באריכטן און אנאליזן
דאנערשטאג מאי 23, 2013 7:36 am
Advertisement
פרייטאג מאי 24, 2013 1:29 am
אצינד העמער צוגיין צו די אינטערוויא...
די אינטערוויא גייט זיין א געשריבענע-פראגע-און-ענטפער אינטערוויא, יעדער איינער דא קען אריינשיקן פראגעס, און די פראגעס וועלן ווערן פרעזענטעד צו מנחם האפמאן פון פיטעקס, דער קאפ פונעם פראיעקט, און מנחם וועט אי"ה ענטפערן אויף אלעם...
איך וויל אבער דער עולם זאל פארשטיין אז די אינטערוויא איז נישט געמאכט געווארן פאר פאן, אדער סתם ווייל מ'איז באורד, סיי די פיטעקס גרופ און סיי די אינטערוויאער פון אייוועלט האבען ב"ה וואס צו טוהן, נאר צוליב די פארלאנג פון ערענסט פאראינטערעסירטע ניקס האבן מיר ארעינדזשד דעם אינטערוויא, דעריבער ווילעך בעטן אז מ'זאל נישט סתם אריינווארפן קיין נערישע פראגעס, נאר פראגעס וואס וועלן עפעס ברענגען, פראגעס וואס וועלן ברענגען אינפארמאטיווע ענטפערס... מ'קען פרעגן עניטינג וואס איז נוגע צום LTB איווענט...
די אדרעס צו שיקן פראגעס איז
Iveltinterview@gmail.com מ'קען אויך שיקן אין אישי פאר אונזער אחראי געלעגער און מנהל צייטליך...
ביטע שיקן די פראגעס ווי פריער, כדי מ'זאל קענען אנקומען מסדר צו זיין די פראגעס און עס אריבערשיקן צו באקומען די ענטפערס אין צייט זיך צו קענען רעדזשיטערן צום איווענט...
מ'וועט אי"ה צוצייכענען ביי די פראכעס ווער ס'איז געווען די פרעגער, אויב וויל מען בלייבן אנאנאמיס, ביטע שרייבן ווען מ'שיקט די פראגע...
לאמער זעהן וואסערע אינטעליגענטע אינטערוויא אונזער ציבור קען אהערשטעלן...
פרייטאג מאי 24, 2013 7:54 am
איך וועל פראבירן מסביר צו זיין אביסל וויאזוי "שארקס" ארבעט, אזוי זאל מען בעסער פארשטיין וואס די איווענט באדייט און וואס מ'קען ערווארטן צו זען. קען זען אז געוויסע אינפארמאציע זאג איך נישט גוט ווייל איך האב עס נאכנישט געזען אבער איך האב מיך אביסל נאכגעפרעגט עס צו קענען אפשרייבן דא.
"שארקס" איז א טיווי שאו ווי עס זיצן פינעף מיליאנערן/ביליאנערן, און הערן אויס איידיעס וואס מענעטשן קומען אויף און טראגן אן. די מענטשען וואס קומען ארויף זענען פון איבעראל פון אמעריקע, און בעיקר קומען זיי ווייל זיי האבן נישט קיין אינוועסטער פאר זייער איידיע, קומען זיי צו די מיליאנערן און זיי לייגן פאר פונקטליך וואס זייער איידיע איז און די אינוועסטער הערט עס אויס און אויב זעט ער אז עס איז לעדזשיט און ס'איז דא פון וואו צו מאכן געלט, שלאגט ער פאר א פרייז צו ווערן א שותף למחצה לשליש.. דאס איז אויבן אויף.
