בלאט 3 פון 4

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 5:41 pm
דורך יגרסהדותא
געליינט, און שטארק הנאה געהאט. יש"כ לכתחילה

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 7:37 pm
דורך בחורהזעצער
געוואלדיג, איך האב עס אנגעהויבן צו ליינען ווען מאן יימר האט עס אראפגעפברענגט אויפן אמ"ג, אבער אינמיטן האט זיך אריינגעמישט דער גרויזאמער בער און טראמפירט מיט פאטאס "Message truncated due to size"', האב איך עס געמוזט צוענדיגן יעצט פון די קאמפיוטער, עס איז אייזן שטארק און זעלטן קלאר, יישר כח פארן מהנה זיין.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 7:52 pm
דורך געלעגער
אבנארמאל קלאר! בלי מילים

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 9:31 pm
דורך מייקראסאפט
פשששייייאאאאאא!!!
איינער קען מיר עס מאכן פאר א פי די עף? ארויספרינטען....

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 9:50 pm
דורך מומחה עצום
איך ערווארט עס צו זעהן אין איינע פון די היימישע אויסגאבעס די וואך, און אונטן וועלן זיי שרייבן מיט פיצעלע אותיות
קרעדיט: לכתחילה אריבער אייוועלט

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 9:56 pm
דורך ידיד
לכתחילה, כ'מיין אז כ'האב דיר עס שוין אמאל געזאגט, אבער איך גיי דיר עס זאגן נאכאמאל.

דו ביזט וואן אף עי קיינד אין צונעמען א נושא מיט אן אויסטערלישע קלארקייט!!

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 9:58 pm
דורך היימישער איד
זייער גוט אראפגעלייגט ביידע צדדים כ'ווייס שוין נישט וואס צו פסק'נן.

פון איין זייט האט ער גארנישט גערעדט און דאס איז די קאנסומער'ס. ווען כ'קויפ עפעס ווארטיך אלץ מיט אנגסט די טעקס זאל בלייבן זירא נאכן לייגן די זיפקאוד, און ווען ס'איז טאקע אזוי שאפט עס מיר א געוואלדיגע נחת רוח. ומכלל הן.. ווען עס גיט זיך א ריק ארויף דער סך הכל מיט א שיינע קנאפע 9 פארצענט בלויז ווייל די פארקויפער האט א אפיס אין מיין סטעיט (וויליאמסבורג) טוט דאס מיר באנק.

איר פארשטייט?

באמת איז עס אבער רעלאטיוו א קלייניקייט. לגבי די פארקויפער וואס ביי זיי איז די גאנצע פרנסה אנגעוואנדן אין דעם געזעץ. פארשטייט מען פארוואס מ'רעדט נישט צופיל דערפון. ודו"ק.

(קרעדיט היימישער איד - אמ"ג)

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 8:16 am
דורך שאינו יודע
ידיד האט געשריבן:לכתחילה, כ'מיין אז כ'האב דיר עס שוין אמאל געזאגט, אבער איך גיי דיר עס זאגן נאכאמאל.

דו ביזט וואן אף עי קיינד אין צונעמען א נושא מיט אן אויסטערלישע קלארקייט!!

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 8:53 am
דורך maybeeynot
כ'האב לכתחילה געווארט ער זאל אריבער אפירן דא אן ארטיקל
ש'כח אידס וואנדרפאל

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 11:47 am
דורך ווינקל
לכתחילה; ארטסקרול קען זיך פארשטעקן פאר דיין קלארקייט....

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 1:54 pm
דורך לכתחילה אריבער
ווינקל האט געשריבן:לכתחילה; ארטסקרול קען זיך פארשטעקן פאר דיין קלארקייט....

חוץ דעם וואס כ'בין נישט נהנה פון קיין מקומות זרים ח"ו!

ישר כח פאר אלע דאנקער,

איי עפרישיעט יור עפרישיעשאן, ענד איי געסס, דעהט יו עפרישיעט מיי עפרישיעטינג יור עפרישיעשאן, סא טענקס פאר דעט טו!

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 2:36 pm
דורך מחותן
איך ווייס נישט אויב מיין זאגען פעלט נאך אויס אבער איך זאג עס ענעוועי, לכתחלה יו אר די בעסט, ייש"כ.


זיי מסביר נאך א נקודה,

איך פארשטיי פארוואס איך דארף צאלן טעקס ווען איך גיי פיזיש אריין אין געשעפט, וויייל ווי נישט ווי קאסט עס פאר די סטעיט אז איך זאל קענענן וואנענן אין די סטעיט, און אז די סטאר זאל קענענן אנגיין און אז איך זאל קענענן איינקויפן דארט.

