סקאנדאל - IRS האט זיך פארלייגט אויף רעכטע ארגענעזאציעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

סקאנדאל - IRS האט זיך פארלייגט אויף רעכטע ארגענעזאציעס

תגובהדורך שנאפס » פרייטאג מאי 10, 2013 11:04 am

IRS apologizes for inappropriately targeting conservative political groups in 2012 election - @AP http://t.co/kOKeKEbnRI
לעצט פאראכטן דורך שנאפס אום מאנטאג מאי 13, 2013 7:01 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מאי 12, 2013 12:13 am

שנאפס האט געשריבן:IRS apologizes for inappropriately targeting conservative political groups in 2012 election - @AP http://t.co/kOKeKEbnRI

עס פאנגט אן ווערן א ערענסטע סקאנדאל.

די איי אר עס האט מודה געווען אז זיי האבן ספעציעל מער נאכגעקוקט ארגענעזאציעס וואס זענען פארבינדען מיט די "טיי פארטיי" און קאנסערוועטיוו גרופעס בכלל. און יעצט ווייסט מען שוין אז "פרא איזריעל" אידישע גרופעס זענען אויך געווען "געטארגעט".

די איי אר עס האט זיך אנטשולדיגט - ווי שנאפס האט שוין געברענגט - אבער עס קומט ארויס מער און מער, אז די הויכע חברה אין די איי אר עס, האבן געוויסט דערפון און גארנישט געטאן.

די הויז "וויעס ענד מיענס" קאמיטע, דאס איז די קאמיטע וואס דארף זיך אפגעבן מיט אויספארשען אזעלעכע מיסברויכען, האט שוין פארלאנגט אז ביז נעקסטע וואס דאל די איי אר עס איבערגעבען אלע דוקיומענטען אין אימעיל'ס, ווי די ווארט "קונסערוועטיוו", "טי פארטי", פאטריאט" וכדו' אלע ווערטער וואס קען אנדייטן א שמועס איבער איינע פון די גרופעס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

alte zida
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 09, 2011 11:50 pm

תגובהדורך alte zida » זונטאג מאי 12, 2013 2:05 am

עס בלייבט נאר איבער צו זעהן ווי הויעך און די טשעין אוו קאמענד די סקאנדאל וועט גיין.
שטייטסעך אז אונזער פרעזידענט האט גארנישט געוויסט עיין בענגאזי. דו״ק
Proud to be part of the Hasidic Freaks.
אן אלטער פוקס איז בעסער ווי א יונגער פערד.
שרייט נישט ווייל איך הער נישט.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 13, 2013 3:14 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:IRS apologizes for inappropriately targeting conservative political groups in 2012 election - @AP http://t.co/kOKeKEbnRI

עס פאנגט אן ווערן א ערענסטע סקאנדאל.

די איי אר עס האט מודה געווען אז זיי האבן ספעציעל מער נאכגעקוקט ארגענעזאציעס וואס זענען פארבינדען מיט די "טיי פארטיי" און קאנסערוועטיוו גרופעס בכלל. און יעצט ווייסט מען שוין אז "פרא איזריעל" אידישע גרופעס זענען אויך געווען "געטארגעט".

די איי אר עס האט זיך אנטשולדיגט - ווי שנאפס האט שוין געברענגט - אבער עס קומט ארויס מער און מער, אז די הויכע חברה אין די איי אר עס, האבן געוויסט דערפון און גארנישט געטאן.

די הויז "וויעס ענד מיענס" קאמיטע, דאס איז די קאמיטע וואס דארף זיך אפגעבן מיט אויספארשען אזעלעכע מיסברויכען, האט שוין פארלאנגט אז ביז נעקסטע וואס דאל די איי אר עס איבערגעבען אלע דוקיומענטען אין אימעיל'ס, ווי די ווארט "קונסערוועטיוו", "טי פארטי", פאטריאט" וכדו' אלע ווערטער וואס קען אנדייטן א שמועס איבער איינע פון די גרופעס.

אבאמא האט שטארק פארדאמט וואס די איי אר עס האט געטאן ........ אויב זיי האבן עס געטאן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 13, 2013 4:55 pm

מען האט באשטעטיגט פארהערן - איבער די IRS סקאנדאל - אין קאנגרעס אויף פרייטאג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 13, 2013 5:10 pm

יעצט ווייסט מען שוין אז עס האט זיך אנגעהויבן אזוי פרי ווי 10'.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג מאי 13, 2013 5:47 pm

איך.פארשטיי אפילו נישט פארוואס דאס איז א חידוש
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג מאי 13, 2013 6:25 pm

סענעטאר מעקס ביקאס, דעמאקראט פון מאנטאנא, איז דער פארזיצער אויף די סענאט פיינענס קאמיטע, וואס וועט אנפירן די אויספארשונג אויף די IRS

די דעילי קאלער באריכטעט אז דער זעלבער סענעטאר האט געשיקט א בריוו צו די IRS אום סעפטעמבער 28, 2010 וואו ער פארלאנגט מען זאל אויספארשן די טיי-פארטיי גרופעס...

