אימעגרעישען רעפארם

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

אימעגרעישען רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

(שוין דא א אשכל? כ'מיין אז נישט)

עס איז דא אסאך צו שמיסען איבער אימעגרעישאן רעפארם, אבער אויף אנצוהייבן שרייבט פאליטקא, אז די געזעץ וואס שטייט יעצט פאר, וועט ברענגען אן ערך פון 11 מיליאן נייע לאטינא וויילער, וואס קען שטארק שאטן פאר די ריפאבליקענס, אין עטליכע "פארזיכערטע" סטעיטס.

ובלשונם:

Immigration reform could be bonanza for Democrats

( bonanza, כלומר "א שפע פון עפעס וואס מען ליעבט שטארק")
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

האמיר נעכטן געהערט וויזוי יוסי געשטעטנער איז מסביר אויף קאלמע, וויאזוי די רעפובליקאנער זענען קרח מכאן וחוקת מכאן אויף די אישו.

וועלן זיי שטימען דערקעגן, פארלירן זיי פאר זיכער די שטימען פון מיליאנען אימיגראנטן, וועלן זיי שטימען דערפאר, וועט צוקומען נאך מיליאנען וועלכע גייען געווענטליך צו די דעמא'ס וועגן פוד-סטעמפ'ס און סעקשן 8'ס וכו'.

הדא הוא דכתיב, כאמאזל כבין נישט קיין געזעצגעבער.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

די רעפאבליקאנער זענען קרח עני וועי, ווייל ווען א פארטיי ווערט געפירט דורך אידיאטן קוקט מען אזוי אויס,
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

איך פראביר טראכטען אז עס איז מעגליך אז איינמאל די היספאנישע וועלן ווערן ליגעל וועלן זיי אריבער גיין אין די מאסן צו די רפובליקאנער, זיי זענענן מיט מער זאכען איינשטומיניג מיט די רפובליקאנער ווי מיט די דעמעקראטען, אזוינס האט שוין אמאל פאסירט די רפובליקאנער האבן געפייט פאר זייערע רעכטן און די דעמעקראטען האבן עס איינגעקעשט, (בין איך גערעכט מיט די שווארצע..? אזוי געדענק איך) די היסאאנישע זענענן מיט די דעמעקראטען ווייל זיי ווילען ווערן לעגאל, איינמאל זיי האבן אויסגעפירט וועלן זיי מעגליך זיין מער קאנפערטעבאל ביי די רעכטע.
דער תהילים איד האט געשריבן:האמיר נעכטן געהערט וויזוי יוסי געשטעטנער איז מסביר אויף קאלמע, וויאזוי די רעפובליקאנער זענען קרח מכאן וחוקת מכאן אויף די אישו.


וועלכע קנעפל אויף קול מבשר? וועלכע נומבער ספיטש?
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

115
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

פארוואס זאלן די לאטינאס עווענטועל אריבערגיין צו די רעפובליקאנער?

אויב עפעס וועט דאס נעמען צענדליגער יארן ביז זיי וועלן זיך שטעלן נארמאל אויף די פיס.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

איז אזוי.

די לאטינאס זענען א שיינע חלק פון די וויילער אין די פאראייניגטע שטאטן. און נאך וויכטיגער, זיי זענען א שיינער חלק אין "וויכטיגע סטעיט'ס", זיי קענען סווינגען א סטעיט אהין צו אהער.

בעצם וואלטן די לאטינא'ס געדארפט זיין א שטארקע רעכטע בעיס. זיי זענען סאך נענטער צו רעכטס ווי צו לינקס אין אסאך אישאס. בעיקר פאמיליע ווירדן, נארישע געזעצן, רעכטען פאר רעליגיע, וכו'. דאס איז ווייל זיי זענען שטארק רעליגיעז רעלעטיוו צו די איבריגע באפעלקערונג.

אבער אזוי ווי זיי זענען מער ווייניגער רעלעטיוו ארים, און די דעמאקראטן פארקויפן זיך אלץ די פארטיי פאר די ארימע, האט עס געברענגט אז זיי זענען לינקע וויילער, פערצענטאל מער ווי עס וואלט געווען אויבן אויפיג.

