נישט געקענסעלט, ווי האט יענער געזאגט עס איז אויס וועלט ... אינטערן פלעיס נישט געלונגען צו קענסעלען

לעיקוואד האט געמיינט אז זיי קענען נאך יא קענסעלען

אבער זעט אויס עס איז פארט יא א אנדערע וועלט צו מען וויל עס אראפשלינגען צו נישט

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 9:13 am
דורך לעיקוואד
מען דארף פארשטיין די חילוק, ביי אן עווערעדזש חסידישע בחור קען ער זיך אויסגעבן ביי א טיש. א ליטווישע בחור האט נישט די בענעפיט.

אפילו א כשר'ע פלעי האבן זיי נישט. עס קומען גראדע גענוג ליטווישע בחורים וואס קענען עפעס אידיש צום פלעי אדער הוק אפ, אבער די המון עם פארשטייט נישט געהעריג אונזער אידיש.

די קאנצערט איז נאך עני טיים אזוי גוט ווי דאס אז בחורים זענען געגאנגען צי א מעטס געים, און פון דעם האט זיך ארומגעדרייט גענוג פיקטשערס און קליפס, און דאס איז אקעי אפילו ביי א בחור וואס זיצט אין לערנט א גאנץ יאר.

ווען די קאנצערט וואלט געווען אינדרויסן פון לעיקוואד וואלט עס נישט געבאדערט אפילו פאר די אזויגערופענע עסקנים, און דאס איז זייער בת היענה'ישקייט.

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 9:36 am
דורך לעיקוואד
אגב די היאפקראטיע איז דא געפערליך.
אלע ארגאנאזעישאנס אריינגערעכנט די ישיבה האט געהאט במשך די יאר מעכטיגע איווענטס, ווי מען האט נישט געברענגט די בעסטע בעלי דרשנים נאר די בעסטע זינגערס וכדו' און דאס איז געווען אקעי, נאר פאר די בחורים דא איז שוין עפעס אנדערש...
עס האט געברויכט זיין א כשרע איווענט אין די זעלבע בחינה ווי די סדר נאכט אין בפ. בערי וועבער און אייזיק האניג וואלט געווען אקעי ביי יעדע דינער.
אז איינער וויל נישט זיין זון זאל גיין כל הכבוד, אבער גיין צושטערן אן אנדערענס איווענט ווען ליידער דארפן עס רוב היינטיגע בחורים ווי לופט צו אטעמען, דאס איז א חוצפה.

קומטס נישט מיט א בריוו פון ראש ישיבהס וכדו, יעדער ווייסט אז דאס ארויסשלעפן א סיגנעטשור איז גרינגער ווי ארויסשלעפן א דאלער.

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 4:55 pm
דורך לעיקוואד
זעהט אויס אז עפעס האט אויפגעטוען די גאנצע מהפיכה.
היינט איז דא קומזיץ אין לעיק טערעס אן קיין דרשות און פאר אומזינסט.
איי געס נארמאלע עסקנים האבן איינגעזען אז מען האט דא איבערגעציט די שטריק.

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 9:57 am
דורך נתן בן ופסי
אפשר האט זיך געלוינט די גאנצע מעשה פאר די ארגענעזירערס פינעם קומזיץ סאיז מסתמא געוועזען צוויי מאל אזוי סאך מענטשען. איינער האט אפשר בילדער?

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 10:55 am
דורך צולייגער
יא, עס איז געווען א ריזן עולם.

מתחילה איז דאס געווען מיטן פארציילן פאר די ראשי ישיבה אז דארט גייט זיין "הויעך" יו"ט און עס וועט זיין מוכן לפורעניות, דערויף האבן זיי עס גע'אסר'ט.

נאך לחץ פון די פאליציי דאס צו איבערשמועסן ווי עדאלטס, און איבערגיין די פאקטן מיט די ארגאניזירער, האט מען עס געמאכט נעכטן, מען האט געשאפט ספאנסארס עס זאל זיין בחינם אין א ריזיגן זאל, אויך האט הגאון ר' שלום בער סורוצקין שליט"א אפגעשטופט זיין רייזע צוריק קיין אר"י און געקומען אויפטרעטן.

אייזיק האניג איז נישט געווען, ווייסעכניש צו אלס נישט וועלן זיין א פארט פון די שטינק אדער איז ער שוין געווען ביזי.

די עסקנים האבן נישט פארגעסן, און האבן נאך נעכטן נאכט ארומגעשיקט רויבער קאלס אז מען טאר נישט גיין. ברוך שמסר גולמו לשופרות

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2019 3:51 pm
דורך בבל
בד'' ה א טראגעדיע איז געשען אין לעיקוואוד ווען א קינד איז איבערגעלאזט געווארן אין א קאר.
בשורות טובות