#היפאקראטיע בתפארתו
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 13, 2013 7:31 pm

האט אבאמא היינט געזאגט, אז ער איז הערשט לעצטען פרייטאג געוואר געווארן פון די גאנצע מעשה. היינט האט די IRS מודה געווען אז די פארזיצער - סטיוו מיללער - האט שוין געוויסט דערפון אין מעי פון 12'. דאס מיינט אז אבאמא און זיינע ארבייטער - פלעין און פשוט - רעדן נישט איינ'ס צום צווייטען!! פונקט ווי ביי בענגאזי! (ביי בענגאזי איז דאס שוין די בעסטע פאל, לויט די אדמינעסטראציע, לויט די קעגנער, האבן זיי יא געוויסט, נאר פשוט געזאגט ליגענט).

אגב צוויי חדשים פריער - אין מארטש - האט דער פארגייער פון מיללער דאג שולמאן - אין רעאקציע צו א שאלה צו מען רודפ'ט די ארגענעזאציעס - געזאגט אז עס איז נישטא אזא זאך! און ווינדער איבער ווינדער, צוויי חדשים שפעטער, האט שוין זיין שטעלפארטרעטער אלעס געוויסט.

מיללער גייט זיין אויפן "הייסען זיץ" פרייטאג. ער האט דריי אפציעס, צוויי זענען זייער ביטער און איינס איז סתם שלעכט.
אדער זאגט ער אז אבאמא האט יא געוויסט, #ביטער וועט נישט געשען.
אדער זאגט ער אז ער האט נישט פארציילט פאר קיינעם #ביטער ס'וועט גיין קולות און ער קען לייגען א עד אין קרעיגסליסט פאר א נייע דזשאב (גוזמא באט יו געט דע פוינט)
אדער אז ער האט געזאגט פאר איינעם אין ווייסען הויז, און יענער האט נישט איבער געזאגט #נישט באטעמ'ט.

און ער האט א חודש שפעטער אין אפריל, געשיקט א בריוו צו קאנגרעס, איבער די אישא, און נישט דערמאנט דעם סקאנדאל.
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מאנטאג מאי 13, 2013 7:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 13, 2013 7:37 pm

אצינד ווערט די סקאנדאל טיפער.

יעדע ארגענעזאציע וואס וויל זיין "טעס עגזעמפט", מוז אריין געבן א אפלעקאציע צו די איי אר עס. און עס גייט דורך א פראוצעדור צו ווערן באשטימט. די איי אר עס האט געשיקט 9 אזעלעכע אפליקאציעס צו א געוויסע אויסגאבע, נאכפאר עס איז געווארן באשטעטיגט די אפליקאציע. אזא אפליקאציע ביז עס ווערט באשטעטיגט, מוז בלייבן קאנפידענטשעל. און דא האט די איי אר עס, עס געשיקט צו א צייטונג.

די ניין אפליקאציעס, זענען אלע געווען פאר רעכט געשטימטע ארגענעזאציעס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג מאי 16, 2013 11:06 pm

שוין, מ'האט שוין רעזיגנירט דארט ב"ה.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג מאי 17, 2013 12:09 am

געלעגער האט געשריבן:שוין, מ'האט שוין רעזיגנירט דארט ב"ה.

אבאמא האט עס אויסעגרופען מיט גרויס פאמפע ביי א פרעסע קאנפרענס, צו ווייזען אז ער נעמט קעיר.

די פראבלעם איז נאר איין קלייניקייט..... דער סטיוו מיללער (פריער דערמאנט) וואס האט רעזעגנירט, האט געהאלטן ביין גיין סיי ווי סיי!! און נישט סתם ווייל ער איז שוין געווען מיד פון די דזשאב, און דאן קען מען זאגן אז אבאמא האט נישט געוויסט אז ער וויל גיין, נאר זיין טערמין האט זיך געהלאטן ביים ענדיגען געזעצליך!

ער איז אריינגעקומען טעמפערערי ווען דאג שולמאן, (אויך דערמאנט פריער) איז ארויס, און ער האט באקומען 210 טעג, וואס גייט זיך ענדיגען יוני 8!

