באריכטן און אנאליזן
מיטוואך אפריל 10, 2013 2:27 pm
פראטעסטירט.
Advertisement
מיטוואך אפריל 10, 2013 2:27 pm
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:וואס איז די טענה פונעם לעגיסלעיטער?
ער וויל געווינען נאך א טערמין אויף יודיש בלוט (וואסער)
מיטוואך אפריל 10, 2013 4:14 pm
קאונטי עקזעקיוטיוו דייענע האט ארויסגעשטעלט א פרעס ריליס און אויפקלערונג אין שטיצע צום קרית יואל פייפליין און רייסט אראפ די לעגיסלעטאר'ס וואס פארפירן דערקעגן.
http://www.orangecountygov.com/filestor ... uction.pdf
מיטוואך אפריל 10, 2013 4:17 pm
פשי! ס'איז גאנץ שארף! (לייען: הכנה צו א פייערדיגע געלויף פאר די קאונטי עקזעיוטיוו פאזיציע)
מיטוואך אפריל 10, 2013 4:22 pm
האט נישט דער זעלבער דייענע אנגעדרייט די מעשה מיט די אומלעגאלע סיידוואק אויף'ן רוט 44?
מיטוואך אפריל 10, 2013 4:57 pm
אפציעלע מעלדונג פינעם ווילידזש אז מען האט שוין בעז"ה אונגעהויבן מיט די ארבעט
הקרי' ניסן תשע"ג
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:03 am
וואס איז דער מצב היינט? בויט מען ווייטער?
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:05 am
יא.
(כוועל באלד שרייבן מער דיטעיל'ס וואס כהאב היינט געהערט פון א קר"י ווילידש באאמטער)
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:44 pm
דער תהילים איד האט געשריבן:יא.
(כוועל באלד שרייבן מער דיטעיל'ס וואס כהאב היינט געהערט פון א קר"י ווילידש באאמטער)
עס איז שוין באלד.
פרייטאג אפריל 12, 2013 4:17 am
אויש סארי.. כהאב פארגעסן דערפון.
דער אמת איז אז איך האב מורא אז כ'בין נישט גענוג קלאר דאס צו קענען איבערגעבן ווייטער, אבער כאטש בערך:
דער פייפליין פראדשעקט איז צוטיילט אין מערערע פאזעס, צו א סך הכל פון עטליכע לאנגע יארן ארבעט.
דער יעצטיגער פאזע איז צו ציען די פייפס ביז צו די קארנוואל קוועלער (וועלכע זענען 'אונטערוועגנס' צו די רעזערווארן פון די סיטי), אבער אויך דער פאזע אליינס איז צוטיילט אין צוויי חלקים: 1) ציען די פייפ'ס, 2) אקטיוויזירן און אויפארבעטן די קוועלער.
די ערשטע חלק אליינס (ציען די פייפ'ס) ברויך נעמען בערך א יאר, האט מען צוערשט געארבעט צו באקומען אלע פערמיט'ס וואס פעלט זיך אויס צו קענען ציען די פייפס, און יעצט בעפאר פסח איז ענדגילטיג פארטיג געווארן אלע ביוראקראטישע פראצעדורן, און עס איז דא די פערמיט'ס פון אלע וואס זענען אינוואלווד דערין, אן אויסנאם.
די צווייטע חלק פון די קוועלער זעלבסט, דארט האלט מען נאך אינמיטן פארארבעטן, און ביזדערווייל פרובירן די שכנים וואודבערן צו טענה'ן אז עס גייט זיי אויסליידיגן פון וואסער, און זיי קומען מיט א 'מי מריבה' טענה אז די קועלער טאר מען נישט נוצן בכלל.., אבער בס"ד וועט דאס אויך דורכגיין, נאר אנשטאט צו לאזן די גאנצע פראיעקט ווארטן האט מען באשלאסן צוערשט צו טוהן וואס מען קען שוין זיכער טוהן, וויבאלד ווי געזאגט נעמט די פייפ אליינס א יאר צייט ארבעט.
פאריגן פרייטאג איז געווען א מיטינג פון די קאונטי לעגיסלעטאר'ס, און די שיקסע וואס פלאנט צו לויפן קעגן דיענע האט זיך דארט גענומען פארפירן אז מען בויעט א פייפליין צו "קוועלער וועלכע פארמאגן ניטאמאל א פערמיט", און אלע חברה דארט פארשטייען צו געזעצן גענוי ווי אלע אונזערע געזעצגעבער און קאנגרעס.., און אלע ווי איינס האבן מסכים געווען אז דא קומט פאר א שרעקליכע מעשה, "מען גראבט אן קיין פערמיט!"...
האבן זיי דורכגעפירט א רעזעלוציע אז די קאונטי מוז אפשטעלן די ארבעט.
יעצט איז די שיקסע געקומען פארפירן פארוואס דיענע אינפארסירט נישט זייער רעזעלוציע און ער לאזט די ארבעט ווייטער אנגיין, און אויף דעם האט דיענע געשריבן דעם בריוו וואס צייטליך האט געברענגט, אז די רעזעלוציע האט נישט קיין שום לעגאלע באזיס ווייל דער פייפ פאר זיך פארמאגט אלע פערמיטן וואס פעלן זיך אויס דערצו, און עס איז נישט אנגעבינדן בכלל אין די קוועלער זעלבסט וואס דארט איז נאך דא א וועג צו גיין מיט די ווייטערדיגע פערמיט'ס, אשר עוד חזון למועד.
פרייטאג אפריל 12, 2013 9:37 am
א גרויסן דאנק אייך "דער תהילים איד" פארן אויסקלארן די מעשה!
