א פארלוסט פאר קראונס און קאלייטעס פאציענטן! דר. בן צבי ז"ל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עולם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:05 am
לאקאציע: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
פארבינד זיך:

א פארלוסט פאר קראונס און קאלייטעס פאציענטן! דר. בן צבי ז"ל

תגובהדורך עולם » מאנטאג אפריל 22, 2013 10:21 pm

נעכטן נאכט איז פלוצים נפטר געווארן א גאר חשוב'ע דאקטאר ר' יהושע (בן ר' שמעון דוב הי"ו) בן-צבי ז"ל. באקאנט ביי פילע אלס Dr. Jeffrey S. Ben-Zvi אין אינגן עלטער פון 57 יאר.
XDVPQ_w120h160.jpg
XDVPQ_w120h160.jpg (3.5 KiB) געזעהן 2990 מאל

דר. בן-צבי איז געווען א גאר בארימטע געסטרא-אינטעראלאדזשיסט דאקטאר, סערווירענדיג פאציענטן וואס ליידן בעיקר אויף די מחלות "קראונס" און "קאלייטעס". 

ער האט געדינט אלס א געסטראו דאקטער אין די בית ישראל און סט. לוקס שפיטעלער, ווי אויך אלס עסיסטענט פראפעסער אין די קליניקל מעדעצינען דעוויזיע אין קאלאמביע יוניווערסעטי, און א מעמבער פון די עדווייזערי באורד פונעם מאכטפולע ארגענעזאציע 'קראונס ענד קאלייטעס פאנדעישאן אוף אמעריקע'. בעפאר דעם האט ער געדינט אלס דירעקטאר פון די געסטרא און לעבער קליניק אין די לענעקס הילל שפיטאל.

אזוי אויך האט דר. בן-צבי יארן לאנג געדינט אלס "מעדיקעל דירעקטאר" פון די חברה הצלה פון פלעטבוש. און באלד דרייסיג יאר געדינט אלס א געטרייע מעמבער אין די חברה הצלה.

דר. בן-צבי איז געווען אן פרימער ארטאדאקסישע איד א שומר תורה ומצות און א גרויסער תלמיד חכם, יעדע עקסטערע מינוט וואס ער האט אזוי אויך נישט געהאט האט ער אוועקגעגעבן פאר תורה ועבודה וגמילות חסדים. דער דר. האט געהאט א הארץ פון פיטער, זיך איבערגעגעבן פאר זיינע פאציענטן פיר-און-צוואנציג שעה א טאג, סיי מיטן קער נעמען פון זיי, מ'האט אים געקענט רופן סיי ווען און איז אייביג דא געווען ארויסצוהעלפן א צווייטע איד, אזוי אויך אויב האט ער געוויסט פון א פאציענט וואס האט נישט געהאט קיין אינשורענס איז דאס נאכאלץ נישט געווען קיין אפהאלט אים צו סערווירן ביי זיך אין פריוואטע אפיס בחינם, און אפילו געקענט נעמען א פרישע פאציענט, יא! אן אינשורענס!.
 
אזוי אויך איז ער כסדר געווען פארנומען צו שטודירן פרישע זאכן און מאדיצינען פרובירנדיג אויפצוקומען מיט א היילונג פאר די ליידענדע. לעצטענס האט ער זיך גאר שטארק אריינגעלייגט דערין, און מ'האט געהאפט אז ער וועט עפעס אדורכברעכן, ליידער איז ער צו פרי פארשניטן געווארן.

אין זיינע אינגע יארן ווען ער איז געווען אן אויפשטייגענדע שטערן אין די געסטרא שטודיעס און אלע האבן פאראויס געזאגט אז דא קומט ארויף א גאר גוטע דאקטער און געלונגענע שטודירער, אבער! זיין געוואלדיגע מסירות נפש פאר שמירות שבת און מצות האט אים צוריקגעהאלטן אסאך פאטענציאלע ארבייטס-פלעצער. איינמאל האט ער געדארפט ווערן אויפגענומען אלס הויפט דאקטער אין א שפיטאל און אלס לערער פאר פרישע שטודירער, אבער איז די לעצטע מינוט געווארן אפגעזאגט אלס נישט וועלענדיג רעדן אום שבת ביי א קאנפערענץ!!! ער האט דערויף קיינמאל נישט חרטה געהאט, אדרבה ער איז גאר געווען שטאלץ דערמיט אז ער האט אנגעוואוירן א קעריער אלעס אדאנק אידישקייט!
טראץ דעם איז ער אבער אייביג געווען אויף די העכסטע קאמיטע'ן און כסדר אויפגעטרעטן פאר אנדערע.