דאס אז די ריפאבליקענ'ס זענען שטרענג אויף אימעגראציע - עכ"פ אזוי הייסט עס - העלפט זעכער נישט ארויס, און פונקט ווי די געוועזענע קיובאנער - אפי' זיי זענען שוין סיטעזענ'ס - לאנען אן זייער וואוט אסאך געוואנדען איבער די קיובאנער וואס וואונען נאך דארט, און אידן - חוץ די פרומע פארשטייט זיך - כאטש זיי וואונען דא, וועלן וועלען שטארק לויט מדינת ישראל'ס אינטערעסען, אזוי וועלן די לאטינאס - כאטש זיי זענען שוין אמעריקאנער - לויט די אינטערעסע פון די אימעגראנטן - לעגאל אדער נישט -.

נאך אזאך איז געשען לעצטענס, אז זיי פאנגען אן ווערן קעלטער צו די אלע רעכטע מאראלישע אישאס. אנקעטעס ווייזען אז צווישען זיי ווערט די אפאזיציע צו די אלע זאכן שוואכער און שוואכער.

למעשה שטייען די רעכטע פאר א ערענסטע דילעמע. די לאטינא וואל כח האלט אין איין וואקסען, און זייער פערצענט פון דעם גרופע האלט אין איין פאלען.

פאליטקא זאגט זייער גוט אז די נייע געזעץ וועט צוברענגען 11 מיליאן נייע לאטינא וויילער, און אויב מען רעכענט לויט די היינטיגע נומערען, איז עס גארנישט ווייניגער ווי א קאטאסטראפע פאר די ריפאבליקענ'ס.

אבער אויב קען מען איבערדרייען די קארטן, און צוריק ברענגען די לאטינא וואוט צו די רעכטע זייט, איז נישט נאר וועט די 11 מיליאן נישט שאטן, נאר די איבריגע לאטינאס - סאך מער ווי 11 מיליאן - וועלן צוריק קומען, קען נאך זיין די מעשה פארקערט, אז עס זאל זיין א קאטאסטראפע פאר די לינקע.

די 64 טויזענט דאלער'דגע פראגע איז נאר, "וויאזוי ברענגט מען זיי צוריק"?

מאראל - וואס האט אמאל געארבייט - איז שוין זייער א שוואכע וואפען. דאס אז די לינקע זענען מער פאר די ארימע - גערעכט צו נישט - איז זייער שווער איבערצודרייען.

זענען דא וואס האלטן - ובתוכם בעסער געזאגט ובראשם מארק רוביא - אז אויב מען וועט זיך פארבעסערען אין אימעגראציע - אדער אפי' נעמען די ליעד - וועט עס גענוג אויסמאכן ,אז זיי וועלן "אהיים קומען".

און דאס אז רוביא איז א "לאטינא", וועט דאך זעכער נישט שאטן.

סא רוביא איז געגאנגען "אלל אין", און ער פלאנט צו לויפן אין 16' מיט דעם מעסעדזש. וואס ער טוט יעצט איז ער פראבירט איבערצודרייען די אימעדזש אז די רעכטע זענען קעגן אימעגראנטן, און ער האפט אז ביז 16' וועט עס זיך שוין אנזעהן אין די פאול'ס, אזוי אז די רעכטע וועלן איינזעהן, אז אויב זיי נעמען אים פאר קאנדידאט, וועלן זיי קענען צוריק געווינען דעם ווייסען הויז.

איז דא שאלה צו עס וועט ארבייטען, ס'זענען דא וואס האלטן אז עס איז פארלוירן, די לאטינא'ס קומען נישט אהיים, מען דארף נאכגעבן אין אנדערע אישאס, ווי מען האט שוין געזעהן לעצטענ'ס אז אסאך רעכטע זענען ארויס געקומען אין שטיצע - אדער שוואכער געמאכט זייער אפאזיציע - צו פארשידענע מאראלישע אישא'ס, און זיי האפן אז אויב זיי וועלן אריין שלעפען פון די גרופעס וואס זענען מאראליש שוואכער, וועט ער קאנטערבאלאנסען די פארלוסט פון די לאטינא'ס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

עטליכע נקודות איבער אימעגראציע.

די טענה איז אלץ "ווי אזוי קען מען דעפאטירן 12 מיליאן מענטשען? מען מוז טרעפען אן עצה פאר די וואס זענען שוין דא!"

איז כאטש דזשעי לענא זאגט "ער פארשטייט נישט וואס איז אזוי שווער צו דעפאטירן 12 מיליאן מענטשען, מעקסיקא האט עס געטאן", טענה'ט ער! איז עס אבער א ערענסטע טענה.