משא"כ ווען איך קויף אנליין, ווי איז די סטעיט א מחותן דא? וואס האבן זיי מיר געטיען אז די סעיל זאל צושטאנד קימען? פאר די דעליווערי פארט זאל יו פי עס באצאלן פאר די סטעיט, ווי קימט די סטעיט דא אריין אינעם בילד?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 2:43 pm
דורך לכתחילה אריבער
מחותן האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב מיין זאגען פעלט נאך אויס אבער איך זאג עס ענעוועי, לכתחלה יו אר די בעסט, ייש"כ.


זיי מסביר נאך א נקודה,

איך פארשטיי פארוואס איך דארף צאלן טעקס ווען איך גיי פיזיש אריין אין געשעפט, וויייל ווי נישט ווי קאסט עס פאר די סטעיט אז איך זאל קענענן וואנענן אין די סטעיט, און אז די סטאר זאל קענענן אנגיין און אז איך זאל קענענן איינקויפן דארט.

משא"כ ווען איך קויף אנליין, ווי איז די סטעיט א מחותן דא? וואס האבן זיי מיר געטיען אז די סעיל זאל צושטאנד קימען? פאר די דעליווערי פארט זאל יו פי עס באצאלן פאר די סטעיט, ווי קימט די סטעיט דא אריין אינעם בילד?

טעקס איז נישט אלץ א באצאלדונג פאר א סערוויס. עס איז דא אזא זאך אפי' ווי א "קאפ טעקס" סתם ווייל דו ביסט געבוירן. עיין עוד ב"אבאמא קעיר לעגאלע קאמף" אשכול.

אבער כ'פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו פרעגסט. עס איז די טעקס וואס "דיין" סטעיט וויל באקומען, נאר היצט וועט דער פארקויפער עס איינמאנען - אפי' ער איז אין א אנדערע סטעיט - אין שיקען צו דיין סטעיט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 2:48 pm
דורך מחותן
פארוואס קימט זיך עס פאר "מיין" סטעיט? וואס האבן זיי "מיר" געטיען לגבי די סעיל אז איז זאל "זיי" דארפן צאלען טעקס דערפאר?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 2:51 pm
דורך שנאפס
געזעץ און שכל האבן זיך קיינמאל געטראפן

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 3:01 pm
דורך לכתחילה אריבער
מחותן האט געשריבן:פארוואס קימט זיך עס פאר "מיין" סטעיט? וואס האבן זיי "מיר" געטיען לגבי די סעיל אז איז זאל "זיי" דארפן צאלען טעקס דערפאר?

זיי האבן דיר גארנישט געטאן לגבי "די" סעיל, אבער זיי שטעלען דיר צו אסאך סערוויסעס, און זיי מוזן דאס דעקן, איינע פון די וועגן וואס זיי דעקן דאס, איז דורך איינמאנען פון זייערע איינוואוינער "פראפערטי טעקס", און "אינקאם טעקס", און אויך "סעילס טעקס".

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 3:02 pm
דורך שאינו יודע
און וואס איז פשט פון די חילוק צווישן א מיליאן דאלאר אין סעילס אדער נישט?

אויב איז נישט קעגן די קאנסטיטושן (גוט געספעלט?) צו בעטן טעקס פאר א צווייטע סטעיט, וואס מאכט אויס די סכום?

עס איז דאך נישט ווי קיין נייע טעקס וואס מען לייגט יעצט ארויף און מען גיט אן עקזעמפשאן, עס איז א טעקס וואס 'יעדער' איז מחיוב, עס איז נאר געווען א טעכנישע צוריקהאלט, איינמאל מען נעמט עס אראפ, וואס איז די חילוק?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 3:04 pm
דורך לכתחילה אריבער
שאינו יודע האט געשריבן:און וואס איז פשט פון די חילוק צווישן א מיליאן דאלאר אין סעילס אדער נישט?

אויב איז נישט קעגן די קאנסטיטושן (גוט געספעלט?) צו בעטן טעקס פאר א צווייטע סטעיט, וואס מאכט אויס די סכום?

עס איז דאך נישט ווי קיין נייע טעקס וואס מען לייגט יעצט ארויף און מען גיט אן עקזעמפשאן, עס איז א טעקס וואס 'יעדער' איז מחיוב, עס איז נאר געווען א טעכנישע צוריקהאלט, איינמאל מען נעמט עס אראפ, וואס איז די חילוק?

