באריכטן און אנאליזן
שבת מאי 11, 2013 10:26 pm
איר האט שוין זיכער געהערט פון די לעצטיגע אויפגעכאפטע 3D פרינטער וואס איז לעצטענס שטארק פארשפרייט.
דאס איז א פרינטער וואס איז באמת נישט קיין פרינטער נאר זיי מאכן (מעניופעקטשערן) זאכן. ווי למשל אז מ'שטעלט א שערל אויפן פרינטער וועט ער דיר ארויסגעבן א פיזישע שערל א קאפי פון וואס דו האסט געשטעלט.
יעצט איז אבער געווען אין די נייעס א מורא'דיגע פראבלעם וואס איז ארויסגעקומען. איינער האט ארויפגעלייגט אויפן פרינטער א 'גאן' און די פרינטער האט עס געקאפיעט און נאכן זיך ארום שפילן אביסל האט די גאן געשאסן א קויל!
דאס האט אסאך פראבלעמען. איינס אז יעדער וועט קענען לייגן זיין האנט אויף א גאן אן קיין בעקראונד טשעקס און אן וויסן. נאך א פראבלעם, די מאטיריאל פון די גאן איז נישט אייזן און דאס מיינט אז מ'גייט קענען דורך שווערצן די גאנס דורך מעטאל דיטעקטארס!
דער וואס האט געמאכט די ערשטע גאן האט ארויסגעלייגט אויפן נעט די אינסטרוקציעס וויאזוי מ'מאכט אזא גאן. פרייטאג האט עס געהאלטן ביי איבער 100,000 דאונלאדוס פון מענטשען וואס ווילן דאס זען. די רעגירונג ווייסט דערווייל נישט וואס צו טון ווייל אלעס איז לעגאל.
Advertisement
שבת מאי 11, 2013 10:29 pm
האט מען שוין אראפ גענומען די בלו פרינט'ס אויפן פארלאנג פונעם פעטער.
שבת מאי 11, 2013 10:31 pm
די 3D פרינטערס איז שוין א היפשע פאר יארן אלט. מען ניצט עס שוין יארן צו מאכן פארשידענע זאכן. און געוויסע זאגו פאר אז מען וועט נאך מיט אזא "פרינטער" בויען הייזער, אין דער צוקונפט.
זונטאג מאי 12, 2013 7:00 am
וואַו וויזוי אַרבעט עס ? אויב לייג איך אריין א פיקטשער פון מיך באַקום איך א צווילינג ברודער?
זונטאג מאי 12, 2013 8:49 am
ווי עס ווערט באריכטעט האט קים דאטקאם (דער בעה"ב פון די מעגא פייל שערינג סייט) געהייסן זיינע ארבעטערס זיי זאלן אויסמעקן די פאבליק בלופרינט פיילס פון די מעגא סערווערס, אין א סטעיטמענט האט ער געזאגט אז "ס'איז שרעקעדיג אז מ'זאל קענען פרינטן 3D גאנס וואס ווערן נישט אויפגעכאפט דורך מעטאל דיטעקטערס, דאס דארף יעדן באזארגן"
אין אנדערע נייעס זאגן עקספערטן אז צו פאבריצירן אזא גאן דארף מען נוצן גאר א פונקטליכע אינדאסטריעל 3D פרינטער מיט טייערע ABS פלעסטיק ווייל אויב איז די גאן נישט פונקליך מיט איין מילימעטער קען עס אויפרייסן אין די האנט פון דער וואס שיסט דערמיט.
זונטאג מאי 12, 2013 11:42 am
מומחה עצום האט געשריבן:אין אנדערע נייעס זאגן עקספערטן אז צו פאבריצירן אזא גאן דארף מען נוצן גאר א פונקטליכע אינדאסטריעל 3D פרינטער מיט טייערע ABS פלעסטיק ווייל אויב איז די גאן נישט פונקליך מיט איין מילימעטער קען עס אויפרייסן אין די האנט פון דער וואס שיסט דערמיט.
דורעכגעפאלע פרואוו מיך אפצוהאלטן פון טוהן צו די זאך...
זונטאג מאי 12, 2013 5:17 pm
עס איז עוועילעבל אויף אלע טאררענט סייטס. דארט קען די רעגירונג עס נישט אפשטעלן
זונטאג מאי 12, 2013 5:48 pm
נישט אזוי ניי, שוין אפאר יאר אלט, נאר איצט האט די מידיע געמאכט דערפון צימעס.
זונטאג מאי 12, 2013 7:36 pm
לידוע בעלמא ABS איז נישט טייער.
א ראל קאסט בערך 30-40 טאלער
זונטאג מאי 12, 2013 8:47 pm
הערליך האט געשריבן:נישט אזוי ניי, שוין אפאר יאר אלט, נאר איצט האט די מידיע געמאכט דערפון צימעס.
די "בלוי פרינט" איז נישט געווען פערפעקטעד, און עס האט געקענט "בלאו אפ אין יור פעיס", כפשוטו וכמדרשו. אצינד איז עס שוין יא פיין.