די טענה איז נישט היינט געבוירן, און "אימעגרעשאן ריפארם" איז נישט היינט געבוירן. אין פאקט איז די דעבאטע געווען גאר היציג אין די צייטן פון פרעזידענט רעיגן. און אן אריינגיין אין גרויסע דיטעילס, האט מען דעמאלס געמאכט א "עמנעסטי" דאס הייסט אז ווער עס איז דא ווערט א סיטעזען, און מען איז אים "מוחל" די עבירה פון אריינקומען אומלעגאל (דאס מיינט עמנעסטי "מוחל זיין").

אבער עס איז געווען א תנאי דעמאלס, אז אזוי ווי די אלע אומלעגאלע זענען דא ווייל די אימעגרעשאן סיסטעם איז פארדארבן, וועט מען דאך האבן די זעלבע פראבלעם אין א פאר יאר, סא מען גייט נישט נאר געבן עמנעסטי, נאר מען גייט אויך קער נעמען פון די לעכער, די סיבות פארוואס מען האט בכלל א "איליגעל אימעגרעשאן" פראבלעם.

האט מען דאך אבער גארנישט געטאן דערוועגן, און די עמנעסטי איז יא אריין אין קראפט, און עס איז טאקע געשען וואס מען האט מורא געהאט, עס איז אריבער א פאר יאר און מען האלט ביי אלף, עס איז ווייטער דא מיליאנע אומלעגאלע.

און נישט נאר די עמנעסטי האט נישט געהאלפן, נאר עס האט ערגער געמאכט. אסאך האבן געמאכט א חשבון, אז עס לוינט זיך אריין צו גנב'ן, נישט נאר ווייל מען האט ארבייט וכדו', נאר ווייל מען וועט אפאר יאר ארום ווייטער האבן דעם גרויסען פראבלעם, און מען וועט ווידער דארפן מוחל זיין.

סא יעצט אז מען רעדט ווייטער פון א געוויסע סארט "עמנעסטי", כאטש וואס קיינער וויל עס נישט רופן אזוי - און רוביא למשל שרייט חי וקים אז עס איז נישט עמנעסטי - ווייל עס איז געווארן א מיסע ווארט זייט די רעיגן עמנעסטי דורכפאל, שרייען די רעכטע, אז כאטש אזויפיל זאל מען זיך לערנען, אז סיי וואספארא דיל מ'מאכט, מוז מען קער נעמען פון די לעכער.

איז מיר גייען שוין אויסשמיסען די לעכער, און זעהן צו די נייע ביל נעמט קעיר דערפון, אבער קודם נאך איין ווארט.

דאס איז איינע פון די זאכן וואס די רעכטע שרייען נעבעך מיט אלע כוחות. די אלע פריער דערמאנטע "לאטינא וויילער", זענען דאך נאר וויילער ווייל רעיגן האט זיי געגעבן די רשות, און לעגעטימעטעיט. און די לינקע מער ווי רעדן האבן זיי גארנישט דעליווערט, איז ווי אזוי קענען די לאטינא'ס האלטן אז די לינקע זענען פאר אימעגרעשאן, ווען די איינציגסטע קאנסטראקטיווע הילף וואס די אימעגרעשאן פאפיולעשען האט געהאט, איז געקומען פון די רעכטע, און נישט עני רעכטער, נאר די שפיגעלע פון קאנסערוועטיזעם "ראנאלד רעיגן" בכבודו ובעצמו.

נחזור לענינינו.

עס זענען דא עטליכע פרטים אין אימעגראציע.

1) איינס איז פשוט די וועג ווי אזוי מען קען לעגאל אריין קומען.

עס איז א היפש שווערע מהלך, און עס זענען דא וואס טענה'ן אז אויב מען וועט עס "רעפרמירן" וועט עס מאכן אז מען זאל נישט דארפן קומען אומלעגאל אויף אזא מאסענשטאבליכער מאס.

דאס נעמט אריין שניידן די ביוראקרעסי, אז די "פעיפער ווארק" זאל גיין שנעלער.
די פיזישע צייט וואס מען דארף ווארטן, זאל זיין ווייניגער.
מען זאל פארגרעסערן די "קוואטעס". (די נומער פון לעגאלע אימעגראנטן וואס מעגן אריין קומען פער יאר).
אא"וו

2) דערנאך איז דא די מצב מיטן גרעניץ.

