בלאט 1 פון 4

לענארדע פארקאש פון טשילע טיילט געלט אין וומ"ס

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 4:47 pm
דורך דער אידעל
עס גייען ארום שמיעות זיך געגרייט נעכטן און וויליאמסבורג און געווארפן געלט
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Leonardo_Farkas

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:11 pm
דורך פארשטייטציך
ווער איז עס?
וואס איז זיין HISTORY?

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:46 pm
דורך ליינער
ער איז געווען אין סאטמאר ביהמ"ד אויף ראדני סטריט אין לויט די שמועות געטיילט $100.00 פאר'ן עולם אין דערנאך איז ער געגאנגען צו גרין אן לי און באצאלט איבער $2500 פאר עסן און דערנאך ביי טשאקלעיט ווייס און דערנאך זיך געטראפען מיט ראשי חברה הצלה ד'וויליאמסבורג

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:47 pm
דורך ליינער
מיט ר' משה נתן בראווער

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:03 pm
דורך פארשטייטציך
פארוואס איז ער א PUBLIC FIGURE מה טיבו $?

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:04 pm
דורך ים רויבער
א מיליאנער מיט א בית

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:06 pm
דורך יהיה כן
איך בין רייכער פון אים
ער האט היינט נישט קיין תפילין געלייגט, איך יא

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:08 pm
דורך טראנספארט
האט ער כאטש עפעס געגעבן פאר חברה הצלה?

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:22 pm
דורך ווילוויסן
זיי שרייבן אז זיין פאטער קומט פון טראנסילוואניע, מי זה ואיזהו?

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:26 pm
דורך פארשטייטציך
ים רויבער האט געשריבן:א מיליאנער מיט א בית

וואס דעמאלטס ראולט ער ארום דא און וויליאמסבורג אזוי ביליג ווי א שיכור?
וואס טוט ער פאר פרנסה? קוקט מיר אויס ווי ער האט געלט בירושה?

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:28 pm
דורך ווילוויסן
ער איז אן אונגארישער איד, ס'האט זיך אים פארבענקט צו די אונגארישע מאכאלים..

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:37 pm
דורך SPUSMN
ווי טיילט ער היינט?

האט מען אים כאטשיק גערופען צום אונגארישען כולל שומרי החומות דינער היינט נאכט?

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:39 pm
דורך יהיה כן
וויפיל קען ער דען צאמעסן פאר צוויי און אהאלב טויזנט דאלער?

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:44 pm
דורך derech eretz
ווער קען מיר דערמאנען פון וואו כ'קען זיין פנים? האט ער זיך שוין אמאל געדרייט ביים היימישן עולם אדער געווען באשריבן אין אויסגאבעס?

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:45 pm
דורך ים רויבער
ער האט געצאלט אכציג סענדוויטשעס פאר הצלה פלאס פאר'ן האלבען עולם פלאס א ניין הונדרעט דאללער טיפ

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:46 pm
דורך טראנספארט
derech eretz האט געשריבן:ווער קען מיר דערמאנען פון וואו כ'קען זיין פנים? האט ער זיך שוין אמאל געדרייט ביים היימישן עולם אדער געווען באשריבן אין אויסגאבעס?

אפשר פארמישטעך מיט דאנאלד טראמפ

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:46 pm
דורך ווילוויסן
יהיה כן האט געשריבן:וויפיל קען ער דען צאמעסן פאר צוויי און אהאלב טויזנט דאלער?

ער דארף זיך אנסטאקן ווייל טשילע וועט ער נישט האבן קיין לי עוו. מאכלים, אזוי האט ער שוין פאר א יאר צו עסן.

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:50 pm
דורך פריי זיך
יהיה כן האט געשריבן:וויפיל קען ער דען צאמעסן פאר צוויי און אהאלב טויזנט דאלער?

???
ער האט באצאלט א ביל פון 1800 דאלער וואס דער עולם דארט האט געגעסן אויף זיין חשבון, און ער האט צוגעלייגט א 900 טיפ.

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:52 pm
דורך derech eretz
טראנספארט האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:ווער קען מיר דערמאנען פון וואו כ'קען זיין פנים? האט ער זיך שוין אמאל געדרייט ביים היימישן עולם אדער געווען באשריבן אין אויסגאבעס?

אפשר פארמישטעך מיט דאנאלד טראמפ

מיינסט עפעס אז איך בין אזוי ווייט פון ביליאנערן אז זיי זאלן מיר אלע אויסקוקן אייניג??..

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 8:49 pm
דורך שוטה
derech eretz האט געשריבן:ווער קען מיר דערמאנען פון וואו כ'קען זיין פנים? האט ער זיך שוין אמאל געדרייט ביים היימישן עולם אדער געווען באשריבן אין אויסגאבעס?

http://en.wikipedia.org/wiki/Richard_Branson

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 9:42 pm
דורך לכתחילה אריבער
שוטה האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:ווער קען מיר דערמאנען פון וואו כ'קען זיין פנים? האט ער זיך שוין אמאל געדרייט ביים היימישן עולם אדער געווען באשריבן אין אויסגאבעס?

http://en.wikipedia.org/wiki/Richard_Branson

געוואלדאוונע!!

האסט א פיינעם תפיסת עיניים!

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 11:20 pm
דורך פיצי קעפעלע
איך זעה ער האט א וועריפייד טוויטער אקאונט מיט איטליכע הינדערט טויזענט נאכפאלגער.
twitter.com/leonardofarkas

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2013 12:16 am
דורך לכאורה
derech eretz האט געשריבן:ווער קען מיר דערמאנען פון וואו כ'קען זיין פנים? האט ער זיך שוין אמאל געדרייט ביים היימישן עולם אדער געווען באשריבן אין אויסגאבעס?

לאמיך פרובירן צוצוטרעפן, אפשר דאך פון אייוועלט?
viewtopic.php?p=372838#p372838

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2013 12:21 am
דורך פריי זיך
לכאורה ;l;p-

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2013 12:50 am
דורך לכתחילה אריבער
WOW אימפרעסיוו!

לכאורה דו ביסט פיין!