זונטאג אפריל 14, 2013 3:07 pm
אפדעיט (פונעם זעלבם מקור):
דאנערשטאג האט די שיקסע זיך אראפגעשטעלט ביי א ווייטערדיגע פונקט וואו די טרעקטער'ס דארפן אנקומען אין געציילטע טעג, וואס דארט קומט די פייפ אריין קיין וואודבערי, און זי האט גע'טענה'ט אז 'עד כאן' לאזט זי גיין, ומכאן ואילך וועט גיין קלעפ..
פרייטאג זענען ביידע צדדים איינציגווייס אנגעקומען אין געריכט, צו א שופט וואס האט שוין באהאנדלט אנקלאגעס אין די פארגאנגענהייט. די שכנים האבן אריינגעגעבן א קאמפלעין פארוואס מען ארבעט אן א פערמיט, און די קר"י ווילידש האט אריינגעגעבן א קאמפלעין פארוואס מען פערט דורך פראוואקאציעס אויף זייער פראיעקט.
דער שופט האט ארויסגעווארפן די פארלאנג פון די שכנים, ערקלערנדיג אז אלע נויטיגע פערמיט'ס זענען דא פארהאן, און איבער די קאמפלעין פון די קר"י ווילידש האט דער שופט פארלאנגט א דעקלעראציע פון די אנטיסעמיטן אז זיי גייען נישט מאכן קיין שום שטערונגען פאר די ארבעט אויפן שטח, נאר פאר סיי וועלכע טענה וועלן זיי זיך בלויז ווענדן צום געריכט.
כן יעזור ה' להלאה...
זונטאג אפריל 14, 2013 3:28 pm
אסעמבלימאן סקאפיוס האט געדינגען א באס מיט וועלעכע ער וועט פירן פראטעסטירער צום בוי פראיעקט און דערמיט פראטעסטירן דערקעגן.
http://m.recordonline.com/apps/pbcs.dll ... ate=wapart
זונטאג אפריל 14, 2013 3:40 pm
Skoufis promised a peaceful watch that won't obstruct traffic
וואס איז גענוי זיין פלאן?
איז יעצט בין הזמנים ביי זיי?...
זונטאג אפריל 14, 2013 8:55 pm
מאנטאג אפריל 15, 2013 9:33 am
דע פראטעסט האט זיך שוין אנגעהויבען?
מאנטאג אפריל 15, 2013 11:18 am
מאנטאג אפריל 15, 2013 11:25 am
וואס טוט דארט א אינגערמאן ??
מאנטאג אפריל 15, 2013 11:29 am
משה יענקל האט געשריבן:וואס טוט דארט א אינגערמאן ??
זעהט אויס עס איז געפינען געווארן קברים אויפן שטח..
לויט ווי איך הער זענען די ערלים זיך גאנץ שנעל צוגאנגען.
מאנטאג אפריל 15, 2013 11:32 am
אדער האט ער פארשטאנען אז מען פראטעסטירט קעגן מציצה בכלי מיט א פייפליין.
מאנטאג אפריל 15, 2013 11:36 am
מידער האסט מיר צובּאסטעד.
מיטוואך אפריל 24, 2013 10:40 am
http://www.recordonline.com/apps/pbcs.d ... 16/-1/NEWSBy Chris Mckenna
Published: 2:00 AM - 04/20/13
Responding to concerns raised by Woodbury officials and a host of organizations and elected officials, the state Department of Environmental Conservation has agreed to hold a public hearing on Kiryas Joel’s plan to connect a dormant Cornwall well to the 13.5-mile pipeline the village has begun building.
In a letter sent Thursday to people who submitted comments on Kiryas Joel’s application for a well permit, a DEC official in New Paltz said the hearing request had been granted because “a significant degree of public interest exists.”
An administrative law judge will preside; the time, date and location haven’t been determined.
פרייע יודישע איבערטייטש
די.אי.סי מסכים צו האַלטן א פאבליק הערינג אויף קרית יואל קוואלאין אן ענטפער צו זארגן וואס זענען אויפגערענגט געווארן דורך וואָאָדבורי באאמטע און פילע אָרגאַניזאַציעס און ערוועלטע באאמטע,האט די סטעיט דעפּאַרטמענט אף ענוויראָנמענטאַל קאָנסערוואַציע מסכים געוועהן צו האַלטן אַ פאבליק הערינג אויף קרית יואל 'ס פּלאַן צו פאַרבינדן אַ דאָרמאַנט קאָרנוואָל קוואל צו דער 13.5-מייל פייפ ליניע וואס קרית יואל האט אנגעהויבן צו בויען, אין א בריוו וואס איז געשיקט געווארן דאנערשטיג צו די מענטשן וואס האבן אריינגעגעבן די קאמענטס אויף קרית יואלס אפליקעישן פאר א קוואל פערמיט, האט א די.אי.סי. אפישעל פון נוי פאלץ געזאגט אז די הירינג פארלאנג ווערט נאכגעגעבן ווייל עס איז דא גענוג א שטארקע פאבליק אינטרעסט, אן אדמיניסטראציע געזעץ ריכטער וועט עס אנפירן, די צייט, טאג, אין לאקאציע אין נאך נישט באשטימט געווארן
לעצט פאראכטן דורך
הערליך אום מיטוואך אפריל 24, 2013 11:37 am, פאראכטן געווארן 5 מאל בסך הכל.
מיטוואך אפריל 24, 2013 5:32 pm
אין אנדערע נייעס, די קאונטי עקסעקעטיו עדי דאיענע האט באשלאסן צו רעטייערן. עס קען היבש אויסמאכן לגבי דעם פייפליין.
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 10:36 am
מאנכע זאגן אז דאס עצם ריטייערן האט שטארקע שייכות מיט דעם אויבן דערמאנטן סאמעטוכע
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:08 am
וואסערע שייכות?