3)
איז די נייע סעילס שטייער א גוטער און יושר'דיגר געדאנק צו נישט? די צוויי זייטען פון די מטבע.
די צד אויף יא איינפירן די נייע געזעץ.די צד צו זאגן אז מען זאל איינפירן דעם געזעץ איז גאנץ פשוט.
•
היינט צוטאג'ס ווען מען קויפט איין אין א פיזישער געשעפט, איז די פרייז לויט וויפיל דער געשעפט וויל פארדינען, און צוגאב צו דעם איז דא א פראצענט סעילס שטייער. די אנליין געשעפטען וואס דארפן נישט איינקאסירן די שטייער קענען פארשטייט זיך געבן א בעסערע פרייז. עס קען אויסמאכן אסאך געלט. לויט די עוורעדזש סעילס טעקס אין אמעריקע – סטעיט און לאקעל – פון באלד 10 פראצענט טעקס, מאכט עס אויס באלד 10$ אויף יעדע 100$ וואס מען געט אויס. אז מ'קויפט למשל א קומפיוטער פאר 800$ וועט עס אויסמאכן קרוב צו 80$ וואס א פיזישער געשעפט "מוז" זיין טייערער פון א אנליין געשעפט.
און די פיזישע געשעפטן שרייען אז דאס איז נאך חוץ פון דעם וואס זיי מוזן בכלל זיין טייערער פון די אנליין געשעפטן, צוליב רענט, יוטילעטיס, און נאך פארשידענע אנדערע אויסגאבן. אפי' אזא קלייניקייט ווי טיקעט'ס וואס א פיזישע געשעפט קען באקומען ווייל פארענט פון זיין געשעפט איז געווען נישט גענוג ריין, פאנגט ער אן מיט א שוואכקייט אין די פרייז פארמעסט, און אז עס קומט נאך צו דאס אויך, איז עס שוין געפערליך.
און די פיזישע געשעפטן ווילן טאקע אז לויט די נייע געזעץ זאל די געשעפטן מוזן איינקאסירן טעקס אפי' זיי מאכן נישט קיין מיליאן דאלער אין סעילס, ווי די נייע געזעץ שרייבט פאר. זיי זאגן אז זיי – די פיזישע געשעפטן - דארפן איינקאסירן פון די ערשטע דאלער אין סעילס וואס זיי מאכן פארוואס זאלן די אנליין געשעפטן נאר צאלן ווען עס איז אזא געשעפט וואס פארדינט פון איין מיליאן און העכער.
•
די פיזישע געשעפטן טענה'ן אויך, אז זייער אסאך מענטשן קומען אריין אין געשעפט, קוקען וואס זיי ברויכען, און דערנאך גייען זיי איינקויפן אנליין! און דאס איז בכלל עפעס וואס די אנליין מאכן שאדן פאר די פיזישע געשעפטן.
אבער אויף דעם ענטפערען די אנליין געשעפטן, אז דאס געשעט פארקערט אויך. מענטשן גייען אנליין, באקוקען אלע פרטים – וואס זיי שפירן נישט באקוועם צו באלעמוטשענען א מענטש – און דערנאך קויפן זיי אין א פיזישע געשעפט.
•
און דאס וואס די קעגנער זאגן אז עס איז א "נייע טעקס". איז נישט אמת. ווייל מען דארף לויט די געזעץ סייווי באצאלן די טעקס, נאר די געשעפט האט נישט קיין רעכט עס איינצומאנען, דער מענטש אליין דארף עס באצאלן. ממילא איז עס טעכניש נישט קיין נייע טעקס.
•
און אויך זענען דא וואס זאגן, אז אויב די סטעיטס וועלן קענען איינמאנען גענוג סעילס טעקס, וועט עס גורם זיין אז "איינקום טעקס" וועט קענען ווערן ביליגער, ווייל די לאך וועט געדעקט ווערן מיט סעילס טעקס. און דאס אז מען זאל ענדערשט באצאלען "סעילס טעקס" ווי "איינקום טעקס" איז זייער א ליעבליכער געדאנק פאר אסאך רעכט גענויגטע פאליטיקאנטן און ביזנעסלייט. (אין פאקט איז עס אביסעל ווי די "פלעט טעקס" פלאן, וואס אסאך רעכטע פאליטיקאנטן און ביזנעסלייט ווילען שוין לאנג איינפירן. אבער דאס איז א שמועס פאר זיך)
די צד אויף ניין.
די ערשטע און פשוט'סטע טענה אויף די געזעץ איז, אז יעדע אנליין גשעפט וועט אצינד מוזען האנדלען מיט יעדע סטעיט'ס טעקס געזעצען עקסטער, און נאך מער מיט יעדע לאקאלע טעקס געזעץ עקסטער.