יעצט נעמט מען אראפ די "טעכנישע צוריקהאלט" פאר די גרעסערע פארדינער. אבער ווען דו קויפסט ביי א קליינעם, ביסטו ווייטער מחויב צו באצאלען, ער קען עס נאר נישט איינמאנען.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 8:45 pm
דורך מייקראסאפט
יא אבער וואס איז זייער חשבון פארוואס טיען זיי עס נאר פאר מיליאן דאללער אין העכער ביזנעסער? שטעלט דיר פאר זיי זאגן סטארס וואס מאכן אינטער מיליאן דאללער דארפען נישט נעמען קיין טעקסט, דער עולם וועט מיזען אליינס צאלן....

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 9:04 pm
דורך לכתחילה אריבער
מייקראסאפט האט געשריבן:יא אבער וואס איז זייער חשבון פארוואס טיען זיי עס נאר פאר מיליאן דאללער אין העכער ביזנעסער? שטעלט דיר פאר זיי זאגן סטארס וואס מאכן אינטער מיליאן דאללער דארפען נישט נעמען קיין טעקסט, דער עולם וועט מיזען אליינס צאלן....

וועט איר מוזן ליינען די ארטיקל נאכאמאל, עס איז אויסגעשמועסט :wink: :wink:

בעיקר ווייל דאס פארשטייט יעדער אז איינער וואס מאכט א מיליאן דאלער אין סעיל'ס, איז עס אויף די אינטערנעט ווי די פראפיט מארדזשין איז פיצעל ממש, בלייבט אים זייער ווייניג אין טאש. לאמיר זאגן 5% איז עס 50,000 טאלער. אז ער מוז זיך נאך האבן די עקספענסעס וואס ער גייט צובאקומען מיט די נייע טעקס, איז ער ארויס פון ביזנעס. און איבעי שרייט אז אינטער 10 מיליאן קען מען נישט עפארדן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 09, 2013 5:48 pm
דורך פאטאקי08
WOW!!
לכתחילה האט זיך צעלאזט!!!
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

לכתחילה אריבער האט געשריבן:די פראגראמען וועלן זיין זייער שווער צו אהערשטעלען. אין פאקט עס האט גענומען פאר "אווערסטאק דאט קאם" – איין אזא גרויסע אנליין פירמע – 9,412 שעה פאר 20-30 פראפעשענעל פראגראמערס, אין לויף פון 5 חדשים, צוצושטעלן א פראגראם פאר בלויז נאך איין סטעיט!

לינק ביטע...

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 10, 2013 2:05 pm
דורך לכתחילה אריבער
פאטאקי08 האט געשריבן:WOW!!
לכתחילה האט זיך צעלאזט!!!
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

לכתחילה אריבער האט געשריבן:די פראגראמען וועלן זיין זייער שווער צו אהערשטעלען. אין פאקט עס האט גענומען פאר "אווערסטאק דאט קאם" – איין אזא גרויסע אנליין פירמע – 9,412 שעה פאר 20-30 פראפעשענעל פראגראמערס, אין לויף פון 5 חדשים, צוצושטעלן א פראגראם פאר בלויז נאך איין סטעיט!

לינק ביטע...

גלייבסט מיר נישט? :wink: :wink:
the concerns expressed by Overstock.com’s chairman and CEO Patrick Byrne and president Jonathan Johnson.

“It took our team of 20-30 experienced IT professionals 9,412 hours over five months to install, test and integrate the software that let us properly calculate use tax in one additional state,” the executives wrote in an Wall Street Journal op-ed


לינק געשיקט אין אישי.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 10, 2013 2:29 pm
דורך פאטאקי08
שכח אייך
לכתחילה אריבער ;l;p-

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 3:19 am
דורך חסידי
א גרויסער יישר כח ר' לכתחילה, איך דריי זיך שוין ארום א תקופה צומישט איך האב נישט געוויסט וואס טוט זיך דא, איך האב נישט די ווערטער דיך צו דאנקען

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 11:15 am
דורך היפאקריט
דער עולם קוקט אויס צו זיין גאנץ קלאר בהנידון, דאף מאכן צייט צו ליינען לכתחילה אריבער'ס לאנגער שיעור בעיון. דערווייל האט איר דא א לינק צו https://www.ebayinternetsalestax.com/ist/step1.asp זיי בעטן מ'זאל מסביר זיין קאנגרעס'ן אז סי נישט יושר