ביז נישט לאנג צוריק, איז די גרעניץ געווען ...... קיין גרעניץ. עס איז ממש געווען א הפקר וועלט, עס איז געווען אפען, און עס איז ממש קוים געווען א טשעלענדזש אריין צו קומען. דאס ביסעל וואך איז געווען "ליטעל ענד פאר ביטווין" (וויייניג, און ווייט פארשפרייט) און מען האט זיך פארלאזט אויף אזעלעכע זאכן וויי "עס איז א שווערער טרוקענער מדבר, ווער קען דען קומען דורך דא, מען דארף אפי' נישט קוקען דא" דאס איז פארשטייט זיך זייער לעכערליך, ווייל היינט איז שוין דא די טעכנעלאגיע וואס הייסט "וואסער באטלעך" וואס מען קען מיטנעמען און מען ווערט נישט "אויסגעטריקענט"!

עטליכע יאר צוריק - אין 06' - האט מען יא אביסעל געטאן צו פארשטערקערען די גרעניץ, - און דאס איז נישט געווען אזוי ווייט איבער אימעגרעשאן, נאר די רעכטע האבן געהאט די אישא פון "טעראריזעם" אינטערצושיצן די וויכטיקייט - האט מען אוועק געלייגט 1.2 מיליאן דאלער צו בוין א 700 מייל וואנט - א חלק פיזיש, און א חלק ווירטואל, ווי סענסערס, דראונס וכדו' - אויף די גרעניץ. מען האט למעשה נישט גענדיגט בוין די וואנט, און דאס געלט איז לויט אסאך בכלל נישט גענוג.

3) די נעקסטע אישא איז ארבייטער.

דאס האט צוויי חלקים. איינס איז די "לאו עכברא גנב אלא חורא גנב", רוב אימעגראנטען כאפן זיך אריין פאר ארבייט, און אז עס וועט נישט זיין קיין ארבייט וועלן זיי נישט קומען!

סא, איז די עצה, ווער שטרענגער מיט די ארבייט'ס געבער וואס נעמען אריין אומלעגאלע, און פארגעס פון די גרעניץ, עס פעלט בכלל נישט אויס, אטאמאטיש וועלן זיי אויפהערן קומען.

דאס האט אבער עטליכע חסרונות. קודם ווי אזוי וועט א בעל הבית וויסן ווער עס איז לעגאל אדער נישט? אז מען ברענגט אים א "סאשעל סעקיורעטי קארד", וואס ווילסטו אויפשטעלען א "איי סי סי" (אימעגרעשאן אגענטור) אין יעדע פעקטארי?

און א גרעסערע פראבלעם איז דאס וואס די ביזנעס לייט שרייען אז זיי מוזען האבן ביליגע ארבייטער, ווייל אזוי איז אויך גענוג שווער צו קאפמיטן מיט ביליגע לענדער ווי כינע, מעקסיקא, וכדו' - אזוי ווי מען זעהט טאקע אז רוב מעניופעקטשערינג איז טאקע ארויס צו אנדעער לענדער - און אז די ארבייט וועט ווערן טייערער וועט עס ממש זיין אוממעגליך.

יעצו ווער ארבייט פאר ביליג? איינער וואס איז אומלעגאל, איינער וואס איז לעגאל, קען דאך סאך גרינגער טרעפען ארבייט.

און דאס איז באמת א פראבלעם פאר די רעכטע גאר שטארק, ווייל זיי זענען דאך פאר די "ארבייט'ס געבער" פאר די ביזנעסער, און דא שרייען זיי, אז אויב מען ווערט שטרענג מיט אימעגראנטען, ווען זיי אויסטריקענען פון ארבייטער, און די שוין אזוי אויך גאר שוואכע אידאסטריס אין אמעריקע וועט ווערן נאך שוואכער.

4) בענעפעטען.

אויב מען באקומט אריין 11 מיליאן נייע לעגאלע בירגער, וואס זענען נעכטען געווען אימלעגאל, זענען זיי דאך ארימעלייט, דאס מיינט אז אין די רגע וואס זיי ווערן לעגאל לויפן זיי און מאכן אלע בענעפעטן! דאס מיינט מיליאנע נייע פוד סטעמפס, מיליאנע נייע מעדיקעיד און מעדיקעיר און יעצטלכבוד אבאמא'ן מיליאנען נייע "אבאמא קעיר" געניסער.