און אפי' די סטעיט טעקס איז עס טאקע נאר 45 עקסטערע סטעיט'ס (אזויפיל סטעיטס האבן סעילס טעקס) – וואס איז אויך אסאך לויט די קעגנער פון די ביל – איז עס אויף די לאקאלע לעוועל, 9,600 עקסטערע טעקס געזעצען! און יעדע פון די 9,600 האט פארשידענע חלקים. למשל אין א דיסטריקט אין א געוויסע סטעיט איז דא א טעקס אויף די "פאמפקין" פרי – וואס די גוים לייגען ארויס פאר זייערע חגאות –אויב מען קויפט די פרי פאר "דעקארעשאן" אויסשטעלונגען, אבער אויב מען קויפט עס צום עסן, נישט. אזוי אז עס וועט ממש זיין אוממעגליך נאכצוגיין די טויזענטער דעטאלען און עס אויסצופירן.
די אמת איז אז די פארגעשלאגענע געזעץ באוואורענט דעם פראבלעם. די געזעץ פארלאנגט פון די סטעיטס, אז כדי צו קענען פאקטיש אויספירן דאס איינקאסירן די טעקס, מוזן די סטעיטס מאכן זייער טעקס קאוד "גרינג". בעיקר מיט צושטעלען פראגראמען, וואס די אנליין געשעפטן קענען ארויף לייגען אויף זייער וועבזייטלן, וואס זאל אטאמאטיש אויסרעכענען אויב מען דארף אויף די ארטיקל צאלן שטייער אין יענע געוויסע סטעיט, און וויפיל עס דארף זיין. און אויך אז אלע שטייערן פון די גאנצע סטעיט זאל ווערן קאנטראלירט פון איין סענטראלע אגענטור.
אבער דאס וועט נאר העלפן א חלק פון די פראבלעם – זאגן די קעגנער פון די געזעץ -. ווייל אויב למשל א סטעיט וועט ווילן מאכן א "אודיט". א אודיט איז א איבערזיך, ווען די שטייער באמטע גייען איבער א ביזנעס צו ער האט טאקע באצאלט די שטייער וואס ער קומט, דאס ווערט געטאן כסדר אויף ביזנעסער. עס גייט נישט אין קיין ספעציפישע רייע, נאר מען קלויבט ארויס ווי א גורל, אזוי אז יעדע ביזנעס ווייסט אז עס קען פאלן די גורל אויף אים, געט יעדער אפבאכט. פארשטייט זיך אויב מען איז חושד א ביזנעס, וועט מען אויך מאכן א אודיט, אפי' עס איז נישט יענעמס רייע. און אז א סטעיט וועט ווילען מאכן אזא אודיט אויף א געוויסע אנליין ביזנעס, וועט אויסקומען אז יעדע אנליין ביזנעס, וועט דארפן אויפהאלטן צענדליגער אדוואקאטען און אקאונטענטס, וואס זאלן צוזאמען זיך קענען ספראווענען פון יעדע אודיט וואס קען קומען פון יעדע סטעיט. דאס איז א נייע אויסגאבע פאר די ביזנעסער. און אזוי אויך דאס פיילען טעקס סוף יאר, וועט מען דארפן האבן טייערע עקאונטענט וואס קען די געזעצען פון יעדע סטעיט, און דאס וועט זיין באדייטענט טייערער פון א אלגעמיינע עקאונטענט וואס פראקטעצירט נאר אין איין סטעיט.
די עקספענסעס זענען עפעס וואס די פיזישע געשעפטן דארפן נישט האבן, ווייל זיי וועלן ווייטער נישט דארפן באצאלען קיין שטייער פאר אנדערע סטעיטס.
און נאך מער.
די פראגראמען וועלן זיין זייער שווער צו אהערשטעלען. אין פאקט עס האט גענומען פאר "אווערסטאק דאט קאם" – איין אזא גרויסע אנליין פירמע – 9,412 שעה פאר 20-30 פראפעשענעל פראגראמערס, אין לויף פון 5 חדשים, צוצושטעלן א פראגראם פאר בלויז נאך איין סטעיט!
און דאס איז א פרייוואטע קאמפאני, נשיט קיין שטאטישע ביוראקרעסי. כ"ש ווי שווער עס וועט זיין פאר א סטעיט. דאס זאגן די קעגנער, וועט גורם זיין אז די פראגראמען וועלן קיינמאל נישט זיין פערטיג הונדערט פראצענט, און ארבייטען ווי עס ברויך צו זיין. און די סטעיטס וועלן שוין אנהייבן פארלאנגען טעקס, און אז א געשעפט וועט טענה'ן אז די פראגראם איז נישט גוט, וועט ער מוזן גיין אין קארט קעגן א סטעיטס, דאס וועט אפקאסטען שווערערע געלטער, וואס סתם א ביזנעס קען זיך בשום אופן נישט ערלויבן.