יעצט פארציילט מען, אז נאך איינער האט רעזעגנירט שוין. - דזשוסעף גרענט, קאמישענער פון טעקס עקזעמט דיוויזשען - גייט אויך אפטרעטען. אבער ........... ער האט באקומען די דזשאב ..................... 8 טעג צוריק!!! דאס הייסט קער גענומען!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג מאי 17, 2013 12:14 am

די איי אר עס, האט אזוי פארשטאנען א יאר צוריק אז זיי האבן געטאן א שרעקליכער פעלער מיטן רודפ'ן די רעכטע גרופעס, אז נאכדעם ווי קאנגרעס האט געפרעגט ביי די איי אר עס, צו עס איז אמת אז מען רודפ'ט די רעכטע גרופעס - פארשטייט זיך אז דאך האבן זיי געלייקענט - האט די איי אר עס פליצלינג אנגעהויבן עפראוווען די גרויפעס אין די מאסן.

דא איז א טשארט.
צוגעלייגטע
vwvweqvwqev.png
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג מאי 17, 2013 12:49 am

דער וואס איז געווען אין טשארדזש אין די איי אר עס, ווען מען האט גרודפ'ט די רעכטע גרופעס, איז היינט די אנפירערן פון די איי אר עס אפטיילונג, וואס געט זיך אפ מיט "איפארסען" .......... אבאמא קעיר!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג מאי 17, 2013 2:22 pm

קרעדיט: יוסי געשטעטנער סייט.
צוגעלייגטע
mhgrmhm - Copy.png
mhgrmhm - Copy.png (83.05 KiB) געזעהן 5618 מאל
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מאי 19, 2013 2:01 am

עס איז ארויס ביי די פארהערען סוף פאריגע וואך, אז מען האט מודיע געווען פאר הויכראנגיגע טרעזשערי אפישעלס איבער די סקאנדאלען נאך פאריאר יוני אינמיטן די עלעקשאן סעזאן. און פארשטייט זיך זיי האבן גארנישט געטאן.

דאס ברענגט די סקאנדאל נענטער אהיים פארן פרעזידענט. ווייל די "טרעדזשערי דיפארטמענט" - אנדערשט ווי די איי אר עס - איז א חלק פון זיין אדמיניסטרעשאן. און דאס מיינט אז אפישעלס אין די אדמיניסטרעשאן האבן געוויסט פון דעם סקאנדאל, און האבן גארנישט געטאן איבער דעם.

-------

די גאנצע שטורעם האט זיך אנגעהויבן, ווען איינער האט געפרעגט פון איינע פון די איי אר עס אפישעל'ס, איבער דעם. ביי די פארהערען איז געווארן אויפגעדעקט, אז די שאלה צו יענע אפישעל איז געווען "אנגעשטעלט" און יענע אפישעל האט געבעטען יענעם צו פרעגען די שאלה!

איז די פראגע, פארוואס זענען זיי נישט געגאנגען צו קאנגרעס וכדו' פארציילן אזא זאך, פארוואס מאכן א שפיל איבער אזא זאך? אויך וויל מען וויסען ווער עס האט אינטערגעשטעלט די פראגע. ווייל אויב איז עס די אפישעל "לואיס לערנער" - ווי מילער האט ביי די פארהערען שפעקעלירט, און געוויסע ריפארטס זאגן טאקע אזוי - איז עס פאר לערנער א פראבלעם. זי האט געזאגט אז זי האט גארנישט געוויסט פאר די מידיע ריפארטס, און דא הערט מען אז זי האט גאר אינטערגעשטעלט די פראגע וואס האט געברענגט די מידע ריפארט, אבער זי קען ענפערען אז זי רעדט נישט פון די יעצטיגע ריפארטס, נאר פון פריערדיגע וואס מען האט שוין חושד געווען אז עפעס גייט פאר.

-------

נאך האט מען סיי די פארהערען אויפגעדעקט, אז עס איז דא נאך אינוועסטעגעשאנ'ס איבער די איי אר עס, און רדיפות קעגן רעכטע גרופעס , וואס האלט נאך אינדערמיט, חוץ פון די וואס האט אויפגעריסען פאריגע וואך. סא ס'קען נאך זיין אסאך נייעס.

-------

די גאנצע סקאנדאל איז ספעציפיש איבער די שריט פון א געוויסע אפיס פון די איי אר עס אין סינסענעטי. אייסע זאגט אז ער האט גערופען 5 איי אר עס ארבייטער - פיר פון סינסענעטי - צו עדות זאגן - אינטער פארמאכטע טירן - איבער ווער עס האט געהייסען רודפן די גרופעס. דאס גייט זיין מאנטאג.

אויך האט ער גערופען - אויף מיטוואך - דעפיוטי טרעזשערי סעקרעטערי "ניעל וואלין" צו קומען פאר די קאמיטע עדות זאגן. דאס וועט זיין די ערשטע אדמינעסטרעשאן אפישעל עדות צו זאגן. די פאריגע זענען געווען פון די איי אר עס, וואס איז נישט דירעקט אינטער די אדמינעסטרעשאן.

