Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג יוני 03, 2013 2:18 pm

שיינע שמועס. ווער עס האט מער געוואטשט א טעלעוויזיע שוי. (סארי, עס פאסט נישט ברבים).

Advertisement

מאנטאג יוני 03, 2013 3:46 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:מ'דארף עס ענדיגן אפטייפן... איך האב אז ס'וועט זיין דא וויט-אין די נעקסטע 24 שעה...

ס'געדויערט טאקע 24 שעה צו טייפן?
WOW אזא לאנגע אינטערוויו?
#איי_קענט_וועיט

מאנטאג יוני 03, 2013 4:04 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:שיינע שמועס. ווער עס האט מער געוואטשט א טעלעוויזיע שוי. (סארי, עס פאסט נישט ברבים).


איך וואטש נישט טיווי סתם אזוי ב"ה, איך האב לצורך פרנסה געברויכט דורגיין עפעס א קורס, און זיך געדארפט אויסלערנען דעם ענין, האבן זיי געגעבן צו וואטשן עטליכע סיזענס פון שארק טענק אלץ א חלק פונעם קורס, שוין תשובה געטון, פאריאר ביים כינוס.

מאנטאג יוני 03, 2013 4:18 pm

הערליך האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:שיינע שמועס. ווער עס האט מער געוואטשט א טעלעוויזיע שוי. (סארי, עס פאסט נישט ברבים).


איך וואטש נישט טיווי סתם אזוי ב"ה, איך האב לצורך פרנסה געברויכט דורגיין עפעס א קורס, און זיך געדארפט אויסלערנען דעם ענין, האבן זיי געגעבן צו וואטשן עטליכע סיזענס פון שארק טענק אלץ א חלק פונעם קורס, שוין תשובה געטון, פאריאר ביים כינוס.

שכרך הרבה מאוד פארן אויסקלארן. מען טאר נישט קאלט מאכן אנדערע ח"ו.

מאנטאג יוני 03, 2013 4:36 pm

הערליך האט געשריבן:איך האב יא, אבער לאמיר נישט פארקריכן, משה ווייס, וואס האט סעקסעספול באקומען אן אינוועסטער אויף שארק טענק גייט אויך דארט זיין.

וואס איז די היסטארי פון דער משה ווייס וואס האט ער ACCOMPLISH דארטן

מאנטאג יוני 03, 2013 5:02 pm

משה ווייס א חסידישער יוד פון מינעסוטע, (א ליבטוויטשער חסיד ווארשיינליך)איז געווען אויף שארק טענק נישט לאנג צוריק מיט א ביזנעס איידיע, און ער האט באקומען דארט א שותף "דעימאנד דשאהן" א מיליאנער האט אינוועסטעד דערינען, א חוץ די געלט האט ער אים מיט זיינע לאנגע הענט (וואס מיליאנערן פארמאגן אין אמעריקע) אריינגעברעגט און ריזיגע געשעפטן א שטייגער ווי וואל מארט, און די רעסט איז היסטערי, סהאט עקספלוידעט, און ער האט מורהדיג מצליח געוועהן האלט אין די קורצע צייט שוין מיליאנען דאלאר (דאכצעך 4 צו 5 מיליאן) סעילס

מאנטאג יוני 03, 2013 5:04 pm

משה ווייס איז -אזוי ווי אסאך אנדערע - געקומען זוכען אן אינוועסטער ביי די שארקס פאר זיין ביזנעס, און ער האט דאס באקומען.
זיין פראדוקט איז א געוויסע פאטענט וואס ווערט ארויפגעקליפט אויף אן אייפעד פאר בעסערע סאונד עקספיריענס.

____
הערליך האקט.

מאנטאג יוני 03, 2013 5:13 pm

הער אויף, איך פאנג נישט אן צו האקן, כאניש קיין השגה וואדי וויסט פון מיין לעבן האבן,

דער משה ווייס האט א געוואלדיגע סענטס אוף יומער, ער האט די חברה געמאכט לאכן וויי קיינער בעפאר, למשל ווען איינער פון די אינוועסטערס האבן אים געפרעגט די פשוטע קשיא וואס ווערט געווענטליך אלעמאל געפרעגט How will I get my money back? האט ער געענפערט I will write you a check און די חברה אינוועסטערס האבן אויסגעשאסן

מאנטאג יוני 03, 2013 6:07 pm

ווער עס וויל א mp3 פון די משה ווייס שוי קען מיר שיקן אין אישי

מאנטאג יוני 03, 2013 6:12 pm

אפשר שטעל ארויף?

מאנטאג יוני 03, 2013 6:14 pm

ערשטענס ס'איז קאפירייט, און צווייטענס יש קצת קול באשה

מאנטאג יוני 03, 2013 6:17 pm

קאפי רייט?
די אשה קען איך ארויסשניידן

----

יו נאוי וואט? לייג עס טאקע נישט ארויף, נישט ריכטיג אפילו צו רעדן דערפון דא ברבים, צו וואס דארף מען אנצונדן דאס נייגער ביי אפגעהיטענע ערליכע יודן?

דינסטאג יוני 04, 2013 12:55 am

איך האב געזען משה ווייס קליפ לאנג צוריק, ער האט טאקע א גאר געשמאקע סענס אויף הומאר געמישט מיט די חסידישע קנייטשן (דאס זעלבסט איז אינטערעסאנט פארן ג'ענטייל), זייער הנאה געהאט צו וואטשן.
ב"ה ער האט מצליח געווען זאל אים דער רבוש"ע העלפן אויף ווייטער.

דינסטאג יוני 04, 2013 8:03 am

ישר כח מומחה

דינסטאג יוני 04, 2013 12:33 pm

וועלכע עפיזאד איז דער משה ווייס?

דינסטאג יוני 04, 2013 3:10 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:מ'דארף עס ענדיגן אפטייפן... איך האב אז ס'וועט זיין דא וויט-אין די נעקסטע 24 שעה...

דינסטאג יוני 04, 2013 7:59 pm

גערעדט מיט איינעם פון די חברה....... די 500 זיצן זענען כמעט סאלד אויט, פליז לייג ארויף די אינטערויו ווילאנג עס איז נאך דא עוועילבעל.

מיטוואך יוני 05, 2013 6:01 pm

א נייע מעשה האט געשריבן:וועלכע עפיזאד איז דער משה ווייס?

Season 4 | Episode 13

זייער אינטרעסאנטע שמועס

דאנערשטאג יוני 06, 2013 3:42 pm

http://www.snapahead.com/blog/2013/reve ... s-ltb2013/

דאנערשטאג יוני 06, 2013 3:48 pm

הערליך האט געשריבן:גערעדט מיט איינעם פון די חברה....... די 500 זיצן זענען כמעט סאלד אויט.


דאס איז שוין געווען צוויי וואכן צוריק, זייט דעמאלטס האט זיך גארנישט גערוקט?

דאנערשטאג יוני 06, 2013 3:52 pm

אזוי מוז מיר איינזעצן.

דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:22 pm

זעט מיר נישט אויס אויספארקויפט..

דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:23 pm

ווי האסטו געקוקט אז דו האסט נישט געזעהן?

דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:42 pm

הערליך האט געשריבן:ווי האסטו געקוקט אז דו האסט נישט געזעהן?

קוק אין אישי

דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:47 pm

גיי מיר אי"ה.
שרייב א תגובה

Advertisement