דאס אזי א קאטעסטראפע פאר די שוין אזוי אויך באנקראטע "סאשעל פראגראמען".

איז אויב מען וויל רעפארמירן אימעגרעשאן, איז אלף מען דארף אויסגראדען די אלע פראבלעמען.

וואס טוט די נייע פארגעשלאגענע געזעץ? אין די המשך אי"ה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

WOWOWOWOWOW

מאסיוו, זייער קלאר געמסבירט, העמער ווארטן אויפן המשך
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אקעי גיימער ווייטער:

די נייע ביל זאגט אזוי)

1) עס געט נאך 4.5 ביליאן פאר בארדער סעקיורעטי! דאס איז גאר געשמאק, נעמענדיג אין באטראכט, אז געוויסע האבן געזאגט אז 1.5 איז גענוג. און אויך זאגט עס ארויס אז כמעט די גאנצע געלט דארף גיין פאר "עכטע" ווענט, נישט קיין ווירטואלע, וואס געוויסע זאגן עס איז נישט ווירקזאם.

2) עס מאכט שטערקער די "אי ווערעפיי" סיסטעם.

די "אי ווערעפיי" סיסטעם, איז א אנליין סיסטעם וואס די פעדערעל גאווערמענט האט אויפגעשטעלט, ווי מען קען גרינג און אומזינסט זעהן צו א פערזאן איז דא לעגאל. מען קען זעהן צו די סאשעל סעקיורעטי קארטל איז עכט - אלע אומלעגאלע אימעגראנטען מאכן פאלטשע - וכדו'.

למעשה רוב סטעיטס צווינגען נישט קיין ארבייטסגעבר עס צו ניצן. דו מעגסט זיין א תמים, זעהסט א סאשעל סעקיורעטי, און דו גלייבסט און פארטיג.

אזוי ווייט, אז עס איז געווען א סעפרים קארט פסק אז א סטעיט - יענעם פאל אריזאנע - קען בכלל צווינגען! די ליבערעל'ס האבן געטענה'ט אז א סטעיט קען אפי' נישט, האט די קארט געפסק'ט אז זיי קענען יא, אבער למעשה רוב סטעיטס פארלאנגען עס נישט.

די געזעץ מאכט דאס שטרענגער, און דאס איז לויט געוויסע די גרעסטע וואפן קעגן אומלעגאלע אימעגראנטן, ווייל עס ווארט זיי נישט קיין ארבייט קומען זיי נישט.

פארשטייט זיך אז פאר טעראריזעם איז עס נישט אזוי גוט, ווייל א טערעריסט וועט דאך נישט דוקא זוכען ארבייט, אבער אויב ער דארף נישט אויספירן אויף די סקונדע - ער דארף זיין א "סליפער" - וויל ער יא זיין א נארמאלע מענטש, און א דזשאב איז זייער וויכטיג פאר דעם.

3) עס שרייבט זייער זייער קלאר ארויס, אז איינער וואס וויל באקומען לעגאלע סטאטוס, מוז האבן א געהעריג דזשאב, און ער וועט בשום אויפן נשיט קענען האבן קיין סאשעל פראגראמען!

4) עס געט א "קאט אוו דעיט" פון דיסעמבער 31 11'.

דאס מיינט אז די עמנעסטי איז נאר ווער עס איז שוין דא פון דעמאלס. ווייל אז נישט וועט עס דאך מאכן אז דער עולם זאל יעצט אריין כאפן און קומען צו לויפן ווייל עס גייט אט אט דורך. די לינקע האבן געוואלט אז עס זאל ארבייטען ביזן טאג ווען די געזעץ גייט אריין אין קראפט.

5) עס מאכט גרינגער פאר "ביליגע ארבייטער" למשל פאר "פעלד ארבייט" צו קענען זיין דא אין ארבייטען פאר לענגערע צייט.

6) עס פארברייטערט און מאכט גרינגער פאר "פערפעשענעל'ס" אזעלעכע מיט דעגריס אין סייענס, דאקטורים וכדו' צו קענן שנעל אדורכגיין די פרעצעדור, פון לעגאל אריינקומען.

דאס איז עס מער ווייניגער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

א גרויסן דאנק אייך לכתחילה, הערליך צונומען.