-------

די טי גרופעס גרייטען זיך צו "סוען" די איי אר עס. זיי זאגן אז מיט דעם וואס מען האט אויפגעהאלטן זייערע אפליקעשאנ'ס, האבן זיי נישט געקענט צוזאם נעמען גענוג געלט, און דאס האט גורם געווען אז זיי זאלן נישט קענען אזויפיל אויפטאן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » זונטאג מאי 19, 2013 3:21 pm

איך פרוביר אראפצושלינגען, גיב מיר (נישט) א מינוט..

איך לייען, דאנקע.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מאי 19, 2013 5:32 pm

היינט האט די אדמינעסטראציע געשיקט א ווארטזאגער - דען פייפער, א עדווייזער פארן פרעזידענט - אויף אלע פינעף הויפט זונטאג נייעס פראגראמען. קיין גרויסע נייעס האט ער נישט געזאגט, און האט נאך אביסעל שאדען געמאכט.

ווען מען האט אים געפרעגט צו די איי אר עס האט געבראכען א געזעץ, האט ער - ווילענדיג ארויסברענגען אז עס איז א אוולא אפי' מען האט נישט געבראכען קיין געזעץ - געזאגט "די געזעץ איז "אירעלעווענט" (בערך "נישט וויכטיג"), די עיקר איז זיכערמאכן אז עס פאסירט נישט נאכאמאל".

די העדליין איז אבער געווען "אדמינעסטראציע זאגט "די געזעץ איז נישט וויכטיג"!

ער האט געניצט די "נישט רעלעווענט" ליין עטליכע מאל היינט - איבער בענגאזי און נאך -, און דאס האט נאר צוגעגעבן צום איינדרוק, אז וואס עס שמעקט נישט דעם ווייסען הויז, איז "נישט וויכטיג"!

אויך האט ער געזאגט אז די איי אר עס מעשה, איז נישט קיין "עכטע סקאנדאל", וואטעווער דאס מיינט. און אז די ריפאבליקאנער זענען ארויס אויף א "פיש געיעג" צו כאפן די אדמינעסטראציע ביי עבירות.

באב שיעפער פאר סי בי עס, האט געגעבן א שנייד אריין אזוי ווי עס ברויך צו זיין, פרעגענדיג "אז די פרעזידענט נעמט די זאך אזוי ערענסט ווי די לייגסט עס אראפ, פארוואס רעד איך צו דיר היינט? פארוואס האט ער געשיקט א רעלעטיוו נידריגע באמטער צו די נייעס פראגראמען, און נישט די "טשיפ אפ סטעף", אדער א צווייטער הויכער באמטער?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מאי 19, 2013 5:35 pm

די אפיציעלע ווערסיע פונעם ווייסען הויז, אז "עטליכע נידריג ראנגיגע ארבייטער אין סינסענעטי, האבן געטאן זאכן אויף די אייגענע האנט", הינקעט ערענסט אינטער.

א אנאנימעס קוואל אין די סינסענעטי אפיס, האט געזאגט פאר די וואשינגטאן פאוסט, "אלעס וואס מיר טיען קומט פון אויבן", מיר טיען גארנישט אליין אן דעם וואס איינער פון אויבן הייסט אזוי.

Everything comes from the top. We don’t have any authority to make those decisions without someone signing off on them. There has to be a directive.”
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10245
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » זונטאג מאי 19, 2013 5:41 pm

א דאנק לכתחילה פאר דיינע באריכטען.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג מאי 19, 2013 6:19 pm

גרויסן ש'כוח לכתחילה.

היינט איז ארויסגעקומען א סי ען ען אנקעטע אז די אפראוועל רעיטינג פון די פרעזידענט האט זיך נאכנישט גערירט זינט די סקאנדאלן. אבער אויך האבן רוב אמעריקאנע געזאגט אז זיי האלטן נישט אז די רעפאבליקאנע 'אווער-ריעקטן' מיט זייערע טענות און די סקאנדאלן זענען טאקע ערענסט.

זעהט אויס אז די אמעריקאנע ווילן נאכנישט איינזען אז אלעס ווערט געפירט פון אויבן (פאן אינטענדעט)

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » זונטאג מאי 19, 2013 6:22 pm

טייבעלע האט געשריבן:א דאנק לכתחילה פאר דיינע באריכטען.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » זונטאג מאי 19, 2013 6:39 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:א דאנק לכתחילה פאר דיינע באריכטען.

אזוי צו אזוי
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2012 3:45 pm

תגובהדורך אזוי צו אזוי » זונטאג מאי 19, 2013 7:58 pm

מידער האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:א דאנק לכתחילה פאר דיינע באריכטען.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג מאי 20, 2013 1:57 am

א דאנק לכתחילה (אן א ציטיר)
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”