פאר צוויי יאר צוריק ווען ס'האט זיך געעפענט - ווי צייטליך האט דא באריכטעט - די ערשטע אידישע ארגענעזאציע פאר 'קראונס' און 'קאלייטעס' ליידענדע, היינט באקאנט אלס 'עול"ם' - עזרה וחיזוק לחולי מעים, אדער ביי אנדערע אלס JCCSG - Jewish Crohn's & Colitis Support Group און די ארגענעזאציע האט געמאכט זייער ערשטע חיזוק און עצות אווענט -ביי פארקעיר העלטה און מעדיקעל צענטער, ווי דר. בן-צבי האט געדינט אלס 'מעדיקעל דירעקטאר'- האט טאקע דער דר. בן-צבי אויפגעטרעטן מיט א גאר אינהאלסטרייכע און אינפארמאטיווע רעדע, וואס האט פארברייטערט די ידיעות פון די אריבער צוויי הינדערט באטייליגטע. און פון דעמאלטס איז ער אייביג געשטאנען צו הילף פונעם ארגענעזאציע מיט סיי וואס ער האט געקענט, בעצה ותשועה, צו מ'האט דריגענד געדארפט האבן א דאקטער.

זיין גוט הארץ און געטריישאפט צו אנדערע וועט אייביג געדענקט ווערן.

יהא זכרו ברוך!

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » מאנטאג אפריל 22, 2013 10:38 pm

ברוך דיין האמת

פונקט געווען עדווערטייזט פאריגע וואך אינעם בולעטין אז ער איז גרייט צו באצאלן שפעזן און מעדצין פאר קראנס ליידענדע וואס זענען גרייט צו מיטהאלטן א שטדיוע צו היילן די ענין.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אפריל 22, 2013 11:04 pm

בד"ה. טאקע א שטארקע פארלוסט פאר די אלע נצרכים

אוועטאר
עולם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:05 am
לאקאציע: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
פארבינד זיך:

תגובהדורך עולם » מאנטאג אפריל 22, 2013 11:23 pm

היימישער איד האט געשריבן:ברוך דיין האמת

פונקט געווען עדווערטייזט פאריגע וואך אינעם בולעטין אז ער איז גרייט צו באצאלן שפעזן און מעדצין פאר קראנס ליידענדע וואס זענען גרייט צו מיטהאלטן א שטדיוע צו היילן די ענין.

יא, ער האט זיך גאר שטארק אריינגעלייגט דערין, נאך געזיצן פרייטאג אין זיין נייע אפיס אויף בושוויק נעבן וויליאמסבורג. היינט האט א היימישער ווייבל פון וויליאמסבורג געדארפט אהין גיין. אבער וחבל, ער איז שוין נישטא.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22962
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אפריל 23, 2013 4:16 am

דער עולם ווערט געבעטן זיך צו זעצן אויף די פלעצער...

שלום עליכם עולם, פון וואנעט קומט א יוד? מאכט אייך היימיש, און א שיינעם דאנק פאר אייער הערליכע באשרייבונג...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
Chuchem Atik
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 30, 2008 11:38 am

תגובהדורך Chuchem Atik » דינסטאג אפריל 23, 2013 11:53 am

באמת א פארלוסט פאר כלל ישראל בכלל און פאר די וואס האבן זוכה געווען צו די קראונס\קאלייטעס פעקל בפרט.
איך האב אים נישט געקענט אדער באגעגענט פערזענליך אבער איך האב געהערט די דרשה פון אים ביי די אסיפה אין פארקעיר סענטער וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך JCCSG און איך האב באמת הנאה געהאט פון אים.
עס איז אויך יעצט פאסיג ארויסצוברענגן די חשובע פעולות פון די ארגענעזאציע JCCSG וואס העלפן ארויס די אלע וואס האבן זוכה געווען צו די נסיון פון קראונס\קאלייטיס און העלפן ארויס מיט דאקטוירים און מיט חיזוק צו קענען אנגיין מיט א נארמאל סדר היום! אשריכם אשריכם! חיזקו ואמצו!
קליגער ווי די גאנצע וועלט!!!

שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

תגובהדורך שמחת החיים » דינסטאג אפריל 23, 2013 12:24 pm

היימישער איד האט געשריבן:ברוך דיין האמת

פונקט געווען עדווערטייזט פאריגע וואך אינעם בולעטין אז ער איז גרייט צו באצאלן שפעזן און מעדצין פאר קראנס ליידענדע וואס זענען גרייט צו מיטהאלטן א שטדיוע צו היילן די ענין.

בד"ה. תוך כדי דיבור וואס איך געזעהן דעם מודעה וועגן זיין נייע שטודיע זעה איך דא די נייעס.
יהא זכרו ברוך, און ער זאל ווייטער אנגיין משמי מעל מיט זיינע שטודיעס און הילף פאר די פראבלעמען ווי ער וועט זיכער קענען אסאך אויפטון (כידוע אז צומאל ווערט מען באצאלט מיט א שכר אויף יענע וועלט צו קענען אנצוהאלטן און טוהן געוויסע פעולות טובות וואס מ'האט געטון בחיים, כ'דענק נישט די מקור הדבר אויף די מינוט).
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4582
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דינסטאג אפריל 23, 2013 1:35 pm

WHAT HAPPENED ? SUDDENLY? WAS HE SICK ?

ברוך אתה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 25, 2011 1:21 pm

תגובהדורך ברוך אתה » דינסטאג אפריל 23, 2013 1:55 pm

אינטערוויו איבערן פריצייטיגן פארלוסט אויף קול מבשר 114

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22962
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:30 pm

גאר אינהאלטסרייכע אינטערוויא מיט אן עסקן פון JCCSG אויף קול מבשר 212-444-1100 #114
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
עולם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:05 am
לאקאציע: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
פארבינד זיך:

תגובהדורך עולם » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:50 pm

dovidal האט געשריבן:WHAT HAPPENED ? SUDDENLY? WAS HE SICK ?

פלוצים אוועק, ווי איך האב נעכטן געהערט ביי די לוי' האט ער געהאט אן אלארדזשיק רעאקציע און ליידער גאר שנעל דערנאך אויסגעהויכט זיין גוטע נשמה אין שפיטאל.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך אפריל 24, 2013 7:49 pm

"די צייטונג" גיט קרעדיט פאר "איי וועלט". (געסקענטע בילדער קומט פון אמ"ג)
צוגעלייגטע
IMAG0173.jpg
IMAG0174.jpg

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מיטוואך אפריל 24, 2013 7:51 pm

כה לחי! ממנו ילמדו וכן יעשו
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך אפריל 24, 2013 7:53 pm

מענטשליך!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11376
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אפריל 24, 2013 11:25 pm

א דערגרייכונג פאר איי-וועלט!

אפריון נמטייה פאר די רעדאקטארן פון די צייטונג.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
עולם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:05 am
לאקאציע: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
פארבינד זיך:

תגובהדורך עולם » פרייטאג אפריל 26, 2013 7:44 am

זייער שיין פון זיי.
האב איך געקלערט אריינצושיקן א אנדערע ארטיקל אבער נישט אנגעקומען, נא שוין אידאך גוט אזוי אויך.

אוועטאר
עולם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:05 am
לאקאציע: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
פארבינד זיך:

תגובהדורך עולם » פרייטאג אפריל 26, 2013 7:48 am

אגב, נעכטן ביים מנחם אבל זיין, דערציילט מען מיר, אז זיין מאמע -יבלחט"א- קומט פון וויליאמסבורג.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim, אהבת השם, אזוי וויל איך, גאלדגרוב, טראכט א מינוט, כאפצעם, לאמיר פארשטיין, מי יודע, פאלקס קיך, פינחס און 55 געסט