אויבנאויף קוקט דער ביל אויס צו זיין זייער צום זאך.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:(שוין דא א אשכל? כ'מיין אז נישט)

עס איז דא אסאך צו שמיסען איבער אימעגרעישאן רעפארם, אבער אויף אנצוהייבן שרייבט פאליטקא, אז די געזעץ וואס שטייט יעצט פאר, וועט ברענגען אן ערך פון 11 מיליאן נייע לאטינא וויילער, וואס קען שטארק שאטן פאר די ריפאבליקענס, אין עטליכע "פארזיכערטע" סטעיטס.

ובלשונם:

Immigration reform could be bonanza for Democrats

( bonanza, כלומר "א שפע פון עפעס וואס מען ליעבט שטארק")

גייט איינער היינט, און צונעמט די "11 מיליאן" נומער אויף קליין געלט.

פון די 11 מיליאן - וואס איז אויך נישט זיכער - זענען דא לויט יענע חשבונות כאשט 1 מיליאן אינטער 18.
האלט מען ביי 10 מיליאן.

19 פראצענט אומלעגאלע אימעראנטען זענען נישט לאטינא, זיי זענען אזיער אדער עפעס אנדערשט.
בלייבט איבער בערך 8 מיליאן.

לויט די היסטאריע, וועלן נישט אלע גיין פאר סיטעזענשיפ, אז מען מאכט א עוורידזש פון פריערדיגע פעלער איז עס בערך 45 פראצינט.
האלט מען ביי 3.5 מיליאן.

לויט היסטאריע וואוטען לאטינאס פאקטיש בערך 50 פראצענט.
האלט מען ביי 1.75 מיליאן וואוטס.

נאאאא (בנוסח קאלעסבורג) נישט געפערליך!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

שפראכלאז!

יישר כח!
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

הו הא הערליך צונומען מיט א שטארקע קלארקייט!

יישר כח לכתחילה.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

טעד קרוז וויל צולייגען צום אימעגרעשאן בילל, אז אפי' מען געט פאר אלע אומלעגאלע א לעגאלע סטאטוס, זאלן זיי נישט קענען ווערן קיין סיטעזענ'ס. ער וויל מיט דעם איינשפארן די גרויסע גליק פאר די דעמאקראטן מיט די בילל. ווייל זיי וועלן נישט קענען וועלן. און אזוי אויך וועט עס אטאמאטיש אוועק נעמען א גרויסע דאגה פון די ריפאבליקענ'ס.

אגב היינט איז ווידער ארויף געברענגט געווארן די איידיע אין ניו יארק אז מען זאל לאגן "נישט סיטעזענס" וועלן אין סיטי עלעקשאנס. מען האט שוין אין 04' ארויף געברענגט אזא ביל אבער עס איז דורך געפאלן דאן.
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דאנערשטאג מאי 09, 2013 5:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

די שטופערס פונעם ביל אין ניו יארק זאגן אז זיי האבן גענוג וואוטס אין סיטי קאונסיל אפילו איבערצודרייען א וועטא פון מעיאר בלומבערג
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ווינקל האט געשריבן:שפראכלאז!

יישר כח!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די אימעגרעשאן בילל שטייט פאר א וואוט. און עס איז א פראגע צו עס האט די 60 וואוטס אין סענאט, צו פארמיידען א פיליבאסטער, וואס די קעגנער וועלן זיכער פראבירן.

עס איז נאך נישט קלאר וואס עס וועט אלץ שטיין אין די בילל, און יעדע זייט שלאגט זיך נאך צו דרייען געוויסע חלקים צו זייער עדווענטעזש. דערווייל זאגט רוביא - איינע פון די "גענג פון 8" וואס זענען די גרופע פון 8 סענעטארן פון ביידע פארטייען, וואס ארבייטען אריבער צו פירען דעם אימעגרעשאן ריפארם - זאגט אז עס איז נאך נישטא די 60, לויט ווי עס שטייט יעצט, און אז ער אליין וועט וועלן דערקעגען, אויב עס וועט נישט זיין מער שטרענגער מיט איינצוימען די גרעניצען.

די דעמאקראטן שלאגן זיך נאך, אז די אימעגראנטען זאלן באקומען "העלט קעיר".