יעצט אביסל טיפער צו פארשטיין, די איידיע פון שארק האט אסאך דעטאלן וואס איך פערזענליך זע נישט וויאזוי דאס קען אפלייען צו אידן. קודם פשוט, "שארקס" איז א טיווי שאו, דאס מיינט אז אין די צען מינוט וואס מ'רעדט פון דיין פראדוקט אויפן שאו איז דאס א פרי עד פאר דיין ביזנעס פאר מיליאנע מענטשען וואס האלטן דאס מיט. דאס אליין ברענגט גרויסע רווחים און דאס איז נאך פאר מ'באקומט אן אינוועסטער. דערנאך קומט די אויסדרוקן וואס די אינוועסטערס מאכן. דאס הייסט אזוי, די אינוועסטערס זענען סעלעבערטיס צווישן די גוים און זענען פרעסטיזשפול מענעטשען און ווען זיי זאגן אויף עפעס אז ס'איז גוט וועט עולם גולם דאס קויפן אן קיין מוק אפילו למעשה ענדיגט זיך עס נישט מיט קיין דיל....
און יעצט ווייטער, אויף "שארקס" ווען מ'באקומט יא אן אינוועסטער ווערט ער א חלק פון דיין ביזנעס און דאס אליין איז מורא'דיג שטארק פאר דיין ביזנעס ווייל דער אינוועסטער האט קאנעקשענס מיט ריזיגע אנדערע קאמפעניס וואס קענען דיר העלפן מיט דיין פראדוקט, וואס ווען דו זאלסט נישט האבן די אינוועסטער וואלט דיר גענומען יארן לאנג אנצוקומען אהין (למשל עדווערטייזן אויף געוויסע פלעצער וואס זיי נעמען נאר אריין גרויסע חברה) אבער מיט דיין אינוועסטער עפנען זיך אלע טירן.
יעצט איינמאל מ'פארשטייט וואס "שארקס" איז קען מען פראבירן דאס אויסצושטעלן און אויסמשלן וואס ביי אידן איז אנדערש און לויט דעם פרעגן וואס מ'וויל.
הצלחה
מאנטאג מאי 27, 2013 11:15 am
עטליכע חברים האבן שוין אריינגעשיקט זייערע פראגעס, מ'האמער באקומען א שיינע צאל גוטע קוואלעטי פראגעס...
איז דא נאך איינער וואס וויל פרעגן, אדער מ'קען שיקן די פראגעס?
מ'וועט גיבן נאך 2-3 טעג, ביז די וואך דאנערשטאג קעמען נאך אריינשיקן די פראגעס...
Iveltinterview@gmail.com
מיטוואך מאי 29, 2013 4:18 pm
לעצטע טאג צו באקומען דעם ביליגן פרייז
מיטוואך מאי 29, 2013 4:25 pm
רומער, איינער פון די אריגענעלע שארקס פון ABC גייען זיין דארט.
דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:27 pm
באקומען אויף אימעיל:
טייערע ליינער
מיר ארבעטן שווער אויף די קומענדיגע פאזע פון בעל בית, עס דויערט טאקע לענגער ווי געפלאנט, אבער מיר גאראנטירן אז עס וועט זיך האבן געלוינט.
ביני לביני, ווילן מיר אייך פארשטעלן א ספעציעלע ספעשל פאר בעל בית ליינער, א צוואנציג דאלער דיסקאונט פאר די קומענדיגע LTB איווענט.
צו באקומען די ספעשל און מער פרטים קליקט אויף די פאלגענדע לינק
http://balboos.us1.list-manage.com/trac ... 640ff2d467און ביי די רעגיסטראציע בלאט לייגט אריין די ספעציעלע קאוד
ltbbalboos
די דיסקאונט וועט עקספייערן אין 48 שעה.
הצלחה וברכה
דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:36 pm
איך בין נייגעריג ווער עס גייט זיך לאזן צורייסן פון די שארקס
דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:49 pm
סלוינט זיך נישט אנצוהייבן מיט זיי?
דאנערשטאג מאי 30, 2013 7:04 pm
איך ווייס נישט צו מען קען נאך אבער איך האב נארוואס אריינגעשיקט עטליכע פראגן צום אינטערוויא.