זונטאג מאי 12, 2013 10:07 pm
3D פרינטער ביי זיך אינדערהיים
viewtopic.php?f=3&t=14329
זונטאג מאי 12, 2013 10:13 pm
די גאן איז געטעסט געווארן די וואך שבך אין טעקסעס אין געווען סוקסעספאל.
מאנטאג מאי 13, 2013 2:09 pm
האט שוין א ריפארטער געמאכט אזא גאן, אוןא אריבער געפירט סעקיורעטי אויף א באן אין ענגלאנד, מיט די זעלבע סארט סעקיורעטי ווי א עירפארט.
#שרעקעדיג
מאנטאג מאי 13, 2013 3:25 pm
זענען די קוילן אויך גענאכט פון פלעסטיק? וויאזוי איז ער אריבער סעקיורעטי דערמיט? טאמער איז ער אריבער אן די קוילן, ני? וואסידע גרויסע געשעפט?
מאנטאג מאי 13, 2013 3:27 pm
הערליך האט געשריבן:זענען די קוילן אויך גענאכט פון פלעסטיק? וויאזוי איז ער אריבער סעקיורעטי דערמיט? טאמער איז ער אריבער אן די קוילן, ני? וואסידע גרויסע געשעפט?
#שטארקע פוינט!!
מאנטאג מאי 13, 2013 3:39 pm
מ'קען אבער סטראשען דערמיט דעם פילאט, און ער וועט לכאורה נישט וועלן אויספרובירן צו ס'האט קוילן אדער נישט.
מאנטאג מאי 13, 2013 3:40 pm
יואל שווארטץ האט געשריבן:מ'קען אבער סטראשען דערמיט דעם פילאט, און ער וועט לכאורה נישט וועלן אויספרובירן צו ס'האט קוילן אדער נישט.
לכתחילה אריבער האט געשריבן:#שטארקע פוינט!!
מאנטאג מאי 13, 2013 3:44 pm
יואל שווארטץ האט געשריבן:מ'קען אבער סטראשען דערמיט דעם פילאט, און ער וועט לכאורה נישט וועלן אויספרובירן צו ס'האט קוילן אדער נישט.
אז די פיילאט זעהט א פלעסטיג גאן, פארשטייט ער אז מען איז דורך געהעריג סעקיורעטי. און מן הסתם האט עס נישט קיינע "בולעטען".
מאנטאג מאי 13, 2013 3:44 pm
דער עיקר פראבלעם ווי איך פארשטיי איז די איי די פון די גאנס, נישט די סעקיורעטי אישו
מאנטאג מאי 13, 2013 5:02 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:האט שוין א ריפארטער געמאכט אזא גאן, און אריבער געפירט סעקיורעטי אויף א באן אין ענגלאנד, מיט די זעלבע סארט סעקיורעטי ווי א עירפארט.
#שרעקעדיג
די יוראסטאר באן פארט פון לאנדאן קיין פאריז, און זיי שרייבן דארט אז די פין און די בולעטס האבן זיי נישט ארויפגעשמוגעלט
#אייזן
פרייטאג מאי 17, 2013 8:39 am
קיינער האט נאך ביז היינט נישט ערצייגט א פלעסטיק גאן? פארוואס דארף מען האבן דעם פרינטער עס צו מאכן?
פרייטאג מאי 17, 2013 12:55 pm
שאינו יודע האט געשריבן:קיינער האט נאך ביז היינט נישט ערצייגט א פלעסטיק גאן? פארוואס דארף מען האבן דעם פרינטער עס צו מאכן?
צו מאכן א "מאלד" אויף צו גיסן סיי וואס, איז א גאר קאסטבארע געשעפט, און מען דארף זיין א שטארקער פאכמאנן. אז מען קען עס "פרינטען", קען יעדע מאן דהו עס מאכן בין תנור לכיריים, ביי זיך און דערהיים.
דינסטאג מאי 21, 2013 3:02 pm
פארגעסט פון גאנס און געווער, וויסנשאפטלער ארבעטן יעצט אויף א פרינטער וואס וועט קענען פרינטן עסן, די געדאנק איז אז דער פרינטער וועט האבן אזעלכע קארטרידזשעס פון די בעיסיק חלקים פונעם מאכל וואס מ'וויל פרינטן וואס דאס וועט מען קענען ריפלעיסן ווען עס נוצט זיך אויס, איין מינוט, איין אזא קארטרידזש וועט זיך האלטן פאר 30 יאר!
קודם וועט מען פרינטן טשאקאלאד אויף א בעיסיק לעוועל און ביז א וואך פלאנען זיי צו "פרינטן" א פיצא, און הערט וויאזוי מען וויט דאס פרינטן, צוערשט וועט די פרינטער פרינטן א שיכט פון טייג וואס וועט געקאכט ווערן בשעת מעשה, און דאן וועט עס אויסמישן טאמאטא פוידער, אויל און וואסער צו פרינטן די טאמאטא זאפט, און דאן וועט מען ארויפרינטן די פראטין לעיער.
דינסטאג מאי 21, 2013 3:22 pm
דינסטאג מאי 21, 2013 3:24 pm
אז מ'לייגט אריין א הונדערטער וועט עס פרינטן א עכטע הונדערטער אדער א פאלשע?