רוביא וויל לכאורה אפשלאגען די קריטיק, וואס ער באקומוט פון זיין אייגענע פארטיי, פארן שטיפן א אימעגרעשאן ביל, וואס די ריפאבליקענ'ס האלטן וועט זיי נישט העלפען פאליטיש - אפשר נאך שאטן - אזוי ווי עס האט זיי נישט געהאלפן, נאך פרעזידענט רעיגן'ס אימעגרעשאן רעפארם יארן צוריק.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די ערשטע וואוט - אויף אנצוהייבן דעבאטירן דעם ביל - איז היינט געווען אין סענאט, און עס איז דורך מיט ..................... 82 צו 15!!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מען גרייט זיך צו א וואוט אין סענאט. און דערנאך גייט עס צום הויז.

עס האט אויסגעקוקט ווי עס גייט האבן גאר שטארקע איבערוועגענדע מערהייט אין סענאט, געוויסע זאגן אזויפיל ווי 70 אדער מער וואוטס. אבער עס האט זיך פארהאנקעט ווייל געוויסע רעכטע ווילען שטערקער מאכן די חלקים איבער די צוים ביים גרעניץ, און אז די גאנצע אימעגראציע רעפארם פאר די אלע אומלעגאלע אימעגראנטן, זאלן זיך נישט אנהייבן ביז די צוים איז פערטיג.

עס איז געווען א וואוט אויף די זאכן, און עס איז דורך געפאלן.

די 4 ריפאבליקאנער פון די "גענג אוו 8" (די גרופע וואס באשטייט פון 4 ריפאבליקענ'ס און 4 דעמאקרעט'ס) האבן געשימט דערקעגען. זיי ווייסען אז אויב עס וועט ווערן צו שטרענג, וועט עס פארלירן די שטיצע פון די לינקע, און דאך איז די גאנצע ביל אויף טראבל.

איז עס א פראבלעם פאר די 8 . פון איין זייט ווילען זיי נישט פארלירן די רעכטע און פון די צווייטע זייט ווילען זיי נישט פארלירן די לינקע. עס איז לכאורה נישט קיין פראגע צו די ביל אין יעצטיגען פאורעם קעןאדורך גיין אין סענאט, וויירשיינליך יא, אבער אויב עס גייט דורך שוואך, און מיט ווייניג ריפאבליקאנע שטיצע, וועט עס אפשוואכן דעם ביל אינעם ריפאבליקען קאנטראלירטע הויז, ווי עס איז בכלל א גרעסערע שאלה צו די ביל האט די נויטיגע שטיצע.

אויך האט די סי. בי. או. (די נייטראלער אפיס, וואס שאצט וויפיל געזעצען וועלן אריינברענגען אדער קאסטען פאר די רעגירונג) זאגט אז די אימעגראציע בילל וועט אריינברענגען קרוב צו 200 ביליאן דאלער אין די נעקסטע 9 יאר. און נאך 700 ביליאן אין די נעקסטע 10 יאר. דאס איז צוליב דעם וואס די געשאצטע 11 מיליאן אימעגראנטען וועלן קענען ארבייטען עמטליך, און צאלן טעקס.

אבער עס זאגט אויך אז אין שארט טערם, וועט עס הייבן אנאימפלוימענט, און מאכן וועידזשעס נידריגער. דאס וועט אנהאלטן ביז 25' לויט די שאצונג, וואס דאן וועלן די אנעמפלוימענט הייב, און וועידזשעס רעדוקציע זיך אויסבאלאנצירן.

די סי. בי. או. האט נישט די בעסטע רעקארד פאר פאראויסשאצען, און רוב מאל זענען די נומערן אנדערשט אין ריאליטעט ווי ווען זיי זאגן פאר. די סיבה איז פשוט ווייל עס איז געבויט אויף געוויסע ערווארטונגען, און אויב די ערווארטונגען טוישען זיך, טיוש עס די גאנצע בילד.

אויך האלט די סי. בי. או. אז עס וועט נאר שניידען די איליגעל אימעגרעשאן פראבלעם מיט 25%.

סא ביידע זייטען ווייזען אן אויף די חלקים פון די סי. בי. או. ריפארט וואס איז גוט פאר זיי.

דערוויילע ארבעט מען שווער אין סענאט, צו טרעפען א פשרה, וואס זאל מאכן די מערסטע מעמבער'ס צופרידען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מען האט היינט ארויסגעלייגט א פשרה.

דאס מיינט אז מען גייט בקרוב וואוטען אין די סענאט.