•
און דא קומט צו נאך א טענה.
דאס אז עס וועט קאסטען אזויפיל געלט צייט און ארבייט אויסצופאלגען דעם געזעץ, וועט גורם זיין אז בשעת עס העלפט פיזישע געשעפטן – וואס איז דאך אפיציעל די סיבה פארוואס מען וויל די געזעץ - טוט עס אין די זעלבע צייט נאך מער ווי די רווח, שאדן מאכן פאר די "קליינע" אנליין געשעפטן!
די גרויסע אנליין געשעפטן, וואס מאכן מיליאנען - צו גאר ביליאנען - אין סעילס א יאר, וועלן זיך קענען ספראווענען מיט די אלע נייע רעגולאציעס, אבער א קליינע ביזנעס, וועט אין אזא פאל ווערן דערטראנקן.
די פירער פון "איבעי" – די אנליין ריטעיל און לעצוטאציע פירמע – זאגט טאקע וועגן דעם, אז ער איז נישט בעצם קעגן דעם געדאנק פון איינקאסירן שטייער, אבער עס זאל נישט געלייגט ווערן אויף א פירמע וואס האט סעילס פון אונטער 10 מיליאן דאלער, נישט איין מיליאן דאלער ווי עס איז יעצט פארגעשריבן.
אבער אנדערע טענה'ן אז אפי' פאר א פירמע וואס מאכט 10 מיליאן דאלער געשעפטען, איז די געשעפט'ס רווח – די פראצענט פון די סעילס – נאך אלס ווייט פון גענוג פון צו קענעם דעקן די אסטראנאמישע הוצאות, וואס קענען צוקומען.
בכלל זאגן זיי, די גרויסע פירמעס – סיי פיזישע און סיי אנליין - האבן ריזיגע לאבי גרופעס וואס מאכן זיכער אז די פירמעס באקומען גונסטיגע דילס און אויסנאמען פון די סטעיטס, אז זיי זאלן דארט מאכן ביזנעס. אזוי אז אפי' די געזעץ זאל דורכגיין, וועלן די גרויסע אנליין געשעפטן זיך קענען א עצה געבן למחצה לשליש ולרביע. זיי וועלן שוין זיכער מאכן צו באקומען ערגעץ א ביינדל, וואס זאל דעקן די נייע לאך וואס עס האט זיך געמאכט. אבער די קליינע פירמעס האבן דאך נישט אזא בודזשעט זיי זאלן זיך קענען ערלויבן לאבאינג, און דאס וועט זיין נאך אזאך וואס מען מאכט שאדן פאר "קליינע ביזנעסער", זיי וועלן ווערן צושמיסען מוזן הייבן די פרייזען, און די גרויסע ווען ווייטער געבן ביליג.
•
דערנאך זאגן די קעגנער אזוי. עס איז נישט ריכטיג צו זאגן אז די אנליין געשעפטן האבן א גרינגערע פעלד ווי די פיזישע געשעפטן וועגן די הוצאות וואס זיי שפארן – ווי רענט און יוטילעטיס וכדו' - ווייל פון די אנדערע זייט האבן זיי סאך א שווערערע פעלד.
די אנליין געשעפטן מוזן קונקורירן מיט געשעפטן איבער די גאנצע לאנד, און איבער די גאנצע וועלט! יעדער איינקויפער אנליין, זעהט אלע פרייזען פאר די אויגן. מוזן זיי געבן גאר גינסטיגע פרייזען, און וועגן דעם זענען זייערע רווחים ממש מינאמאל. אבער די פיזישע געשעפטן מוזען זיך צו מערסטענס ספראווענען מיט צוויי דריי געשעפטן פון די געגענט. א נארמאלע מענטש וואס גייט איינקויפן אין א פיזישע געשעפט, וועט נישט ארום פארן שעות ארוכות און באקוקען פרייזען אין אנדערע געשעפטן, געווענדליך וועט ער אריין גיין אין געשעפט און קויפן, העכסטענס וועט ער קוקען נאך איין אדער צוויי געשעפטן. אבער אנליין, פארוואס זאל ער נישט קוקען פאר די בעסטע פרייז, עס געדורט דאך ממש עטליכע סעקונדען, און מען זעהט פרייזען פון די גאנצע וועלט.