יעצט א פראגע צו אייך אייוועלט ליינער גייט איינער פון אייך צום קאנפרענץ? איך טראכט פון גיין, איך וואלט נאר געקענט באשטיין צו האבן א שותף.
דאנערשטאג מאי 30, 2013 7:32 pm
איך בין רעסטרירט אונאיינעם מיט מיינע שותפים, און מגיימער אי״ה.
דאנערשטאג מאי 30, 2013 7:50 pm
זיך איינגעהאנדעלט א טיקעט
דאנערשטאג מאי 30, 2013 8:05 pm
נו שוין, זאלסט נישט אויסזאגן פאר קיינעם ווער איך בין אקעי?
דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:07 pm
גימעל האט געשריבן:איך ווייס נישט צו מען קען נאך אבער איך האב נארוואס אריינגעשיקט עטליכע פראגן צום אינטערוויא.
יעצט א פראגע צו אייך אייוועלט ליינער גייט איינער פון אייך צום קאנפרענץ? איך טראכט פון גיין, איך וואלט נאר געקענט באשטיין צו האבן א שותף.
גיבט א קוק!
וועלכע ווינט האט אייך צוריקגעבלאזן צום וועלטל? געבענטשט זאל עס זיין!
זונטאג יוני 02, 2013 4:11 pm
סטוטצעך מיטן אונטערוויו?
מאנטאג יוני 03, 2013 10:03 am
איך גיי זיך באטייליגען ביים זאמיט
מאנטאג יוני 03, 2013 10:05 am
מ'דארף עס ענדיגן אפטייפן... איך האב אז ס'וועט זיין דא וויט-אין די נעקסטע 24 שעה...
מאנטאג יוני 03, 2013 12:30 pm
טענקסאלאט וויכי
מאנטאג יוני 03, 2013 1:46 pm
הערליך האט געשריבן:רומער, איינער פון די אריגענעלע שארקס פון ABC גייען זיין דארט.
סאיז אפיציעל
http://www.snapahead.com/blog/2013/one- ... t-the-ltb/
מאנטאג יוני 03, 2013 1:52 pm
גראדע האב איך א גוטע ביזנעס איידיע, דארף מען נאר מאכן זיכער אז ס'איז נאכנישט דא.
מאנטאג יוני 03, 2013 1:53 pm
רוף אן איינע פון די חברה, זיי קענען דיר העלפן/גיידן
מאנטאג יוני 03, 2013 1:58 pm
ער איז מער נישט קיין שארק. בלויז ביי איינע פון די סיזענס האט ער זיך באטייליגט, אבער מער נישט. ער איז די ווייניגסטע אינטרעסאנט. אן קיין טראפ לחלוחית. ביי ניינציג פראצענט, צו מער, פון די קעיסעס, גיבט ער בלויז א זאג: "איים אוט".
מאנטאג יוני 03, 2013 2:00 pm
אלעס וואס דו האסט געזאגט קענסטו זאגן אויף "אלע" שארקס
מאנטאג יוני 03, 2013 2:04 pm
הערליך האט געשריבן:אלעס וואס דו האסט געזאגט קענסטו זאגן אויף "אלע" שארקס
זעט זיך אויס, אז האסט נאך נישט צופיל געוואטשט שארק טענק. כמעט אלע פון זיי דיסקוסירן די נושא פון אלע זייטן. גיבן אן נארמאלע סיבות פארוואס עס אינטרעסירט זיי נישט. ועל כולם: זיי מאכן פון צייט צו צייט דילס. אבער דער חברה'מאן האט ממש נישט געמאכט קיין דילס אויפן טענק. נישט קיין וואונדער ער איז געפלויגן גלייך נאכן ערשטען סיזען.
מאנטאג יוני 03, 2013 2:12 pm
איך האב יא, אבער לאמיר נישט פארקריכן, משה ווייס, וואס האט סעקסעספול באקומען אן אינוועסטער אויף שארק טענק גייט אויך דארט זיין.