די ריכטיגע ארבייט איז אין די ריפאבליקען קאנטראלירטע הויז. עס איז קלאר אז עס איז דא גענוג וואוטס עס אדורך צו פירן אויך אינעם הויז, אבער בעינער וויל עס נישט טאן אן א גרויסע ריפאבליקען שטיצע. ער האט אזוי צוגעזאגט פאר די פארטיי שישקעס, און ער שטעלט איין זיין פירערשאפט בענקל אויב ער גייט עס לאזן דורך גיין אן קיין ערענסטע רעכטע שטיצע.

וועלמער זעהן צו די היינטיגע פשרה, וועט זיין גענוג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

א פרישע פיו ריסורטש אנקעטע זאגט אז בלויז 43 פראצענט אמעריקאנער האלטן אז מ'מוז צום ערשט פארזיכערן דעם גרעניץ, קעגן 49 פראצענט וואס האלטן אז מ'קען גיין מיט "לעגאליזירן ערשט".

בעק טו יו אריבער
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

ען קאלטער וואס וויל אז קריסטי זאל זיין די 16 רפובליקאנער קאדידאט, פירט אן א קאמפיין קעגן רוביא און פראביר אים שוין אינטערצוברענגן צוליב זיין שטיצע פאר די ביל.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

היינט גייט לויט די חשבון זיין די ערשטע "טעסט וואוט" אויף די נייע אימעגראציע פלאן.

עס גייט זיין א וואוט אויף צו "ענדיגען דעבאטירן", און גיין פאר א "אפ אר דאון" וואוט. עס איז עקספעקטעד גרינג אריבער צו גיין מיט ברייטע שטיצע. לויט געוויסע וועט עס האבן 70 שטימען אדער מער.

אויב גייט עס טאקע אריבער שטארק אין סענאט, איז דא האפענונג אז עס וועט עס קענען מאכן אין די "הויז" אויך.

עס איז זייער אנגעשטרענג אין די הויז. ווען עס ווערט פערטיג אין סענאט - לכאורה סוף די וואך - גייט עס צו הויז, וואס האט נאר 4 וואכען געבליבן ביז וואקאציע. ווען זיי קומען צוריק פון וואקאציע, ווארט זיי ערענסטע בודזשעט וואוט'ס. קיינער ערווארט נישט אז מען וועט קענען קער נעמען פון אימעגרעשאן דאן.

אין פיר וואכן איז אביסעל א קורצע צייט, אויב מען נעמט אין באטראכט אז מען וועט מן הסתם דארפן איבערמאכן געוויסע חלקים פונעם ביל, אויב עס זאן קענען דורכגיין דעם ריפאבליקען קאנטראלירטע הויז.

כאטש בעצם קען עס דורכגיין מיט אלע דעמאקראטן, און א חלק ריפאבליקענ'ס, וועט אבער בעינער - ווי שוין געשריבן - נישט לאזן אז אזאנס זאל געשען, ווייל עס וועט מאכן דאס גענאר פון די ריפאבליקען פארטיי.

איין שטארקע טענה וואס איז ארויף געברענגט געווארן אין סענאט, איז די פאקט אז די נייע אמענדמענט - אויף צו פארשטערקערען די "באורדער קאנטראל" חלק פונעם ביל, כדי צו באקומען מער שטיצע פון די רעכטע - איז הערשט באשטימט געווארן פרייטאג, וואס מיינט אז די יעצטיגע ווערסיע פונעם ביל - אלע 1,200 זייטען דערפון - איז אינגאנצען געוון איין טאג צו איבערליינען.

דאס האט אויפגעברענגט די טענה וואס מען האט געהאט קעגן די אבאמאקעיר געזעץ, וואס איז אויך נישט געעוען געהעריג צייט צו ליינען פאר מען האט געוואוט דעראויף, און די רעכטע האבן דעמאלס שטארק פארפירט דערקעגן.

אבער די שטיצער פון די ביל זאגט אז די נייע חלק איז אינגאנצן בערך 119 זייטן, די איבריגע איז געבליבן די זעלבע ווי פאר די פרייטאג'דיגע טויש, און אויף דעם איז יא דא צייט צו ליינען, זאגן די שטיצער אז עס איז סתם איבער געטריבן צו זאגן 1,200 זייטן, און עס איז א דירעקטע ליגענט פון די קעגנער, צו מאכן די ביל אויסקוקען ווילד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מ'האט אנגעהויבן וואוטען 5:30 מען האלט נאך אינדערמיט, עס האט יעצט 66 שטימען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”