נאך א פונקט, וואס שניידט די רווחים פון די אנליין געשעפטן איז שיפינג. א פיזישע געשעפט ווי א מענטש קומט אריין, וועט ער געווענדליך קויפן און אליינ'ס אהיים פירן דעם ארטיקל. אבער אנליין איז נישטא אזא זאך. יעדע פירמע מוז צושטעלען שיפינג, און ווייטער וויבאלד עס איז אזא גרויסע קונקורענץ, מוז מען צושטעלען פאר גאר ביליג די שיפינג אדער אפי' גאר אומזינסט.
ממילא – זאגן די אנליין געשעפטן – אז באמת סוף דבר, איז די רווח פון זיין אנליין, בכלל נישט אזא גרויסע מציאה, און אז מען זאל זיי איצט צולייגן דעם טעקס. וועט עס נאך מער אנשטרענגען זייער סך הכל פארדינסט.
•
אויך זענען דא אזעלעכע וואס זאגן, אז די געזעץ וועט ארויסשטיפן פירמעס פון אמעריקע. ווייל אינטערנעט איז דאך אלטוועלטליך, און כאטש שיקן פעקליך פון אנדערען עק וועלט איז שווערער, טייערער און נעמט לענגער ווי אין אמעריקע. אבער שיקען א פעקל פון א נאנטער לאנד ווי קאנאדא אדער מעקסיקא, איז נישט צופיל שווערער ווי אין לאנד פון איין עק צום אנדערע. איז פארוואס זאל א פירמע בלייבן אין אמעריקע אויב עס וועט אין טייער קאסטן. וועט ער גיין קיין אויסלאנד, און די סטעיטס וועלן ווייטער נישט האבן די טעקס, און נאך פארלירן ארבייט פאר אירע בירגער אויך.
און בכלל, די אנליין טענה'ן אז עס גייט געשען צו זיי – פון די אלטועלטליכע קונקורענץ – דאס וואס איז געשען צו די פיזישע געשעפטן פון די אנליין קונקורענץ! די גאנצע וועלט וועט ווייטער געבן ביליגע פרייזען אן די נייע טעקס, און די אנליין געשעפטן אין אמעריקע, וועלן מוזן איינקאסירן די טעקס.
•
אויך זענען דא וואס זאגן, אז אויב עס וועט דורכגיין, וועט עס אנרייצן דעם אפעטיט פון די סטעיטס צו העכערן שטארק די סעילס טעקס פאר אנליין געשעפטן. עס איז דאך א נייע קוואל פון איינקונפט. און די מורא אז עס וועט שאטן פאליטיש, און מען וועט עס אנזעהן ביי די וואלען – וואס דאס איז דאך וואס האלט די פאלעטישענס אין די ראמען - וועלן זיי היצט זיך נישט דארפן זארגען, ווייל עס איז דאך אזעלעכע מענטשן פון אויסער די סטעיט, וואס קענען נישט אריינרעדן. און דאס וועט ארויף טרייבן טעקס גאר הויך.
•
און די סטעיטס וואס האבן נישט קיין סעילס טעקס, שרייען אז עס וועט אוועק נעמען די רווח פון אפערירן א אנליין ביזנעס אין זייער סטעיט, וויבאלד מען וועט סיי ווי דארפן צאלן פאר די אנדערע סטעיט'ס. און דאס וועט זיי מאכן ריזיגע שאדנ'ס.
•
און דערנאך איז דא די וויכטיגע פרייוועסי טענה.
ביז היינט ווען איינער קויפט איין אין א געשעפט, אפי' ער באצאלט טעקס, ווייסט נישט די רעגירונג וואס ער האט געקויפט. זיין נאמען איז נישט צוגעבינדן צום ארטיקל וואס ער האט געקויפט. און ווען מען קויפט אנליין ווייסט ווייטער נישט די רעגירונג. כאטש זיין נאמען איז יא צוגעבינדען צום ארטיקל - צוליב די אדרעס און אנדערע אינפארמאציע וואס מען מוז געבן ווען מען קויפט אנליין – איז עס אבער נישט פארבינדען מיט די רעגירונג. אבער אז מען וועט מוזן צאלן די שטייער, און די רעגירונג וועט דאך ווילען נאכקוקען צו מען צאלט טאקע, וועט דאך די רעגירונג פארלאנגען צוטריט צו די אלע טראנסאקציעס, און פונקטליך קענען קונטראלירן וואס אין ווען און וויפיל יעדער האט סיי וואס געקויפט! דאס איז עפעס וואס שמעקט גאר ווייניג פאר די אמעריקאנער בירגער, וואס ווילן פראקטעצירן די פרייהייט געזעצן מיט וואס אמעריקע שטאלצירט אזוי.